עירוב אין ניו יארק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

עירוב אין ניו יארק

שליחה דורך יידל »

נעמט אין אכט: די אשכול איז געווידמעט בלויז פאר די הלכה'דיגע אספעקט פון דעם נושא. דער פאליטישער אספעקט איז שוין געווארן נידון עד דק דא און איך האף אז די גבאים וועלן אהינרוקן די תגובות דא וועלכע וועלן געזאגט ווערן באופן פוליטי. ביטע אויך נעמען אין אכט אז אין די תורה ודעת פארומס איז א צולאזטע שפראך נישט ערלויבט.


די עירוב שערורי' איז גאר אן אלטע, נאך פון איבער הונדערט יאר צוריק, און אויך גאר א פארצווייגטע. איך קען באשטיין זיך אביסל צו באקענען אין די ענינים פון א ריינע הלכה'דיגע שטאנדפונקט. איך זוך נישט קיין היתר און נישט קיין איסור. איך וויל בלויז א שמועס איבער די הלכה'דיגע פרטים, לאיסור ולהיתר, להקל ולהחמיר. איך וועל אנהייבן מיט די עיקר הלכה'דיגע פראבלעמען און דערנאך וועל איך ממשיך זיין מיט דיונים איבער די פראבלעמען.

די עיקר הלכה'דיגע פראבלעמען מיט א שטאטישע עירוב אין ניו יארק זענען די פאלגנדע:

א. רשות הרבים דאוריתא. דאס איז באקאנט אויפן נאמען פון הג"ר משה פיינשטיין, וועלכער האט אין אפאר תשובות אין אגרות משה קלאר ארויסגעברענגט זיין דעת אז ניו יארק איז א רשות הרבים דאורייתא. די פארקערטע צד איז דער חזו"א וועלכער טענה'ט אז אין לנו רשה"ר בזה"ז.
ב. זיכוי הפת. דאס איז דוכט זיך א חידוש מיט וועלכע מען איז אויפגעקומען ביי די וויליאמסבורגע עירוב פרשה, און איז ביי קיין איין פריערדיגע שערורי' נישט דערמאנט געווארן.
ג. קרפף. היות מען ווייסט נישט וואס די שיעור פון א קרפף איז, קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין א שטאט וועלכע נעמט אריין גרויסע ליידיגע שטחים.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: עירוב אין ניו יארק

שליחה דורך ידען »

איך האב ביי די אלטע אשכול געהאפט אז מע וועט ערנסט צונעמען און צושטיקלען די נושא אבער סע צופארן אין אלע directions אבער נישט אין די עכטע נושא.

וואס דו שרייבסט איז גענומען פון ווי?

למשל וועגן זיכוי פת, וואס הייסט אז סע א נייע זאך? פון ווי נעמסט עס?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: עירוב אין ניו יארק

שליחה דורך יידל »

ידען האט געשריבן:וואס דו שרייבסט איז גענומען פון ווי?

מפי השמועה.
ידען האט געשריבן:למשל וועגן זיכוי פת, וואס הייסט אז סע א נייע זאך? פון ווי נעמסט עס?

ווען איך זאג נ"ייע זאך" מיין איך נישט אז ס'איז א לעצטיגע המצאה. איך מיין צו זאגן אז דער פראבלעם איז נישט ערווענט געווארן ביי פריערדיגע שערוריות (ווי למשל אין מאנהעטען אדער אין בארא פארק).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט