רואיק האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?
ערשטנס וויל אייך באדאנקען ר' שרגא פאר א mature שמועס אין אזא controversial טעמע.
יעצט צום ענין,, קארעקט מי איף איים ראנג, לויט ווי איך פארשטיי קען מען צוטיילן דיין תגובה אין פיר מאמרים.
1. עקספואזשער צו פארנאגראפיע איז אן ערענסטע פראבלעם.
2. ערוואקסענע מענטשען זענען נישט מער ווי 14 יעריגע בחורים לגבי אינטערנעט.
3. אפילו אויב אן ערוואקסענער קען זיך אלגעמיין יא באהערשן קען ער אבער דורכפאלען אין א שוואכע מינוט.
4. אונזער געזעלשאפט איז נישט עקוויפד צו הענדלען עקספואזשער צו כפירה.
איך וועל פראבירן צו ענפערן לויטן סדר..
1. אונזער אלערגי צו אזוינע ענינים איז א נייע ערשיינונג וואס ווערט אלץ ערגער און ערגער (בורקעס וכדו'). אין תנ"ך, אין משניות און גמרא, זעהט מען פיל מאמרים וואס היינט וואלט מען געשריגן "פוי שייגעץ ארויס". מען האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן אז קינדער פארשטייען דברים בן איש לאשתו. ווען די משנה זאגט בן חמש למקרה שטייט נישט אז מ'זאל אויסלאזן "והאדם ידע את חוה". אין די צייטן פון חזקיהו המלך שטייט בדקו מדן ועד באר שבע ולא מצאו
תינוק ותינוקת איש ואשה שלא היו בקיאין בהלכות טומאה וטהרה. ווילסט מיר זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע חלקים פון הלכות טומאה וטהרה? ווען מ'דערציילט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט ד' חלקי ש"ע ביי די בר מצוה, ווילסטו זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע סימנים יו"ד ח"ב?
בנוגע נאקעטע בילדער... פון די כרובים ביז שער בלעטער, נישט נאר האבן מיר נישט געמאכט אן עסק פון נאקעטקייט און ראמאנטישע אילוסטראציעס, מיר האבן גאר דוקא גענוצט אזעליכע געשטאלטן, און אין די הייליגסטע מקומות ביי אונז.
עס זענען דא וואס ווילן מסביר זיין אז אונזער היינטיגע עקסרעמקייט אין די ענינים איז א תוצאה פון די לאנגע גלות וואס מיר האבן געשמאכט אין קריסליכע לענדער. ביי די קריסטן טאר דער גלח נישט חתונה האבן ווייל איינער וואס איז נאנט צו גאט טאר נישט עוסק זיין אין אזעליכע נידעריגע אקטיוועטעטן שבן איש לאשתו. ווי אויך איז סעקסועלע באציאונגען ביי זיי אפיציעל ערלויבט נאר בהכרח און אויך נאר כדי צו האבן קינדער (נוסח גור). פארשטייט זיך אז אויב אידן האבן געוואלט אז דער אנשטענדיגער גוי זאל זיי רעספעקטירן האבן זיי געמוזט מיטהאלטן מיט אזעליכע שטימונגען. און אזוי האבן אזעליכע ווינטן אנגעהויבן בלאזן ביי אונז ביז היינט...
היוצא לנו מזה, די פחד פון די איידעלע ענינים ביי אונז איז אומנייטיק at best און פרעמד (קאטויליש) at worst.
2. אזעליכע וואס האבן אדיקטיוו טענדענסיז זענען טאקע פונקט ווי קינדער ווען עס קומט צו די אינטערנעט, אלקאהאל, און פעין קילערס וכדו'. זיי דארפן טאקע אן אנדערען צוגאנג צו אזעליכע זאכן. זיי זאלן זיך דורכדעדן מיט א דאקטער און אן אדיקשען ספעציאליסט.
3. אויף א שוואכע מינוט שטייט שוין ילבש שחורים וכו'. נאך שטערקער, די אינטערנעט איז פונקט גוט פאר די שוואכע מינוטן ווי ס'ווערט געברענגט אז ענדערש זאל מען טוהן וואס מ'דארף זיך צו בארוהיגן ווי איידער טוהן בעילות אסורות ח"ו.
4. אויב ווילסטו בויען אזא אידישקייט וואס קען זיך נאר האלטן אויב דער עולם ווערט געהאלטן סטופיד און פארשפארט אין א קלאזעט גוד לאק טו יו.
צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.