מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פינטאו, נולד האט אפשר א פוינט אבער איז א מהלך פון רעדן צום זאך! ווייל זיי מעגן אריינשטעלן סיי וועלכע טורמס זיי ווילן אינעם קאנטראקט, נעמט נישט אוועק פונעם איבערגעטריבנקייט ווען מען שטעלט אריין תנאים אבערצונעמן יענעמס גאט-געגעבענע רעכטן! איך מוז טאקע נישט לייגן דארט מיין קינד, אבער דער פאקט אז אלע מוסדות אין שטעטל פארשטייען פאר א דבר הפשוט אז די סארט תנאים פאסען אריין און די "טורמס ענד קאנדישאנס" צייגט אוף וועלכע מדרגה אין מענטשליכע רעכטן אנזערע פארטרעטער האלטן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
קלוג און יונג האט געשריבן:פינטאו, נולד האט אפשר א פוינט אבער איז א מהלך פון רעדן צום זאך! ווייל זיי מעגן אריינשטעלן סיי וועלכע טורמס זיי ווילן אינעם קאנטראקט, נעמט נישט אוועק פונעם איבערגעטריבנקייט ווען מען שטעלט אריין תנאים אבערצונעמן יענעמס גאט-געגעבענע רעכטן! איך מוז טאקע נישט לייגן דארט מיין קינד, אבער דער פאקט אז אלע מוסדות אין שטעטל פארשטייען פאר א דבר הפשוט אז די סארט תנאים פאסען אריין און די "טורמס ענד קאנדישאנס" צייגט אוף וועלכע מדרגה אין מענטשליכע רעכטן אנזערע פארטרעטער האלטן.
פארגעס נישט רוב מענטשן זענען מסכום מיט מוסד, אז נישט וואלטן די מוסד עס נישט געטון
אלאמאי סאיז א מיעט וואס האט א פראבלעם , זאלן זיי זיכען/מאכן אן אייגנעם מוסד.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
איך בין שוין שפעט דא אינעם דיסקאשען, אבער פארט וועל איך אריין ווארפן מיינע צוויי סענט,
די לייגסט אראפ זייער א מאדענע און פאלשע הנחה, און אויף דעם בויעסטע א בנין וואס איז אינגאנצן נישט ריכטיג, און אז דיין יסוד איז נישט גוט איז דיין בנין זיכער נישט גוט,
מען שיקט נישט קיין קינדער צו קיין מוסד ווייל מען האט א פראבלעם וואס צו טיען מיט זיי אינדערהיים, פינטל
אלמלא דאס וואלט געווען די צול איז דא א גרינגערע ביליגערע און פראקטישע עצה, נעם זיי צו דא ארבייט,
סיי דער איד, און סיי להבדיל אלף אלפי הבדלות דער גוי, שיקען די קינדער און חדר אדער און סקול פאר חינוך, חינוך איז טייטש אז מען לערנט אויס פארן קינד א סדר החיים, יעדער אויף זיין שטייגער, פינעם פרימעסטען איד, ביז להבדיל אלף אלפי הבדלות דער פראסטער גוי,
ווען די גיבסט איבער דיין קינד - צוליב חינוך - צום מוסד וואס דו האסט אויסגעוועלט {אדער צו די מוסד וואס דיינע עלטערן האבן פאר דיר אויסגעוועלט, און דו האסט נישט די קוראזאש צו טוישען די מוסד } ביסטו מסכים אז דער מוסד זאל אריינלייגען די חינוך און דיין קינד לויט די השגה/דרגא/סיסטעם און השקפה פינעם מוסד, דאס גיבט זיי די רעכט צו פארלאנגען פון דיין קינד, אדער פון דיר, סיי וועלכע תקנה זיי האלטן אז עס פעלט אויס פאר זייער השגה/דרגא/סיסטעם/ און השקפה און חינוך, און די מינוט וואס די האלסט אז זייער השגה/דרגא/סיסטעם/ און השקפה איז נישט גוט, האסטע די רעכט צו טוישען מוסד, {אויב דו האסט די קוראזאש דערצו }
חינוך איז 24 שעה ארום די זייגער, ווייל יעדער פארשטייט אז מען קענן נישט זיין אינדערהיים א ליבאוויטשער און אין חדר א סאטמערער זיי ביידע האבן אנדערע מהלכים השגות און השקפות, דערפאר האבן זיי די פילע רעכט איינצופירען סיי וועלכע תקנה זיי ווילען, סיי דערמיט מחנך צו זיין דיין קינד, און סיי אז דיין קינד זאל נישט פארדארבען אנדערע קינדער וואס זייערע ווילען אז דאס קינד זאל יא באקימען די חינוך וואס יענע מוסד שטעלט צו,
גלעזעלע האט געשריבן:איר האט געזוכט צו לעהזען א פראבלעם, אז איר קענט זיך נישט אפגעבן מיטן קינד דורכאויס אייער ארבעטס שעה’ן. האט מען בסך הכל געדינגען דעם מוסד אלס שטעלפארטרעטער פאר די פאר שעה.
