היינט צופרי איז אין ירושלים געשטארבן שמואל דאכנער, דער עד המדינה אין פרשת אולמערט. ווי באקאנט האט מדינת ישראל'ס פרעימער אהוד אולמערט געמוזט אפטרעטן פון בענקל, זייענדיג אין אמט, נאך וואס מ'האט אים אנגעבליך געטראפן שולדיג אין קאראפציע סקאנדאלן ווי נעמען שוחד אין די צייטן וואס ער האט געדינט אלס מעיאר אין ירושלים. די פרשה האט איבערגעדרייט דאס לאנד ת"ק פרסה על ת"ק פרסה, אבער ווי עס שיינט וועט זיך עס ענדיגן אן קיין שום קלאגע קעגן אולמערט!
לעצטן זומער האבן די ריכטער אינעם קעיס געטראפן אולמערט אומשולדיג אויף כמעט אלע קלאגעס, אבער זיין קעיס איז נאך אנגעגאנגן פאר אפאר קליינע קלאגעס, יעצט ווען עס קומט די נייעס אז דער הויפט עדות איז געשטארבן, העלפט דאס צו אז די פרשה זאל קומען צו א ענדע גאר בקרוב, און דאס וועט געבן פאר אולמערט דעם שליסל צוריק אריינצוקמען אויף מדינת ישראל'ס פאליטישע ארענע, און ווארשיינליך צוריקבאקומען דעם ראש הממשלה אמט, וואס איז אוועקגעריסן געווארן פון אים אזוי פריצייטיג.
ברעיקינג: עד המדינה אין פרשת אולמערט טויט!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
ברעיקינג: עד המדינה אין פרשת אולמערט טויט!
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: