שליחה
דורך שרגא » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:25 pm
זר, איך זאג אז אלעס איז רעלאטיוו, ממילא "פראסט" וואלט געווען "פשוט" אויב וואלט אזוי געווען אנגענומען. ביישפיל: פלאסטישע גלעזער איז "פשוט" אדער "פראסט"? 30 יאר צוריק איז עס געווען די פשוט'סטע וואס שייך. בערך 10-15 יאר צוריק איז עס געווארן די קילסטע וואס שייך. די זעלבע איז מיט דינע הענטלעך און ברייטע הענטלעך, און דאבל ברידזש און סינגל ברידזש, און לאנגע סקוירטס ביז'ן פלאר און קורצע (ביי די ליטווישע קרייזן איז עס זייער "פשוט", אבער ביי אונז קוקט מען עס אן "פראסט", און לאנג צוריק בשנים קדמוניות איז עס זיכער געווען "פשוט", ווייל אלע זענען אזוי געגאנגען.), און אויך טיכלעך (וואס די קילע חסידישע לעידיס גייען היינט מיט די "פשוט'ע" כמעט-ירושלמי טיכלעך און באטראכטן זיך דערמיט אלס "פראסט" קעגן די טורבאנס...) עס איז אלעס רעלאטיוו. דענים וואלט קלאר פונקט אזוי געקענט זיין די אנגענומענע געווענליכע קאליר און סטייל ביי אונז, און איך מיין עס איז דיר שווער דאס צו הערן נאר ווייל דו טראכסט פון די אפגעריבענע סארט דענים וואס זענען טאקע מער מאדנע און פראסט, אבער זיי זענען ערשטע פיל שפעטער אריינגעקומען און איז נישט די געווענליכע.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu