מיין שלום בית געשיכטע
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1301
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
- האט שוין געלייקט: 1684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל
וזה אשר נראה לעניות דעתי:
א. נאטורליך, וויל א טאטע העלפן זיינס א קינד און "שוין ארלעדיגן". נישט אייביג זעהט ער גענוג פאראויס אויב ער "העלפט" אדער ער מאכט ערגער. - דער איידעם קען איהם זייער שנעל קלאר מאכן זיין טעות מיט אט דעם סענטענס: שווער טייערע, אז דו וועסט הייסן דיין טאכטער זיך אפ'גט'ן, וועט זי בלייבן ביי דיר וואוינען מיט די קינדער, קענסט פארגעסן פון א רואיגע עלטערע יארן, די קינדער וועלן דיך לויפן אונטער די פיס, דיין טאכטער וועט דיר וויינען אויפ'ן קאפ, דו וועסט דארפן צאלן טואישען פאר דיינע אייניקלעך, דו וועסט זיי סוף כל סוף דארפן אויסצאלן די חתונה מיט די בר מצוות. בקיצור, דו גייסט צוריק 18 יאר אין דיין לעבן. און זאלסט נישט מיינען אז דו וועסט איר גלייך חתונה מאכן צו א צווייטן, ווייל איך וועל מאכן זיכער אז זי בלייבט ביי דיר אויפ'ן קאפ אן א גט דאס לענגסטע וואס איז נאר מעגליך. מיינסט טאקע אז זי וועט זיין גליקליכער זיצענדיג ביי דיר אויפ'ן קאפ איינזאם אליינס ווי ביי א מאן וואס לייענט קריאת שמע מיט'ן בלויזן קאפל?
ב. שלום בית איז א פול טיים דזשאב, און עס איז דער תפקיד פון א מאן צו מאכן זיכער אז זיין פרוי זאל נישט וועלן זיין אן איהם אפילו פאר א טאג. ער דארף איר דורך אלע מיטלען מאכן טראכטן אז זי וויל איהם נישט פארלירן. ער דארף רעדן מיט איר וואס זי האט ליב צו רעדן וועגן, ער דארף איר קויפן און סורפרייזן זאכן וואס זי האט ליב, קאמפלימענטירן איר ארבעט און אויסזעהן, צולייגן א האנט ווען זי ברעכט אונטער. אויב א יונגערמאן טוהט דאס טאג טעגליך, ווי שווער עס זאל נאר זיין, ער נעמט נישט זיין ווייב פאר גרענטעד, און ער איז דער וואס טוהט און ארלעדיגט איר אלע אירע געברויכן נאך פאר זי בעט עס פון איהם, דער קען לייענען קריאת שמע אפילו מיט די אונטערוועש, דער האט א פרייע האנט בינו לבינה, דער דארף קיינמאל נישט נאכטראכטן אז זיין אידענע וועט רעדן צו איר טאטן וועגן איהם, ווייל ער שטייגט איבער איר טאטן אין איר מוח.
ג. רוב אינגעלייט וואס מוטשען זיך איז עס ווייל: 1) זיי זענען נישט קיין "מענער". 2) זיי זענען טועה די ווייב מיט א בחור פון ישיבה.
לגבי די ערשטע נקודה, א פרוי דארף א מאן. א מאן מיינט איינער וואס פראווייד פאר איר סעקיוריטי, מאכט פאר איר דעסישענס, ערלעדיגט אלעס מיט קאנפידענץ, און איז אייביג רואיג און אין קאנטראל. א מאן וואס בעהט זיך א גאנצע טאג ביים ווייב, א מאן וואס בעט פונעם ווייב צו ארלעדיגן זאכן, א מאן וואס ווערט נערוועז און אומסעקיור, אזא איינער איז מער פרוי ווי מאן, און פרויען זענען אין נאטור נישט עטרעקטעד צו דעם.
לגבי די צווייטע נקודה, א ווייב איז נישט א חבר. ווי נאענט מ'איז איינער צום צווייטן, איז מען נאר גוטע שותפים, נישט חברים. גאר נאנטע שותפים זענען זיך שטארק מכבד, רעדן פארמאל, פארציילן נישט קיין שמוציגע לאנדרי פון זיך אליינס, און טוען בדרך כלל נאר זאכן וואס ברענגן א תכלית. חבר'שאפט איז אבער אמאהל אויך טשעפעריש, אדער סתם פארברענגט די צייט אן א תכלית, מען רעדט זאכן וואס מען וואלט נישט דערציילט פאר א צווייטן, וכדומה.
