אבסערוואציעס אויף די מגילה
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
דער תרגום שני אויף די מגילה האט גאר אינטרעסאנטע מעשיות, וואס מען קען פרעגען אויף יעדעס נקודה פין ווי מען ווייסט.
א גאר אינטרעסאנטע שפעקילאציע וועגען די זמן פין קעניג אחשורוש אין ווי ער ווערט דערמאנט אין אנדערע היסטארישע דאקומענטען, קען מען זעהן אין ספרים בלוג. די מיט שוואכע הערצער ווערען געבעטען נישט אהין צו קוקען.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
איינגעמיירעט האט געשריבן:איעדע נקודה וואס די זאגסט שטייט וואס אהרט דיך צוברענגען א גאולה לעולם שרייב א מקור , איך בין דיר נישט חושד אלץ עם הארץ
איך האב נישט [ביודעים] נאכגעזאגט קיין איין איינציגע זאך. איך האב פשוט געלערנט די מגילה באופן פון ממש עקספעריענסען און ענדזשאויען די גאנצע געשיכטע. און איך האב געשפירט די נקודות וואס איך האב דא געשריבען. איך שטעל מיך פאר אז א חלק פון די נקודות שטייט שוין. עס איז מיר גראדע א גרויסע חידוש אנצונעמען וואס דו זאגסט אז "איעדע נקודה" וואס איך זאג שטייט שוין. אבער איך בין דיך נישט חושד פאר א שקרן.
אויב איז דיר נישט שווער איז נאכדעם וואס דו וועסט פארטיג זיין מצטט זיין די "מהר"ל'ס וואס פארענטפערן אלע אגדות חז"ל" [כדבריך], און נאכדעם וואס דו וועסט אויך האבען די צייט מסביר צו זיין פארוואס די דין ודברים וואס איך מיט אנדערע האבען געהאט בדברי הביאור הלכה, איז "פול מיט עם הארצות" [כדבריך], זיי מוחל ביטע און צייכן אהן די מקורות אויף "א יעדע נקודה" וואס איך האב דא געשריבן. ונזכה לגאולה שלימה במהרה דידן, אמן ואמן.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
ממי שאמרו'ס געשמאקע אשכול אויפען ענין פון מזל האט מיך אויפמערקזאם געמאכט אויף דעם ענין וואס עס שטייט אין חז"ל אז אידן האבען א גיט מזל אין חודש אדר. פארוואס זאגט מען דאס נישט אויף חודש ניסן? איז דען די גאולה פון מצרים נישט קיין געוואלדיגע געשעעניש?
לענ"ד זעהט מען ווייטער די ענין אז חז"ל האבען אפגלערענט די נס פורים ווי עפעס א מזל זאך, מלשון פור וגורל. דהיינו אז די לאטטערי האט אונז גוט געשפילט. נישט ווי די גאולת מצרים וואס איז דוקא א בחינה פון אני ולא מלאך.
איינגעמיירעט, א מקור ביטע .
לענ"ד זעהט מען ווייטער די ענין אז חז"ל האבען אפגלערענט די נס פורים ווי עפעס א מזל זאך, מלשון פור וגורל. דהיינו אז די לאטטערי האט אונז גוט געשפילט. נישט ווי די גאולת מצרים וואס איז דוקא א בחינה פון אני ולא מלאך.
איינגעמיירעט, א מקור ביטע .
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מוח שליט האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:נישט דערמאנען קיין איין ווארט פון תפלה [חוץ אפשר א רמז מיט דעם ווארט צום, וואס לשיטתי מיינט עס נישט דאס], און אויך נישט קיין איין ווארט פון הודאה צום אייבערשטען לאחר הנס, איז דאך אומר דרשוני, ניין?
.....כאילו מען איז ממאס אינעם גאנצען ראציאנאלקייט מיט אלע פילוזופישע רעיונות וואס זי ברענגט מיט זיך מיט, מטוב עד רע. וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.
וואס מיינט דאס אלעס?
