ר' חיים היילפרין והמסתעף

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך האב אז דער רח"ה האט שכל, ווייל זיי האבען א ברירה אים ארויסצולאזען, און זאגען אז די אלע מעשיות זענען לכאורה פאלש, אזוי ער זאל באקומען זעלבסט זיכערהייט צו טוהן ווייטער די "השתדלות" שטיל צו מאכען די רודערערס, און דערווייל אים נאך גיין און אזוי קענען האבען א גאר שטארקע קעיס קעגען אים.

ווייסט איינער צו דער דין תורה וואס באדארף פארקומען זונטאג ויקהל גייט נאך זיין?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

boxcover האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:איך האף אז דא גייט נישט ווערן אן אטיסעמיטישע סייט ווי ווי"ן, וואס יעדער איד וואס ווערט ארעסטירט איז אויטאמאטיש שולדיג און ער דארף ברענען און בראטן און זיצן אין תפיסה לעולם ועד און מען זאל אים דארט פייניגן און רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש פון אים.
יא, כמעט כסדום היינו כעמורה דמינו, מען האט פארלוירן יעדעס ברעקל אידישקייט, ווען אזעלכע עלעמענטן וועלכע רופן זיך רבנים וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר "גארנישט" אונטערצוברענגען זייערס א שונא. (נישט אז עס איז נייעס, נאר יעצט שפילט זיך עס אויס ברבים).

א סייט וואס שמועסט אויס אידישע נייעס, איז נישט אנטיסעמיטיש. אויב די נייעס איז אומגינסטיג צו יודען, בעט איך דיר don't shoot the messenger, און האב טענות אויף די יוד וואס פירט זיך אויף אומגינסטיג, נישט אויף דער וואס פארציילט. ועוד, איינע פון די יתודות וואס העלפט אומגינסטיגע זאכען פאסירן, איז דאס האלטן עס שטיל. סא אז דו ווילסט העלפט עס אפשטעלן, דאן פיר זיך אויף בכל חומר הדין ווען זיי פראבירן זיך צו פארשטעקן.


באקס קאווער, ווען א סייט באריכט אז מען האט איינגעזעצט א איד ווייל ער האט געטוהן ..... און ביז געציילטע שעות איז דא צענדליגער קאממענטס וועלכע שעלטן דעם ארעסטירטן, און וואונטשן אים דאס ערגסטע, און דאס אלעס נאך פאר מען האט געהערט סיי וואס, נאר ווייל מען האט אים ארעסטירט, אזא סייט איז ביי מיר אן אנטיסעמיטישע סייט.

וזאת שנית, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מען מעג עובר זיין אויפן געזעץ, אדער אז מען דארף שטופן זאכן אונטערן קארפעט. אבער יעדער איינער פאלט דורך דא און דארט מיטן געזעץ, סאו ווערן א צדיק אויף יענעמס חשבון דארף מען אויך נישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליידער זענען מיר אלע אזוי, ווי נאר מ׳וועט דיר זאגן אז מ׳האט איינגעזעצט אדמו״ר מפסלוניקאפלינטקע (איך האף אז עס נאך נישט דא אזא רבי), פאר מאלעסטערעשן אדער שווינדל- קאוועראפ. וואס גייט זיין דיין ערשטע תגובה??? ווייסט זייער גוט. ליידער.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

הדד בן בדד האט געשריבן:
boxcover האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:איך האף אז דא גייט נישט ווערן אן אטיסעמיטישע סייט ווי ווי"ן, וואס יעדער איד וואס ווערט ארעסטירט איז אויטאמאטיש שולדיג און ער דארף ברענען און בראטן און זיצן אין תפיסה לעולם ועד און מען זאל אים דארט פייניגן און רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש פון אים.
יא, כמעט כסדום היינו כעמורה דמינו, מען האט פארלוירן יעדעס ברעקל אידישקייט, ווען אזעלכע עלעמענטן וועלכע רופן זיך רבנים וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר "גארנישט" אונטערצוברענגען זייערס א שונא. (נישט אז עס איז נייעס, נאר יעצט שפילט זיך עס אויס ברבים).

א סייט וואס שמועסט אויס אידישע נייעס, איז נישט אנטיסעמיטיש. אויב די נייעס איז אומגינסטיג צו יודען, בעט איך דיר don't shoot the messenger, און האב טענות אויף די יוד וואס פירט זיך אויף אומגינסטיג, נישט אויף דער וואס פארציילט. ועוד, איינע פון די יתודות וואס העלפט אומגינסטיגע זאכען פאסירן, איז דאס האלטן עס שטיל. סא אז דו ווילסט העלפט עס אפשטעלן, דאן פיר זיך אויף בכל חומר הדין ווען זיי פראבירן זיך צו פארשטעקן.


