קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

לעמאן דזשוס האט מיך גע'אישית'ט אז (און דא בארג איך א פראזע פון "קופערניקעס") כ'זאל מוחל זיין און צע'פשוט'ערן דעם קאמפליצירט שבאיפכא שבמסתברא. "גרויסער חכם וואס דו ביזט," האט לעמאן דזשוס מיך געגעבן אזוי אנצוהערן צווישן די שורות. "וואס איז די חכמה פון פירקלען רזיאל המלאך לחשים וואס קיינער, כולל כבודך, פארשטייט נישט? דו מיינסט," האט ער ממשיך געווען, "אז מיט דעם אליין וואס דאס שטיקל דיינס איז געשריבן מיט שווערע ווערטער וואס קלעבן ווי פאעזיע צו מאטעמאטיק וועט דער עולם עס אננעמען?" דערביי האט מיר לעמאן דזשוס געוויזן ווי עולם קאוועניקעס שטייט און קוקט אויף מיר און מיין פאעמע מיט ברייט-אויפגעריסענע אויגן און מיט א מינע פון רחמנות.

אוקעי. וועל איך אנשרייבן פירוש רש"י (און דווקא מיט אותיות מרובעות, כדי עפעס פונעם איפכא זאל פארט פארבלייבן אינעם מסתברא). דער יסוד פון דער פאעמע איז ארויסצוברענגען עפעס אומגעראכטן; אנצוקוקן די זאכן וואס ווערן דערמאנט פון אן אומדערווארטעטן, חידוש'דיגן פערספעקטיוו, אבער דערביי זיכער מאכן אז עס זאל פארט ווי-עס-איז שטימען -- אז דער משל מיט'ן נמשל זאלן האבן עפעס שייכות.

דער ערשטער טייל פון דער פאעמע רעדט צו טויטע מענטשן און פירט מיט זיי א שמועס וואס מען פירט געווענליך נישט מיט טויטע.

וואס ליגט איר,
טויטע גופים,
פארפאלן אין פוילקייט?
א מין קשיא צו א טויטן, פארוואס ער רירט זיך נישט פון פלאץ!
"פארפאלן אין פוילקייט": פארלוירן אין פוילקייט. "פוילקייט" איז נישט קיין פלאץ און מען קען דארט נישט פארלוירן ווערן. אבער איז דאס פאעזיע, און אין פאעזיע געשעען א סך מאל איבערנארטירליכע זאכן.

וואס שטעקט איר,
פארבייגייערס ארויס,
שטיין-קאלטע מציבות?

שטעקט ער דען, דער אומבאוועגליכער גוף? נאר א טויטער גוף אין בית עולם האט כמעט גארנישט וואס צו פארקויפן. די איינציגע זאכן וואס קענען מיט א טויטן גוף אסאציאירט ווערן איז דאס שטיקל ערד און די מציבה. דער אויסשטעל פון א קבר -- דער מת פלאך אונטן און די מציבה שטייענדיג אויבן -- לאזט א מקום פאר דער פאנטאזיע אנצוקוקן די מציבה ווי עפעס וואס דער טויטער שטעקט ארויס צו די לעבעדיגע פארבייגייערס.

גייט קיין סיביר,
אין ווארימע תכריכים.
און פאסט א סעודת שלמה.

א טויטן איז קאלט, און ווי דער פסוק זאגט: קאלט ווי א טויטער. תכריכים זענען די איינציגע קליידער וואס דער טויטער פארמאגט -- דהיינו, דער איינציגער מיטל זיך צו דערווארעמען.
א טויטער עסט נישט; במילא מוז ער פאסטן. אבער כדי דאס פאסטן זאל נישט זיין עפעס א נודנער פרט, מוז די סעודה, וואס ער וועט נישט קענען עסן, זיין א ברייטע און קעניגליכע.

וואס שרייט איר,
פיצלעך קינדער,
העכער אייער גוף-גרויס?

פון וואו די חוצפה,
צו באקלאגן זיך,
א רגע נאכ'ן אנקומען?

לערנט זיך פריער שמעקן,
הערן און גיין,
ביי די טויטע צייט-שכנים.

קינדער קוויטשן -- און מיטן גאנצן כוח. דער "גוף-גרויס" איז אזא שפילעוודיגער צושטעל פון "הויכע" קולות צו א "גרויסער" זאך. די קולות זענען "גרעסער" ווי דעם סייז פון קינד'ס קערפערל.
די "טויטע צייט-שכנים" זענען טויטע מענטשן, וואס האבן דאך שוין אפגעלעבט א לעבן אויף דער וועלט און האבן די נויטיגע דערפארונג איבער דעם מנהג המקום פון אונזער וועלט. די קינדער זענען נארוואס אראפגעקומען פון וואו די טויטע זענען געגאנגען. זענען דאך קינדער און טויטע שכנים אין זמן.

