נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פאר סאם ריזען גלייך איך מער דיין ערשטן הסבר ווי דיין צווייטע. אבער ביידע זענען שטארק מסתבר.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אודאי גלייכסטו מער דעם ערשטן הסבר, עס איז מער straightforward, און עס איז די שטילע קאנסענסוס אין די סייענטיפישע וועלט (וואס האט פובליצירט די שטודיע) וועלכע קוקן געווענליך אן רעליגיע אלס א פראדוקט פון די פרימיטיווע, נארישע, און געפילישע מענטשן. פונדעסטוועגן האלט איך אז עס איז פיל מער קאמפליצירט ווי דעם.
אגב, דאס דערמאנט מיר וואס איך האב געליינט אמאל איבער א שטודיע וואס מען האט דורכגעפירט ביי סטודענטן וואס זענען רעליגיעז, און מען האט זיי געפרעגט פארוואס זיי גלייבן אין גאט. רוב פון די סטודענטן האבן געענטפערט אז זיי אליין גלייבן אין גאט צוליב לאגישע סיבות (סיבה ראשונה, וכדו') אבער אנדערע רעליגיעזע מענטשן גלייבן אין גאט צוליב עמאציאנעלע סיבות (צו קענען דאווענען וכדו'). דאס מיינט אז רוב מענטשן האלטן אז די גאנצע וועלט איז פארנארט, זיי גלייבן צוליב די קינדערישע עמאציאנעלע סיבות, אבער איך? נע, איך בין צוגעקומען דערצו מחמת ריינע לאגישע סיבות...
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הא, דיין אנעקדאט דערמאנט מיר פונעם שטודיע וואס האט פעסטגעשטעלט אז רוב מענטשן האלטן זיך העכער פון עווערעדזש... http://www.livescience.com/26914-why-we ... erage.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א דורכברוך אין די שטודיע פון מענטשליכע עוואלוציע איז געקומען די פארגאנגענע וואך, ווען וויסנשאפטלער האבן אנטדעקט איין פרט וואס מאכט מזרח אזיאנער אנדערש ווי מענטשן פון די אנדערע קאנטינענטן. די גענע וואס איז אחראי פאר דעם טויש איז EDAR וואס דורך א געוויסע mutation דערין מיט איבער 35,000 יאר צוריק האט דאס געברענגט אז די מזרח אזיאנער ווי כינעזער און טייל יאפאנעזער האבן דיקערע האר, קלענערע ברוסטן, א טויש אין ציינער, און פראדוצירן מער שוויץ. סייענטיסטן זענען נאכנישט פאראייניגט איבער וואס האט גורם געווען אז דער מוטאציע איז געווארן פארשפרייט דוקא אין יענעם געגנט, איין טעאריע לויטעט אז אין יענע צייט איז כינע געווען גאר הייס, און די איבריגע שוויץ האט געברענגט אז דער גענע איז געווארן naturally selected אין יענעם געגנט. אנדערע זאגן אז דער שינוי אין האר און ברוסטן האט געברענגט אז זיי זאלן זיין מער sexually attracted. בכל אופן איז דאס א געוואלדיגע דורברוך אין די סייענס פון Human evolution, ווען מען קען צום ערשטן מאל פארשטיין פארוואס מענטשן פון א געוויסע קאנטינענט זענען אנדערש ווי די גאנצע וועלט, און האנפטליך וועט דאס פירן צו אידענטיפיצירן די שינויים פון אלע קאנטינענטן און דערגיין וואס האט געברענגט אז די מענטשן פון באזונדערע געגנטער האבן באזונדערע פיטשורס.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א מיטיארייט האט געקראכט אין רוסלאנד!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=90Omh7_I8vI[/youtube]
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ראשעקאל האט געשריבן:א מיטיארייט האט געקראכט אין רוסלאנד!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=90Omh7_I8vI[/youtube]

זייער אינטערעסאנט וואו ס'ווערט לעכטיג און דערנאך טונקעל..בדרך אגב א ליובאביטשע שול דארט איז אויך געשעדידט געווארען..
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

סייענטיסטן האבן אנטדעקט גאר אן אינטערעסאנטע זאך בנוגע ווי אזוי באמבל בינען דערשפירן די בלומען ווי עס לוינט זיך צו לאנדן אויפצופיקן געשמאקע סחורה. די בינען האבן אן עלעקטריק פיעלד וואס איז פאזיטיוולי טשארדזשד דורכדעם וואס זיי פאכען מיט די פליגלען, משא"כ די בלומען זענען געווענליך נעגאטיוולי טשארדזשד. יעצט, ווען דער בין דערשפירט אז א בלום איז מער פאזיטיוולי טשארדזשד ווי געווענליך, ווייסט עס אז דא האבן שוין באזוכט פריערדיגע בינען און הנאה געהאט, און זי כאפט זיך אויך צו דערצו. דאס גיבט צו נאך א וואונדערליכע רינגל אינ'ם קייט פון די נפלאות הבורא ווי אזוי מיר באקומען אונזער זיסע האניג.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יאנקל האט געשריבן:וויאזוי ווייזט דער פאזיטיווער טשארדזש אז די פריערדיגע בינען האבן "הנאה געהאט"?

אין דעם ארטיקל זע איך אז די סייענטיסטן האבן שטודירט א גאנצע רייע מיט פאקטארן וואס ביישטייערן צו די הכרה פון די בינען אויף די בלומען. צווישן זיי דער שמעק, און דער אופן ווי אזוי די אדערן פון די בלעטלעך לויפן, דער עלעקטריק פיעלד איז פשוט דער גרעסטער חידוש, און מען האט דאס פעסטגעשטעלט דורכ'ן צאמנעמען פאלשע בלומען, אויף טייל האט מען ארויפגעשמירט נעקטאר, און מען האט עס אויך געטשארדזשט, אויף אנדערע האט מען נישט ארויפגעשמירט, און נישט געטשארדזשד. און די בינען האבן געוואוסט צו גיין צו די זיסע "בלומען", משא"כ ווען מ'האט נישט געטשארדזשד קיין איין בלום, האבן זיי נישט געוואוסט צו גיין צו די וועלכע האבן געהאט נעקטאר אויף זיך. און עס ליגט מעגליך נאך חידושים דערין, ווי למשל אז די בלומען קאמוניקירן מיט אנדערע אינזעקטן דורך די עלעקטריק פיעלד, און מעגליך אפילו מיט אונז, מענטשן.
אזוי אויך ליין איך אז די בינען קענען זיך אליין צוגעוואוינען און מחלק זיין צווישן אנדערע סארט בלומען וואס האבן א פארשידנארטיגע טשארזש, ממילא דערשפירן זיי וועלכע זענען די גוטע בלומען. מה רבו מעשיך ה'.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א פרישע שטודיע פרובירט אויפצואווייזן אז ליבשאפט טעלעפאטיע איז אן אמת'ע זאך.
האדם לא נברא אלא להתענג
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פראפעסאר דעוויד סינקלער גלייבט אז ער איז אויפגעקומען מיט אן עפעקטירבארער דראג וועלעכע קען פארמיידן אלטסהיימער און קענסער קראנקהייטן,

דאס וועט אנגעבליך ערמעגליכען געוויסע זיך צו יערן און פריידן. ביז די 150, זאגאר איבערקומענדיג דער פאנטאזירבארע 120 געווינטשענע עלטער,

דאס וועט זיין עוועילעבל ערגעצווי און די קומענדיגע 5 יאר

לינק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אין דעם לינק שטייט נאר אז עס איז מעגליך אז דער דראג האט די פאטענציאל צו ערמעגליכן דעם מענטש צו האלטן דעם קערפער געזונט ביז די 150 יאר, אבער דאס צו קלארשטעלן וועט מען דארפן מאכן ווייטערדיגע פארש ארבעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:א פרישע שטודיע פרובירט אויפצואווייזן אז ליבשאפט טעלעפאטיע איז אן אמת'ע זאך.

עס איז וואר אז אויב טעלעפאטיע איז אן אמת'ע זאך איז דאס וואונדערבאר ביז גאר, אבער דער דיסקאווערי ארטיקל האט כמעט גארנישט מיט סייענס (עכ"פ מעינסטרים, כאטש פארשטייט זיך אז מעינסטרים סייענס האט נישט קיין בעלות אויפן אמת).
לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ. דזשולי ביישעל איז נישט די ערשטע אדער לעצטע "הארטע" סייענטיסט וועלכע גלייבט אויך אין אנדערע נישט-סייענטיפישע כוחות (נישט נאר טעלעפאטיע נאר אויך א רייע אנדערע העכערע כוחות). אירע שטודיעס זענען שוין קריטיקירט געווארן מערערע מאל צוליב די שלעכטע מעטאדאלאגיע וועלכע זי האט גענוצט אין זיי. "דיען ראדין איז א סייענטיס אין די אינסטיטוט פון נאעטיק סייענסעס". עס לוינט זיך צו כאפן א בליק זען ווער דיען ראדין איז און וואס זענען זיינע קרעדענשעלס. די זעלבע איז מיט די אינסטיטוט אין וועלכע ראדין ארבעט. רופערט שעלדריק האט אן ענליכע טרעק רעקארד, און אויב קענסטו מיר געוואויר ווערן די קרעדענשעלס פון קריס קארטער וועלכע טענה'ט אז רעי היימאן האט פארלוירן די גאנצפעלד עקספערימענט דעבאטע, וועל איך דיר מכיר טובה זיין, און ווי ווייט איך פארשטייהאט היימאן נישט פארלוירן די דעבאטע. זיין טענה אז טעלעפאטיע איז א פאקט, נישט קיין נפקא מינא וואס לייקענערס זאגן איז אויך נישט קלאר אין ליכט פון די פאקט אז
וויקיפעדיע האט געשריבן:A technique which shows statistically significant evidence of telepathy on every occasion has yet to be discovered. This lack of reliable reproducibility has led skeptics to argue that there is no credible scientific evidence for the existence of telepathy at all

