נאך אבזערוואציעס אויף די סיפור המגילה.
כמובא לעיל איז די מעשה פון די מגילה א צוזאמשטעל פון מקרים וואס פאלען פונקט אריין אין די right place at the right time. און טאקע אויף אן אופן ווי די מקרים שטארקען זיך אויף אלע אויסגערכענטע פלענער, און איעדע פלאן אויף איין דיירעקשאן ברענגט ארויס א מקרה אויף די פארקערטע וועג.
חוץ די פאר זאכען וואס איך האב שוין דערמאנט אויבען, איז דא א גאנצע ליסטע פון אזעלכע מקרים.
פונקט דעמאלט ווען המן גרייט אהן דעם הויכען בוים צו הענגען מרדכי, וויל אחשורש באלוינען דעם זעלביגען מרדכי.
דער שיינער ניגון פון "ויבא המן" איז די turning point פון די גאנצע מגילה. די פעולה פון אריינקומען מיט א חשבון, ווערסוס די כח פון די מקרים, וואס דרייט איבער די גאנצע חשבון ממש מהיפך להיפך, קען נישט בעסער ארויסגעברענגט ווערען ווי מיט דעם ויבא המן.
פונקט איז המן, מרדכי'ס גרעסטע שונא, געווארען דער וואס באשענקט אים גאר מיט אזא ריזיגע כבוד. דאס געשעהט טאקע די רגע ממש וואס ער קומט אריין מיט'ן חשבון צו בעטען רשות אים אויפצוהענגען. אט יענע רגע איז בלא יודעים שענקט ער אים א ריזיגען כבוד. נישט נאר ער שענקט דאס אים, נאר ער פירט דאס טאקע אויס בפועל. געצווינגענערהייט גייט ער ארום שרייענדיג אז דער מענטש וואס פאר פינעף מינוט צוריק האט ער כמעט באקומען רשות אים צו הענגען, איז גאר אן איש אשר המלך חפץ ביקרו.
אט די געדאנקענגאנג איז נישט נאר מצד די כותב המגילה וואס זעהט דעם גאנצען בילד און אבזערווירט די מקרים און זעהט אז השתדלות העלפט נישט צו פארבעסערען דעם גורל פינעם מענטש. דאס איז אויך מצד די מענטשען אינעם מעשה זעלבסט. זיי פרובירען אויך צו טוהן זייערע פעולות מיט אזא מהלך.זיי האבען אויך פארשטאנען אז די אזויגערופענע בלינדע מקרי האדם האבען עפעס א מיסטעריעזען כוח וואס לאזט זיך נישט פון אלע שיין אויסגערעכענטע פלענער.
אנגעהויבען פארשטייט זיך מיט די גורלות וואס המן האט געמאכט. ער וויל א פלאן וואס זאל גיין באופן מקרה. ער פרובירט אריינצושטעלן זיין אויסגערעכענטע פלאן בגדרי המקרה. ער וויל אז די בלינדע גורל זאל דאס אויספאסקענען.
המן'ס חכמים האבען אויך געארבעט מיט אזא מהלך. זיי האבען געזעהן די דירעקשאן וואס די מקרים פארן און געזאגט אז דאס איז עס. נפול תפול לפניו.
בענין די צוויי משתות אסתר איז אויך מסתבר אזא מהלך. זי האט געווארט פאר עפעס א cue, א סימן וואס זאל ווייזען אז עס פירט זיך און איר ריכטונג. די ערשטע משתה איז המן געווען שמח וטוב לב, ווי עס שטייט ויצא המן ביום ההוא שמח וטוב לב, האט זי דעריבער אפגעשטופט איר בקשה. דאס צווייטע טאג קען מען זיך שוין אליין פארשטעלען וויאזוי ער האט געפילט. נאכדעם וואס ער האט ארומגעפירט זייל ארכ-שונא מיטן גרעסטען כבוד, און נאכ'ן באקומען די שווארצע נבואה פון זיינע חכמים. אסתר האט אוודאי אויך געוואוסט פון זיין קלאסאלער דורכפאל, איז דעריבער האט זי פארשטאנען אז יעצט איז די פאסיגע מינוט. אסתר'ס געדאנקענגאנג was proven right. דער "וגם הנה העץ אשר עשה המן למרדכי אשר דבר טוב על המלך", איז נאר שייך געווען דעם צווייטען טאג, נאכען נדדה שנת המלך וואס האט גורם געווען די קריאת בספר הזכרונות וכו'.
אין אזא מין געדאנקענגאנג האבען קליינע דעטאלען א גרויסע כח. מען שפירט די דירעקשאן וויאזוי די זאך פירט זיך, און מען לאזט זיך ווערען געפירט. עס קוקט אויס ווי אלע players האבען געהאלטען פון אזא מהלך. אחשורש איז ארויס צום גינת הביתן, און המן איז מיט בקשות ותחנונים געפאלען אויף איר בעט. דער קעניג קומט אריין און זעהט א מראה פון שכיבת המן על מטת אסתר. ער רופט זיך אהן הגם לכבוש את המלכה עמי בבית. הדבר יצא מפי המלך - [נישט קיין פעולה פון רעדן, עס איז עפעס יצא מפיו.] די ווערטער האבען געהאט די כוונה פין די שכיבה במטת אסתר, אבער עס האט זיך דערהערט א משמעות אויף די גאנצע ענין פון המן'ס רצון פון הרגענען די אומה פון די מלכה.
אוודאי קענען מיר נישט פארגעסען פינעם ויתלו את המן על העץ אשר הכין למרדכי... דעם זעלבען בוים וואס איז אויספלאנירט געווארען דורך זיינע חכמים אלס די שפיץ פון זיין נקמה במרדכי, איז גאר געווארען די קרוין פון זיין מפלה.
דערנאך זעהן מיר אז דאס וואס המן'ס בריווען זענען געווען בשם המלך אחשורש און מיט זיין זיגעל, א זאך וואס לאו דוקא איעדע בריוו האט דאס געהאט, והאגרות של" להיות כל איש שורר" יוכיח, וואס דאס גופא מאכט די בריוו אומזיגבאר, מען קען דאס נישט צוריקציען. איז דאך דאס חתימת המלך אויפען גזירה, א גאר געפערליכע חלק פינעם גזירה. שטעלט זיך אבער אויס אז דאס גופא איז גורם ממש להיפך. ווען נישט דאס אז די בריווען זענען אזוי שטארק, וואלט אחשורש מסכים געווען צו אסתר בקשה פון להשיב את הספרים מחשבת המן. דעמאלט וואלט סך הכל געווען אז די גזירה איז בטל געווארען. עס וואלט נישט געווען א געלעגענהייט פאר די אידן קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. וויבאלד אבער אז דאס איז נישט געווען קיין אפציע, האט מען געמיזט שיקען א בריוו וואס געבט די רעכט פאר די אידן זיך קעגנצושטעלן די אויספאלגערס פינעם ערשטען בריוו. ומכח גודל הפחד פון מרדכי, האבען אלע לאקאלע ממשלה איינגעשטעלטע געווען אויף די זייט פון די אידן, כי גדול מרדכי בבית המלך. קומט אויס אז די אומרירבארקייט פינעם גזירה איז גורם אז די אידן האבען א מעגליכקייט קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. נאר אזוי איז געווארען דער ונהפוך הוא...שהיהודים שולטים בשונאיהם. דאס וואס די אידן האבען געמיזט זיך דעפענדען און עומד זיין על נפשם, ווייל עס איז דאך געווען די ערשטע בריוו וואס איז נישט בטל געווארען, דאס האט גורם געווען א בעסערע לאגע פאר די אידן, מיטן עלימינירען זייערע שונאים.
אין א געוויסע וועג איז דאס א פאטאליסטישע צוגאנג, עפעס א בחינה פון כאשר אבדתי אבדתי. די מענטש'ס גורל וועט זיין וואס עס וועט זיין. מען קען זיך אפשר אביסל משתדל זיין זיך אריינצושטעלן אין א געניסטיגע מקרה, אבער דאס איז עס, נישט מער. עד כדי כך אז אין די מגילה שטייט נישט קיין איין ווארט פון בקשה צום אייבערשטען ביים צרה. אויך נישט קיין הודאה צום אייבערשטען ביי די ישועה.
במושכל ראשון קוקט דאס אויס ווי א התרחקות פינעם אייבערשטען, מען האט אינגאנצען פארגעסן פינעם אייבערשטען ח"ו. כעין דעם עד דלא ידע, ווען מען ווייסט נישט קיין חילוק בין טוב לרע.
וואס איז פשט מיט דעם גאנג?
עס קוקט אויס זייער עהנליך צו
surrealism