דברות משה, רבי משה פיינשטיין

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

דברות משה, רבי משה פיינשטיין

שליחה דורך דולה ומשקה »

מארגען תענית אסתר פאלט אויד די יארצייט פון הגאון האדיר פוסק הדור רבי משה פיינשטיין זצ"ל, פאר אלעם באקאנט מיט זיין גרויסע חיבר שאלות ותשובות אגרות משה ט' כרכים.
אבער וואס ווייניגע מענטשען נוצען איז זיינע ספרים דברות משה אויף ש"ס, וואס ער האט דארט אריין געלייגט זיין כח התורה גארנישט ווייניגער ווי ביי זיינע תשובות, דער איינציגסטער הסבר מסתמא איז די אריכות הדברים, אבער דאך אז מ'לערנט אדורך איין סוגיא איז דאס זייער געשמאק מיט גאהר חריפות'דיגע רעיונות.
אויך איז דא דער דרש משה על התורה, אבער דאס איז מאיזה סיבה זייער שווער געשריבען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: דברות משה

שליחה דורך יידל »

אלץ בחור אין ישיבה האב איך פרובירט צו לערנען אין דברות משה אויף קידושין. איך געדענק אז דעמאלטס האב איך מחליט געווען אז די סיבה פארוואס עס איז נישט אויפגעכאפט איז ווי פאלגנד: דער ספר האט נישט דעם ישיבישען דרך הלימוד (ע"ד הגר"ח מבריסק), נישט דעם אנוגארישן דרך החידוש (ע"ד החת"ס), נישט דעם פולישן דרך הפלפול (דוגמת ר' מאיר אריק אדער ר' יוסף ענגיל), וכו'. עס איז עפעס א מיזוג פון דעם אלטן ליטווישן דרך הלימוד (ע"ד הגר"א, ר' חיים וואלאזשענער, החזו"א) און דעם זייער אריגענאלעם דרך הפסק פון ר' משה. איך געדענק אז איך האב צוגעזאגט פאר א פאר פון מיינע חבירים געלט אויב איינער קען דורך לערנען א גאנצן סימן און עס מיר איבערזאגן. קיינער האט נישט מצליח געווען..
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

Re: דברות משה

שליחה דורך דולה ומשקה »

יאנקל האט געשריבן:מיר דוכט זיך אז איך האב אמאל געזען ערגעצוואו אז ר' משה ז"ל אליין האט מער געהאלטן פון זיינע ספרים על הש"ס ווי זיין שו"ת.


יאפ, שמעתי גם כן ס'האט איהם גע'באדערט פארוואס ס'נישט געווארען אויף געכאפט.

אני הקטן לערען פון צייט צו צייט זינע ספרים אויף ש"ס, אין איך האב דאס גראדע יא ליעב, גערעכט כ'קען נישט נאך זאגען א גאנצע סימן נאכען לערנען, אבער איך קען נאך זאגען זיין חידוש זיין אויפטוה וכדומה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: דברות משה

שליחה דורך יידל »

דולה ומשקה האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:מיר דוכט זיך אז איך האב אמאל געזען ערגעצוואו אז ר' משה ז"ל אליין האט מער געהאלטן פון זיינע ספרים על הש"ס ווי זיין שו"ת.


יאפ, שמעתי גם כן ס'האט איהם גע'באדערט פארוואס ס'נישט געווארען אויף געכאפט.

אני הקטן לערען פון צייט צו צייט זינע ספרים אויף ש"ס, אין איך האב דאס גראדע יא ליעב, גערעכט כ'קען נישט נאך זאגען א גאנצע סימן נאכען לערנען, אבער איך קען נאך זאגען זיין חידוש זיין אויפטוה וכדומה.

למעשה זענען זיינע חידושין אין די תשובות פיל שענערע, און איך וואלט אויך געזאגט "עלעגאנטער". די הסבר קען אפשר זיין ווייל ביים פסקענען הלכות איז דא א באזונדערע סיעתא דשמיא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

Re: דברות משה

שליחה דורך דולה ומשקה »

כ'מיין די סיבה איז גאר א אנדערע, נעם צום ביישפיל א ספר שבט הלוי על התורה אדער באר משה עה"ת, וועט עס זיך דען פארקויפען, לכאורה זייער שווער, פארוואס, וויבאלד דאס איז נישט געוועהן זייער פעלד, זייערע הלכה ספרים עט מען קויפען. לדוגמא דעם מרפא לנפש עה"ת פון פריימאן'ער רב אדער מנחת יצחק עה"ת פין ירושלים'ער רב וויפיל אידען קוקען דארט אריין. וד"ל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

שליחה דורך יידל »

יא, דולה האסט א נקודה. לגבי הרב וואזנער איז אביסעלע אנדערש, ווייל רב וואזנער האט שוין היינט אזוינע "סעמי חסידים" וואס קויפן זיינע ספרים עה"ת. דהיינו, נישט אזוינע וואז זענען אים מקבל אלץ פוסק נאר אלץ כמו-רבי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איש האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

שליחה דורך איש האמת »

כידוע איז אמאל הגאון רבי משה זצ"ל אריינגעקומען און ביהמ"ד מיט א קליינע באטל שנאפס
און א קליינע גלעזעל, און געווינטשען לחיים פארן עולם, און ווען מ'האט אים געפרעגט מאי האי?
האט ער גע'ענט'פערט, אז ער האט יעצט גע'ענדיגט ש"ס צום צוויי הונדערטער מאל, הלא דבר הוא
ממילא נישט קיין קשיא אויף זיינע עמקות'דיגע חיבורים דברות משה על סוגיית הש"ס
[NAMELESS]

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

שליחה דורך [NAMELESS] »

דברות משה איז גאוניש, אבער מען מוז האבן אסאך געדולד..אגרות משה איז סאך מער צו די פוינט ווי רוב תשובה ספרים, און ער נוצט דארט אסאך מער לאגיק און סברה ווי רוב פוסקים דאס איז די פראקטישע סיבה, אויסער דעם האט אגרות משה באקומען פובליסטי אויף די זעלבע וועג ווי להבדיל דער שטערן באקומט יעצט ווען די כמו איבראן-סערדעהאל רבנים האבן זיך צוזאמגעזעצט במותב תלתא מיט א פלאש סעלצער מטכס עייצע צו זיין נגד הפירצה פון מתיר זיין פארשידענע דברים הטעונים היתר...
סאסוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

שליחה דורך סאסוב »

קופערניקוס האט געשריבן:דברות משה איז גאוניש, אבער מען מוז האבן אסאך געדולד..אגרות משה איז סאך מער צו די פוינט ווי רוב תשובה ספרים, און ער נוצט דארט אסאך מער לאגיק און סברה ווי רוב פוסקים דאס איז די פראקטישע סיבה, אויסער דעם האט אגרות משה באקומען פובליסטי אויף די זעלבע וועג ווי להבדיל דער שטערן באקומט יעצט ווען די כמו איבראן-סערדעהאל רבנים האבן זיך צוזאמגעזעצט במותב תלתא מיט א פלאש סעלצער מטכס עייצע צו זיין נגד הפירצה פון מתיר זיין פארשידענע דברים הטעונים היתר...

ווען איר בלייבט ווען מיט אייער ערשטע העלפט תגובה אזוי ווי אין די פריערדיגע, החרשתי.
אבער פון די צווייטע העלפט געשרייבאכץ -וועלן מיר מלמד זכות זיין- ווייזט עס אז איר ווייסט פשוט נישט פון וואס פאר א סארט קאליבער רבנים איז דאן געווען די מדובר, צב"ש וואס דער קראסנא רב במ"ס כוונת הלב זצוק"ל האט מיט זיך פארגעשטעלט און איינגעקערפערט.
דאס אלעס איז נאך פאר מען בארירט דעם אבהע"ז שאלה.
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך נ נח »

My shver was uniquely sensitive to society. Despite what they write in all the books about him, my shver never failed to read the Yiddish newspaper – either the Tog in the early years or the Morgn-Zhurnal later on – cover-to-cover every single day. People publish that he would walk down the street and avert his eyes when he passed by newspaper stands. There are a thousand talmidim of his who will testify, “I bought the paper and handed it to him in the lunchroom in the yeshivah,” but it does not make a difference for some people – they do not want to hear that. Even when he was not well and the doctor insisted that he must lie down to sleep for an hour, he would go home, put on a bathrobe, and smuggle a newspaper into the bedroom so that his wife would not see it.
ווייסט איינער אויב ס׳אמת אז ר׳משה פלעגט ליינען צייטונגן? ווייל ס׳דא א שמועה אז ער האט אמאל גזאגט אז ער האט דעת תורה ווייל ער האט
קיינמאל נישט געליינט עפעס חוץ תורה.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

אלע רבי'ס און רבנים פון יענעם דור האבען געליינט די אידישע צייטונג,
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