ד. א פרוי זוכט געווענליך עני סיבה ארויפצוקוקן אויף איר מאן. זי וועט זיך אנכאפן אין א דינע בענדל, אבער זי וועט עס זוכן מיט לעכט. א מאן דארף געבן גענוג סיבות אז זי זאל ארויפקוקן אויף איהם, אפילו אויב עס איז נער'יש. אהיימקומען און אראפשטויסן די שיך און זיך אויסציען אויפ'ן קאוטש מיט פאפקארן און א צייטונג איז נישט מעורר קיין כבוד. לעומת זה, זיך אוועקזעצן מיט פאפוטשען אויפ'ן ריקליינער, מיט פאפקארן אין א שיסל, און "איר פארליינען" אדער דעבאטירן מיט איר אדער מיט אנדערע למשל די קינדער עפעס וואס ער לייענט יעצט אין צייטונג, איז מעורר "ראש משפחה'שאפט". ער טוהט דאס זעלבע, אבער בדרך כבוד. נאך א משל, א כולל יונגערמאן הארעוועט א גאנצע טאג אין לערנען, ער לענט זיך נאר צו א האלבע שעה נאכמיטאג, פונקט אין דער האלבע שעה וואס זיין ווייב קומט געווענליך אהיים, זי טרעפט איהם פאפען אין בעט אינמיטן טאג. דאס איז נישט מעורר כבוד. לעומת זה, א פוסטע ליידיגגייער מאכט זיך ביזי ווען זיין ווייב וואלקט אריין אין שטוב, און דערנאך זאגט ער בדרך אגב אז הלואי ווען ער קען ווען שלאפן אביסל זיך אויסצורוען צו קענען ווייטער לערנען, אבער ווער שלאפט דען אינמיטן טאג? געווענליך וועט איהם דאס ווייב גראד זאגן, מאך דיך נישט נערי'ש, גיי שלאף אביסל, דו דארפסט עס דאך צום לערנען... דער פוסטע יונגערמאן גייט יעצט פאפען מיט זיין ווייב'ס פולע רעספעקט.
מען קען מאריך זיין, אבער די אונטערשטע שורה איז: איידער דער קריזיס שפראצט ארויס, געב גענוג סיבות פאר דיין ווייב צו וועלן אייביג זיין מיט דיר, נישט קיין חילוק ווי שענדליך דיינע מעשים.

- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
זר זהב האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:מיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
איך מיין אז ער האט סייווי נישט געזען.
פארוואס ווייל ער האלט אז מען האט געמעגט איינזעצען וועבערמאן ?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
אביגדור האט געשריבן:דער איידעם קען איהם זייער שנעל קלאר מאכן זיין טעות מיט אט דעם סענטענס: שווער טייערע, אז דו וועסט הייסן דיין טאכטער זיך אפ'גט'ן, וועט זי בלייבן ביי דיר וואוינען מיט די קינדער, קענסט פארגעסן פון א רואיגע עלטערע יארן, די קינדער וועלן דיך לויפן אינטער די פיס, דיין טאכטער וועט דיר וויינען אויפ'ן קאפ, דו וועסט דארפן צאלן טואישען פאר דיינע אייניקלעך, דו וועסט זיי סוף כל סוף דארפן אויסצאלן די חתונה מיט די בר מצוות. בקיצור, דו גייסט צוריק 18 יאר אין דיין לעבן. און זאלסט נישט מיינען אז דו וועסט איר גלייך חתונה מאכן צו א צווייטן, ווייל איך וועל מאכן זיכער אז זי בלייבט ביי דיר אויפ'ן קאפ אן א גט דאס לענגסטע וואס איז נאר מעגלעך. מיינסט טאקע אז זי וועט זיין גליקליכער זיצענדיג ביי דיר אויפ'ן קאפ איינזאם אליינס ווי ביי א מאן וואס לייענט קריאת שמע מיט'ן בלויזן קאפל?.
רבונו של עולם, און דיין שווער דארף זיך איינרעדן אז דו האסט ליב דיין ווייב? ווען דיין ווייב זאל הערן ווי אזוי דו סטראשעסט אז אויב גייט מען זיך גט׳ן גייסטו זיכער מאכן אז זי קען נישט חתונה האבן וכו׳ ווערט זי איבערגעצייגט אז דו האסט איר ליב???