עס מיינט, לויט ווי מיר האבן מקובל פון חז"ל און פון דורי דורות ביי גאנץ כלל ישראל, אז דער אמת'ער פשט איז אז אונטער די אלע אויבפערלעליכע qoincidences ליגט באמת באהאלטן דעם יד ה' אויף א דירעקטע, פערזענליכע אופן וואס מיר קענען נישט באגרייפן. דאס איז דער ריכטיגער מהלך ומיניה לא נזוע. לויט דעם מהלך ווערט אויך פארענטפערט פארוואס הדסה האט זיך געגעבן א גוי'אישער נאמען פונקט 'אסתר' וואס באציט זיך לכאורה אויף דעם בבלי'שן אפגאט עשתר, נאר לויט ווי די ספרים ערקלערן איז פונקט פארקערט, זי האט זיך דירעקט געגעבן דעם נאמען אסתר מלשון הסתר אסתיר את פני, צו ווייזן אז אונטער די אלע צעשטיקלטע פרטים פונ'ם טאג טעגליכן לעבן וואס די גויים לייגן אן אויף אמונות טפילות פון מזלות און צבא השמים ליגט באמת א גאר קאמפליצירטע אויסגערעכנטע פלאן פון דעם איינציגן באשעפער, און די אלע מיסטעריעזע כוחות און מזלות פון די עובדי עבודה זרות זענען גארנישט מיט נישט, אונטער אלעס איז באהאלטן דעם יד ה',
מיט דיין הבנה קען מען אויך פארשטיין די ענליכקייט פון די נאמען מרדכי צום בבלישן אפגאט Marduk
איך מיין אבער אז עס קען טאקע זיין אז זיי האבען געהאט בבלישע נעמען, [וואס בשרשם איז דאס געווען על שם אן אפגאט. אבער נישט אז מרדכי ואסתר האבען געהאט בכוונה פון אן אפגאט.
אבער אזוי ווי דער בעל המאמר ברענגט ארויס אז די אללע נעמען (מרדכי ואסתר און להבדיל המן)זענען מרומז אין די תורה. ממילא קומט אויס אפילו אז ס'איז געווען אין פערסיע אן עבודה זרה מיט אן ענליך-קלונגנדן נאמען, איז אבער דער אידישער נאמען דער עיקר. אנדערש וואלטן חז"ל אין די גמרא נישט געברענגט קיין רמז אויף די נעמען פון די תורה שבכתב.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מוח שליט האט געשריבן:כמבואר לעיל ברענגט זיך ארויס פון די מגילה, א מהלך פון לעבן אהן קיין שום הגדרות און אהן קיין שום מושגים. באופן של "תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך". אמת עס שטייט גראד ווייטער, "ואולם נדע היותך נמצא". דארף מען דאך פארשטיין אז אויב ווייסט מען נישט וואס עפעס איז, אויב מיר האבען נישט קיין שום הגדרה בו כלל וכלל, וואס מיינט דעמאלט אז מיר ווייסען אז ער איז נמצא? וואס איז נמצא? עס קומט מיר פאר ווי איינער זאגט פאר זיין חבר אז "איך בין מאמין באמונה שלימה עפעס א זאך אויף בערל אונזער חבר... אבער איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס דער "עפעס" איז. פרעגט אים די חבר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב דו האסט נישט קיין שום ידיעה וואס דער "עפעס" איז, וואס אייגענטליך גלייבסטו? ווי איך פארשטיי די ענין, איז די תירוץ אז מען גלייבט נישט אין עפעס. מען גלייבט נאר און דאס צוווארפען פון אלע גדרים והגבלות, מען גלייבט און שיטת השלילי, פון חוזק מאכען פון אלע הגדרות און חשבונות. דאס איז באמת די טיפסטע דרגא און אמתדיגע אמונה.
ביטע זיי נישט ברוגז, אבער די ווערטער ברענגען ארויס ביי מיר בייז בלוט, כידוע ליודעי ומכירי. גלייבן אין שיטת השלילי מיינט אז מען קומט אן אין די ענדע צו עקסטרעמע סקעפטיציזם, וואו עס איז נישטא קיין מושגים, קיין גדרים, קיין חוקי הטבע, און אודאי נישט קיין באשעפער. דאס איז א טיפע פלאנטער, און ווען דו ענדיגסט דיינע אבזערוואציעס און דו קומסט אן ביז אונטן, ביטע שלעפ ארויס פון דארטן דוד הום און פיררהא ווען דו באגעגנסט זיי.
