פורים קווענקעלנישען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

פורים קווענקעלנישען

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פורים איז שוין דא, אין א שלימזל'דיגע שעה.

מיין פראבלעם מיט פורים מער ווי אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, איז צוליב דעם וואס זי איז נצחי. ימי הפורים האלה לא יעברו. אנדערע ימים טובים ווי שלש-עשרה-מידות, חמשה-עשר-בשבט, שבת נחמו, ווי שווער זיי זאלן נאר זיין, האבן זיי כאטש אן ענדע-דאטום, ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעטע, אבער פורים איז הער טו סטעי.

יא, פורים איז נישט מיין favorite. כ'ווייס נישט פארוואס, אפשר ווייסעך יא? כ'ווייס אליינס נישט.
איז דאס צוליב דעם וואס אלץ קינד בין איך געווען פון דיע וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין גראגער כמו שצריך, ווער רעדט נאך פון אנדערע מכשירי קולות?

אפשר איז דאס צוליב דעם וואס ממחרת ימי הפורים האט מען מיך באפאלען אין חדר "הע, הא, קאוועלע, דיין טאטע איז נעכטען ביים טיש געווען שיכור", און דאס בושה איז איינגעקריצט עד היום הזה? איז דאס צוליב דעם וואס אלץ בחור האט מען מיך abused בעצם יום הפורים? להוי ידוע, abused מיינט נישט דוקא עניני נח"ר. אויסצונוצען הערשאפט און מיין יונגע תמימות און מיך צווינגען צו גיין נאך געלט און זאמלען כמספר את רובע זרעך וכו', איז abuse נוממער צוויי. און אויב דו מנהל, ראש ישיבה, מיינטס אז ס'האט זיך דיר אויסגעצאלט, האסט מיך אפגעקויפט מיט א זכות אין א ליזענסקער-גורל, וויל איך דיר זאגן, אז דו האסט פארלוירען פי כמה, שוין יארן וואס מער ווי מיין יערליכע 10 דאללער דינער-געלט גייט נישט אריבער פון מיר צו דיר, אפילו ווען איך קום שוין יא צום א.ג. כינוס התלמידים, איז דאס נאר צו טרעפן אלטע לצים, און זעהן ווער ס'איז קלוגער געווארן זינט דעם פאריעריגען יובל-דינער. מיינע קינדער, וואס דו פרעגסט מיך אלץ ווי אלט זיי זענען שוין, וועלען ביי דיר נישט לערנען. פינטעל.

אפשר איז דאס צוליב דעם וואס איין יאר אלץ בחור בין איך געווען א שיכור, און ס'איז מיר פון טאש ארויסגעפאלן מיין לוח-המפואר (מ'מאכט דאס נאך היינט?), און דער טרעפער האט געזעהן מיינע רשימות פון חטאים און זייערע דאטום. נאך היינט גיי איך אריבער דעם גאס ווען ער קומט אין מיין תחום יום-טוב. (זארגט אייך נישט, ס'אלץ נתהפך געווארן לזכיות).

אפשר איז דאס צוליב וואס אלץ שנה ראשונה האב איך זיך געשלעפט מיט וויליאמסבורג-בארא-פארק באס מיט א גרויסע אייער באקס (דער מחבר פון שטיקל 5, דאס הינער איי, האט פארגעסן צוצולייגן "מיט אים טוט מען באקסעס מעסטען") מיט א כלומר'שע משלוח מנות פאר די באבע, און די בושה, פון די צוקוקער, באגלייט מיך עד היום הזה. (בושה פון וואס? קאווע, דו מיינסט טאקע? להוי ידוע, קיינער קוקט ניטאמאל אויף דיין זייט...)

אפשר איז דאס ווייל אין שנה שניה, איז געווען א שטיקל געפעך אינדערהיים "וואו גייט מען קודם?", און זייענדיג אנגעצויגען און אפשר אביסל חכלילי עינים'דיג האב איך א זאג געטאן "כ'וועל דיר הרג'ענען", און דאס באגלייט מיר עד היום הזה, נישט נאר פורים, נאר א גאנץ יאר.

