ממי_שאמרו האט געשריבן:חזקיהו, איך גלייב שווער אז עס האט אמאל געהאלפן די מיטלן ווי אזוי דו רעדסט צו א ווייב. אבער ווער ווייסט?
איך טראכט אז נאר מיט גוטען איז נישט גוט, זי מיז וויסען אז איר מאן איז אויך א מענטש אין גייט זיך נישט לאזען טרעטען, זי מיז וויסען אז מעשים האבען קאנצעקווענצען אין אז איר גרויסע שטארקע טאטע גייט איר נישט קענען העלפען,
דאס וועט איר געבען די שאק צי זיך אויפוועקען פין די קינדערישע שלאף אין וויסען אז צים סוף וועט זי באצאלען א פרייז אין ס'לוינט זיך ענדרעש צי טרייען עס צי אויסארבעטען,
אין בכלל ווען א מאן רעדט שטארק איז עס א גוטע געפיהל פאר די ווייב, זי פילט אז זי האט א רוקענביין אין דאס איז די נאטורליכע ווילען פין א פרוי זיך צי אנלאנען אויף די מאן,
טאמער די מאן לאזט זיך אראפ פאר די פרוי, דאס אליינס איז א פראבלעם, מען טאר זיך נישט לאזען ביליג מאכען, מען דארף זיין שטארק אין פייפען אויף אלע עסקנים/רבנים/שווער/שוויגער, צים סוף וועט די ווייב איינזעהן אז ער איז די אדרעס, נישט איר טאטע,
איינער האט געשריבען פריער "זיך אראפלייגען אויף די ערד פאר די פרוי", איך האלט אז דאס איז א טעות, דאס האט המן געטוהן אזוי ווי עס שטייט והמן נפל על המטה אשר אסתר עליה..........