יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

די זאך איז ווארשיינליך פארטיג. ביבי נתניהו גרייט זיך אויפצושטעלן זיין דריטע רעגירונג אויף א קאאליציע מיט די בנט-לפיד פארבאנד, און לאזט די חרדים אינדערויסן.
די רעזולטאטן וואס אזא קאאליציע ברענגט מיט זיך מיט זענען א געוואלד. קודם כל קומט א פעסטע גיוס בני הישיבות פלאן, און א שטורעמישע מערכה מצד גאנץ כלל ישראל דערקעגן וואס היות זיי זענען נישט אין די קאאליציע האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך צו שלאגן ווי די קנאים דערקעגן; ביבי'ס שטארקייט אלס ראש הממשלה וועט זיין היבש וואקעלדיג היות די לפיד-בנט פארבאנד האבן א שיינעם צאל דעפוטאטן צו קענען מאכן אינערליכע געוואלדטאטן אינערהאלב די קאאליציע קעגן די 'ליכוד' פארטיי; די חרדים וועלן זיך נוקם זיין אין נפתלי בנט מיטן שטומען מיט די לינקע פארטייען אויף התנחליות אנגעלעגנהייטן, וואס איז דער יסוד קיום פון די 'בית היהודי' פארטיי; שטארקע שניטן אין סאציאלע רעגירונגס הילף פאר משפחות מיט אסאך קינדער, וואס עפעקטירט בעיקר די חרדים; עס וועלן קומען גרויסע גראבע שניטן אין די רעגירונגס פאנדן פאר ישיבות און כוללים, עס וועט זיך שוין באלד נישט לוינען צו נעמען געלט נאר ענדערש זיך אנשליסן אין 'קרן הצלה'..
ביבי נתניהו זעלבסט איז שטארק אומצעפרידן מיט דעם געשטעל פון זיין נייע קאאליציע, אבער איז אבער אפציע-לאז היות די בנט-לפיד פארבאנד האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן פאר גארנישט, און מיט די חרדים אליינס האט ער נישט געהאט קיין רעגירונג. ווייטער גיין אויף פרישע בחירות, ווי דער געזעץ לויטעט אויב קען מען נישט צוזאמשטעלן א קאאליציע ביז 60 טאג, איז ביבי אויך נישט גרייט, אלזא איז ער געבליבן מיט די קאאליציע פון בנט-לפיד-ליבני-ליכוד.
ביבי'ס נייע שותף, אביגדור (איווט) ליבערמאן האט היינט צופרי אין א ראדיו אונטערוויו געזאגט אז ער וויל נאך יא זען די חרדים אין רעגירונג. אבער יעצט אויפדערנאכט איז פארגעקומען א זיצונג צווישן די פארהאנדלער פון 'יש עתיד' און 'ליכוד' ווי יש עתיד האט דערקלערט אז זיי ווילן נישט זען די חרדים אין די נייע רעגירונג.