דא הייסט, דא און דארט זענען טאקע דא סטאטיסטיקלי סיגניפיקענט רעזולטאטן, אבער נישט אן עווערי אקעזשאן. היות איינע פון די יסודות פון סייענס איז רעפראדוקציבאריטעט, איז טעלעפאטיע אונטער א סייענטיפישע ספק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

שליחה דורך עסקן בדברים »

ס' כדאי צוצולייגן (וואס איז אויך נוגע פאר אלע אנדערע העכער-נאטורליכע גלויבונגען: פסייקיקס, אוסטראלאגיע, קאבאליסטן) אז James Randi האט יארן צוריק פארגעשטעלט א $10,000 פרייז (וואס האלט היינט ביי $1,000,000) פאר ווער ס' קען אויפווייזן סיי וואס פאר א העכער-נאטורליכע מציאות און קיינער האט עס נאך נישט געוואנען.
אמת מארץ תצמח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הא, נאך א יאר קאווע שטיבל הייבט מען אן חזרה... viewtopic.php?p=9637#p9637 (דזשאסט קידינג הרב עסקן, ס'איז מיר נאר אינטערעסאנט ווי זאכן ווערן איבערגע'חזר'ט).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

NPR איז היינט נאכמיטאג ערשינען מיט א העד ליין,
"איז פארהאן אן איבערפלוס פון פי.עידש.די'ס, אבער נישט גענוג דזשאבס?".

פון צווישן אנדערע. ציטירן זיי א פרישע סטאטיסטיק,
אז און אלגעמיין פארמאגן גראדואירטע פי. עידש. די'ס. ווינציגער ווי 50% שאנס, צו קריגן א פול טיים דזשאב,
און אין לויף פון די לעצטע 20 יאר, ווערט דער מצב בלויז ערגער און ערגער,

מער שאקירענד, און 2011, האבן א געשאצטע דריטל גראדואירטע,
מיט א דוקטאראל דעגרי אין סייענס, מאטעמאטיק, טעכנאלאגיע, און אין עינדזשענירונג,
נישט געפונען א דזשאב,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

כינע נעמט אונטער א פראיעקט צו ערצייגן גאר קלוגע קינדער,
לינק
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זייער אינטערעסאנט. מ'דארף עפענען אן אשכול איבער מעדיקאל עטיקס, און פארוואס אויסוועלן די בעסטע עמבריו איז ווייניגער עטיש און הייסט מער "שפילן גאט" ווי גינעטישע פערטיליטי טריטמענטס, וואקסינען, און אסאך אנדערע מעדיקאל און אגריקאלטאראלע מאדיפיקאציעס וואס מ'מאכט מיט גענעס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

סייענטיסטן האבן אנטדעקט די ערשטע קערפער פון א געמישעכץ צווישן א ניענדערטאל מענטש און א האמא סעפיאן. דער ניענדארטאל איז אן אנדער סארט מענטש וואס איז געווען זייער ענליך צו אונז און איז איבערגעוועלטיגט געווארן דורך אונזער סארט מענטש, די האמא סעפיאנס. דער נייער געפינס באשטעטיגט וואס סייענטיסטן האבן שוין לאנג געוואוסט אז עס איז פארגעקומען שידוכים צווישן די ניענדערטאלס און האמא סעפיאנס, ווייל אין אונזער די ען עי האבן מיר עטליכע פראצענט פון די ניענדארטאל, דאס מיינט אז מיר שטאמען פון א כלאים פון די צוויי סארטן מענטשן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אויפ'ן פארלאנג פון א חשוב'ער חבר וועל איך ערקלערן די מושגים וואס כ'האב דערמאנט. דער מענטשליכער מין וואס ווערט גערופן homo אדער human קומט אריגינעל פון אפריקע. ווען דער מענטש איז צום ערשט געקומען אויף די מאפע מיט איבער צוויי מיליאן יאר צוריק, האט ער נישט אויסגעזען אזוי ווי מיר זעען היינט אויס, ווי מאדערנע מענטשן (מאדערן מיין איך נישט פארגעשריטן, נאר די היינטיגע צורה און געשטעל פונ'ם מענטש) נאר אינגאנצן אנדערש. ער האט געהאט א פיל קלענערע מוח, ער איז געווען באוואקסן, און זיין שכל איז אפילו נישט קיין דמיון צו דעם היינטיגן מענטש. אזויפיל ווייסט מען יא, אז ער האט זיך שוין דעמאלט באנוצט מיט געצייג געמאכט פון שטיין, וואס ווייזט אויף עפעס חכמה. צוביסלעך איז ער געווארן אביסל מער פארגעשריטן, און ער האט זיך אנגעהויבן צו צוטיילן אויף פארשידענע סארטן, אזוי ווי פון די היינטיגע מאדערנע מענטשן זענען דא פארשידנארטיגע גרופעס וואס זענען היבש אנדערש ווי דעם צווייטן, א אייראפעער און אן אפריקאנער זעען אויס גענצליך אנדערש, אזוי האט זיך אויך צוטיילט די ערשטע מענטשן אויף באזונדערע מינים. דאס אלעס איז דאקומענטירט מיט באווייזן פון די איבערבלייבענישן פון יענע פרימיטיווע מענטשן.
פון אלע סארטן באזונדערע מינים פון דעם אריגינעלר homo איז גארנישט געבליבן, זיי זענען אלע אויסגעשטארבן. אויסער אונזער מין, וואס ווערט גערופן homo sepians. מיר זענען געווארן זייער פארגעשריטן און קלוג, מיר האבן דעוועלאפט אבנארמאל גרויסע מוחות און מיר זענען געווארן די מאדערנע מענטשן מיט דעם געשטעל וואס מיר זענען געוואוינט צו זען.
דער Neanderthal איז א געווען א סארט מענטש וואס איז געווען גאנץ ענליך צו אונזער מין, אבער ער האט אויך געהאט היבשע שינויים. ער האט נישט געהאט קיין טשין, ער איז געווען נידריגער און מער פעסט געבויט. מיט די צייט האט אונזער מין homo sepian איבערגעוועלטיגט דעם Neanderthal וויבאלד עס איז נישט געווען גענוג עסן פאר ביידע פון אונז, און איינער האט געמוזט מאכן דעם וועג פאר'ן צווייטן, ממילא האבן די קלוגערע האמא סעפיאנס באוויזן צו באקומען די בעסערע פלעצער צו עסן, און אזוי זענען זיי צוביסלעך פארשווינדן געווארן. אבער נישט גענצליך, וויבאלד אין די צייט וואס מיר האבן געלעבט צוזאמען האבן טייל פון פון אונזערע אור עלטערן חתונה געהאט מיט די ניענדערטאלס און זיך אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע פאפולאציע פון די האמא סעפיאנס, אזוי אז עס איז אריינגעקומען אביסל פון זייער די ען עי. ממילא, ווען די סייענטיסטן שטודירן אונזער די ען עי קענען זיי זען אז מיר זענען אויך אייניקלעך פון די מער פרימיטיווע ניענדארטאלס. דער געפינס פון א מענטש וואס האט טייל פון די שטריכן פון א ניענדארטאל און טייל פון די האמא סעפיאנס מיינט אז זיין טאטע איז געווען א האמא סעפיאן און זיין מאמע א ניענדארטאל, און דאס באשטעטיגט אז עס איז ווירקליך פארגעקומען שידוכים צווישן די צוויי מינים.
בילד
א געשאצטע בילד ווי אזוי א געווענליכער ניענדארטאל האט אויסגעזען לויט די איבערבלייבענישן וואס מ'האט געטראפן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א בי בי סי דאקומענטערי איבער ניענדערטאהל'ס

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ROtW9SPnhuM[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א נייע סטאדי ווייזט אז מענער באלד'נעס (ווייניג האר אויפן קאפ) אינדיקעיטס הארץ פראבלעמען

http://www.bbc.co.uk/news/health-22014173
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נייע שטודיע ווייזט אז שימפענזיס קענען טראכטן איבער זייערע טראכטן, ד.ה. אז די מאלפעס פארמאגן מעטאקאגנישען http://www.gsu.edu/63957.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

סייענטיסטן האבן געטראפן די עלטסטע דיינעסאר איי מיט די שיריים פון אן אומגעבוירענע עובר אינעווייניג. די רעזולטאטן צייגן אז די דיינעסאר איז געוואקסן צו אן אומנאטורליכע גרויסקייט נאך אין די מאמע'ס איי אין א גאר קורצע צייט, און שפעטער ווען עס איז געבוירן איז עס געווארן נאך גרעסער.
בילד
א נאכגעמאכטע מאדעל פון די גרויס פון א דיינעסאר איי קעגן א היינטיגע טשיקן איי
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט