דער חסרון אין א מושלם
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
דער חסרון אין א מושלם
א מענטש וואס האט אלעס וואס מען קען זיך נאר וואונטשן אין דער פאנטאזיע, האט מער נישט וואס צו זוכן אויף דער וועלט. איך רעד נישט פון עמיצן וואס "פארמאגט" אלעס, נאר איינעם וואס האט שוין פרובירט אלעס אויף דער וועלט. ער פארמאגט דאס געלט און די מעגליכקייטן צו קויפן אלעס, זיך עררייכן אלעס, פארן איבעראל אא"וו. ער האט שוין געגעסן יעדן מין עסנווארג, געטרונקען יעדן סארט געטראנק, זיך געלערנט יעדע זאך וואס אינטערעסירט אים. דער אינטימער טייל פון זיין לעבן האט שוין טועם געווען אלעס וואס קען אים נאר קומען אין קאפ.
בקיצור: איך רעד פון עמיצן וואס איז נישט נאר רייך ווי קורח, נאר האט די געלעגנהייטן צו טאן און אויספירן סיי וואס עס פאלט אים נאר איין – פון די קלענסטע, קליינליכסטע, קינדישסטע פרטים און פאנטאזיעס (ווען איך גיי זיין גרויס, גיי איך ...), ביז די גרויסארטיגע פלענער און חלומות פון א דערוואקסענעם, און אלעס אינדערצווישן.
אזא מענטש האט מער נישט וואס צו זוכן אויף דער וועלט. ער האט שוין געגעסן, געטרונקען, געשלאפן, געפלויגן, אוואנטורירט אויף יעדן אופן, וויפיל און וויאזוי און מיט וועמען ער האט נאר געוואלט. דער מענטש אונזערער האט פון אלעם טועם געווען ביז ער איז פון אלעם געווארן זאט און איבערגעזעטיגט. אלעס האט ער שוין געטאן אויף אזא פארנעם, אין אזא מאס, אז זיי זענען אים שוין נימאס. ער קען מער נישט.
להבדיל אלף אלפי הבדלות (אלפי אלפים, ריבוא רבבות – שטעלט אריין וויפיל להבדיל'ס עס פעלן אייך אויס צו פילן באקוועם מיט'ן המשך), דער אויבערשטער האט פאר'ן וועלט-באשאף זיך געפונען אין אזא מצב. בטרם כל יצור נברא איז געווען א מצב פון אלעס-אייביג-איבעראל. די בריאה איז געווען א צמצום; דער באשעפער האט איינגעצוימט "אין סוף" און ס'זענען אנטשטאנען מצבים און מעגליכקייטן און זאכן. אין סוף איז אלעס; צמצום איז אך-ורק. פריער איז געווען א מצב פון בלויז איין-איינציגקייט; יעצט איז דא אזא זאך ווי "זאכן", לשון רבים. (די איראניע, אגב, מיט צמצום איז אז איינצוימען מיינט דווקא מער און גרעסער. פאר דעם וואס די בריאה איז געשען, איז בכלל נישט געווען אזא זאך ווי מערצאל און רבים. ס'האט געהערשט אחדות הפשוט. נאך דעם וואס די בריאה איז אויסגעשפיגן געווארן פון רצונו הפשוט אריין אין עקזיסטענץ, איז צושטאנד געקומען א מעגליכקייט פון "זאך" און "נאך א זאך", איינס און צוויי, דו און איך, דאס און יענץ, אא"וו.)
"אדון עולם אשר מלך בטרם כל יצור נברא; לעת נעשה בחפצו כל, אזי מלך שמו נקרא."
ג-ט איז געווען "מלך" פאר ס'איז געווען א קעניגרייך. וואס איז געשען נאך דעם וואס די בריאה איז צושטאנד געקומען? "אזי מלך שמו נקרא." ער איז "גערופן געווארן" מלך.
אויב איז ער שוין געווען קעניג, צו וואס האט ער געדארפט אריינברענגען א בריאה אין בילד? וואס האט אים די קעניגרייך מוסיף געווען? וואס האט אים געפעלט? אויב א בילד איז גאנץ, וואס איז שייך צוצוגעבן? ער האט געדארפט מענטשן זאלן אנערקענען זיין מלוכה? כ'מיין, מענטשן קענען דאך נישט פארשטיין די ג-טליכע מלוכה בעסער און ברייטער ווי זייערע השגות – וואס איז בסך הכל א צמצום פון א השגה בלי גבול, ווי דער מצב איז דאך געווען ווען ס'איז גארנישט געווען אויסער אחדות הפשוט.
די איינציגע זאך וואס א מושלם האט נישט, איז די מעגליכקייט פון "השתלמות". השתלמות, זיך משלים זיין, דערגענצן, איז די איינציגע זאך וואס א מושלם קען נישט אויספירן. כדי צו קענען "צולייגן", דארף די צוגעלייגטע זאך האבן פריער געפעלט. אויב פעלט מיר געלט, קען איך מאכן נאך געלט. אויב פארמאג איך אלע געלטער וואס נאר פאראן, קען איך נישט ווערן רייכער. דאס מיינט אז די פעולה פון "פארגרעסערן מיין פארמעגן" איז עפעס וואס איך קען שוין נישט טאן.