די לייגסט אראפ זייער א מאדענע און פאלשע הנחה, און אויף דעם בויעסטע א בנין וואס איז אינגאנצן נישט ריכטיג, און אז דיין יסוד איז נישט גוט איז דיין בנין זיכער נישט גוט,
מען שיקט נישט קיין קינדער צו קיין מוסד ווייל מען האט א פראבלעם וואס צו טיען מיט זיי אינדערהיים, פינטל
אלמלא דאס וואלט געווען די צול איז דא א גרינגערע ביליגערע און פראקטישע עצה, נעם זיי צו דא ארבייט,
סיי דער איד, און סיי להבדיל אלף אלפי הבדלות דער גוי, שיקען די קינדער און חדר אדער און סקול פאר חינוך, חינוך איז טייטש אז מען לערנט אויס פארן קינד א סדר החיים, יעדער אויף זיין שטייגער, פינעם פרימעסטען איד, ביז להבדיל אלף אלפי הבדלות דער פראסטער גוי,
ווען די גיבסט איבער דיין קינד - צוליב חינוך - צום מוסד וואס דו האסט אויסגעוועלט {אדער צו די מוסד וואס דיינע עלטערן האבן פאר דיר אויסגעוועלט, און דו האסט נישט די קוראזאש צו טוישען די מוסד } ביסטו מסכים אז דער מוסד זאל אריינלייגען די חינוך און דיין קינד לויט די השגה/דרגא/סיסטעם און השקפה פינעם מוסד, דאס גיבט זיי די רעכט צו פארלאנגען פון דיין קינד, אדער פון דיר, סיי וועלכע תקנה זיי האלטן אז עס פעלט אויס פאר זייער השגה/דרגא/סיסטעם/ און השקפה און חינוך, און די מינוט וואס די האלסט אז זייער השגה/דרגא/סיסטעם/ און השקפה איז נישט גוט, האסטע די רעכט צו טוישען מוסד, {אויב דו האסט די קוראזאש דערצו }
חינוך איז 24 שעה ארום די זייגער, ווייל יעדער פארשטייט אז מען קענן נישט זיין אינדערהיים א ליבאוויטשער און אין חדר א סאטמערער זיי ביידע האבן אנדערע מהלכים השגות און השקפות, דערפאר האבן זיי די פילע רעכט איינצופירען סיי וועלכע תקנה זיי ווילען, סיי דערמיט מחנך צו זיין דיין קינד, און סיי אז דיין קינד זאל נישט פארדארבען אנדערע קינדער וואס זייערע ווילען אז דאס קינד זאל יא באקימען די חינוך וואס יענע מוסד שטעלט צו,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פריינדליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
ביזט גערעכט מיט דיין ערשטע פוינט אז די חדר איז מער ווי א בעבי סיטינג, סאיז דא צו עדיוקעטען אונזערע קינדערלעך. (דיין סברא "אלמלא דאס וואלט געווען די צול איז דא א גרינגערע ביליגערע און פראקטישע עצה, נעם זיי צו דא ארבייט," אנטשולדיג מיר 'פראקטיש'?! די קינדער זאלן זיך דרייען אין די אפיסעס אדער אין די סעילסמען'ס טאשקע?), און אז איינער האט א פראבלעם מיט די מוסד'ס תקנות אדער חינוך זאל ער זיך טרעפן א צווייטע מוסד.
די פראבלעם איז נאר די מוסדות לערנען נישט אויס מער ווי חומש משניות אין גמ', און גארנישט מער , נישט קיין השקפה אין נישט קיין הדרכה צום לעבן. איז א חוצפה פין זייער זייט פלוצלינג זיך אריינמישן וואס טוט זיך אינדערהיים. אין איינטיילען וועלכע גלעזער מ'מעג אנטון.
גמ' אין משניות לערענט מען אין סאטמער פונקט ווי אין ליובאוויטש.
די חדר דארף זיין, און איז די זעלבע אין סאטמאר ווי ליובאוויטש
די שטוב אין די עלטערן זענען די וואס מאכן דעם קינד פאר א סאטמערער.
פרעג נאר דיין באבע צי זי איז נישט געגאנגען אין פאבליק סקול?
ספעלט זיי גארנישט, פארוואס ווייל חינוך האבן זיי געלערנט אין שטוב.

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
איך האלט אז יעדע מוסד מעג זיך האבן זיינע תקנות, אבער אייגענע דארף מען אנעמען, ווענדט זיך ביי וועלכע מדריגה
פארוואס ווילסטו דייקא שיקן אין בעלז (נאר א משל) אדער 1)ווייל דו ביזט א בעלזער, אדער 2)ווייל דו האסט ליב זייער חינוך, אדער 3)פאר עני אנדערע סיבה.
יעצט אויב איז עס פאר סיבה 2 - 3 - 4 - אא"וו דארפסטו זיך צושטעלן צו די תקנות, אויב ווילסטו נישט דאן גיי צו די חדרים וואס לאזן אריין אזוינע קינדער ווי דו קוקסט אויס
אויב איז עס סיבה נומער 1 דאן אויב איז דער אינגערמאן נאר אביסל שוואך, דארף עם די מוסד אריינעמען, און דאס קען עם אויפבויען, מעגסט עם היייסן זיך פארבעסערן, צו די מוסד סטאנדארט, אבער אויב ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן, דאן ווארפט מען עם נישט ארויס.
אבער האלט דער אינגערמאן ביי א מדריגה וואס ער רירט די בארד און פיאות וכדו', אדער אז זיין בני בית גייט אנגעטוהן כאחד השיקסעס, איז מען עם נישט מחויב אנצונעמען, און אויב ער פארשטייט עס נישט אליינס פארוואס מ'נעמט עם נישט אן, זאל מען עם מסביר זיין.
כ'האף אז עס איז גענוג קלאר.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
נולד מאוחר האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:איך בין שוין שפעט דא אינעם דיסקאשען, אבער פארט וועל איך אריין ווארפן מיינע צוויי סענט,גלעזעלע האט געשריבן:איר האט געזוכט צו לעהזען א פראבלעם, אז איר קענט זיך נישט אפגעבן מיטן קינד דורכאויס אייער ארבעטס שעה’ן. האט מען בסך הכל געדינגען דעם מוסד אלס שטעלפארטרעטער פאר די פאר שעה.
די לייגסט אראפ זייער א מאדענע און פאלשע הנחה, און אויף דעם בויעסטע א בנין וואס איז אינגאנצן נישט ריכטיג, און אז דיין יסוד איז נישט גוט איז דיין בנין זיכער נישט גוט,
מען שיקט נישט קיין קינדער צו קיין מוסד ווייל מען האט א פראבלעם וואס צו טיען מיט זיי אינדערהיים, פינטל
אלמלא דאס וואלט געווען די צול איז דא א גרינגערע ביליגערע און פראקטישע עצה, נעם זיי צו דא ארבייט,
סיי דער איד, און סיי להבדיל אלף אלפי הבדלות דער גוי, שיקען די קינדער און חדר אדער און סקול פאר חינוך, חינוך איז טייטש אז מען לערנט אויס פארן קינד א סדר החיים, יעדער אויף זיין שטייגער, פינעם פרימעסטען איד, ביז להבדיל אלף אלפי הבדלות דער פראסטער גוי,
ווען די גיבסט איבער דיין קינד - צוליב חינוך - צום מוסד וואס דו האסט אויסגעוועלט {אדער צו די מוסד וואס דיינע עלטערן האבן פאר דיר אויסגעוועלט, און דו האסט נישט די קוראזאש צו טוישען די מוסד } ביסטו מסכים אז דער מוסד זאל אריינלייגען די חינוך און דיין קינד לויט די השגה/דרגא/סיסטעם און השקפה פינעם מוסד, דאס גיבט זיי די רעכט צו פארלאנגען פון דיין קינד, אדער פון דיר, סיי וועלכע תקנה זיי האלטן אז עס פעלט אויס פאר זייער השגה/דרגא/סיסטעם/ און השקפה און חינוך, און די מינוט וואס די האלסט אז זייער השגה/דרגא/סיסטעם/ און השקפה איז נישט גוט, האסטע די רעכט צו טוישען מוסד, {אויב דו האסט די קוראזאש דערצו }
חינוך איז 24 שעה ארום די זייגער, ווייל יעדער פארשטייט אז מען קענן נישט זיין אינדערהיים א ליבאוויטשער און אין חדר א סאטמערער זיי ביידע האבן אנדערע מהלכים השגות און השקפות, דערפאר האבן זיי די פילע רעכט איינצופירען סיי וועלכע תקנה זיי ווילען, סיי דערמיט מחנך צו זיין דיין קינד, און סיי אז דיין קינד זאל נישט פארדארבען אנדערע קינדער וואס זייערע ווילען אז דאס קינד זאל יא באקימען די חינוך וואס יענע מוסד שטעלט צו,
ביזט גערעכט מיט דיין ערשטע פוינט אז די חדר איז מער ווי א בעבי סיטינג, סאיז דא צו עדיקעטען אונזערע קינדערלעך. (דיין סברא "אלמלא דאס וואלט געווען די צול איז דא א גרינגערע ביליגערע און פראקטישע עצה, נעם זיי צו דא ארבייט," אנטשולדיג מיר 'פראקטיש'?! די קונדער זאלן זיך דרייען אין די אפיסעס אדער אין די סעלס מען'ס טאשקע?)
אין אז איינער האט א פראבלעם מיט די מוסד'ס תקנות אדער חינך זאל ער זיך טרעפן א צווייטע מוסד.
די פראבלעם איז נאר די מוסדות לערנען נישט אויס מער ווי חומש משניות אין גמ'
און גארנישט מער ,נישט קיין השקפה אין נישט קיין הדרכה צום לעבן.
איז א חוצפה פין זייער זייט פליצלינג זיך אריינמישן וואס טוט זיך אינדערהיים. אין איינטיילען וועלכע גלעזער ממעג אנטון.
גמ' אין משניות לערענט מען אין סאטמער פונקט ווי אין לאבאוויטש.
די חדר דארף זיין, אין איז די זעלבע אין סאטמאר ווי לאבאוויטש
די שטוב אין די עלטערן זענען די וואס מאכן דעם קינד פאר א סאטמערער.
פרעג נאר דיין באבע צי זי איז נישט געגאנגען אין פאבליק סקול?
ספעלט זיי גארנישט, פארוואס ווייל חינך האבן זיי גלערנט און שטוב .
ביזט זיכער אז דו האסט געקוואט די ריכטיגע תגובה בשעת דו האסט געשריבען דיין תגובה?
עס זעט נישט אויס ווי דו ענפערסט/פרעגסט אויף דאס וואס איך האב געשריבען?! קוק עס איבער זע צו האסט נישט געמאכט א טעות דא,
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פריינדליך האט געשריבן:[
ביזט זיכער אז דו האסט געקוואט די ריכטיגע תגובה בשעת דו האסט געשריבען דיין תגובה?
עס זעט נישט אויס ווי דו ענפערסט/פרעגסט אויף דאס וואס איך האב געשריבען?! קוק עס איבער זע צו האסט נישט געמאכט א טעות דא,
ניין ס'איז נישט קיין טעות איך מיין דיר.
בעסיקלי זאג איך אזוי
איך בין מסכים מיט דיר
1) אז מיר שיקן די קינדער אים חדר נישט ווייל מיר האבן א פראבלעם פין בעבי סיטינג, נאר כדאי זיי זאלן לערנען.
2)די מוסד האט די רעכט צי מאכן וועלכע תקנות סשמעקט זיי.
איך בין מחולק מיט דיין טענה אז די מוסד מעג מאכן תקנות ווי אזוי איך זאל מחנך זיין מיין קינד אינדערהיים "ווייל איך האב זיי איבער געגבען מיין קינד".
סהייסט אזוי אפי' זיי האבען רעכט מיינט נישט אז סאיז גערעכט. איך האב רעכט צי ווארפן מיין געלט אין גארבידש בשעת מיין שכן שטארבט פאר הונגער, סמיינט נישט אז סאיז גרעכט,
ספיצעל ווען רוב עלטערן זענען נישט אינטערסירט אין די תקנות , למשל פלעסטיק גלעזער אין סאטמער ,רוב איז א באלאבאטישער עולם זיי קערן נישט דערפאר.
איך טענה אז די מוסד איז נישט מחנך אונזער קונדער, זיי לערנען נאר אויס חומש גמ'
זיי לערנען כמעט נישט קיין השקפה, אין אזוי ברויך זיין. סבלאנגט פאר די טאטע צו אריינלייגן זיין שיטות אין השקפות אונעם קינד עכ"פ די חומרות אין קילות.
אין נאר פאר דעם געב איך איבער מיין קינד צים מוסד.
אויב אזוי איז נישט אמת וואס די זאגטס "יעדער פארשטייט אז מען קענן נישט זיין אינדערהיים א ליבאוויטשער און אין חדר א סאטמערער זיי ביידע האבן אנדערע מהלכים השגות און השקפות"
וידבר השם אדער שור שנגח טייטש מען די זעלבע אין סאטמער ווי לאבאוויטש.
ביי אונדז אין חדר איז אריינגפאלן א קינד פין א שטוב מיט אנדערע שיטות ווי רוב שטיבער, ער איז געבליבן אזוי ווי זיין שטוב ווייל זיין טאטע האט עם מחנך געווען .מיין ראיה איז אונזערע באבעס זענען געגאנגען אין פאבליק סקול אין זיי זענען געבליבען פרום.
- משכיל
- היימישער באניצער
- הודעות: 422
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
עס עגבערט מיר שוין לאנגע יארן, וואס מאכט מענטשען האבען א נטיה צו פרומקייט, עס זיינען דא פארדארבענע מענטשען וואס האבן זייער ליב יעדע פרומע זאך, למשל אלע מיני מנהגים ביים שבת טיש, גיין הערן טרויעריגע שלש סעודות תורות וכו', אין ווייטער פארקערט זיינען דא אמת'ע ערליכע יודן וואס עקלען זיך פון דעם, איז דא צו דעם א ביאלאגישע סיבה ? ווייסט ווער עפעס, מה טעם יש בה ?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
משכיל האט געשריבן:עס עגבערט מיר שוין לאנגע יארן, וואס מאכט מענטשען האבען א נטיה צו פרומקייט, עס זיינען דא פארדארבענע מענטשען וואס האבן זייער ליב יעדע פרומע זאך, למשל אלע מיני מנהגים ביים שבת טיש, גיין הערן טרויעריגע שלש סעודות תורות וכו'
לכאורה די שולד-געפילן טרייבט זיי צו טון זאכן מיט וועלכע זיי שפירן זיך אויסגערייניגט און "פרום". ופשוט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
מען רעדט ארום און ארום די נושא, לאמיר פראבירן רעדן פונעם דירעקט:
וואספארא תקנה האלט איר אז עס איז איבערגעטריבן??
איך האב שוין פריער ארויסגעברענגט מיין מיינונג אז איך האלט אז די מוסדות זענענן גערעכט עד הסוף,
אבער לאמיר וויזיטען די אנדערע זייט מטבע, לאמיר יא רעדן ספעסיפיק און לאמיר זען אויף וואס די טענות זענען,
לאמיר רעדן פון דריי קהילות - סאטמאר - באבוב - פאפא,
קען איינער אהערברענגען א איבערגעטריבענע תקנה?? אדער סיי וואספארא תקנה ער האלט אז די מוסדות האט איבערגעטריבען זייערע רעכטן?
וואספארא תקנה האלט איר אז עס איז איבערגעטריבן??
איך האב שוין פריער ארויסגעברענגט מיין מיינונג אז איך האלט אז די מוסדות זענענן גערעכט עד הסוף,
אבער לאמיר וויזיטען די אנדערע זייט מטבע, לאמיר יא רעדן ספעסיפיק און לאמיר זען אויף וואס די טענות זענען,
לאמיר רעדן פון דריי קהילות - סאטמאר - באבוב - פאפא,
קען איינער אהערברענגען א איבערגעטריבענע תקנה?? אדער סיי וואספארא תקנה ער האלט אז די מוסדות האט איבערגעטריבען זייערע רעכטן?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פריינדליך האט געשריבן:קען איינער אהערברענגן א איבערגעטריבענע תקנה?? אדער סיי וואספארא תקנה ער האלט אז די מוסודות האט איבערגעטריבען זייערע רעכטען?
א. דער קינד טאר נישט טראגן קיין אייזערנע גלעזער, נאר פלאסטיש.
ב. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע הויזן פון כיתה א'/ב' און ווייטער.
ג. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע ערמעל פון כיתה ג'/ד' און ווייטער.
ד. מען טאר נישט האבן קיין קאמפיוטער אינדערהיים.
ה. א טאטע טאר נישט ברענגן זיין קינד אין חדר אן די הוט און רעקל.
ו. קינדער טארן נישט פארן אויף א ביציקעל.
ז. מען טאר נישט גיין מיט קליידונג וועלכע האבן די נאמען אדער סימבאל פון דעם קאמפעני פון אינדרויסן.
ח. העמדער טארן נישט האבן סיי וואספארא אויפשריפט אויף זיך
ט. מען מעג נאר גיין מיט א ווייעכע קאפל (נישט הארט) און דוקא פון אכט רעפטלעך, נישט ווינציגער.
י. מען טאר נישט אוועקפארן אויף א שבת אין די קאנטרי.
יא. מען טאר נישט האבן די דיסקס פון ליפא שמעלצער/מיכאל שניצלער/ מרדכי בן דוד/ וכו'
יב. די מאמע מוז האבן טייטס מיט סיעמס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
משכיל האט געשריבן:עס עגבערט מיר שוין לאנגע יארן, וואס מאכט מענטשען האבען א נטיה צו פרומקייט, עס זיינען דא פארדארבענע מענטשען וואס האבן זייער ליב יעדע פרומע זאך, למשל אלע מיני מנהגים ביים שבת טיש, גיין הערן טרויעריגע שלש סעודות תורות וכו', אין ווייטער פארקערט זיינען דא אמת'ע ערליכע יודן וואס עקלען זיך פון דעם, איז דא צו דעם א ביאלאגישע סיבה ? ווייסט ווער עפעס, מה טעם יש בה ?
אסאך געטראכט וועגן דעם, בידערווייל קוק מיר אויס ווי א נטיה וואס קומט אדער צוליב זיין טבע אדער צוליב די יעצטיגע אדער אמאליגע אטמאספער.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
יידל האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:קען איינער אהערברענגן א איבערגעטריבענע תקנה?? אדער סיי וואספארא תקנה ער האלט אז די מוסודות האט איבערגעטריבען זייערע רעכטען?
א. דער קינד טאר נישט טראגן קיין אייזערנע גלעזער, נאר פלאסטיש.
ב. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע הויזן פון כיתה א'/ב' און ווייטער.
ג. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע ערמעל פון כיתה ג'/ד' און ווייטער.
ד. מען טאר נישט האבן קיין קאמפיוטער אינדערהיים.
ה. א טאטע טאר נישט ברענגן זיין קינד אין חדר אן די הוט און רעקל.
ו. קינדער טארן נישט פארן אויף א ביציקעל.
ז. מען טאר נישט גיין מיט קליידונג וועלכע האבן די נאמען אדער סימבאל פון דעם קאמפעני פון אינדרויסן.
ח. העמדער טארן נישט האבן סיי וואספארא אויפשריפט אויף זיך
ט. מען מעג נאר גיין מיט א ווייעכע קאפל (נישט הארט) און דוקא פון אכט רעפטלעך, נישט ווינציגער.
י. מען טאר נישט אוועקפארן אויף א שבת אין די קאנטרי.
יא. מען טאר נישט האבן די דיסקס פון ליפא שמעלצער/מיכאל שניצלער/ מרדכי בן דוד/ וכו'
יב. די מאמע מוז האבן טייטס מיט סיעמס.
ד' האט יא קלאר א שייכות מיט דער חדר
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 434
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
- געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
יידל האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:קען איינער אהערברענגן א איבערגעטריבענע תקנה?? אדער סיי וואספארא תקנה ער האלט אז די מוסודות האט איבערגעטריבען זייערע רעכטען?
א. דער קינד טאר נישט טראגן קיין אייזערנע גלעזער, נאר פלאסטיש.
ב. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע הויזן פון כיתה א'/ב' און ווייטער.
ג. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע ערמעל פון כיתה ג'/ד' און ווייטער.
ד. מען טאר נישט האבן קיין קאמפיוטער אינדערהיים.
ה. א טאטע טאר נישט ברענגן זיין קינד אין חדר אן די הוט און רעקל.
ו. קינדער טארן נישט פארן אויף א ביציקעל.
ז. מען טאר נישט גיין מיט קליידונג וועלכע האבן די נאמען אדער סימבאל פון דעם קאמפעני פון אינדרויסן.
ח. העמדער טארן נישט האבן סיי וואספארא אויפשריפט אויף זיך
ט. מען מעג נאר גיין מיט א ווייעכע קאפל (נישט הארט) און דוקא פון אכט רעפטלעך, נישט ווינציגער.
י. מען טאר נישט אוועקפארן אויף א שבת אין די קאנטרי.
יא. מען טאר נישט האבן די דיסקס פון ליפא שמעלצער/מיכאל שניצלער/ מרדכי בן דוד/ וכו'
יב. די מאמע מוז האבן טייטס מיט סיעמס.
ביסט גערעכט אז דאס איז אלס איבערגעטריבענע תקנות. אבער אין נארמאלערע חסידות'ן וועסטו נישט טרעפן רוב דערפון.
ד' און ה' זענען די איינציגסטע צוויי תקנות וואס באבובער חדר האט איינגעפירט.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
יידל האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:קען איינער אהערברענגן א איבערגעטריבענע תקנה?? אדער סיי וואספארא תקנה ער האלט אז די מוסודות האט איבערגעטריבען זייערע רעכטען?
א. דער קינד טאר נישט טראגן קיין אייזערנע גלעזער, נאר פלאסטיש. ב. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע הויזן פון כיתה א'/ב' און ווייטער.
ג. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע ערמעל פון כיתה ג'/ד' און ווייטער. ד. מען טאר נישט האבן קיין קאמפיוטער אינדערהיים.
ה. א טאטע טאר נישט ברענגן זיין קינד אין חדר אן די הוט און רעקל. ו. קינדער טארן נישט פארן אויף א ביציקעל.
ז. מען טאר נישט גיין מיט קליידונג וועלכע האבן די נאמען אדער סימבאל פון דעם קאמפעני פון אינדרויסן. ח. העמדער טארן נישט האבן סיי וואספארא אויפשריפט אויף זיךט. מען מעג נאר גיין מיט א ווייעכע קאפל (נישט הארט) און דוקא פון אכט רעפטלעך, נישט ווינציגער. י. מען טאר נישט אוועקפארן אויף א שבת אין די קאנטרי.
יא. מען טאר נישט האבן די דיסקס פון ליפא שמעלצער/מיכאל שניצלער/ מרדכי בן דוד/ וכו' יב. די מאמע מוז האבן טייטס מיט סיעמס.
ב"ה איינער איז שוין גרייט צו רעגן פון פאקטן, גענדיגט מיט די הוילע רעטאריק, יעצט וועלן מיר קענענן האבן א געהעריגע דיסקאשען איבער די נושא,
אבער בעפאר מיר הייבן אן, לאמיר אראפשטעלן די פאקטן וואס עס איז אמת, און וואס נישט, זעקס פון די תקנות זענענן - און סאטמער - בכלל נישט אמת, עס עקסעסטירט נישט אזוינע תקנות, די זענענן נישט אמת:
ה. א טאטע טאר נישט ברענגן זיין קינד אין חדר אן די הוט און רעקל.. ו. קינדער טארן נישט פארן אויף א ביציקעל.
ז. מען טאר נישט גיין מיט קליידונג וועלכע האבן די נאמען אדער סימבאל פון דעם קאמפעני פון אינדרויסן.. מען טאר נישט אוועקפארן אויף א שבת אין די קאנטרי.
יא. מען טאר נישט האבן די דיסקס פון ליפא שמעלצער/מיכאל שניצלער/ מרדכי בן דוד/ וכו' יב. די מאמע מוז האבן טייטס מיט סיעמס,
די אמת איז אז: 1} מען מעג ברענגן די קינד ווי אזוי מען וויל, עס איז מעשה בכל יום, 2} ביציקעל תקנה איז לאנג בטל געווערן, מען מעג שוין, 3} א סימבעל פון א קאמפאני מעג יא זיין אויף א העמעד, עס איז מעשה בכל יום, 4} גאנצטע משפחות פארען כמעט וועכענטליך און קאנטרי, 5} אינדערהיים מעג מען יא האבן אלע סידי {חוץ DVD ] מען לאזט עס נישט פארקויפען, אבער קיינער האלט עס נישט פון קויפען און אנדערע פלעצער,6} א ריזיג חלק פרויען גייען מיט טייטס אן סיעמס, איך ווייס באמת נישט וויאזוי דו מאכסט אזא טעות,
יעצט לאמיר זען די איבריגע תקנות, לאמיר זען פארוואס א מוסד מאכט בכלל תקנות, און מיר וועלען זען צו מען קען זיך פארשטיין,
און די נעקסטע תגובה אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פריינדליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
די ערשטע שאלה איז, פארוואס מאכט א מוסד תקנות?
די תירוץ דערויף איז זייער פשוט, און ווי איך האב עס שוין איינמאל געשריבען דא, אז:
דאס איז די סיבה פארוואס זיי מאכען תקנות, רוב תקנות וואס זיי מאכען איז געבויט אז דאס קינד זאל אויסוואקסען לויט די השקפה וואס זיי - די מוסד - האלט אז עס איז ריכטיג, אויך איז דא תקנות וואס פעלט זיך אויס אלץ הלכה חלק, למשל:
די סיבה פאר די תקנות זענענן, וויבאלד אז און יענע כיתות לערענט מען שוין תורה, און כיתה א' לערענט מען א' ב', מיט תהילים, כיתה ב' לערענט מען חימוש, כיתה ג' ד' לערענט מען משניות/גמרא, דערפאר לערענט מען אויס פאר די קינדער, אז תורה דארפען מען לערנען בטהרה, און ווען מען האט קורצע ערמל אדער קורצע הויזן איז עס נישט מעגליך, ווייל די קינדער רירען כסדר אן און די פלעצער און זיי ווערען טמא, לו יהא אז די קינדער זענענן טאקע נאך נישט מחיוב במצוות, און זיי דארפן זיך טאקע נישט וואשען די הענט, זאגען אבער די מלמדים צוויי זייער שטארקע נקודות, 1} אזעלכע זאכען איז גיט ווען מער איז מחנך ווי פריער, ווייל און דעם גייט אן הרגל נעשה טבע, עס זאל נישט ווערן קיין הרגל ביים קינד ער זאל זיך קראצען די פיס אינמיטען לערנענן, 2} פאר די מלמד איז זייער נישט אייגענעם פארצולערנען חימוש, בשעת דאס קינד כאפט זיך אן אויבן די הענט אדער די פיס. דערפאר האט מען געמאכט די צוויי תקנות,
המשך אינעם נעקסטע תגובה, אי"ה

סיי דער איד, און סיי להבדיל אלף אלפי הבדלות דער גוי, שיקען די קינדער און חדר אדער און סקול פאר חינוך, חינוך איז טייטש אז מען לערנט אויס פארן קינד א סדר החיים, יעדער אויף זיין שטייגער, פינעם פרימעסטען איד, ביז להבדיל אלף אלפי הבדלות דער פראסטער גוי, חינוך איז 24 שעה ארום די זייגער, ווייל יעדער פארשטייט אז מען קענן נישט זיין אינדערהיים א ליבאוויטשער און אין חדר א סאטמערער זיי ביידע האבן אנדערע מהלכים השגות און השקפות, דערפאר נאכען זיי תקנות, סיי דערמיט מחנך צו זיין דיין קינד, און סיי אז דיין קינד זאל נישט פארדארבען אנדערע קינדער וואס זייערע ווילען אז דאס קינד זאל יא באקימען די חינוך וואס זיי האלטען אז עס פעלט אויס,
דאס איז די סיבה פארוואס זיי מאכען תקנות, רוב תקנות וואס זיי מאכען איז געבויט אז דאס קינד זאל אויסוואקסען לויט די השקפה וואס זיי - די מוסד - האלט אז עס איז ריכטיג, אויך איז דא תקנות וואס פעלט זיך אויס אלץ הלכה חלק, למשל:
ב. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע הויזן פון כיתה א'/ב' און ווייטער. ג. דער קינד טאר נישט גיין מיט קיין קורצע ערמעל פון כיתה ג'/ד' און ווייטער.
די סיבה פאר די תקנות זענענן, וויבאלד אז און יענע כיתות לערענט מען שוין תורה, און כיתה א' לערענט מען א' ב', מיט תהילים, כיתה ב' לערענט מען חימוש, כיתה ג' ד' לערענט מען משניות/גמרא, דערפאר לערענט מען אויס פאר די קינדער, אז תורה דארפען מען לערנען בטהרה, און ווען מען האט קורצע ערמל אדער קורצע הויזן איז עס נישט מעגליך, ווייל די קינדער רירען כסדר אן און די פלעצער און זיי ווערען טמא, לו יהא אז די קינדער זענענן טאקע נאך נישט מחיוב במצוות, און זיי דארפן זיך טאקע נישט וואשען די הענט, זאגען אבער די מלמדים צוויי זייער שטארקע נקודות, 1} אזעלכע זאכען איז גיט ווען מער איז מחנך ווי פריער, ווייל און דעם גייט אן הרגל נעשה טבע, עס זאל נישט ווערן קיין הרגל ביים קינד ער זאל זיך קראצען די פיס אינמיטען לערנענן, 2} פאר די מלמד איז זייער נישט אייגענעם פארצולערנען חימוש, בשעת דאס קינד כאפט זיך אן אויבן די הענט אדער די פיס. דערפאר האט מען געמאכט די צוויי תקנות,
המשך אינעם נעקסטע תגובה, אי"ה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
בלייבט איבער 4 תקנות אויף וואס עס פעלט זיך אויס הסבר פארוואס מען האט געמאכט די תקנות, דאס זענענן די 4 תקנות,
בעפאר מיר גייער רעדן דערפון וויל איך מאכען א זייטיגע הקדמה, איך האב נישט לאנג צוריק געהערט א חינוך טעיפ פון מחנך נפלא הרה"ג ר' חיים יעב רובין שליט"א זאגט ער דארט בתוך הדברים: "ווען עלטערן וואלטן ווען געהאט שכל, וואלטען זיי איינגעטינקען זייער קינד און צואה, און אזוי געשיקט און חדר/סקול" ער האט ארויסגעברענט מיט די עקסטרעמע נקודה, אז ווי יעדער ווייסט לעבן מיר היינט ליידער און א וועלט פון שמיץ, און די גוי'עשע וועלט איז גאר שטארק שמיציג, און ליידער זענענן דא אידישע חזרים רח"ל, און ווי מער א קינד פיצט זיך, און ווי שענער ער גייט אנגעטיען, אלץ א גרעסערע טארגעט אדער ציל ווערט ער פאר די חזרים רח"ל, דערפאר איז ובעסער ווי ווייניגער מען פיצט זיך און אז מען גייט נישט צו שיין אנגעטיען, אזוי איז די ציל קלענער, און זיי וועלן זיכען אנדערע קרבנות,
איז אזוי, די מוסדות האלטען אז א קינד פיצט זיך נעמט עס אוועק זיין קאפ פון לערנענן, און עס ברענגט א רייץ פאר אנדערע זאכען, און עס מאכט א שטארקע קנאה שנאה און חדר, בנוסף צו די נקודה וואס איך האב פריער אראפגעברענט פון הרה"ג ר' חיים יעקב, אז פיצען מאכט א קינד פאר א ציל רח"ל, און וויבאלד עס איז נישט מעגליך אז צו מאכען א יוניפארעם בנוגע גלעזער, האט מען געמאכט א כללת'דיגע תקנה איבער גלעזער אז מען טאר נישט טראגן קיין אייזערנע גלעזער , כאטש אז יעדער פארשטייט אז די פוינט איז נישט אייזן, און אז עס איז באמת א שטרענגע תקנה, דאך איז עס פארשטענדליך, וויבאלד קיין אנדערע אויסוועג איז נישט דא אראפצושטעלן א סטאנדארט, און די מוסד האלט אז עס מיז זיין א סטאנדערו וועגן די צוויי טעמים,
בנוגע די צווייטע תקנה איבער: מען טאר נישט האבן קיין קאמפיוטער אינדערהיים. איך מיין אז עס איז נכלל און וואס איך האב פריער געשריבען, אז וויבאלד קינדער קענענן ווערן אפגעפארען דערפון, מיזען זיי היטען די אלע קינדער, און וויבאלד קינדער קענענן האבן א השפעה אינער אויפן צווייטען, און איין שלעכט קינד קען פארהרגענענן א צווייטע קינד, דערפאר מוז מען האבן די תקנה, איך מיין אז די פארשטייסט, אז נישט פרעג איבער,
דאס וואס די שרייבסט:
עס איז זייער פארשטענדליך, איך מיין אז עס איז ניטאמאל א תקנה, וויבאלד 98% קינדער גייען אן דעים, קען נישט זיין אז צוויי פראצענט קינדער זאלען ווערן די חוזק פון קלאס, בכלל איז אין לדבר סוף. מען וועט אנהייבן ברענגן אויפשרעפטען, ווייסט דאך אליינס אז עס איז דא מאמעס וואס האבן ווייניגער שכל ווי אנדערע, עס וועט זיך אנהייבן א נושא וועלכע ווערטער יא, וולכע ווערטער נישט, איז זייער שטארק מסתבר אז די בעסטע אויסוועג איז אז מען זאל גארנישט האבן, בכלל איז עס זייער א גויעשע זאך און עס איז עס פאסט נישט פון א פרימע שטאנדפונקט,