אקעי, סארי פאר די שארפע שפראך, אבער דער תכלית פון סקעפטיציזם איז אנצוקומען צו דעם ריינעם אמת, צו וויסן צו פינאנדערשיידן צווישן אמת און שקר, דער תכלית איז נישט צו בלייבן פארזינקען דארט און אפמאכן אז עס איז טאקע אלעס איין גרויסע צומישעניש. אדרבה, דאס וואס מיר זעען אז ווען מען לאזט אלעס לויפן כסדרן ארבעט זיך אלעס אויס, דאס איז די גרעסטע ראיה צו די וואונדערליכע שכל וואס ליגט אונטער די אלע צומישענישן. יעדער "צומישעניש" איז א באזונדערע כוח, א רצון, א שטארקייט פון איינע פון די גזיליאנען פרטים אין די טבע, און די וואונדערליכקייט דערפון איז אז אלעס קארעספאנדט איינער צום צווייטן, אזוי אז צום סוף קומט ארויס א הערליכער בילד. יא, עס זענען דא שוועריקייטן אויפ'ן וועג, relapses, און אפילו צומישענישן, אבער צום סוף קומט ארויס דער אמת. א גוטער משל דערצו איז די עקאנאמיע, וואו פון טריליאנען קלייניקייטן וואס שאפן אפטמאל צומישענישן, ווערט געשאפן א ריזיגע מאשין וואס די מעכטיגסטע בריאה וואלט נישט געקענט פראדוצירן אליין. וכשדקדק תמצא דדין רזא דאבלוציה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו יאיר
אמנם תורת האבולוציה הורתה ולידתה היא בטעות. מפני החיסרון לקחת בחשבון את אצבע האלוקים בבריאה. אם מאמינים שהקב"ה ברא את העולם ואת כל הברואים והאקלימים בתוכה ומסר לחוקי הטבע להתפתחות ממושכת אפשר להגיע להבנה עפ"י היגיון ולהסתדר עם מאמרי חכמי הטבע..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
מוח שליט האט געשריבן:איינגעמיירעט האט געשריבן:איעדע נקודה וואס די זאגסט שטייט וואס אהרט דיך צוברענגען א גאולה לעולם שרייב א מקור , איך בין דיר נישט חושד אלץ עם הארץ
איך האב נישט [ביודעים] נאכגעזאגט קיין איין איינציגע זאך. איך האב פשוט געלערנט די מגילה באופן פון ממש עקספעריענסען און ענדזשאויען די גאנצע געשיכטע. און איך האב געשפירט די נקודות וואס איך האב דא געשריבען. איך שטעל מיך פאר אז א חלק פון די נקודות שטייט שוין. עס איז מיר גראדע א גרויסע חידוש אנצונעמען וואס דו זאגסט אז "איעדע נקודה" וואס איך זאג שטייט שוין. אבער איך בין דיך נישט חושד פאר א שקרן.
אויב איז דיר נישט שווער איז נאכדעם וואס דו וועסט פארטיג זיין מצטט זיין די "מהר"ל'ס וואס פארענטפערן אלע אגדות חז"ל" [כדבריך], און נאכדעם וואס דו וועסט אויך האבען די צייט מסביר צו זיין פארוואס די דין ודברים וואס איך מיט אנדערע האבען געהאט בדברי הביאור הלכה, איז "פול מיט עם הארצות" [כדבריך], זיי מוחל ביטע און צייכן אהן די מקורות אויף "א יעדע נקודה" וואס איך האב דא געשריבן. ונזכה לגאולה שלימה במהרה דידן, אמן ואמן.
איך קום אריין דא צוויי דריי מאל א וואך און די שפעטע נאכט שעות אדער זונטאג ווען איך מוטשע מיך מיט מיין שבת מאגען, איך האב נישט קיין צייט צו קיין לאנגע פשעטליך , און איך בין נישט דא צו מקיים זיין ללמד תורה און קאווע שטיבעל,תורה האט זיין פלאץ און זיין אופן וויאזוי מלערנט עס און ווען מלערנט עס און לעניית דעתי והרגשתי איז דא נישט דא די פלאץ,אויב ווילסטו לערנען די סוגיא פון לשמה אדרבה שיק מיר אישי לאמיר זיך אראפזעצן איבער א גיטין גמרא לאמיר לערען די סוגיא פונעם שורש ביז אראפ און דערנאך זאג דיך אליינס צו די ווייסט וואס די רעדסט.
די זעלביגע בנוגע מגילה זעץ דיך אראפ לערן דורך די לעצטע בלעטער און מגילה נקראת ווי די גמרא גייט דורך די מגילה , לערן צו די אגדות מהרש״א ,און אור חדש פון מהר״ל , לערן די מגילה מיט רש״י אב״ע, אלשיך, מנות הלוי,גר״א ,מגילת סתרים,מלבים,אפאר שטיקלעך יערות דבש פון פורים,דאס אלעס איז בעסיקס נאך פאר אפאר שטיקלעך דרשות חת״ס און אביסעלע ליקוטי תורה ועוד און נאך פאר אריינגיין און די ריכטיגע תורת הסוד,און נאכען זיך באקענען אביסעל וויאזוי אונזערע לייבען און גדולים האבען אפגעלערענט אונזער מגילה דעמאלס העסטו זיין א שטיקעל מח שליט צו טרעפן נקודות חדשות און די מגילה.
בנוגע אגדות חז״ל זעץ דיך אנידער איבער א גמרא לערן דורך די סוגיות הגמרא לערן דורך מהר״ל באר הגולה , חידושי אגדות פיר חלקים דערנאך העמיר שמועסן איבער אגדות חז״ל, איין זאך נור לערנען איז נישט וויקיפודיע סאיז נישט קיין אינפארמעשין געיבער,תורה דארף אפלערנען מער ווי איינמאל ובכובד ראש און דערנאך קען מען אהנקומען אל עומק הבנתה
איך העל דיר געבן א קליינע שטיקעל מהר״ל וואס אפילו איינער וואס האט נאכנישט ארויס זיין עומק קען זעען זיין מהלך וויאזוי ער האט פארשטאנען א חז״ל
עיין שבת י׳ ע״א ת״ר שעה ראשונה עיין במהר״ל נתיבות עולם ח״ב נתיב האחרון נתיב ד״א דברי המתחיל בפ״ק דשבת
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
אייגעמיירערט,
איך בין נישט מחיוב צי לערנען פריערדיגע ספרים אז איך וויל פארשטיין תורה. די פריערדיגע האבן אויך נישט געלערנט אלע פריערדיגע ספרים.
אודאי איז עס א קליגע זאך צי זען וואס א צווייטער האט צי זאגן, אבער סנישט בהכרח אז די גאנצע ליסט וואס די רעכענסט דא אויס האבן געלערנט בעסער פשט ווי א היינטיגע מוח שליט.
כהאב דיר שוין אמאל געפרעגט די קשיא מיין חבר און ישיבה האט ציגעטראפן צי שטעקער ר' עקיבא איגרס אן עי דעלי בעסיס. אן דעם וואס ער האט געלערענט וואס פרעעדיגע האבן צי זאגן.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איינגעמיירעט שרייבט
איך קום אריין דא צוויי דריי מאל א וואך און די שפעטע נאכט שעות אדער זונטאג ווען איך מוטשע מיך מיט מיין שבת מאגען
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס האסט דיך א נאמען געגעבן ״איינגעמיירעט״ וק״ל
איך קום אריין דא צוויי דריי מאל א וואך און די שפעטע נאכט שעות אדער זונטאג ווען איך מוטשע מיך מיט מיין שבת מאגען
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס האסט דיך א נאמען געגעבן ״איינגעמיירעט״ וק״ל
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:אייגעמיירערט,
איך בין נישט מחיוב צי לערנען פריערדיגע ספרים אז איך וויל פארשטיין תורה. די פריערדיגע האבן אויך נישט געלערנט אלע פריערדיגע ספרים.