אונזער זאטער מאן פון פריער, האט שוין נישט וואס צו זוכן אויף דער וועלט, ווייל ער איז שוין א "מושלם" אין דעם זינען פון פרובירן און טועם זיין וואס די וועלט שטעלט צו. די איינציגע ברירה זיינע וועט זיין דורכצומאכן א פראצעדור וואס וועט אים מאכן פארגעסן אלעס צי א חלק פון זיין פארגאנגענהייט. אזוי לאנג ווי ער איז "זאט" פון אלעם, האט שוין נישט וואס צו טאן.
בקיצור: צו השלמה איז נישטא וואס צוצוגעבן. "השתלמות" ובכן איז נאר שייך ווען ס'איז נישטא קיין השלמה.
דער אויבערשטער איז פאר בריאת העולם געשטאנען פאר אזא דילעמא: אחדות הפשוט שליסט אויס א מעגליכקייט פון השתלמות. דאס הייסט, אז זיין השלמה נעמט פון אים אוועק, אזוי צו זאגן, איין מין עקספיריענס. דאס, דער עצם פאקט, אז די איין זאך איז מחוץ זיינע מעגליכקייטן, דאס האט, כביכול, אוועקגענומען פון זיין "גאנצקייט". דערפאר האט דער אויבערשטער באשאפן אזא זאך ווי צמצום אינערהאלב זיין אחדות הפשוט. צמצום ברענגט אריין די מעגליכקייט פון "גרעסער", "ברייטער", "בעסער". אזוי האט די חכמה הנכללת אין דער אולטימאטיווער עקזיסטענץ זיך געשאפן א מעגליכקייט פאר השתלמות, טראץ דעם וואס ער איז מושלם.
איי, וועסטו דאך פרעגן, זייענדיג א כל יכול און דער באשעפער פון אלעם, האט ער דאך געהאט די ברירה צו נישט באשאפן אזא זאך ווי "השתלמות", און פטור אן עסק? איז דער תירוץ אז אויף א חסידישער תורה פרעגט מען נישט קיין קשיות...

כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
יאנקל האט געשריבן:האט טאקע א חכם געזאגט (איך געדענק נישט ווער) אז אידישקייט קען נישט עקזיסטירן מיט דעם אנקום פון משיח. איר עקזיסטענץ איז דווקא אנגעוואנדן אויף דער "צפיה" צו זיין קומען, און אויף די פעולות וועלכע מיר פרובירן צו טון צו פארשנעלערן זיין אנקום.
מיינסט עם?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אז דו ברענגסט ישעיהו לעבאוויטש איז אינטערעסאנט צוצולייגן צום שמועס אז ער האט אויך געהאלטן ווי יאנקל'ן אז עס איז אוממעגליך צו פארשטיין גאט ב"ה און זיינע מאטיווען, וויבאלד מיר פארמאגן א מוגבל'דיגן שכל, און טאקע דערפאר זענען זיי וואספארא שאלה אויפן מהות אדער הנהגה פונעם רבונו של עולם נישט אין פלאץ.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
לולקע האסט אמאל געהערט די ווארט מער ווי די ייבשטער האט באשאפן מענטשן אין זיין אמידזש, האבן מענטשען באשאפן גאט מיט זייער אימידזש.
וואס פאלט דיר ביי אז אייבישטער האט די פראבלם וואס מענטשען האבן מיט שלימות.
סאיז א מענשטליכע מידה צי וועלן שטייגן און וואקסן . סאיז נישט יושר ארויפשמירען אויפ'ן אייבעשטער אונזערע פראבלעמען.
דיין נקודה לגבי שלימות ביי א מענטש איז זייער שיין און ריכטיג.

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
@ נולד, די ספרי החסידות ואמונה זענען דאך פיל מיט דעם געדאנק אז כביכול האט באשאפען זיין וועלט אז מענטשן זאלען אים דינען. אדער ווי דער חינוך זאגט אז די מטרה פון באשאף איז געווען להטיב בבריאותיו. וויאזוי איז שייך ארויפצושמירען אויפן באשעפער די סארט געדאנקען?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
עיין ערבי נחל דרוש חקת בלק Hebrew books page 386 איך קען נישט געהעריג ברענגען דעם לינק I don't know why ער איז מסביר דעם גאנצען ענין בטוב טעם ודעת
בקיצור נמרץ גאט דארף נישט דער גאנצער בריאה פאר זיין השלמה ה׳ האט געוועלטיגט אויפן העדר פונקט אזויווי אויפן מציאות ה׳ קען אין איין רגע מאכן אש אין פארוך פונעם גאנצען מציאות נו ווער וויל שפילן chess מיט זיך אליינס? אין מלך בלא עם גייט אן נאר אויף א קעניג וואס קען נאר מושל זיין אויף מציאות ובכלל איז אין מלך בלא עם א קאנסעפט וואס איז געשאפן געווארן פאוסט די בריאה.