עס איז ווערט דורכצוליינען די הקדמה פון אגר"מ חלק ח', וואס איז ארויס געקומען נאך זיין פטירה, אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע. אז מ'רדעט שוין, איך האב געהערט אז וואס איז געדרוקט אין ח"ח איז אין לסמוך עליו ווייל טענדלער האט אסאך געפאטשקעט, מיין שאלה איז, איז דאס סתם א שמועה וואס אפאר עקסטרעמיסטען (לאו דוקא פון די וויליאמסבורגער סארט, ביי די ליטווישע איז אויך דא גענוג וואס וואלטען ווען געברויכט האבען א אייגענעם האטליין) וואס האט נישט געשמעקט פונקטליך וואס שטייט דארטען האבען ארויס געלאזט ? אדער איז דא עפעס מער צו דעם.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך נ נח »

דורך משכיל » מאנטאג יוני 18, 2012 2:38 pm
אלע רבי'ס און רבנים פון יענעם דור האבען געליינט די אידישע צייטונג,

אויף אנדערע ווייסאיך, איך פרעג צו איינער האט שוין אנגעטראפן איינע פין די טויזענט תלמידים וואס הרב טנדלר זאגט אז זיי פלעגן קויפן די צייטונג פאר איהם?
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

its a big mistake to apply current concepts to a previous generation. in those days the people were preoccupied with world politics because of the wars they were personally involved in, so reading the news was considered very necessary. ideology was also in at that time.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

שליחה דורך איחוד פעלד »

די תשובות און טענדלערס חלק זענען תשובות וואס ער האט נישט געוואלט מען זאל דריקען.
לאו דוקא אז טענדלער האט געטוישט דארט עפעס.

ער האט געשריבען דברות משה אויף משניות וואס עס איז נישטא קיין סאך חיבורים, און עס איז טאקע מפליא פלאות.

זיינע תשובות האט ער געשריבען אויף'ן ליטווישע דרך, פסקנען פארקערט ווי די שולחן ערוך איז בכלל נישט קיין פראבלעם, אנגערעדט קריגען אויף שפעטערע אחרונים.
איין נקודה טוט ער אנדרעש ווי די משכנות יעקב למשל, אז ווען ער קריגט אויף די מחבר, זעצט ער איין און מאכט עפעס א אוקימתא אין די מחבר, אזוי עס זאל נישט מוזען זיין אז די מחבר קריגט.

דער מהלך האט גאר שווער געמאכט אויף אנדערע אשכנז פוסקים וואס דער שלחן ערוך איז הלכה פסוקה, ווייל ער האט געטענהט אז ער קריגט נישט אויף שלחן ערוך, און עס האט געמאכט די מחלוקת'ן שווערער צו פארדייען.

דער מהלך קען מען כמעט זעהן און יעדעס גרעסערע מערכה, פין הזרעה מלאכתית ביז אסרן די עירוב און די הוט פלעסטיק.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך נ נח »

א דאנק אייך ר׳ יענקל פארן בילד
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

נעכטען געהערט אז ר' דוד פיינשטיין דער זון פון ר' משה איז לעצטענס געקומען אין א כולל אין בארא פארק האט איינער איהם געפרעגט אויב עס איז אמת אז ר' משה האט נישט געליינט קיין צייטונג , האט ער געענטפערט אז עס איז נישט אמת, א ודאי האט ער געליינט
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

די הויפט סיבה פאר די פאפולערקייט פון אג"מ איבער די דברות איז אז עס איז געווען פון די ערשטע צו באהאנדלען נייע טעמעס אויף א ברייטע פארנעם. עס איז אויך זעלטען אז ער זאל זיך קריגען מיט א מחבר אדער אפי' א מג"א וכדומה. ביי די עירוב, למשל, האט ער אנגענומען אז מקען זיך פארלאזען אויף ס' ריבוא, נאר האט געהאט זייטיגע ענינים פאר מחמיר זיין אין נ"י.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

רבי משה האט זיך מתמרמר געווען אז דער דברות משה איז נישט נתקבל געווארן אין עולם התורה, ער פלעגט זאגן, "די תשובות וואס איך שאר ארויס פון ארבל, טוט מען דורך בעמקות, און מיינע חידושים אויף ש"ס קוקט מען נישט אן." כידוע אז ער האט אריינגעלייגט אן אומגעהויערע עבודה בים שרייבן זיינע חידושים, אפילו א סוגיא וואס ער האט שוין פארגעלערנט צום וויפילטן מאל איז ער שטענדיג דורכגעגאנגען נאכאמאל און מחדש געווען נייע מהלכים. און מסתם טאקע צוליב דעם איז עס נישט נתקבל געווארן, ווייל אין דעם לעצטן יאר הונדערט - מסתמא זינט רבי חיים האט מחדש געווען אז מען מעג מער נישט מחדש זיין - איז די תורה אריין אין דיפאולט, מען איז נישט אינטערעסירט אין קיין נייע וועגן, נאר אין לומדות'ן און קוועטשן אין די פריערדיגע - וואס איז זייער וויכטיג טאקע, אבער נישט אויפ'ן עקספענס פון פרישע סחורה. מה שאין כן אין די תשובות, האט אפילו אזא אריגינעלער מח ווי רבי משה זיך געמוזט האלטן אין די ראמען פון די פוסקים, איז עס ממילא ענדערש נתקבל געווארן, און דארט וואו ער האט זיך צעפירט די הענט האט מען טאקע געהאט טענות.

נאך איין קלייניקייט. רבי משה האט אמאל געזאגט אז ער האט א ספעציעלע סייעתא דשמיא וואס מען גיבט פאר א פוסק, האט אים איינער געפרעגט, "און ווער זאגט אז איר זענט דער פוסק הדור?" האט רבי משה געענטפערט, "איך בין זיך אנגעקומען פון רוסלאנד און זיך אריינגעזעצט אין א ווינקל אין בית המדרש, איך האב קיינמאל נישט אריינגעשטעלט א מודעה אין די צייטונגען אז איך בין גרייט צו סופלייען דעם עולם מיט תשובות לכל מאן דבעי, און מיט דעם אלעם קומען אן שאלות פון אלע עקן וועלט."

אפילו אויב די מעשה איז נישט אמת, איז עס אזוי אגרות משה'דיג ווי עס קען נאר זיין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פתח דבריך יאיר, מבין פתאים! וועלקאם עבאורד, יאיר.

לגופן של דברים, האסט א שטארקע פאונט לגבי זיינע חידושים, אבער איך מיין אז דו ביסט נישט גערעכט לגבי זיינע פסקים. זיין דרך הפסק איז גאר א נייער און כמעט שאין כדוגמתה אין די פריערדיגע תשובה ספרים. אפילו די תשובות ווי ער "צעפירט זיך נישט די הענט" זענען אויך ע"פ רוב באזירט אויף הארטע לאגיק ארויס פון גמרא און גדולי הפוסקים, אנדערש ווי די אנגענומענע דרך פון פלפול, חשבון, חידושים און קוועטשן משמעות'ן אין די ווערטער פון די פריערדיגע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

גערעכט יידל. אבער למעשה, מיט הארטע לאגיק - ווי דו רופסט עס אן - קען זיך קיינער נישט קריגן, און וויבאלד דאס איז זיין מהלך אין די תשובות, איז עס נתקבל געווארן, אבער אין די חידושים נוצט ער אסאך מער ווי טרוקענע לאגיק. איך וואלט געזאגט אז די קושיות אין די חידושים זענען יא מער לאגיש געשטימט, אבער ביי די תירוצים פארט ער עפעס אינגאנצן ארויס פון די גלייזן. מער ווי איין מאל האב איך זיך אנגעטראפן אין זיינע קשיות און זיך מחיה געווען אז ער רירט טאקע אן דארט וואו עס טוט מיר וויי, אבער ווען איך בין מיט גרויס שפאנונג אנגעקומען צו די תירוצים, בין איך געווארן אביסעלע אנטוישט, מ'שטיינס געזאגט. אגב, מיט'ן פני יהושע האב איך אויך אפטמאל אזעלכע מעשיות.
רבי משה איז בכלל געווען א גאון אין לאגיק און אין מאטעמאטיקס, ער האט געקענט אויסארבעטן די קאמפליצירסטע מאטעמאטיק חשבונות אין סעקונדעס, און דאס איז טראצדעם וואס ער האט זיך קיינמאל נישט געלערנט חשבון. א מזל וואס ער איז נישט אריינגעפאלן אין די חסידישע קרייזן, ווען יא וואלט אים קיינער נישט אנגעקוקט.
האדם לא נברא אלא להתענג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויב ס'שייך צוצולייגען, איך זעה דאס גדלות פון ר' משה אין די תשובות זעהט מען אויך פון דעם וואס ער איז זיך מטפל מיט נושאים וואס קיינער רעדט נישט,
מאנכע קוקען דאס אן בבחינת וירד משה מן ההר אל העם, איך זעה דאס פשוט אלץ תורה וללמוד וללמד אני צריך.
מהאי טעמא איז דא תשובות פאר אנשים ונשים שחטאו וכדומה.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס האט מיר געזאגט א איד א מומחה וואס האט געבויט מקוואות אז רבי משה האט גענומען א ארכיטעקטור פלאן פון א מקוה אין נאכן בליקן א רגע אנגעהויבן מאכן אויסבעסערונגען און הגהות, מיט די נאמבערס און קאודס וואס קאנטראקטארס פארשטייען, מיט א גרויסע בהירות און פראפעסיאנאליזם.
פארשפארט