'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
דא שרייבט ער אז עס איז געבליבען אז די חרדים גייען און די אופוזיציה
לדעתי און א יאר ארום איז דא נאך אמאל וואלען און בעסטע פאל וועט עס זיין א יאר איך גלייב אז נאך ווייניגער אפי'
לדעתי און א יאר ארום איז דא נאך אמאל וואלען און בעסטע פאל וועט עס זיין א יאר איך גלייב אז נאך ווייניגער אפי'
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
דא ליגט שוין טיף פאליטיק. בנט איז אמאל געווען הויפט משב"ק ביי ביבי, און ער האט זיך צופראסקעט מיט רעבעצין שרה. זינט דעמאלס זענען זיי אויף מעסער שטעך. אלזא דער נפתלי האט מורא געהאט אז מיט זיינע 12 מאנדאטן וועט מען אים ווארפן צו די הונט און מאכן א יד אחת מיט די חרדים און יש עתיד, האט ער זיך געשאפן א פארבאנד מיט לפיד'ן, וואס באמת גערעדט זענען זיי אידילאגיש געשטימט הונדערט פראצענט, זיי האבן נאר אפאר חוצונית'דיגע חילוקים. (איך רעד פון די פערזענליכקייטן, נישט פון די פארטייען)
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
ווייל די חרדים מאכן א רעגירונג זייער סטאביל. זיי האבן 3 אישוי'ס, און איינמאל מ'געט זיי נאך די דריי אישוי'ס גייט זיי גארנישט עפעס אנדערש נישט אן. די 3 אישוי'ס זענען געלט, געלט און געלט. איינמאל מ'זאגט צו געלט פאר די ישיבות און כוללים זיצן די חרדים אין די רעגירונג און מ'הערט נישט קיין מוק פון זיי. משא"כ די אנדערע פארטייען, לאמיר זאגן ציפי ליבני'ס 'תנועה' פארטיי, אויב מאכט ביבי די מינדערסטע צו שטארק "רעכטע" מאוו וועלן זיי ארויסלויפן פון די רעגירונג, ווייטער די מפד"ל'ס 'הבית היהודי' וועט ארויסלויפן טאמער פארשפארט מען איין זידלונג אפילו עס האט נאר 6 הייזער אויף זיך.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
נאך א נקודה וואס איז נישט דערמאנט געווארן דא איז אז ביבי טראסט נישט לפיד. (איך אויך נישט). לפיד וועט ווארטן ביז ער ווערט די מערסטע פאפולער וואס נאר שייך און דערנאך וועט ער ער צו ווארפן די רעגירונג דורכ'ן ארויסגיין פון די קאאליציע און אזוי ארום ווערן ראש ממשלה ביי די קומענדיגע בחירות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
מיין מיינונג האט געשריבן:האט ער זיך געשאפן א פארבאנד מיט לפיד'ן, וואס באמת גערעדט זענען זיי אידילאגיש געשטימט הונדערט פראצענט, זיי האבן נאר אפאר חוצונית'דיגע חילוקים. (איך רעד פון די פערזענליכקייטן, נישט פון די פארטייען)
דו ביסט אויפן קאפ געפאלן? לפיד איז געווען פון די גרעסטע תומכים פונעם התנתקות.
לפיד איז גרייט נאך היינט צוריקצוגעבן שטחים פאר די מוחמד אבעס- אבו מאזן.
לפיד וויל געי חתונת אין אר"י, א זאך וואס בענעט איז שטארק קעגן דעם אלס א דתי
לפיד איז א גרויסע חסיד פון שתי מדינות לשני עמים, א זאך וואס בענעט איז גאר שארף קעגן דעם.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
If Prime Minister Binyamin Netanyahu cannot complete the task of forming a coalition by the March 16 deadline, US President Barack Obama will cancel his March 20 visit to Israel, Channel 10 quoted American officials as saying on Thursday.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
דערווייל איז נאך דער קאפ אויף מיר נישט געפאלן. איך זאג איבער דעם סטעיטמענט אז אידעלאגיש זענען די צוויי גאר אייניג. די טענות וואס דו האסט געברענגט זענען פיין און וואויל כלפי די דיפרענצן פון די צוויי פארטייען, נישט פון די פערזענליכקייט.
און אז מ'רעדט שוין לאמיר דיך עפעס מסביר זיין. לפיד איז נישט קיין רעכטער און נישט קיין לינקער. ער איז גארנישט אויסער א צייטונג שרייבער און שונא דת (ניטאמאל א פאליטישען איז ער). ממילא צו זאגן אז ער איז שטארק פאר דעם געדאנק פון שני מדינות לשני העמים, ווען ער האט דאס נאך ניטאמאל געהאט ווען און וואו דאס צו פראקטיצירן, עס האט ס"ה אזוי משמע געווען פון אן ארטיקל וואס ער האט אפגעשריבן, איז נישט גערעכט.
מארק מיי ווארד'ס:
בנט גייט נאך צושפליטערן די דתיים לאומים מיט זיינע מיינונגן און שיטות.
לפיד האט קיין שום מיינונג איבער מדיניות (ד.ה. שלום מיט אראבער, התנחלות וכו'), ער וועט שפילן לויט וועלכע זייט ס'פידל גייט זינגן.
און אגב, איך ווייס נישט צי דו ווייסט ווי שטארק "דתי" בנט איז, דאס אז ער וואוינט מיט א גויטע להלכה יוכיח.

איך רעד און איך ברענג עס פון זיין אפיצעלע מצע:
http://yeshatid.org.il/programmes/full_platform/
ליין עס, און זאג מיר אויב לפיד אדער עני רעכטער קען אינטערשרייבן אויף דעם. זיי זענען אזוי ווייט אידאלאגיש ווי מיר מיט מיין שוויגער
http://yeshatid.org.il/programmes/full_platform/
ליין עס, און זאג מיר אויב לפיד אדער עני רעכטער קען אינטערשרייבן אויף דעם. זיי זענען אזוי ווייט אידאלאגיש ווי מיר מיט מיין שוויגער
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
דער חילוק איז אבער אז דו מיט דיין שוויגער האבן נישט חתונה געהאט, און לפיד מיט בנט יא. דאס זאגט שוין אסאך.
גראדע האט בנט אליינס געזאגט די וואך אז די סיבה פון דעם שידוך זיינעם מיט לפיד איז ווייל אזוי וועט אים לפיד העלפן וואטשן אז ירושלים זאל נישט ווערן צוטיילט.
גראדע האט בנט אליינס געזאגט די וואך אז די סיבה פון דעם שידוך זיינעם מיט לפיד איז ווייל אזוי וועט אים לפיד העלפן וואטשן אז ירושלים זאל נישט ווערן צוטיילט.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
די בעסטע זאך איז אז די פרומע זענען אינדרויסן, סיי פאר די פרומע און סיי פאר די פרייע.
די פרומע וועלן אסאך מער אויפטוען, אויב ארבעטן זיי פון אינערהאלב די פרייע פארטייען, וואו אין ליכוד אדער עבודה וואו עס שמעקט זיי בעסער, איינמאל עס וועלן זיין זייער אסאך פרומע אין די צוויי פארטייען, וועלן זיי זיך מוזן אסאך מער רעכענען מיט די פרומע, וואו אויך וועלן די פרומע קענען אריינשטעלן אין די פריימעריז זייערע קאנדידאטן.
אויב אין אמעריקע קען אזא פאליטיק ארבעטן, און עס איז נישטא קיין פרומע פארטיי דארט, קען עס אין ארץ ישראל פונקט אזוי און נאך אסאך בעסער ארבעטן, וויבאלד ס'איז א קלענערע לאנד, מיט א קלענער באפעלקערונג.

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
משה גרילאק האט דאס אמאל געשריבן אין משפחה, מ׳האט אים שיעור גע׳ממית׳ט דערפאר. און דאס איז געווען איינע פון די הויפט סיבות פאר די ליטווישע רבנים חרם אויף משפחה.
ער האט געשריבן וואס יעדער טראכט.
אגב אינעם אינטערוואו פון הרב פארווארסקי אין בקהילה איז געשטאנען די זעלבע. בקהילה האט זיך געדארפט מתנצל זיין דערויף און געלאזט לויפן 3 וואכן ארטיקלן פארוואס די היימישע פארטייען זענען יא גוט.

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
יידל האט געשריבן:נאך א נקודה וואס איז נישט דערמאנט געווארן דא איז אז ביבי טראסט נישט לפיד. (איך אויך נישט). לפיד וועט ווארטן ביז ער ווערט די מערסטע פאפולער וואס נאר שייך און דערנאך וועט ער ער צו ווארפן די רעגירונג דורכ'ן ארויסגיין פון די קאאליציע און אזוי ארום ווערן ראש ממשלה ביי די קומענדיגע בחירות.
דער נקודה איז שייך ביי יעדע שמאלע קאאליציע, לאו דוקא לפיד און בנט, ווען דער קאאליציע איז שמאל האבן די קאליציע פארטייען א גרינגערע פעלד צי צו ווארפן די רעגירונג. ממילא זיכט ביבי צו צוזאמשטעלן די גרעסטע קאאליציע וואס איז שייך, הגם זעכציג בענקלעך איז אים גענוג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)