מקובל ממשה רבינו אז דער תכלית הבריאה איז די הנאה וואס גאט האט פון מצוות ומעשים טובים פון צדיקים הגם אונזער שכל קען נישט פארשטיין וויאזוי א בלי גבול דארף צוקומען צו אונזערע הנאות איז דאס פון די צענדליגער אנדערע זאכן וואס אונזער שכל קען נישט משיג זיין.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:די תירוץ פון נהמא דכסיפוא איז א שטיקל סתירה צו שלימות הבורא.
ווייל דאס ווייזט כאילו כביכול דארף צוקומען צו א צווייטען כדי צו קענען געבען.
איך פרעג נאר.
בעצם די קשיא קען מען פרעגן אויף יעדע זאך וואס גאט וואלט געטון. נישט קיין חילוק וואס ער טוט, טוט ער עס דאך מיט א ציל, נו, אויב אזוי וואס דארף ער טון די פעולה, ער קען דאך גלייך צוקומען צום ציל!
אלא מאי, גאט מעג גארנישט טון?
האדם לא נברא אלא להתענג
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
עס איז דא אריכות און מאור עינים אויף די תירוץ פון נהמא דכיסופא אז דאס איז נישט די ריכטיגע תירוץ
איך האב אויך געהערט אמאל א גאנצע אריכות איך מיין עס קומט פון דער בעל הסולם, אז לכאורה איז שווער די קשיא די אייבשטער האט דאך געקענט באשעפען די וועלט אויף אזא אופן אז מען זאל פילן א תענוג אפילו אן ארבעטן (הלוואי...) נאר היות די אייבישטער איז דאך א נותן אין נישט א מקבל און א מענטש דארף זיין דבוק בבורא גאס איז די ריכטיגע אמת ממילא קען ער נישט זיין נאר א מקבל
איך האב אויך געהערט אמאל א גאנצע אריכות איך מיין עס קומט פון דער בעל הסולם, אז לכאורה איז שווער די קשיא די אייבשטער האט דאך געקענט באשעפען די וועלט אויף אזא אופן אז מען זאל פילן א תענוג אפילו אן ארבעטן (הלוואי...) נאר היות די אייבישטער איז דאך א נותן אין נישט א מקבל און א מענטש דארף זיין דבוק בבורא גאס איז די ריכטיגע אמת ממילא קען ער נישט זיין נאר א מקבל
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:לולקע האסט אמאל געהערט די ווארט מער ווי די ייבשטער האט באשאפן מענטשן אין זיין אמידזש, האבן מענטשען באשאפן גאט מיט זייער אימידזש.
וואס פאלט דיר ביי אז אייבישטער האט די פראבלם וואס מענטשען האבן מיט שלימות.
סאיז א מענשטליכע מידה צי וועלן שטייגן און וואקסן . סאיז נישט יושר ארויפשמירען אויפ'ן אייבעשטער אונזערע פראבלעמען.
דיין נקודה לגבי שלימות ביי א מענטש איז זייער שיין און ריכטיג.
משה געציל האט געשריבן:@ נולד, די ספרי החסידות ואמונה זענען דאך פיל מיט דעם געדאנק אז כביכול האט באשאפען זיין וועלט אז מענטשן זאלען אים דינען. אדער ווי דער חינוך זאגט אז די מטרה פון באשאף איז געווען להטיב בבריאותיו. וויאזוי איז שייך ארויפצושמירען אויפן באשעפער די סארט געדאנקען?
ס'איז שייך, ווייל דאס איז דער מאקסימום וואס מיר קענען טאן. די תורה רעדט פון "ולדבקה בו". ס'איז אמת אז כלפי שמיא זענען די אלע זאכן אזוי גוט ווי בלא-בלא-בלא; אבער כלפי אונז, מוגבלים, איז שוין יא שייך צו זאגן און רעדן. און היות דער חיוב איז אונזערס, דארפן מיר עס טאן לויט אונזערע מעגליכקייטן.
די טענה אז דער אויבערשטער איז נישט מוגבל צו די זאכן אין א קאנטעקסט פון עפעס וואס מיר דארפן טאן, איז די זעלבע ווי די מלאכ'ישע טענה "תנה הודך על השמים". געפונען מיר דאך אז דער אויבערשטער האט די טענה נישט אנגענומען.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאנקל האט געשריבן:אלע פשט'לעך וועלכע קריכן אריין אין גאט'ס מאטיוון זענען באגרעניצט צו דעם לאגיק פון דער וואס פשט'לט זיך. דאס ברענגט צו דעם אבסורד פון פילאזאפירן איבער גאט'ס לאגיק בעת'ן זיין פארכאפט אין עטליכע לאגישע באגרעניצונגען וועלכע ער האט באשאפן צוזאמען מיט אונזערע אנדערע ערדישע צרכים.
קורץ און קלאר. זייער גוט ארויסגעברענגט. ייש"כ.