די גויטעס קומען יעדעס יאר און זאגען צעדאקע, א חברה ציגיינערס, איך האב איינעם געזאגט אז איך גיב זי א דולר אויב זי זאגט שמע, זי האט מיטאמאל פארשטאנען פין וואס איך רעד.
א חוצפה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
למדן האט געשריבן:כ' מיין אז ס' שטייט אז פורים זאל מען געבן אויך פאר גוים וואס בעטן
כ'ווייס נישט עפעס עקסטער פאר פורים, אבער נאדיר א לשון הגמרא אין גיטין דף ס"א עמוד א': "מפרנסים עניי נכרים עם עניי ישראל... מפני דרכי שלום". און אזוי ווערט אויכעט צוגעברענגט אינעם רמב"ם הלכות עבודה זרה פרק י' הלכה ח'.און אין רמ"א אין הלכות צדקה [נישט געטראפן אויפן מינוט] פסק'ענט אזוי. און אזוי האבן צדיקים וגדולים זיך געפירט!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איחוד פעלד האט געשריבן:די גויטעס קומען יעדעס יאר און זאגען צעדאקע, א חברה ציגיינערס, איך האב איינעם געזאגט אז איך גיב זי א דולר אויב זי זאגט שמע, זי האט מיטאמאל פארשטאנען פין וואס איך רעד.
א חוצפה.
אין שומרי שבת שול אין ב.פ. האט זיך געדרייט א גוי וואס האט געשריגן "צעדאקע" און ביי קדושה האט ער געקענט זאגן די ערשטע צוויי ווערטער "נקדישך ונעריצך".
סקען זײן אז אײנער האט זיך שוין גערעגט דא אבער װיפיל איז די שיעור פון די ראבא קאלס פון די אײגענע מוסדות איעדען טאג מינימאם אײן פאן קאל פון א מאשין װאס בעט געלט געלט געלט געלט געלט!!!!! געניג שוין לאז לעבן מען ריפט אלעמאל אינדערפרי פארמיטאג נאכמיטאג פארנאכטס בײנאכט שפעט בײנאכט א גאנצע װאך אפילו יעצט אהאלבע שעה נאך די זמן אין דורךן װאך בשעת איך ארבעט און שטײ אויפען לײטער עני טײם מקען פײניגען פלאס איעדע צװײטע װאך ריפט פערזענליך אײנער פין די אנגעשטעלטע פשוט אויף צי באריוהגען די נערװען אין בעט נאך אביסל אפשר דאך װיפיל קענסטו געבן קען איך שיקן אײנער אויפ פיקען אפאר דאלער װי ביסטו אײ מין קאם אן איך בין גארנישט שילדיג פאר שכר לימוד איך האב סך הכל געזאגט אז װען איך װעל קענען װעל איך געבן עטץ מוזט נישט פײניגען!!!!!!!
פארוואס דארף א קאר אנהייבן פייפן (סיט בעלטס) די רגע וואס מען צינדט אן די ענדזשין? איז מען מחוייב זיך צוצובעלטן מיט די סיט בעלטס נאך איידער מען צינדט אן דעם קאר? האלא, אפשר גיסטו מיר א מינוט? אזויפיל שכל האסטו נישט אז איך בין נאך אין PARK און איך דארף פשוט אביסל עירקאנדישאן? קלאץ איינער! וואס ווילסטו איך זאל מיר אנטון די סיט בעלטס יעצט?
די ריכטיגע זאך וואלט געווען אז עס זאל אנהייבן קלינגען ווען מען שיפט ארויס פון PARK. ערשט דאן דארף מען האבן סיעט בעלטס.
עס איז א אינטערסאנטע געזעץ, אויב איינער ריעט זיך אפ ביי די זייט א פאר מינוט און די קאר ארבייט מוז ער האבן סיט בעלטס?
מענין לענין, לעצטענס איז געווען א קארט קעיס פון איינעם וואס האט באקימען א טיקעט אין nyc פאר טעקסן שטייענדיג ביים רויט לייט, ער האט געטענה׳ט אז ער איז נישט געפארען בשעת מעשה, די פאליס האט געטענה׳ט אז שטייענדיג ביים רויט לייט איז א חלק פון פארען, און פארשטייט זיך אז די פאליס האט געווינען די קעיס.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
איך האב אמאל פאר נקמה, געלאזט מיין טעלער אפיטייזער (כ'זאג עס גוט?) מיט א קליין שטיקל שריים דערין, אגאנצן שמחה, נעבן מיר, און ווייטער געגעסן די אנדערע ריכטן. ווען ער האט געוואלט נעמען דעם ערשטן טעלער. האב איך אים געוואונקען "איים סארי, איך האלט נאך אינמיטן" זעסט נישט ס'האט נאך א שטיקל אינעווייניג??..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.