יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע
- אוי טאטי
- היימישער באניצער
- הודעות: 530
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
קאפי פעיסד פון ׳דער שרייבער׳ פון די שורות.
בום! בום! בום!!! בעיבי איז טויט, לעבט, טויט, לעבט, דרייווער איז שולדיג, נישט, וויאזוי הייסן זיי?? פייער דעפט רשעים!!!!!!! ראאאבויסייייייי, מיר לייענען עס נישט גוט אפ, אונז פערנאונסען נישט דעם מסדזש ריכטיג, פון שיקן "אויוויי", רבונו של עולם, באשולדיגן דיינים, וועט אונז נישט העלפן, אונז כאפן נישט וואס מען וויל!
איך שרייב דעם ארטיקל נאך אין ברען פונעם שוידערליכן טראגעדיע וואס האט באטראפן נישט א משפחה, נישט וויליאמסבורג, און נישט אמעריקע, די טראגעדיע וואס האט באטראפן כלל ישראל, די הימלען ווייענען און יעדער איז שבור ורצוץ! דער עם סגולה כאפט פעטש ווייל אונזער אויפפירונג ברויך א תיקון, ווארשיינליך וועט איר טרעפן טעותים אין דעם ארטיקל, ווייל די טרערן וועלעכע פאלן אהן אויפהער פון מיינע אויגן ווערן צו ווישט אויף מיין סקרין. עס איז נישט קיין צייט צו ווייזן ווי אפדעיטעד מען איז מיט די אינפא, אויך איז נאך נישט צייט זיך מחזק צו זיין, מיר דארפן אונטערברעכן אידישע קינדער, מ'רייסט שטיקער פון אונז, עס איז נישט קיין שום ספק שבעולם נישט אז מ'מיינט אונז, עס איז נישט קיין מקרה, דער דרייווער האט נישט געפעסט קיין סטאפ סיין ווייל ער האט געוואלט נאר ווייל איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן פון זאגן אן אומאויסגעהאלטענעם ווארט נעכטן ווייל איך בין געווען אין כעס, קיינער זאל מיך נישט שיקן קיין אויוויי'ס ווייל עס העלפט נישט, באשולדיגן דיינים טוט נישט ריינוואשן, איך מיין ח"ו נישט אראפצורייסן אדער באשולדיגן קיינעם, איך וויל פשוט מען זאל גוט אפלייענען דעם מעסעדזש!! רבותי מען רופט פון הימל, און אז מען וועקט זיך נישט אויף גיסט מען קאלט וואסער, רבונו של עולם, אונז פארשטיי מיר דעם מעסידזש, טאטעעעע, אונז נעמיר זיך אלע אין די הענט אריין, אונז גיימיר זיך פארבעסערן, ראטעווע אונז, ווייל אונז גיימיר יא גוט אפלייענען דעם מעסידזש! נישט קיין ספק אז עס האט יעדן איינעם א ציפ געטאן ווען מען האט געהערט דעם בשורה, איינעם מער און איינעם נאך מער, און איך בין איבערצייגט אז יעדער איינער נעמט זיך עפעס פאר, צו וועגן זיך היטן דאס מויל, די אויגן, דאווענען מיט מער כוונה אדער עפעס חשובער, וואס אימער מען איז זיך מקבל איז גוט ווייל עס ווייזט אז אונז פארשטייען דעם מעסעדזש! איך וויל מען זאל פארווערדן דעם ארטיקל נישט וועגן 'איך בין אפדעיטעד' מיט די סחורה' נאר וועגן עס זאל משפיע זיין אויף יעדן, אז גאנץ כלל ישראל אינאיינעם זאל זיך פארבעסערן, איר קענט אייך נישט פארשטעלן וואספארא רושם דעיס גייט מאכן אין הימל! זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן שוין הערן ""נאר"" גוטע בשורות, די משפחה זאל האבן כח דורכצוגיין די תקופה ביז מיר וועלן הערן דעם "אינמאל פאר אלעמאל" בשורה פון אליהו הנביא אליין בביאת גואל צדק אמן!

!..If you go black, you'll never go back
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
עס איז פערטל פאר 5, איך קען נישט שלאפן. צו טראכטן פון די צער פון די עלטערן. ממש א ריכטיגע נתהפך מששון לאבל, געווארט אויפן מזל טוב ריף, און באקומען די רוף פון הצלה.
איז פארהאן א גרעסערע נהפך לאבל מחולינו?
כלשון הפייטן ביום א סליחות- חלים כמבכירה.
מי יתן וירחם השם שלא ישמע עוד שבר בגבולינו ומחה השם דמעה מעל כל פנים.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
א פחד א פחד.
נעכטען נאכט, ממש פארן איינשלאפן, רוף איך קול מבשר, און געהערט די לעצטע נייעס-אפדעיט פון 1 אזייגער.
ער זאגט נישט קיין נאמען פון די אומגעקומענע. שלאפן האב איך שוין נישט געקענט, כ'האב מיך אויפגעוועקט יעדע 15 מינוט און גערופן קול מבשר צו הערן עפעס מער.
6 אזייגער טראכטעך צו מיר, ס'איז דאך ר"ר אלימלך'ס יארצייט, ס'ווערט פארציילט אז ווען ר"ר אלימלך איז צוריקגעקומען פון גלות-וואנדערען, האט ער געהערט שמועסן אין שטאט אז "אלעזר" איז נישט געזונט.
האט זיך ר"ר אלימלך געיאגט צו זיין היים, צו זעהן די מצב פון זיין זוהן. אנקומענדיג, לערנט ער אז נישט פון זיין אלעזר האט מען גערעדט, און האט זיך בארוהיגט.
וויבאלד ר"ר אלימלך האט אייגעזעהן אז די צער און פחד איבערען וואויל זיין פון "זיין" אלעזר איז מער ווי פון "יענעם" אלעזר, האט ער זיך תיכף ומיד אויסגעדרייט, און געזאגט: די גלות ליידן האט נאך גארנישט אויפגעטוהן אויף מיר, אז יענעמ'ס צרות איז נישט נוגע ללבי אזוי מיינע אייגענע, דאן האב איך נאך אסאך אויף וואס צו ארבעטן.
ממילא האב איך געטראכט: וואס דארפסטו וויסן פונקטלעך פון וועם מ'רעדט, ווילסט מסתמא נאר מאכן זיכער אז איינער וועם דו קענסט נישט, כדי צו מאכן די יסורים א טראפקעלע גרינגער?
אזויווי כ'האב נישט געקענט שלאפן, האלט איך יעצט 7:30 נאכן דאווענען, איך קום אריין אין שטיבל: עיני עיני יורדה מים.
ס'איז נישט נארמאל וואספארא יסורים די משפחה גייט יעצט אריבער, א שרעק, צוויי משפחות זעצען זיך שבעה אויף א אפגעשניטענע בוים לנצח. פון דאס קוים-געבורען קינד וועט נאך נעמען אסאך צייט צו שעפן נחת. אוי וויי. טאטע אין הימל: זאג קלאר וואס דו ווילסט אונז! איך בין גרייט צו פאלגן אבל לא ע"י יסורים רעים רח"ל.
מ'קוקט אויף דעם חתונה בילד, ס'שרעקליך, נעבאך, זיי האבן נישט קיין אנונג וואס ס'ווארט זיי אפ.
פאר זיי איז שוין גוט, אבער וואס וויל דען א יונג פארפאלק? איין זאך: ברענגען נחת פאר די עלטערן, אבל אהה, בחודש אשר הפור נהפך, הכינור לאבל נהפך.
(לדעתי אין מקום ל"לייק"ס באשכול הזה)

Under influence
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 345
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
- האט שוין געלייקט: 189 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 345
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
- האט שוין געלייקט: 189 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
http://www.theyeshivaworld.com/news/Bar ... vives.html
http://thejfile.com/tragedy-in-williams ... -accident/
http://westchester.news12.com/news/tri- ... -1.4742106
http://www.nydailynews.com/new-york/exp ... -1.1278183
http://www.allvoices.com/contributed-ne ... n-at-scene

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
באקומען אין אימייל, כ'גלייב נישט אז מיין חבר האטעס אליינס צוזאמען געשטעלט, אויב איינער ווייסט דער מקור זאלער געבן קרעדיט!
עס איז אלל אווער די ניוז, דאס ווייזט ווי שרעקליך דא
http://www.nytimes.com/2013/03/04/nyreg ... pital.html
http://usnews.nbcnews.com/_ news/2013/03/03/17166773-reports-expectant-parents-killed-in-nyc-crash-baby-born-at-scene?lite
http://www.foxnews.com/us/2013/03/03/ex ... -survives/

http://bostonherald.com/news_ opinion/national/northeast/2013/03/expectant_parents_die_ in_ny_crash_baby_survives
http://news.yahoo.com/expectant-parents ... 07270.html
http://www.lohud.com/article/20130303/NEWS03/303030038? nclick_check=1

נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
פון א משפחה מיטגליד:
איך קען ענק נישט אראפלייגן וואס הייסט זי איז געווען די ליבלונג ביי די עלטערן. זי איז געווען די אינגסטע קינד און באדינט די עלטערן אויסטערליש געטריי. זי איז געווארן 19 יאר און מיין שוואגער זאגט מיר אז מיין מאמע וויל איר נאך נישט חתונה מאכן, מ'האט געזוכט א וואוילען בחור מ'האט געטראפן א בחור פון "ר' משה מנחם". מ'האט געמאכט א גרויסע חתונה אין קאנטינענטאל. איך דארף אייך נישט זאגן אז א זילבערשטיין מאכט נישט חתונה אין קאנטינענטאל, אבער דא איז אנדערש, רייזעלע, דאס באליבטע רייזעלע, האט חתונה. און יעצט ווען מ'גרייט זיך צו המשכת הדורות איז נהפך לאבל מחולינו אהה ווי קען מען טרייסטן אזאנע עלטערן?!
דאס הארץ ווערט צוברעקלט!

'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
היינט האב איך הערשט דערהערט דער מעשה נורא, לב מי לא ידמע, ווער קען דען נישט לאזען א קרעכץ.
וואס קען מען ארויסנעמען פין די מעשה.
בראש וראשון,
וויפיל וואלטען מיר אלע געגעבען אז די מעשה זאל נישט געשעהן?
פארשטייט זיך אז מען וואלט אלעס (אקעי, כמעט אלעס) געטוהן אז א "קאפעל" זאל נישט געהרג'ט ווערען, און נאך אויף דעם וועג צו שפיטאל.
רבותי, עס זענען דא צענליגער קאפעלס וואס פארען אין קארס יעדען טאג.
גיבען מיר אכטונג וויאזוי מען דרייווט די קארס?
זאגט מען פאר די קאר סערוויס שנעלער שנעלער?
פארט מען אויס אנדערע פעם אחר פעם?
און ווער רעדט נאך ווען היימישע אינגעלייט פליפען דער פייגעל מיט א נצחון!
דער מעשה איז א לימוד אויף נאך א זאך.
זעהסט א קאפעל שפאצירען אין די גאס, ווינטש זיי אהן, נישט הויך, נאר שטיל, אז דער אויבערשטער זאל זיי געבען ברכות נחת און לעבען, ווער נישט א צורידערטער פרומאק וואס ווען ער זעהט א קאפעל קיצלען אים די הויזען און שעלט פארוואס זיי גייען צוזאמען.
ווען דער אויבערשטער העלפט און מען איילט זיך אין שפיטאל, אדער מען איילט זיך אויף סיי וואס וועלכע זאך, א דבר מצוה צו א דבר הרשות, טוה נישט קיין סכנה'דיגע זאכען, לאז אלע ווילדע שריט פאר אנדערע. און גיב אכטונג פאר די שיכורים, בפרט מוצאי שבת.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איחוד ביזט אף, עז אלוועיס. סאררי.
כ'האב געוואלט שרייבן דאס זעלבע.
אין חכמה ואין תבונה נגד ה'.
דער מענטש טראכט און גאט לאכט.
ער האט זיך זיינע וועגן, מען קען אים נישט איבערקלוגן.
ס'נישט שיין צו מאכן קאנקלאזשענס וואס מען וואלט געדארפט טון בעסער.
אודאי דארף א מענטש אכטונג געבן, אבער נישט דאס איז דער מעסעדזש וואס השי"ת שיקט אונז. נישט דאס איז דער מוסר השכל.
וירח ה' את ריח הניחוח