אודאי איז עס א קליגע זאך צי זען וואס א צווייטער האט צי זאגן, אבער סנישט בהכרח אז די גאנצע ליסט וואס די רעכענסט דא אויס האבן געלערנט בעסער פשט ווי א היינטיגע מוח שליט.
כהאב דיר שוין אמאל געפרעגט די קשיא מיין חבר און ישיבה האט ציגעטראפן צי שטעקער ר' עקיבא איגרס אן עי דעלי בעסיס. אן דעם וואס ער האט געלערענט וואס פרעעדיגע האבן צי זאגן.
איך agree מיט דיר אז מדארף נישט לערנען אלע פריערדיגע ספרים צו קענען אפלערנען א פסוק אבער צו זאגן אז די אלע וואס ער רעכנט אויס מהר״ל מלבים וכו. איז נישט בהכרח אז זיי האבן בעסער געקענט אפלערנען א פסוק ווי מח שליט איז נעריש און absurd .
כמיין אז שליט (כבודו במקומו..) וועט מסכים זיין צו דעם.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:אייגעמיירערט,
איך בין נישט מחיוב צי לערנען פריערדיגע ספרים אז איך וויל פארשטיין תורה. די פריערדיגע האבן אויך נישט געלערנט אלע פריערדיגע ספרים.
אודאי איז עס א קליגע זאך צי זען וואס א צווייטער האט צי זאגן, אבער סנישט בהכרח אז די גאנצע ליסט וואס די רעכענסט דא אויס האבן געלערנט בעסער פשט ווי א היינטיגע מוח שליט.
כהאב דיר שוין אמאל געפרעגט די קשיא מיין חבר און ישיבה האט ציגעטראפן צי שטעקער ר' עקיבא איגרס אן עי דעלי בעסיס. אן דעם וואס ער האט געלערענט וואס פרעעדיגע האבן צי זאגן.
אבוויוסלי האסטו נישט די מידינסטע איידיע ווער דיע אויסגערעכענטע זענען געווען און וואס טוט זיך און זייער ספרים,אויב די קענסט צוגלייכען אביסעל אויבערפלעכליכע אבזערוואציעס צו די עמוק עמוק וואס ליגט און דיע ספרים.
איך וואלט דיר געזאגט אז די ביסט טאקע נולד מאוחר גיי צוריק אביסעל זעץ דיך לערנען 24 יאר ווי ר עקיבא נאכדעם דבר דיינע דיעות בנוגע אונזערע תורה ריזען
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
צוריק צו די מגילה.
געהערט א שיין ווארט,
הקורא למפרע לא יצא.
די מעשה פין די מגילה, ווען עס געשעהט (כסדרן), ווען די ערשטע חלק פין די מעשה געשעהט, זעהט מען נאך נישט קיין שום השגחה, די צווייטער מען הרג'ט וושתי, אויך נישט, אסתר איז דארט, אפשר אביסעל, אייביג גוט צו האבען א איד אין חצר, און ווייטער מען גיט מרדכי כבוד, נו, אבער קיין השגחה זעהט מען נישט ביזען סוף, דעמאלס זעהט מען הערשט ווי די גאנצע מעשה פין אנהייב איז געוועהן אויסגעשטעלט צו ברענגען דער גרויסער נס פין ראטעווען אלע אידן פין זיכערען טויט.
ווען א מענטש זעהט זאכען געשעהן, דארף ער געדענקען אז אלעס איז בהשגחה, איינער וואס זאגט הערשט צום סוף אז יעצט זעהט ער אלעס איז "למפרע" געוועהן בהשגחה, איז נישט יוצא די מצוה פין אמונה. הקורא למפרע לא יצא.
געהערט א שיין ווארט,
הקורא למפרע לא יצא.
די מעשה פין די מגילה, ווען עס געשעהט (כסדרן), ווען די ערשטע חלק פין די מעשה געשעהט, זעהט מען נאך נישט קיין שום השגחה, די צווייטער מען הרג'ט וושתי, אויך נישט, אסתר איז דארט, אפשר אביסעל, אייביג גוט צו האבען א איד אין חצר, און ווייטער מען גיט מרדכי כבוד, נו, אבער קיין השגחה זעהט מען נישט ביזען סוף, דעמאלס זעהט מען הערשט ווי די גאנצע מעשה פין אנהייב איז געוועהן אויסגעשטעלט צו ברענגען דער גרויסער נס פין ראטעווען אלע אידן פין זיכערען טויט.
ווען א מענטש זעהט זאכען געשעהן, דארף ער געדענקען אז אלעס איז בהשגחה, איינער וואס זאגט הערשט צום סוף אז יעצט זעהט ער אלעס איז "למפרע" געוועהן בהשגחה, איז נישט יוצא די מצוה פין אמונה. הקורא למפרע לא יצא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
יאיר האט געשריבן:איינגעמיירעט, גענוג געווען. מ'דארף נישט פארדרייען נאך אן אשכול צוליב דיין מיינונג וואס דו האסט שוין געשריבן אין אנדערע פלעצער. קענסט עפענען א באזונדערער אשכול און דארטן ערקלערן פונקטליך וויפיל ספרים מ'דארף לערנען כדי צו קענען אנאליזירן און אבזערווירן חז"ל.
לבי אמר לי מראשית ימי נעורי, ״כי אין האמת אלא אחת, ולה ראוי לעבוד ובשבילה ראוי להילחם״,
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
איינגעמיירעט האט געשריבן:איך קום אריין דא צוויי דריי מאל א וואך און די שפעטע נאכט שעות אדער זונטאג ווען איך מוטשע מיך מיט מיין שבת מאגען, איך האב נישט קיין צייט צו קיין לאנגע פשעטליך , און איך בין נישט דא צו מקיים זיין ללמד תורה און קאווע שטיבעל,תורה האט זיין פלאץ און זיין אופן וויאזוי מלערנט עס און ווען מלערנט עס און לעניית דעתי והרגשתי איז דא נישט דא די פלאץ,
דו האסט קיינמאל נישט קיין צייט מסביר דיינע ווערטער לאגיש. דו זאגסט אפ דיינע גאוה'דיגע מימרא'ס כאילו אלע דא זענען א באנדע עם הארצים און קינדער, און דו לויפסט. איך ווייס נישט וויאזוי דיין לימוד התורה גייט צו, אבער דא ווייזטו אינגאנצען נישט קיין משהו רעספעקט פאר א דעה וואס האלט א טראפ אנדערש ווי דו. קוק נאך די מ"ח קנינים מיט וואס דו באשולדיגסט אונז מיט זיין לקוי, און זעה וויפעל קנינים דו ביסט עובר.
איינגעמיירעט האט געשריבן:אויב ווילסטו לערנען די סוגיא פון לשמה אדרבה שיק מיר אישי לאמיר זיך אראפזעצן איבער א גיטין גמרא לאמיר לערען די סוגיא פונעם שורש ביז אראפ און דערנאך זאג דיך אליינס צו די ווייסט וואס די רעדסט.
ווייטער מיט דיין גאוה. איך האב שוין אקצעפטירט דיין פארשלאג דאס פריערדיגע מאל. זאג מיר וועלכע סוגיא און מיר וועלען עס אדרוכלערענען ביינזאם דא. פארוואס עפעס און אישי? זאל יעדער זאגען זייער אמתע הבנה אין די נושא און זאל עס נתלבן ווערען בדיבוק חברים, און פון דיין פרעספעקטיוו, בפלפול תלמידים. איך זאג עס נישט ווייל איך בין איבערצייגט אז עס וועט זיין ידינו על העליונה. אדרבה אויב וועלן מיר זעהן דיין גרויסע כוח התורה, דיין כוח הסברא וכדו', וועלן מיר אוודאי האבען רעספעקט פאר דיר. לעת עתה ווארפסטו סך הכל נעמען פון ספרים וואס יעדע בחורל קען פלאפעלען. איינע פון די הערליכע מעלות טובות פון קאווע שטיבעל איז אז דא איז נישט דאס פלאץ פאר דעי מין נעמען געווארפעכטץ. די גאנגבארע ארטיקל דא איז דברי הבנה. איז לאמיר זעהן צו מיר קענען דורכטין א סוגיא בדיבוק חברים דא. I'm ready when you are.