באקס קאווער, ווען א סייט באריכט אז מען האט איינגעזעצט א איד ווייל ער האט געטוהן ..... און ביז געציילטע שעות איז דא צענדליגער קאממענטס וועלכע שעלטן דעם ארעסטירטן, און וואונטשן אים דאס ערגסטע, און דאס אלעס נאך פאר מען האט געהערט סיי וואס, נאר ווייל מען האט אים ארעסטירט, אזא סייט איז ביי מיר אן אנטיסעמיטישע סייט.

וזאת שנית, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מען מעג עובר זיין אויפן געזעץ, אדער אז מען דארף שטופן זאכן אונטערן קארפעט. אבער יעדער איינער פאלט דורך דא און דארט מיטן געזעץ, סאו ווערן א צדיק אויף יענעמס חשבון דארף מען אויך נישט.

איך וועל דיר נאכאמאל ענטפערן. ווען דו פרעגסט פארוואס יעדער איד וואס ווערט ארעסטירט איז אויטאמאטיש שולדיג, איז די סיבה ווייל וויבאלד עס קומט פאר די לעצטע ... (fill the blanks) יאהרן מעידזשאר קאווער-אפס א ווען מ'כאפט שוין ליידער יא איינעם, גלייב זיך אז דאס איז אמת, און ס'לאסט זיך נישט גלויבען אז דער איז אומשילדיג און מען מאכט סתם א בלבול ווען אין די זעלבע צייט קענען אמת'דיגע וויקטימס נישט קומען. איינמאל דו פארשטייסט שוין די חלק פון גלייבען, וועט דיר שוין אליינס פארענטפערט ווערן אז ער דארף ברענען און בראטן און זיצן אין תפיסה לעולם ועד און מען זאל אים דארט פייניגן און רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש פון אים. וק"ל.
וועפערייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך וועפערייזער »

מיין קרוב אין לאנדאן זאגט מיר אז זיין ווייב האט אים קלאר געזאגט. איר שכינה האט איר אנפארטרויערט אז מ'האט קיינמאל נישט ארעסטירט ר' חיימ'ען. אלעס איז א רומער געוועזן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מיין חבר זאגט לאנדאן עקזיסטירט בכלל נישט, סתם א קאנספיריסי פון אפאר ליידיגייערס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
וועפערייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך וועפערייזער »

ליידיגייערס?? האבעך גוט געהערט?
לשון הרע!! איך גלייב נישט! מ'טאר נישט אננעמען קיין לשון הרע.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

דער טעם איז ווייל ב"ה עס איז נישטא קיין אפענע אנטיסעמיטיזם, ממילא ווען דער די. עי. גייט נאך איינעם האלטן מאנכע אז מסתם איז יש דברים בגו.
פארשטייט זיך אז עס זענען אויך דא פילע סקעפטיקס וועלכע גלייבן נישט די גאוורמענט. אבער נישט ווי אמאל וואס אפילו די וועלכע האבן יא גטראסט דעי גאוורנמענט האבן אויך פארשטאנען אז לגבי אידן זענען זיי נישט טראסטבאר.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

סאו באקס קאווער, סו זאגסט פלעין אז באיעס איז אויסגעהאלטן, און נישט נאר איז עס אויסגעהלאטן נאר עס איז גאר בארעכטיגט. פיין איך הער דיין מיינונג. איך וויל נאר זאלסט פאר איין מינוט קלערן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען דו ביסט אויף יענע זייט...


בפרט ביי די מעשה מיט ר' חיים היילפרין, ווי עס איז שרייט דאך אזוי הויך די פאלשקייט און קארופציע דא. נאכאמאל, איך זאג נישט אז ר"ח היילפרין איז א צדיק און אז עס איז נישט דא קארופציע אויף ביידע זייטן און אז די אנדערע זענען הוילע רשעים און עס איז גארנישט קיין גוטס דא ביי זיי. ניין. עס איז דא קארופציע אויף ביידע זייטן, און דא איז עס זייער זייער זייער (כ'קען דא שרייבן בערך הונדערט מאל זייער...) אנמערקבאר.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הדד דו קומסט נישט אריין גענוג קלאר, וואס ווילסטו זאגן בנוגע ר' חיים?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

הדד בן בדד האט געשריבן:סאו באקס קאווער, סו זאגסט פלעין אז באיעס איז אויסגעהאלטן, און נישט נאר איז עס אויסגעהלאטן נאר עס איז גאר בארעכטיגט. פיין איך הער דיין מיינונג. איך וויל נאר זאלסט פאר איין מינוט קלערן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען דו ביסט אויף יענע זייט...

בפרט ביי די מעשה מיט ר' חיים היילפרין, ווי עס איז שרייט דאך אזוי הויך די פאלשקייט און קארופציע דא. נאכאמאל, איך זאג נישט אז ר"ח היילפרין איז א צדיק און אז עס איז נישט דא קארופציע אויף ביידע זייטן און אז די אנדערע זענען הוילע רשעים און עס איז גארנישט קיין גוטס דא ביי זיי. ניין. עס איז דא קארופציע אויף ביידע זייטן, און דא איז עס זייער זייער זייער (כ'קען דא שרייבן בערך הונדערט מאל זייער...) אנמערקבאר.

באיעס איז לאו דוקא אויסגעהאלטן, אבער קען זיין פארשטענדליך. עניוועי, דאס איז נישט מיין פאונט. מיין פונטל איז אז אויב איז מען חושד איינעם וואס שטעלט זיך פאָר פאַר צדיק ווען ער איז באמת נישט (אזוי ווי דו אליינס האסט [נישט] געזאגט), און האט נאך די חוצפה צו מוסף זיין אראגאנץ איבער זיין טאמעוואטע, כאפט אָן אַן עקל און אפשיי פאר עני ערליכע יוד וואס חילול השם טוט וויי.

און א געוויסע וועג האבען מיר ביידע די זעלבע ציל נאר מיר טיילן זיך אין מיינונג וועליכער מעטאָד איז מער אויסגעהאלטען און פארלעסליך. מיר ביידע האבען א ציל צו רייניגען די אידישע פאלק פון די סקאָם וואס זענען מחריב אונזערע קומיוניטיס און ביידע טוט ווי א חילול השם. דו האלסט נאר אז די בעסטע מעטאָד איז צו האלטן שטיל העלפט פארשטילען די חילול השם (וואס איז אמת אין שארט-טורם), און מיטן לייקענען פשרות לא טוב ווערט גערעכענט כאילו עס איז קיינמאל נישט געשעהן און מ'איז מקיים דערמיט והייתם נקיים. מיר - אויף די אנדערע האנט - האלטן אז צו אויסרייסן א פראבלעם דארף מען זיך נעמען צום שורש פון די פראבלעם און עס אויסרייסען, און מיטען אויפדעקען די עוולות וועט עס ווייניגער פאסירן, וואס ביי אונז איז דאס דער עיקר. כן נראה לי.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך אויך האט געשריבן:הדד דו קומסט נישט אריין גענוג קלאר, וואס ווילסטו זאגן בנוגע ר' חיים?


וואס איך וויל זאגן איז, אז עס איז נאך נישט קלאר אז ר"ח היילפרין האט געטוהן עפעס ראנג, און אויב יע, איז נישט קלאר ווי ראנג, (און לדעתי זענען נאך צענדליגער רבנים שולדיג אין דעם זעלבן זאך, אבער דאס האט נישט מיט דעם), אבער וואס עס איז יא קלאר איז, אז נישט דער דראנג צו ראטעווען אידישע פרויען, און נישט דער ווייטאג פאר חילול ה' האט געטריבן דא זיינע קעגנער ארויסצוקומען קעגן אים, נאר אינערליכע עקלהאפטיגע פאליטיק (אין א געוויסן זין איז דאס נאך ערגער ווי דאס מיט וואס זיי באשולדיגן ר"ח).

און דאס באדערט מיך און גרוילט מיך און עקלט מיך ביז גאר, אלעס האט א גבול און אלעס האט א שיעור, און ווען דיין פאליטיק שפילט אזוי, און דו ארבעטסט פאר דיינע אינטערעסן, פאדער נישט פון מיר איך זאל מיטהאלטן מיט מיר, ווייל מיין פאליטיק שפילט (נאך כרגע) נישט אזוי.

ממילא ווען מען ארעסטירט ר"ח היילפרין פאר אויספארשונג, נאך א קלארע מסירה, און מענטשן שפרינגען שוין צו קאנקלוזיעס(...) ווייל מען האט דאך אים ארעסטירט, טוט עס מיר וויי.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

boxcover האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:סאו באקס קאווער, סו זאגסט פלעין אז באיעס איז אויסגעהאלטן, און נישט נאר איז עס אויסגעהלאטן נאר עס איז גאר בארעכטיגט. פיין איך הער דיין מיינונג. איך וויל נאר זאלסט פאר איין מינוט קלערן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען דו ביסט אויף יענע זייט...