די אנדערע צוויי שטיקלעך, וועגן געלעכטער און געוויין, זענען שוין, דאכט זיך פשוט'ער. איך רעד צו "געלעכטער" אויף זיין שפראך, און פרואוו אים איבערצייגן אז ער זאל פרובירן עפעס ניי, און אנשטאט לאכן, זאל ער, דאס געלעכטער, פרואווען וויינען. דאס זעלבע איז מיט'ן געוויין, וואס איז, פונקט ווי געלעכטער, פאר'עקשנ'ט צו טאן יעדעס מאל די זעלבע זאך: וויינען. וואס קען ער נישט אמאל עקספערימענטירן מיט לאכן?


כ'האב זיך אביסל מסביר געווען?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

פשוט-קאמפליצירט, שוין איינמאל האסטו דיך מסביר געוועהן!!

קיינמאל גע'חלומ'ט אז קענסט רעדן פשוט...איך האב א דיבאט, באלד.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ביי די אשכול פון די 15 פאעזיע שטיקלעך איז גוט אז מע זאל לייגען ווער סע האט געשריבען די פאעזיע און אויך ווער סע האט געווינען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

עס טוט זיך (האט זיך געטון) טישן און בענק מיט א פאזיע פארמעסט, אבער איך האב נישט קיין צייט/געדולד דורכצומישן אלע בלעטער דא, איז ווער קען מען מיר ביטע ווייזן וואו מ'קען זען ווער עס האט געשריבן וועלכע שטיקל, און וועלכע עס האבן געוואונען. און קען איך זיך נאך זעצן שרייבן עפעס און אריינשיקן, אדער בין איך דא ווי א הושענה נאך שמחת תורה און וועל דעריבער בלייבן אן אומגעקלאפטע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שרגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שרגא האט געשריבן:עס טוט זיך (האט זיך געטון) טישן און בענק מיט א פאזיע פארמעסט, אבער איך האב נישט קיין צייט/געדולד דורכצומישן אלע בלעטער דא, איז ווער קען מען מיר ביטע ווייזן וואו מ'קען זען ווער עס האט געשריבן וועלכע שטיקל, און וועלכע עס האבן געוואונען. און קען איך נאך אריינשיקן עפעס, אדער איך קום אן ווי א הושענה נאך שמחת תורה און וועל דעריבער בלייבן אן אומגעקלאפטע?


ווילסט אלעס וויסן על רגל אחת?
איך בין ארויס א פארלירער.
זייט דעמאלסט בין איך נאר אין שטיבל על רגל אחת...

JUST KIDDING
Under influence
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ווילסט אלעס וויסן על רגל אחת?
איך בין ארויס א פארלירער.
זייט דעמאלסט בין איך נאר אין שטיבל על רגל אחת...

JUST KIDDING


ווער נישט צעבראכן, ווייל אוודאי, ווי טיפער די פאזיע אלץ ווייניגער קענען מענטשן משיג זיין איר עומקות (ווייסטעך אז מ'פסק'נט נישט ווי דעם גרויסן רבי מאיר ווייל מ'האט נישט געקענט יורד זיין לסוף דעתו). זעט אויס דיין שטיקל איז געווען ממש גאנץ אונטן (ביים אפגרונד)...
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שרגא, פאעזיע נעמען מיר אייביג אן, אבער פון א געלע לאטע קענסטו פארגעסן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

צוריקוקענדיג יעצט 2020 היינסייט וואלט איינע פון מיינע שטימעס געגאנגען פאר #8 איפכא. כ'ווייס נאר נישט אויף וועמענס עקספענס...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זר זהב האט געשריבן:צוריקוקענדיג יעצט 2020 היינסייט וואלט איינע פון מיינע שטימעס געגאנגען פאר #8 איפכא. כ'ווייס נאר נישט אויף וועמענס עקספענס...

ווי מער צייט לויפט אדורך אלס עפענען זיך מער אויגן צו זעהן די גרויסע געהיימע כחות פון אונזער טייערן פשוט קאמפליצירט בכלל, און פון זיין איפכא מסתברא בפרט. געב עס אפאר יאר און מיר טראגן אים אויף די אקסלען
פארשפארט