איינגעמיירעט האט געשריבן:די זעלביגע בנוגע מגילה זעץ דיך אראפ לערן דורך די לעצטע בלעטער און מגילה נקראת ווי די גמרא גייט דורך די מגילה , לערן צו די אגדות מהרש״א ,און אור חדש פון מהר״ל , לערן די מגילה מיט רש״י אב״ע, אלשיך, מנות הלוי,גר״א ,מגילת סתרים,מלבים,אפאר שטיקלעך יערות דבש פון פורים,דאס אלעס איז בעסיקס נאך פאר אפאר שטיקלעך דרשות חת״ס און אביסעלע ליקוטי תורה ועוד און נאך פאר אריינגיין און די ריכטיגע תורת הסוד,און נאכען זיך באקענען אביסעל וויאזוי אונזערע לייבען און גדולים האבען אפגעלערענט אונזער מגילה דעמאלס העסטו זיין א שטיקעל מח שליט צו טרעפן נקודות חדשות און די מגילה.
אינטערסאנט אז דו האסט אויבען געזאגט אז "איעדע נקודה" וואס איך האב געשריבען שטייט שוין. הרי לנו אז אומווילענדיג זאגסטו אז מיטן אפלערנען די מגילה אליינס קען מען צוקומען צו אסאך פון די געדאנקען וואס זיי זאגען. ביסטו אומווילענדיג מודה צו נולד מאוחר.
לאמיתו של ענין איז אמת אז עס איז כדאי איבערצוקוקען וואס אנדערע, און אוודאי טיפערע, בעלי מחשבה זאגען אויף די נושא. עס איז גראדע אן אינטערסאנטע שמועס וואס מען דארף אויסארבעטען פונקטליך ווען און וויפיל איז כדאי צו קוקען. איז טאקע כדאי דורכצולערנען יעדע ספר אויף די מגילה וואס איז געשריבען געווארען דורך תלמידי חכמים בעלי מחשבה? פארוואס האסטו נישט אויסגערעכנט ר' יצחק הוטנער, לקוטי שיחות, ועוד ועוד לאין שיעור? ווען מעג איך מיך אראפזעצען צו די מגילה און עקספירענסען די מגילה געשיכטע פאר מיר אליין? שפירען און דיסקוטירען די נקודות וואס ברענגען זיך מיר ארויס פון אט די עקספיריענסען? די שאלות זענען חומר למחשבה. אבער איבערטראכטען צווי צדדים אין די נושא איז נישט שייך ווען מען זוכט נאר צו האקען א טשייניק. דעריבער בעט איך אויב ביסטו נישט גרייט צו רעדן בדיבוק חברים, דעמאלט עפען אויף אן אייגענעם אשכול און זאג דיינע תורות כנתינתן מסיני. זאג קלאר דארט אז קיינער פון די עמי הארצים דא האבען נישט קיין רעכט דיך אפצופרעגען, ווייל די האסט נישט קיין צייט פאר זיי. און ווייל נאר דיינע דברי תורה הבהירה והברורה איז געמאכט פאר קאווע שטיבעל, נישט זייערע.
