town1 האט געשריבן:איך האב געקויפט די "מצליח" די דעקל איז זייער שיין, אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט
Excuse me, this is a new magazine and people have a right to see what kind of magazine they are buying for the first time! To put it in a plastic the first time is shameful and shows a lack of confidence!
But good for them. Those idiots who bought it do not deserve those few dollars they spent on it
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
ס'האט זיך מיר געמאכט א פרייע מינוט בין איך א פארסאפעטער געלאפן צום שפיגל. וואס זאל איך אייך זאגן, וויאזוי א מענטשן ליבהאבער זעט אויס ווייס איך נישט, אבער אזויפיל קען איך קלארשטעלן, אז לויט די ערשטע רעזולטאטן בין איך נישט קיין הונט, איך ביל נישט, און איך בין אויך נישט שמעון ראליניצקי... צום ענין: מיט'ן גרעסטן רעספעקט פאר הרב קופערניקעס, האב איך אים קאמפלימענטירט פאר זיין ווערק? אפילו איינס? איך האב קאמפלימענטירט זיין "רצון" און דאס ביזטו אויך מודה אז כונתו רצויה, ער וויל גוטס און ער מיינט נישט קיין שלעכטס. און דער המשך, דא קומט אריין דער חילוק צווישן קאנסטראקטיוו קריטיק און סתם קריטיק. סתם קריטיק מיינט דו ביזט א לא יוצלח, פערעיאד. און אלזא? נישטא קיין אלזא, אין דער ערד זאלסטו גיין, פארוואס? ווייל דו ביזט א לא יוצלח, און האסט גארנישט באקומען ווען מ'האט געטיילט. קאנסטראקטיוו מיינט אז מ'פארציילט דעם "פארוואס", וואס האט צוגעברענגט דעם קריטיקירעס החלטה, אבער אן דעם סוף פסוק, דעם תבנא לדינא, דעם סך הכל לאזט מען איבער פאר יענעם. און וואס פאסירט? אויב יענער איז א נער, וועט ער גיין אין דער וואנט אריין, ביז ער וועט זען אז ער האט נישט קיין קונדן, דעמאלט וועט ער באשליסן אז בעצם בין איך פערפעקט, נאר ס'איז בכלל נישטא קיין מארקעט, איי דער שטערן? וועט מען זיכן א תירוץ, מן הסתם מאכט ער אויך נישט קיין געלט, ער האלט עס נאר אגב, צו קענען צושטעלן חומר פאר דער זמן, וואס דאס איז שוין ענגליש און ס'גייט יא וכו'. אויב איז ער א פייגן בלעטעל ווי דו רופסט עס, מאכט ער צו דעם מאגאזין נאך איין חודש און באהאלט זיך אין די מייזן לעכער. און אויב איז ער פארשטענדליך, וועט ער אויפנעמען א פאר גוטע שרייבער, און געבן זיינע ארטיקלען פאר א פראפעסיאנאל איבערצוארבעטן, ביז ער וועט זיך צולערנען. און דאס וואס דו האלטסט אז מ'קען זיך נישט לערנען איז אבסורד, קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג אלעס.
און צו אייך הרב אדוואקאט באמת האב איך אייך נישט געפלאנט צו ענטפערן ווייל ווער איר זענט ווייס איך נישט, אבער דאס איז קלאר אז איר האט עפעס אן אומפארשטענדליכע בלינדע אגענדע, ממילא איז א שאד די מי, אבער אז מ'רעדט שוין. קיינער איז נישטא קיין הינט, און קיינער בילט נישט דא, קיינער קומט נישט נאך אייך, און קיינער קומט נישט דא נאך קיינעם. קיינער איז נישט מקנא דעם מצליח ווייל ס'איז נישטא קיין סיבה אים מקנא צו זיין, אפגעזען צו דער מאגאזין איז גוט אדער נישט. מיר קענען טאלערירן דיינע פארנעפלטע אויסברוכן, אפשר אפילו אקצעפטירן, אבער זיכער נישט רעספעקטירן. מיר זענען נישט געוואוינט דא דערצו. א דאנק. אלע אויגן צוריק אויף די פלעצער, זאל זיין ארדענונג דא.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
זר זהב האט געשריבן:איך ליין אז דער צווייטער מצליח איז ערשינען (ליידער)
פארוואס ליידער? עפעס קלייניגקייטן?! חסידים גייען אנפאנגען צו דינען אין דזשורי! איר ווייסט וואס דאס מיינט?! איך בין זיכער אז ווען הרב לעפקאוויטש מיט זיין כולל קעפל גייט אנקומען אין געריכט, גייען די ריכטערס ארויסגיין פון התפעלות פון די קליגשאפט וואס די גמרא קעפלעך פארמאגען. איך וועל נישט זיין סופרייזד אז דער הויפט ריכטער שטעלט זיך אויף פון בענקעל און גיבט עס איבער פאר ר' מנשה פילאפ. און דאס אז בילי טאמפסאן גייט נישט טשעפענען די מציצה בפה איז עפעס אוועקצומאכען? עס ברענגט טשענסעס צוריק צו ברענגען שיטה מקובצת'ן! ווילסט נאך??? מוטה פראנק זאגט קלאר און דייטליך; "יאך בין נישט קיין רב, רבי', מנהיג, ס"ה א איד וואס האט אמת'דיג ליב יעדעם איינעם"! איך זיך נאך אפאר אזעלכע אידן אויפן ערד קוגעל!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?