ענק רעדן אלע ווי 13 יעריגע בחורים וואס זענען געווארן ארויס געווארן פון ישיבה און טראכטן עצות ווי אזוי נקמה נעמען אינעם מגיד שיעור. ענק פארשטייען באמת נישט ווי ראנג ענק זאגן דא? ווען דיין ווייב זאל דיר דאס אזוי זאגן, שיקסטו איר לעזאזל. עס איז דא א גרויסע חילוק פון זאגן פארן שווער קריך אראפ פון מיר שנעלער ווי דו ביסט ארויפגעקראכן, ווי צו זאגן אז איך גיי אומגליקליך מאכן דיין ווייב און דיינע אייגענע קינדער.
באמת עס באדערט מיר אז אינגעלייט (??) זאלן אזוי רעדן, פליז ווייסט נישט ערגער חברה׳מאן שאפט נאר ווייסט ענקער חכמה. בדרך אגב, די אלע ״שטארקע״ אינגעלייט דא וואלטן זיך באקאקט אין זייער הויזן פארן רעדן אזוי צו זייער שווער.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
ברסלבער האט געשריבן:איך זעה אז דער עולם איז ברוגז אויף די נקודה וואס כ’האב געשריבן וועגן זיך אראפלייגן פאר די ווייב, וועל איך עס מער מסביר זיין.
דאס איז יעדער גערעכט אז מען טאר נישט זיין קיין שמאטע אינדערהיים, א מאן מעג און דארף האבן זיינע פרינציפן אפילו ווען עס שמעקט נישט פאר די ווייב, און די ווייב האט עס ליב, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן באריכות אין מאחורי.
אבער ווען עס קומט צו א מצב ווען עס הייבט זיך אן ערנסטן פראבלעם, ווי למשל דא ביי די מעשה פונעם באס דרייווער, דעמאלט’ס איז א יוצא מן הכלל, און דעמאלט’ס דארף מען זיך יא אראפ לייגן פאר איר, לגבי די נקודות וואס באדערט איר יעצט אויף די מינוט, ווי דער פסוק זאגט חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, יעצט בין איך מוותר אויף וואס דו זאגסט, און איך וועל מיר צושטעלן צו פארעכטן וואס דו האלט’ס אז מען דארף פארעכטן, און פארשטייט זיך אז נאכדעם וואס די זעם איז פאריבער גייט אלעס צוריק לקדמותו
.
איך האב לכתחלה נישט געוואלט שרייבען דערקעגן מפני כמה סיבות,
אבער מיט דיין תירוץ מאכסטע עס נאר ערגער, נישט בעסער,
עס איז נישט דא אזא מהלך, קיינמאל נישט, נישט בעפאר כעס נישט אינמיטען כעס און נישט נאך כעס,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אביגדור האט געשריבן:לגבי די צווייטע נקודה, א ווייב איז נישט א חבר. ווי נאענט מ'איז איינער צום צווייטן, איז מען נאר גוטע שותפים, נישט חברים. גאר נאנטע שותפים זענען זיך שטארק מכבד, רעדן פארמאל
מיט אלעם זענט איר מעגליך גערעכט חוץ פון דאס. ס'א רחמנות אז רוב מערידזשעס זענען פארמאל, און די מענער רעדן זיך נאך איין אז ס'קומט אזוי! צו פארשטיין וויזוי א מערידזש דארף זיין (און וויזוי ס'ביי מיר, אבער ווער נאך נישט דזשעלעס...) ליין די שטיקל:
אשת נעוריך
2. ולענ"ד הנעורים הם משל - נער בספר משלי הוא אדם צעיר וחסר ניסיון, שעושה טעויות ושטויות. אשת נעוריך היא אישה המאפשרת לך להתנהג כמו נער, שגדל ומתפתח, מנסה דברים חדשים ולומד מתוך הטעויות, וכמו שנאמר בפסוק הבא "ובאהבתה תשגה תמיד" (ראו שגיאות של אהבה). מי שמצא אישה כזאת, יוכל להיות שמח בכל עת.
איר זעהט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מען האט שוין מאריך געווען אין די אלע שלום בית ענינים אין מאחורי הפרגוד, ווי אויך וואס זאל מען פארציילן פארן ווייב וכו'. א שאד איבערצוקייען אלעס דא.
אביגדור, שרייבט נאך עטליכע אזעלכע תגובות און באקומט אייך אריין הונטערן פרגוד, ומשם תדרשנו.
לאמיר זיך צוריקהאלטן, און ווארטן מיט געדולד אויפן פארזעצונג וואס קומט אי"ה פונעם באס דרייווער.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1301
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
- האט שוין געלייקט: 1684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל
זר, "מי שמצא אשה כזאת"... ס'שטייט בפירוש.