אפשר איז דאס צוליב וואס זינט שנה שלישית והלאה קומען צו נאך צוויי רבי'ס און דריי טיטשערס אויף די שלועכמאנעס דעליווערי, און דורכצודרייווען די גאסן בעצם היום איז אזוי מעגליך ווי אריינצוגיין אין שומרי-שבת שול אן גיין נאנט בתוך ד' אמות פון א מתפלל.

אפשר ווייל איך שעהם זיך מיט איר משלוח-מנות (המשך אין מאחורי) (הע הע, ס'איז נישט קיין לינק, כ'האב נאר געוואלט טשעקען ווי נייגעריג דו ביסט אין מיין פרגודיגע ענינים)

אפשר ווייל קיינער ברענגט מיר נישט קיין משלוח-מנות? (ביטע נישט קומען צווישען 7 אינדערפרי ביז 10 ביינאכט)
נאכדעם הייבט זיך אן מיין יאהר יערליכע דעבאטע איבער די קטנות פון גדולים וואס פארשטעלען זיך, מאכן זיך נאריש, בעבי'ש און זענען מגלה פאר תבל ומלואו זייער גרויסע שבירת-הכלים. פון איין זייט נעם איך אן כמעט פאר זיכער אז א נארמאלע צופריעדענע מענטש, א אינגערמאן מיט א Job ווייב און קינדער, איז מקיים דעם גאנץ-יעריגען דאורייתא פון שם-לשון-מלבוש, און גייט אנגעטוהן פורים גארנישט אנדערשט ווי חול המועד פסח. מ'איז נישט מזלזל און מסלסל די דיוקנא קדישא דרבנן, און מ'טוישט נישט די הויזן-זאקן צו לאנגע הויזן, און vice versa. מ'איז נארמאל. אמאל ווערט מען אביסעל לעבעדיג פון טרינקען א גלעזעל דא א גלעזעל דארט, אבער מ'איז ביי זעך די גאנצע צייט. מ'איז א מענטש אן קיין בויך וויי און אן קיין קאפ וויי. – די וואס טוישען א זיז כל שהוא, לאזען אראפ די גאנץ-יעריגען פארקניפטע פיאות, צינדען אן א רויטע, לכה"פ א געלע, לעמפעל, לאמר: עפעס איז נישט בסדר מיט אים, וואס באדערט אים? ק"ו פארקערט, אז מ'דרייט ארויף די לאנגע פיאות, און מ'שטעקט דאס ערגץ וואו אונטערן אויער, דאס צינד שוין אן א פלאם פייער בליטשקעדיגע לעמפעל, עפ"י יסוד וואס דער רבי אין חדר האט עומד ומצוה געווען, פירוש ולא סתם: פורים קען מען זעהן וואס א אינגעל וויל באמת זיין. – אסור להרהר אחר רבו, כנראה האט ער געהאט גאר א ווייטע בליק, ווייל לעת עתה זעהט מען נאך נישט די תוצאה, וויפיל איך ווייס. יוחנן, פלעגט אלע יארן זיין א סאלדאט, היינט איז ער קאר-סערוויס דרייווער, יאנקי'ס מאמע פלעגט אים פארשטעלן ווי מרדכי הצדיק, היינט איז יאנקי א הויפט-שומרים, און איך, פלעג אלץ זיכען א פארשטעלעץ וואס פארלאנגט זיך לאנגע האר און א נעק-טיי, און בעוה"ר עדיין לא נושענו.

פון די אנדערע זייט הער איך א בת קול מודזשעט אין אויער: קאווע, דו ביסט צו-חושט (וואס מיינט דיע ווארט?), ביסט אזוי נישט גערעכט.. דו ביסט אזוי אנגעזעצעט.. פארגינסטעך נישט אביסעל זיך צוצולאזן, כאפן א טאנץ אינמיטען העלן גאס. דו בעל-גאוה! ס'פאסטעך נישט?! הע? אדער האסטו מורא דו וועסט ארויסלאזן סודות פון שטיבל? וואס האסטו צו באהאלטען, דאס אליינס טויגט נישט?
וואס איז די אמת?
ביי מיר, די ריכטיגע שמחת פורים איז, ווען כ'דאווען מעריב ביים זמן. כ'גיי אהיים, כ'לייג מיך שלאפן, כ'שטיי אויף שושן פורים פארטאגס, כ'קום אריין אין קאווע שטיבל (די עכטע) און כ'דאווען מיט די 7 אזייגער מנין מיט די אלטע אידן (וואס געדענקען נאך שושן פורים אן קיין שטריימל), כ'לערען אביסל, וואס קען זיין בעסער פון דעם?
ומתן שכרה בצדה, ס'קען ביי מיר געבוירען ווערען א בעל-שם-טוב, ווער נאך לערענט אין די צייט?

בד"וו, די גאנצע שמחה אין פורים איז מיר נישט אזוי קלאר. שריי נישט, לאמירמעך מסביר זיין. ערשטענס, אכתי עבדי אבאמא אנן. צווייטענס, איך פארשטיי מ'מאכט א זכר פאר א נס/הצלה וויטש טוק פלעיס 1000'נטע יארן צוריק. אבער זיך פרייען באמת פאר אותו נס, דאס איז שוין א מדרגה. פסח למשל איז א פייערונג פאר יציאת מצרים, די אתחלתא פון יסוד האומה ביים קבלת התורה. ס'איז א יו"ט מיט אלע טעמים (איידער די גזירה פון געבראקסט), די זעלבע איז שבועות און סוכות. גראדע ביי פסח שטייט טאקע חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, אבער דאס איז שוין תוספות מצוה, א הידור. משא"כ פורים, די גאנצע צולאזענקייט קומט, עכ"פ דארף צו קומען, פון דעם וואס מ'פרייט זיך אז מ'איז ניצל געווארן ממות לחיים. נישט נאר אלץ א זכר, ווייל פאר א זכר דארף איך נישט זיין פרייליך. פסח איז נישט קיין מצוה זיך צו פרייען אז מ'איז ארויס פון מצרים.

בקיצור, כ'האב נישט קיין געדולט מסביר זיין מיין קשיא, כ'פארלאז מיך אויף די וד"ל חברה.
Under influence
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

קאווע געוואלדיג, דאס איז נישט פורימדיג דאס איז א ריינע הארץ אויסרעדעניש געפלאכטען מיט ריזיגע גאונות, און יעדע שורה ליגט עפעס א גוט'ס (כ'האב עס איבערגעליינט צוויי מאל) א שאד דו האסט עס נישט געמאכט אין קליינע שורות וואלט עס זיכער געוואנן דעם פאעיזיע פארמעסט.
דוקא די חיד"א פרעגט אז די נס איז געווען אין שושן איז פארוואס פייערט מען פורים אין די גאנצע וועלט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מילא די יו"ט פורים, אבער וואס איז פשט פון תענית אסתר? מ'איז דאך געראטעוועט געווארן צום סוף, נישט אזוי? צו מאכן מיר דען א תענית חשמונאים ערב חנוכה? א תענית משה ערב פסח? א תענית מרים ערב סוכות?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ולא עוד, זייער תענית איז געווען אויף א פסח, און מיר פאסטען שוין דעמלאסט, איז פארוואס צוויי מאהל פאסטען?
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיר פאסטן פסח? אפשר מיינסטו תענית בכורים ערב פסח וואס די פאר חברה בכורים זענען יוצא מיט איינעמ'ס סיום?

קאוועלע, איך וויל דיר פרעגן עפעס. דו שיכור'סט טאקע נישט פורים?
אידער וועי, די ארטיקל איז עפעס נישט נארמאל.
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ניין, ער מיינט פסח, אזוי ווי ער שרייבט:
קאווע טרונקער האט געשריבן:איידער די גזירה פון געבראקסט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ווי גייט דאס ווערטל? "פסח קען מען גארנישט עסן, סוכות קען מען אין ערגעץ נישט עסן."
און פורים, ווען מען קען שוין יא עסן, ברעכט מען. א מין מאדנע פאלק די חסידי'שע אידן.
קאוועלע, האסט געמאכט מיין פורים.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און שבועות ווען מ׳דארף שוין עסן, האט שוין נישט ווען (משום ריבוי התפילה)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נו, קאוועלע, ווי אזוי גייט דיר דיין פורים, איז עס טאקע אזוי שלעכט?
האדם לא נברא אלא להתענג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

סאו פאר סאו גוד.
פאר די איינע איד וואס כ'האב שוין יא געטראגן משלוח מנות, זאגט מען מיר ביים טיר, אז כבוד הרב איז אין די יאר און נעמט נישט אן.
סאו, יא געט די איידיע.....
Under influence
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

קאוועלע, דיין אלע קווענקלינישן איז געשריבן קודם השטיבל.
יעצט אז סדא א שטיבל איז נישט אנדירשט דע מצב?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

וויאזוי איז עס למעשה דורך קאווע זיסער? האסט געזינגען להתווווודדדדעעע?! דיין דרייצן יעריג שוואגער/ברידער האט זיך אנגעקטרונקען אויף א קאפ לעמאן סאדע?! האסט אריינגעפליקט פאר דעם אינגערמאן מיטן לעקסאס קאר און פ.ס. קארטל?! האסט אראפגעברענגט אפאר גרויסע נשמות מיט דיין תורה היינט?! ציפורי און ציפי האבן געברענגט א שלאכמאנעס ווי דער רבי׳ האט ליב געהאט?!

איך בין געווען א עבד כנעני פאר מיין פארשטינקענעם קאר, די ווייב האט זיכער געמאכט אז איך קען זיך אויס אין יעדע ווינקל פון שטאט.
מיין שוואגער האט עפעס איינגעקלאפט היינט מיטן באשעפער באופן מבהיל! געווינטשן ברכות, פוקד געווען עקרות, מגלה געווען יענעמ׳ס חטאים, געזינגען ימים נוראמדיג'ע שטיקלך אויסעווענדיג, (וואס איז מיר אגב א גרויסע פליאה פון ווי ער קען עס, פון ר״ה זיכער נישט ווייל ער טרינקט זיך נישט אן אין תשרי, ביז ש״ת...) ווען ער איז ווען נישט מיין שוואגער וואלט איך זיכער געזאגט אז זיין משפחה נאמען איז אבאחאצירא.

לאז אונז ביטע וויסן וויאזוי עס איז דורך. מיר האפן אז עס איז אדורך לעילא מן כל ברכתא, אזוי ארום וועט מרן אדמו״ר וועט ווייטער קענען משפיע זיין ממיטב קאוועניאתו, בגדלות דמוחין מיט פרישע כחות!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

משה געציל, שכוח פארן פרעגן. איך בין שוין נעכטען געווען 7 ביינאכט נאך מעריב, דאס ביסל נאשעריי וואס כ'האב בולע געווען דא דארט האב איך פולט געווען נאכן דורך ליינען די נייע לא-יוצלח מאגאזין. א לענגערע באריכט וועט נאכפאלגן.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב שוין לאנג נישט געהאט אזא דיזעסטער פון א יום טוב. מיין ווייב האט געמאכט א ליסט פון שלאחמאנעס וואס מ'דארף דעליווערען און עס האט געדארפט נעמען איין שעה מסדר צו זיין. ווי וואס ווען!!! איך בין געזעצען אין קאר פון 11 אזייגער ביז 4 אזייגער!! רוב צייט האב איך טראמפייטערט מיט מיין קאר הארן צו די שיכורים זיי זאלן לאזן קאר'ן דורעכפארן. ענדלעך בין איך אנגעקימען צו מיין טאטען שליטא ווי מיינע שוואגערס האבן אנגעשאשקעט מיין בחור'ל עד כדי להמית און ער האט מיר געהאקט אין קאפ מיט בכיות און ה' הוא האלוקים!! כ'האב געמיינט איך פלאץ אוועק פאר בושה. אויב דאס איז נישט געניג געוועהן האט א ברידער אויסגעבראכען די גאנצע האב און גוט'ס וואס ער האט געשאשקעט און אלעס ארויף אויף מיין ווייב'ס קערידזש.
איך דארף נאך עפעס צולייגן??!!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דיין ווייב איז אין א קערידזש? רח"ל! אוי טאטע זיסער וויפיל צרות קענען מיר דען פארנעמען?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין ווייב איז א קליינטשיגע און אין די משפחה מאכט מען אייביג חוזק דערפין. סא לכבוד פורים האב איך איר געפאשט אין א קעריזש
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ראשעקאל האט געשריבן:מיין ווייב איז א קליינטשיגע און אין די משפחה מאכט מען אייביג חוזק דערפין. סא לכבוד פורים האב איך איר געפאשט אין א קעריזש

דו ביסט געוועין דעי אינגערמאן וואס איך האב געזעין פושען זיין ווייב און א קערידש?!?! נייס!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבי מען האט מיר טיטולירט אלס פורים רב, קוקט ווער האט אייך אונטערגעהאלטן דאס פורים? די צוויי טאלאנטפולע הומאריסטן, קאווע טרינקער מיט זיין זיסן, האלב ניוראטישן הומאר, און משה געציל מיט זיין קרטיקירנדע און ניכטערע בליק וואס קוקט אויף מענטשהייט ווי א ניכטערער צווישן שיכורים. איך, דער אזוי גערופענער פורים רב איז ניטאמאל געקומען אין שטיבל. ממש, תגא בלא מלכותא. און אייגענטליך מיט אזוינע צוויי שטיקער טאלאנט ווי קאווע טרינקער און משה געציל, אזוינע צוויי מעין דישעס פון גוטזאגעריי ווער דארף מיין לחם עוני?

על כל פנים, מיין פורים האט זיך דורכגעקוועטשט צווישן די משלוח מנות אומגליק, פון אניאגן אלע מלמדי תינוקות ופליטת בית סופריהם מיט האלב צעמאלענע משלוח מנות מטורח הדרך, זיך אפשאקלען פון די קליינע קלעבעדיגע פאנדרעיזערלעך וועמען דער מנהל האט אנגעהעצט צו שאפן פאר די מוסדות הקדושים וואס ראנגלען זיך (העי, די מאכסט דאך מיליאנען פון די פאלשע קאמפיוטער-אינטערנעט פראגראם... די מיינסט איך ליין נישט די זשואיש וויק?) זיך אפטשעפען פון די שיכורים וואס א דאנק די מאלאגא וויין פירן זיי שוין א ראמאנס מיט גאט ברוך הוא. און אזוי ווייטער.

די ארגסטע טראגעדיע איז געווען ביי מיין שווער, ווען מיין שוואגער האט מחליט געווען צו זינגען "להתתוווודדדדעעע או אילהיייייגגגגאללללאווווייייס " דווקא אינעם תנוך אוזן הימנית פון קופערניקוס, און וען איך האב אים איידל מרמז געווען אז ער זאל גיין ווי בענדזשאמין-ראשעקאל שיקן ידידינו ר' הערשל'ען, האט ער אנגעהויבן שרייען "קופערניקוס, די מיינסט די מוזט זיין קאאל, ס'איז פורים, העי, קום טאנצן, ווייז דיין נשמה פנימית...... עד דלא ידע". פון גרויס ניכטערהייט און אנגעגעסנהייט האב איך אים א זאג געטון די היינטיגע מאדערנע ווערסיע פון "שלום עליך רבי ומורי" וואס גייט ווי פאלגענד "גא, ---- יורסעלף" ווי נאר איך האב געזאגט דעם דאזיגן לחש (וואס ווערט נישט געברענגט אין רזיאל המלאך, אבער וואס געוויסע האלטן אז עס איז מרומז אין די באקאנטע לחש פון ישמח משה'נען "מען האט שוין גע'פאק'ט און געמוז"ל'ט") איז געווארן חושך מצרים, עס איז געווארן והעיר שושן נבוכה, מיין שבר איז געווארן בלאס, מיין פלונית'טע איז געווארן אומבאקוועם, און לא עברו ימים רבים און איך בין אהיימגעפארן אבל וחפוי ראש.

איך האב זיך פארבענקט אין די צייטן בהלו נרו של רבינו על ראשנו, אין די בעפאר-פליפן-הייזער עפאכע, ווען די ארבעטער פלעגן פורים נאך מגילה ליינען אנטין ס'קוטשמע, צאמנעמען די געבליבענע ניקעלס פון אונטערן טלית בייטל, און גיין אין דר'ארבעט אריין. אוי, גוטע צייטן געווען, אויסגעמיטן די משלוח מנות סומאטאכע און די גאנצע פורים טראגעדיע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך האב מיך גראדע אינטערהאלטען במשך'ן טאג, ווען אימער א בחור'ל און צומאל א אינגערמאן איז מיר אנטקעגן געקומען צו מזכה זיין מיט מצות צדקה, האב איך אים א פרעג געטוהן: זאג מיר וואס טייטש "שושנת יעקב" באקומסטו 2 דאללער.
יא, ס'געווען וואס האב דאס ערליך פארדינט, אבער איך בין געבליבן מיט גענוג געלט אין טאש
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קופערניקוס האט געשריבן:זיך אפשאקלען פון די קליינע פארשטינקענע פאנדרעיזערלעך וועמען דער מנהל האט אנגעהעצט צו שאפן פאר די מוסדות הקדושים וואס ראנגלען זיך

ואלה הצאן מה חטאו? איך פארשטיי ביסט אביסל אנגעצויגן פון ארבעטן אזוי שווער צו פרטענדען צו זיין פרייליך, אבער מעגסט זיך האלטן אביסל אין די ראמען.
האדם לא נברא אלא להתענג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יאיר האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:זיך אפשאקלען פון די קליינע פארשטינקענע פאנדרעיזערלעך וועמען דער מנהל האט אנגעהעצט צו שאפן פאר די מוסדות הקדושים וואס ראנגלען זיך

ואלה הצאן מה חטאו? איך פארשטיי ביסט אביסל אנגעצויגן פון ארבעטן אזוי שווער צו פרטענדען צו זיין פרייליך, אבער מעגסט זיך האלטן אביסל אין די ראמען.

ער מיינט די בחורים'לעך וואס גייען ארום נאך געלט מיט שמוציגע הוטען און ריח רע, זאל כאטש דער מנהל זיי אויסלערנען ווי אזוי אויסצוקוקען גוט.
לעצטע וואך האב איך געקויפט א ראפעל טיקעט פון ישיבת נתיבות התלמוד, פשוט צוליב דעם וואס די בחורים האבן אויסגעקוקט מענטשליך.
Under influence
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב מיך גראדע אינטערהאלטען במשך'ן טאג, ווען אימער א בחור'ל און צומאל א אינגערמאן איז מיר אנטקעגן געקומען צו מזכה זיין מיט מצות צדקה, האב איך אים א פרעג געטוהן: זאג מיר וואס טייטש "שושנת יעקב" באקומסטו 2 דאללער.
יא, ס'געווען וואס האב דאס ערליך פארדינט, אבער איך בין געבליבן מיט גענוג געלט אין טאש


איך וואלט מסתמא דורכגעפאלן דיין בחינה ווען נישט כבר בא יואלי לעבאוויטש ופירשוה. שושנת יעקב-די בלימעלע פון יעקב!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

קאווע טרינקער וואס זאל איך טוהן אז ס'איז ב"ה אריבער אויף מיר א רואיגען פורים אהן קיין רדיפות?? שוין איך וועל שווייגען..
פארשפארט