בפרט ביי די מעשה מיט ר' חיים היילפרין, ווי עס איז שרייט דאך אזוי הויך די פאלשקייט און קארופציע דא. נאכאמאל, איך זאג נישט אז ר"ח היילפרין איז א צדיק און אז עס איז נישט דא קארופציע אויף ביידע זייטן און אז די אנדערע זענען הוילע רשעים און עס איז גארנישט קיין גוטס דא ביי זיי. ניין. עס איז דא קארופציע אויף ביידע זייטן, און דא איז עס זייער זייער זייער (כ'קען דא שרייבן בערך הונדערט מאל זייער...) אנמערקבאר.

באיעס איז לאו דוקא אויסגעהאלטן, אבער קען זיין פארשטענדליך. עניוועי, דאס איז נישט מיין פאונט. מיין פונטל איז אז אויב איז מען חושד איינעם וואס שטעלט זיך פאָר פאַר צדיק ווען ער איז באמת נישט (אזוי ווי דו אליינס האסט [נישט] געזאגט), און האט נאך די חוצפה צו מוסף זיין אראגאנץ איבער זיין טאמעוואטע, כאפט אָן אַן עקל און אפשיי פאר עני ערליכע יוד וואס חילול השם טוט וויי.

און א געוויסע וועג האבען מיר ביידע די זעלבע ציל נאר מיר טיילן זיך אין מיינונג וועליכער מעטאָד איז מער אויסגעהאלטען און פארלעסליך. מיר ביידע האבען א ציל צו רייניגען די אידישע פאלק פון די סקאָם וואס זענען מחריב אונזערע קומיוניטיס און ביידע טוט ווי א חילול השם. דו האלסט נאר אז די בעסטע מעטאָד איז צו האלטן שטיל העלפט פארשטילען די חילול השם (וואס איז אמת אין שארט-טורם), און מיטן לייקענען פשרות לא טוב ווערט גערעכענט כאילו עס איז קיינמאל נישט געשעהן און מ'איז מקיים דערמיט והייתם נקיים. מיר - אויף די אנדערע האנט - האלטן אז צו אויסרייסן א פראבלעם דארף מען זיך נעמען צום שורש פון די פראבלעם און עס אויסרייסען, און מיטען אויפדעקען די עוולות וועט עס ווייניגער פאסירן, וואס ביי אונז איז דאס דער עיקר. כן נראה לי.


באקסקאווער, אמת איך האב אויך דעם ציהל צו רייניגן כלל ישראל פון דעם באהאללטענע שקצים (ספעציעל די וואס זענען מתעטף בטלית שאינו שלהם און טוען זיך אן באיצטלא דרבנן), אבער ווען עס קומט צו דעם מעטאד, מאכסטו א טעות מיט מיין צוגאנג. מיין צוגאנג איז ח"ו נישט עס פארשווייגן. אבער עס איז אויך נישט עס פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. עס איז נאך דא עפעס אינצווישן.

ווען עס קומט אן צו רבנים א קאמפלעינט איבער סעקשועל מאלעסטעישן אבער סתם אומאיידעלע אויפפירעכץ פון רבנים, דארפן זיי דאס אננעמען זייער ערנסט, און עס אויספארשן צווישן זיך, און יענעם מודיע זיין ער זאל קענען זיך געהעריג פארטיידיגן באמת, אבער דאס דארף געטוהן ווערן מיט אן ערנסטקייט, נישט זוכנדיג יענעם צו פראטעקטן, און אויב שטעלט זיך ארויס אז יש דברים ב'שייגעץ, דארף מען דעם רב אריבער רופן און מודיע זיין די תוצאות, און אויך וואס זענען די החלטות. לדוגמא: ער טאר מער נישט קאונסלען פארפעלקער, אדער טון אין שלום בית, אדער סיי וואס עס איז וואס האט יענעם צוגעברענגט דורכצופאלן.

גלייכצייטיג דארף מען יענעם שיינערהייט מודיע זיין אז ווי עס זעיט זיך אויס האט ער א פראבלעם, און עס איז דא העלף אוועילעבל, און ער זאל מוחל זיין און גיין זוכן הילף (בכלל איז שוין צייט מיר זאלן אנהייבן זיך באקאנט מאכן מיט דעם גרויסן וועלט פון הילף וואס איז דא פאר מענטשן מיט אלע סארטן סעקסועלע פראבלעמען, אבער דאס איז א נושא פאר אן אנדערן אשכול). און דערביי דארף מיטקומען א ווארענונג, אז אויב מען וועט הערן נאכאמאל סיי וועלכען קאמפלעינט אויף אים וואס וועט זיך ארויסשטעלן אלס אמת, וועט מען אננעמען שארפערע שריט, ווי למשל עס מפרסם זיין צווישן אנדערע רבנים, אדער צווישן די נכבדים פון זיין קהילה, און אויך מודיע זיין אז די אפציע פון גיין צו די פאליציי בלייבט אפן אויב ער וועט זיך נישט טוישן.

אבער צו גיין תיכף צו מאכן איבערקערענישן און יענעם צומאלן און צושמירן אויף בלאגס און ביי די פאליציי איז נישט אויסגעהאלטן (חוץ ווי דערמאנט, אז מען האט שוין אלעס געטרייט ביז אהין) און נישט אידישליך, עס איז רשעות, אכזריות, שפיכות דם און חילול ה'.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

הדד בן בדד האט געשריבן:באקסקאווער, אמת איך האב אויך דעם ציהל צו רייניגן כלל ישראל פון דעם באהאללטענע שקצים (ספעציעל די וואס זענען מתעטף בטלית שאינו שלהם און טוען זיך אן באיצטלא דרבנן), אבער ווען עס קומט צו דעם מעטאד, מאכסטו א טעות מיט מיין צוגאנג. מיין צוגאנג איז ח"ו נישט עס פארשווייגן. אבער עס איז אויך נישט עס פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. עס איז נאך דא עפעס אינצווישן.

קיינער שרייבט נישט אין די קאווע שטיבל כדי עס צו פארשפרייטן ביי די גוי'אישע וועלט. אקעי? און אין וואס-איז-נייעס אויך נישט.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ר' הדד, איר זענט נישט באקאנט מיט די היסטאריע פון דעם קעיס, מען האט דאס אלעס (ממש אקוראט דאס וואס דו זאגסט מען זאל טוהן) געטוהן פאר 10 יאר צוריק! נאכאמאל פאר בערך 5 יאר צוריק און שוב הארט פאר עס איז געגאנגען פאבליק אפאר חדשים צוריק. נאר ווען מען האט געזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום אנדערע אופציע אפצושטלן די (אלעדשד) התנהגות איז מען געגאנגן פאבליק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

איך וויל פארשטיין עפעס: נאכן גיין פאבליק האבן עס די רבנים שוין ענדליך יא גענומען ערנסט, און מ'האט שוין צאמגעשטעלט א בית דין וואס לויט די שמועות דארפן זיי ארויסקומען מיט א פסק ביז א קנאפער חודש, סאו פארוואזשע האט יעצט אויסגעפעהלט צו גיין צום גאווערמענט, אויב נישט סתם פאר ביליגע נקמה צוועקן?
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

איז נישט רח"ה געווען דער וואס איז געגאנגען צום גאווערמענט?
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

וואס הייסט ער איז געגאנגען צו די גאווערמענט? ער האט קיינעם ביזדערווייל נישט אנגעקלאגט! סך הכל סובפינעט גוגל ארויסצוגעבן די נעמען פון די שרייבערס! וואס ער וואלט געטוהן דערמיט ווייסעך נישט אבער ווער זאגט אז אנגעקלאגט?

אגב: האט ער עס למעשה ארויסבאקומען פון זיי?
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

זיי זאגן אז יא. ער איז געגאנגען צו די גאווערמענט און געזאגט אז ער וויל קלאגן פאר פארלוימדונג, אנדערשט פארוואס זאל גוגל מחויב זיין צו געבן די נעמען?
NAVY SEAL
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:53 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך NAVY SEAL »

ער האט גערופן גוגל און קאורט צו ארויסבאקומען די איי פי אדרעסן, און ער האט עס געוואנען, און דערווייל
האט ער נאך גארנישט געטוהן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פארוואס דארף עם גוגל געבען אייפי עדרעסעס?
אז איך וויל קען איך דורך קארט באקומען נולד'ס אייפי עדרעס?
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס דארף עם גוגל געבען אייפי עדרעסעס?
אז איך וויל קען איך דורך קארט באקומען נולד'ס אייפי עדרעס?

ניין. נאר מיט לעגאלע גראונדס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די אייפי עדרעסעס וואס ער האט באקומען האבן עם סך הכל באשמיצט. ניין?
פארשפארט