די ענין וואס מיר פרובירען צו פארשטיין איז וויאזוי איין מין הגדרה איז משפיע אויף אן אנדער מין הגדרה. מיין טענה איז אז עס איז בעצם א סתירה אין הבנה צו זאגען אזא זאך. דו טענהסט אז עס איז דא אזא זאך ווי הרכבה. דו ברענגסט א משל פון אסאך אטאמען ווערען א צעל וכדו'.
מיין הבנה אין הרכבה איז אז עס איז דא א ברייטע הגדרה = אטאמען, וואס האבען זיך מצמצם געווען אויף א געוויסע אופן פרטי = צעל. די שרש פון די צעל איז אטאמען. די אפטייטש פון א צעל איז -אטאמען באופן וציור פרטי המיוחד לה. די סיבה פארוואס א צעל קען מושפע ומשפיע זיין אויף אנדערע אטאמישע צוזאמשטעלונגען איז ווייל עס איז באמת אטאמען. און א חלק פין איר הגדרה איז אז ווען אטאמען זענען אויף איין געוויסע אופן דאן איז עס אזא מין מציאות, אויב שטעלען זיך צאם מער אטאמען, אדער אויף אן אנדער אופן, דעמאלט איז דאס אן אנדער מין צעל. דאס גופא איז מצד די הגדרה פין אטאם. [נאך טיפער איז דאס די עלעקטראנס, נאך טיפער איז דאס די כח/ענערגיע אין די עלעקטראנס, נאך טיפער איז דאס ריינע ענערגיע, א.א. וו.]
עס איז אמת אז מען דארף פארשטיין וויאזוי פין א כלליותדיגע ברייטע הגדרה/מציאות, איז יעצט מצומצם אין א אופן פרט. די מושג פין צימצום איז די יסוד פין די גאנצע בריאה. פון אחדות אהן קיין שום צימצום איז געווארען א מצב פון הגדרה וצימצום. דארף מען טאקע פארשטיין וואס פאסירט, ווי ווערט גבול פון בלי גבול. אבער מען קען דאך נישט רעדן פין אלעס אויף איין מאל, מיר זענען דאך מוגבל
. [וביותר אז די קשיא נעמט זיך נאר ווייל בתוך תוכו רעדן מיר פין אחדות אויך באופן הגדרה. דעריבער פרעגען מיר אז מצד די הגדרה פון אחדות שטימט נישט די הגדרה פון צימצום. אויב מיר וועלען ארויסקריכען פון דעם זומפ, און מיר וועלען נישט פרובירען מגדיר צו זיין אחדות, וועט גארנישט שווער זיין. אבער דאס איז א נושא פאר זיך.]
גשמי איז נישט מער ווי א זייער מצומצומדיגע מחשבה. דהיינו א מחשבה/מושג וואס האט גאר פונקטליכע און אומנויגבארע הגדרות. געב א בליק וואס איך האב געשריבען באשכול "
גשמיות ורוחניות בתורת הבעשה"ק". דעריבער דרייט זיך אלעס ארום מחשבה. ווייל די צורה של מחשבה/והמחשה איז א גשם אויף דעם אופן, און אן אנדער צורה של מחשבה/והמחשה איז א גשם אויף אן אנדער אופן, און א דריטע צורה של מחשבה/והמחשה גייט בכלל נישט אריין אין גדר פין גשם, עס בלייבט בגדר מחשבה/והמחשה. פונקט ווי ביי אטאמען און צעל'ס, איין צורה פין צוזאמשטעל פין אטאמען איז איין מין צעל, א צווייטע צאמשטעל/צורה, איז א צווייטע מין צעל, און עס איז אויך דא א דריטע צורה פין צאשטעל פין אטאמען וואס גייען בכלל נישט אריין בגדר צעל, עס איז נגדר בגדר של אטאמען גרידא.