איך וועל אסאך ענדערש אז טאטעס זאלן נישט מיזען גיין מיט טרי פיס סוט, אדער שיינע היטען אד"ג, ווען דו וועסט דאס אדורוך ברעכן, וועסטע אנהייבען מיט א דיסקאשטען איבער העמעדער מיט אויפשריפטען,
דאס וואס דו שריבסט:
איך ווייס נישט איבער וואס דו רעדסט, איך קען נישט די מציאות דערפון, כ'וועל זיך נאכפרעגן,
אבער לו יהא אז זיי זענענן נישט גערעכט מיט די תקנה, איבער איין תקנה מאכסטע אזא עסק? עס איז דאך בסך הכל איין תקנה וואס מיר פארשטייען נישט

מען מעג נאר גיין מיט א ווייעכע קאפל (נישט הארט) און דוקא פון אכט רעפטלעך, נישט ווינציגער
איך ווייס נישט איבער וואס דו רעדסט, איך קען נישט די מציאות דערפון, כ'וועל זיך נאכפרעגן,
אבער לו יהא אז זיי זענענן נישט גערעכט מיט די תקנה, איבער איין תקנה מאכסטע אזא עסק? עס איז דאך בסך הכל איין תקנה וואס מיר פארשטייען נישט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פריינדליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
קודם נישטא אזא זאך אכט רעפטלעך נאר זעקס
און די סיבה איז דערצו האב איך געהערט פון איינעם אמאל
אז עס איז אזוי ווי א שתי וערב, האט מען ביי חסידישע אידן עס נישט געטראגן.
און די סיבה איז דערצו האב איך געהערט פון איינעם אמאל
אז עס איז אזוי ווי א שתי וערב, האט מען ביי חסידישע אידן עס נישט געטראגן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פריינדליך האט געשריבן:ב"ה איינער איז שוין גרייט צו רעגן פון פאקטן, גענדיגט מיט די הוילע רעטאריק, יעצט וועלן מיר קענענן האבן א געהעריגע דיסקאשען איבער די נושא,
אבער בעפאר מיר הייבן אן, לאמיר אראפשטעלן די פאקטן וואס עס איז אמת, און וואס נישט, זעקס פון די תקנות זענענן - און סאטמער - בכלל נישט אמת, עס עקסעסטירט נישט אזוינע תקנות, די זענענן נישט אמת:
ה. א טאטע טאר נישט ברענגן זיין קינד אין חדר אן די הוט און רעקל.. ו. קינדער טארן נישט פארן אויף א ביציקעל.
ז. מען טאר נישט גיין מיט קליידונג וועלכע האבן די נאמען אדער סימבאל פון דעם קאמפעני פון אינדרויסן.. מען טאר נישט אוועקפארן אויף א שבת אין די קאנטרי.
יא. מען טאר נישט האבן די דיסקס פון ליפא שמעלצער/מיכאל שניצלער/ מרדכי בן דוד/ וכו' יב. די מאמע מוז האבן טייטס מיט סיעמס,
2} ביציקעל תקנה איז לאנג בטל געווערן, מען מעג שוין,
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
איך בין איבעראשט פון די צעטיל. און די אפטיילנוג/שטאט סאטמער, ווי איך בין באקאנט ווייס איך במציאות אז מען האלט מער נישט איין די תקנה,
זעט אויס אז עס איז דא פלעצער ווי עס איז נאך יא שטארק, איך האב נישט געוויסט דערפון!
אקעי, דא האט איר איין שאלה וואס איך ווייס דערוויל נישט וואס צו ענטפערן, ווייל איך אליין בין קעגן די תקנה,
למעשה מיין איך אז די אנדערע זאכען האב איך פיין פארענפערט,
זעט אויס אז עס איז דא פלעצער ווי עס איז נאך יא שטארק, איך האב נישט געוויסט דערפון!
אקעי, דא האט איר איין שאלה וואס איך ווייס דערוויל נישט וואס צו ענטפערן, ווייל איך אליין בין קעגן די תקנה,
למעשה מיין איך אז די אנדערע זאכען האב איך פיין פארענפערט,
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פריינדליך האט געשריבן:איך בין איבעראשט פון די צעטיל. און די אפטיילנוג/שטאט סאטמער, ווי איך בין באקאנט ווייס איך במציאות אז מען האלט מער נישט איין די תקנה,
זעט אויס אז עס איז דא פלעצער ווי עס איז נאך יא שטארק, איך האב נישט געוויסט דערפון!
אקעי, דא האט איר איין שאלה וואס איך ווייס דערוויל נישט וואס צו ענטפערן, ווייל איך אליין בין קעגן די תקנה,
למעשה מיין איך אז די אנדערע זאכען האב איך פיין פארענפערט,
זענען די תקנות קריטש וויכטיג פארן עקזיסטענס פאר די מוסדות, אדער סאיז סתם ואפשר לישב?
לאמיר נישט פארגעסן סאיז אויפן חשבון פין די עלטערנ'ס חינוך רעכטען.
די פאקט אז אסאך תקנות זענען נישט אין קראפט, פארשטערקרט די פוינט,
אז די הנהלה וויל אבער קען עס נישט אינפארסען. ווייל רוב עלטערן האלטן נישט דערביי.