ס'איז א גרויסע געמבל צו וויסן פון פריער צו ער האט געטראפן אזאנס צו נישט. ס'לוינט נישט צו געמבלען לעניות דעתי. איר זענט אבער גערעכט אז ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט וואל איך געהאט פליגלען צו פליען, הערנער צו בויערן, ציין צו צורייסן, א שוואנץ צו הענגן וכו' און א בית חינוך וואס לערנט אויס די פרויען צו ענדזשויען לייף. וואס איך האב געשריבן איז אבער געוועהן אין פראקטיק פון 2013, נישט פון קיין ספרים וואס האבן נישט געקענט אונזערע אשת חיל'טעס.
די אלע וואס געמבלען און פראבירן צו פאלגן יענע ספר וואס איר ציטירט (מיהו?) זענען די וואס האבן די שלום בית פראבלעמען. אדרבה, ביים זיך וואשן נטילת ידים פראביר "זיך נער'יש צו מאכן" און געב איר א שפריץ אן, אדער ווען זי זעצט זיך צום טיש געב א שלעפ ארויס דעם בענקל, אדער ווען זי קומט אריין אין א שטוב שפרינג ארויס פון אונטער'ן טיר און שריי "בו!". לאמיר זעהן צו אייער ספר'ל וועט אייך צוניץ קומען...
ס'איז א גרויסע געמבל צו וויסן פון פריער צו ער האט געטראפן אזאנס צו נישט. ס'לוינט נישט צו געמבלען לעניות דעתי. איר זענט אבער גערעכט אז ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט וואל איך געהאט פליגלען צו פליען, הערנער צו בויערן, ציין צו צורייסן, א שוואנץ צו הענגן וכו' און א בית חינוך וואס לערנט אויס די פרויען צו ענדזשויען לייף. וואס איך האב געשריבן איז אבער געוועהן אין פראקטיק פון 2013, נישט פון קיין ספרים וואס האבן נישט געקענט אונזערע אשת חיל'טעס.
די אלע וואס געמבלען און פראבירן צו פאלגן יענע ספר וואס איר ציטירט (מיהו?) זענען די וואס האבן די שלום בית פראבלעמען. אדרבה, ביים זיך וואשן נטילת ידים פראביר "זיך נער'יש צו מאכן" און געב איר א שפריץ אן, אדער ווען זי זעצט זיך צום טיש געב א שלעפ ארויס דעם בענקל, אדער ווען זי קומט אריין אין א שטוב שפרינג ארויס פון אונטער'ן טיר און שריי "בו!". לאמיר זעהן צו אייער ספר'ל וועט אייך צוניץ קומען...
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ארויסשלעפן א בענקל איז קיין וויץ נישט, שפריצן וואסער האב איך שוין מער פון 1 מאל (און 20...) , און אין דעט ריגארד איז מיין ש"ב פערפעקט. די היינטיגע פרויען זענען עפי"ר אידיאטן, אבער די גוטע נייעס איז אז רוב מענער ווייסן נישט וואס ס'פעלט זיי!
דער מקור איז נישט וויכטיג, וויבאלד ס'אן אמת.
ס'איז פון דא
http://tora.us.fm/tnk1/ktuv/mjly/mj-05-18.html
דער מקור איז נישט וויכטיג, וויבאלד ס'אן אמת.
ס'איז פון דא
http://tora.us.fm/tnk1/ktuv/mjly/mj-05-18.html
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
אה א גוטען מר באס דרייוער וועלקאם טא דע קלאב שכוך פארן שערן דיין עקספיריענס,
נאך שבת וועל מיר ממשך זיין....
נאך שבת וועל מיר ממשך זיין....
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
אביגדור האט געשריבן:די אלע וואס געמבלען און פראבירן צו פאלגן יענע ספר וואס איר ציטירט (מיהו?) זענען די וואס האבן די שלום בית פראבלעמען. אדרבה, בייםן זיך וואשן נטילת ידים פראביר "זיך נער'יש צו מאכן און געב איר א שפריץ אן, אדער ווען זי זעצט זיך צום טיש געב א שלעפ ארויס דעם בענקל, אדער ווען זי קומט אריין אין א שטוב שפרינג ארויס פון אונטער'ן טיר און שריי "בו!". לאמיר זעהן צו אייער ספר'ל וועט אייך צוניץ קומען...
אנטשולדיג מיר, אבער זר זהב איז זייער גערעכט, אויב שטעלט איר איין אייער שלום בית אדער ריספעקט מיטן זיך נאריש מאכן מיט'ן ווייב האב איך אביסל רחמנות אויף דיר. מ'נעמט צוויי קליינע קינדער, בעיבי'ס, און מ'מאכט זיי חתונה, זיי גייען שפילן הויז, און ער דארף נאך שפילן גרויסע טאטע אויך?
דאס האט צוטוהן מיט די "טאטע סינדרום" וואס מיר האבן, לעט קידס בי קידס.
בכלל, מ'טענה'ט זיך דא ווי אזוי צו האנדלען מיט'ן ווייב, שווער, זיך יא אראפ לייגן אויפן ערד, אויפשטיין, יא שפייען, נישט שפייען, זיך לאזן שפייען, וכו', איר מיינט טאקע אז די זאכן האבן א וואן סייז פיטס אלל סאלושען? יעדער טראכט פון די אייגענע שווער און קלערט ווי אזוי מ'וואלט געהאנדעלט מיט עם, אדער טראכט מען צוריק צו וואס די שלום בית טעיפס זאגן, אדער וואס די חברותא אין כולל האט געזאגט פון אייגענע עקספיריענס. הערטס אויף! לאו כל האצבעות שוות, יעדע ווייב איז אנדערש, יעדע מצב איז אנדערש, און מ'דארף האנדלען לפי המבייש והמתבייש, נישט ווארפן קלישעי סולושענס. לאזט דעם בעל הסיפור דערציילן זיין מעשה, און פאר איבערשמועסן וואס יא צו פארציילן די ווייב און וואס נישט, איז דא א גרויסע שטיבל פאר דעם, לאזט צורוה אונזער באס דרייווער.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
זר זהב האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:מיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
איך מיין אז ער האט סייווי נישט געזען.
גיב אכטונג וואס די שרייבסט, ווייל באלט ווער איך באליידיגט און איך גיי סטראשען אז איך גיי פין ק"ש, און עס וועט געדארען א חודש ביז איך קום צוריק.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
לכן מן דבעי להבין
ביי די סומעטאכע הידוע, איז זר זהב אפסעט געווארען און געגאנגען פאר א שטיק צייט.
נישט געפעהרליך, ער קען מיר נאך נישט מוחל זיין פאר דער חוצפה.
גראדע אויף מיין אנדערע ניק איז ער מיט מיר גאר גוט.
ביי די סומעטאכע הידוע, איז זר זהב אפסעט געווארען און געגאנגען פאר א שטיק צייט.
נישט געפעהרליך, ער קען מיר נאך נישט מוחל זיין פאר דער חוצפה.
גראדע אויף מיין אנדערע ניק איז ער מיט מיר גאר גוט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
איך אגרי שטארק מיט דיר מיט אלע נקידות, אבער מיט חלק א׳, חוץ פון דעם וואס ממי זאגט אז די ווייזט שנאה נישט ליבשאפט און סאיז זייער קינדעראיש אזוי צו רעדן,דארפסט אויך פארשטיין אז ווען ער געט נישט קיין גט בלייבט ער אויך אליינס סא די שווער וועט זיך גווענליך נישט דערשרעקן ,חוץ מזה איז דער חיוב שכר לימוד אויף דער טאטע נישט אויף די זיידע ,סא סאיז אבי גערעדט...
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:לכן מן דבעי להבין
ביי די סומעטאכע הידוע, איז זר זהב אפסעט געווארען און געגאנגען פאר א שטיק צייט.
נישט געפעהרליך, ער קען מיר נאך נישט מוחל זיין פאר דער חוצפה.
גראדע אויף מיין אנדערע ניק איז ער מיט מיר גאר גוט.
מסתם האלטסטו אז מדארף ווארפן קרויס צו די קעץ מיטן אנדערן ניק
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך ווייס נישט ווי אזוי דער עולם האט דא כוח זיך צו נאריש מאכן, ביי מיר רינען טרערן סי פון דעם איבערלעבעניש וואס אונזער דרייווער איז דורכגעגאנגען, און סיי פון דעם ביטערן מצב וואו אונזערע יונגעלייט און ווייבלעך האלטן, אז יעדער געלטגייציגער און מאכט-הונגעריגער מטורף קען זיך שפילן מיט זיי ווי מיט א שטיקל קלעי. און איך טראכט צו מיר, ווען אונזער באס דרייווער וואלט נאר געווען א...
האדם לא נברא אלא להתענג