איינגעמיירעט האט געשריבן:בנוגע אגדות חז״ל זעץ דיך אנידער איבער א גמרא לערן דורך די סוגיות הגמרא לערן דורך מהר״ל באר הגולה , חידושי אגדות פיר חלקים דערנאך העמיר שמועסן איבער אגדות חז״ל, איין זאך נור לערנען איז נישט וויקיפודיע סאיז נישט קיין אינפארמעשין געיבער,תורה דארף אפלערנען מער ווי איינמאל ובכובד ראש און דערנאך קען מען אהנקומען אל עומק הבנתה
איך העל דיר געבן א קליינע שטיקעל מהר״ל וואס אפילו איינער וואס האט נאכנישט ארויס זיין עומק קען זעען זיין מהלך וויאזוי ער האט פארשטאנען א חז״ל
עיין שבת י׳ ע״א ת״ר שעה ראשונה עיין במהר״ל נתיבות עולם ח״ב נתיב האחרון נתיב ד״א דברי המתחיל בפ״ק דשבת
איך וועל איבערקוקען דעם שטיקעל שפעטער.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
יאיר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:כמבואר לעיל ברענגט זיך ארויס פון די מגילה, א מהלך פון לעבן אהן קיין שום הגדרות און אהן קיין שום מושגים. באופן של "תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך". אמת עס שטייט גראד ווייטער, "ואולם נדע היותך נמצא". דארף מען דאך פארשטיין אז אויב ווייסט מען נישט וואס עפעס איז, אויב מיר האבען נישט קיין שום הגדרה בו כלל וכלל, וואס מיינט דעמאלט אז מיר ווייסען אז ער איז נמצא? וואס איז נמצא? עס קומט מיר פאר ווי איינער זאגט פאר זיין חבר אז "איך בין מאמין באמונה שלימה עפעס א זאך אויף בערל אונזער חבר... אבער איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס דער "עפעס" איז. פרעגט אים די חבר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב דו האסט נישט קיין שום ידיעה וואס דער "עפעס" איז, וואס אייגענטליך גלייבסטו? ווי איך פארשטיי די ענין, איז די תירוץ אז מען גלייבט נישט אין עפעס. מען גלייבט נאר און דאס צוווארפען פון אלע גדרים והגבלות, מען גלייבט און שיטת השלילי, פון חוזק מאכען פון אלע הגדרות און חשבונות. דאס איז באמת די טיפסטע דרגא און אמתדיגע אמונה.
ביטע זיי נישט ברוגז, אבער די ווערטער ברענגען ארויס ביי מיר בייז בלוט, כידוע ליודעי ומכירי. גלייבן אין שיטת השלילי מיינט אז מען קומט אן אין די ענדע צו עקסטרעמע סקעפטיציזם, וואו עס איז נישטא קיין מושגים, קיין גדרים, קיין חוקי הטבע, און אודאי נישט קיין באשעפער. דאס איז א טיפע פלאנטער, און ווען דו ענדיגסט דיינע אבזערוואציעס און דו קומסט אן ביז אונטן, ביטע שלעפ ארויס פון דארטן דוד הום און פיררהא ווען דו באגעגנסט זיי.
אקעי, סארי פאר די שארפע שפראך, אבער דער תכלית פון סקעפטיציזם איז אנצוקומען צו דעם ריינעם אמת, צו וויסן צו פינאנדערשיידן צווישן אמת און שקר, דער תכלית איז נישט צו בלייבן פארזינקען דארט און אפמאכן אז עס איז טאקע אלעס איין גרויסע צומישעניש. אדרבה, דאס וואס מיר זעען אז ווען מען לאזט אלעס לויפן כסדרן ארבעט זיך אלעס אויס, דאס איז די גרעסטע ראיה צו די וואונדערליכע שכל וואס ליגט אונטער די אלע צומישענישן. יעדער "צומישעניש" איז א באזונדערע כוח, א רצון, א שטארקייט פון איינע פון די גזיליאנען פרטים אין די טבע, און די וואונדערליכקייט דערפון איז אז אלעס קארעספאנדט איינער צום צווייטן, אזוי אז צום סוף קומט ארויס א הערליכער בילד. יא, עס זענען דא שוועריקייטן אויפ'ן וועג, relapses, און אפילו צומישענישן, אבער צום סוף קומט ארויס דער אמת. א גוטער משל דערצו איז די עקאנאמיע, וואו פון טריליאנען קלייניקייטן וואס שאפן אפטמאל צומישענישן, ווערט געשאפן א ריזיגע מאשין וואס די מעכטיגסטע בריאה וואלט נישט געקענט פראדוצירן אליין. וכשדקדק תמצא דדין רזא דאבלוציה.
אראפווארפען הגבלות והגדרות מיינט נישט טיפע סקעפטיציזם און עס מיינט נישט בלייבען אין צומישעניש. עס מיינט בלייבען מיט Unity. אין אן אנדער אשכול האט איינער געברענגט פון שאופענהאעור און העגעל. זיי מעיין אין זייערע ווערטער פאר דו באקומסט בייזע בלוט. אז דו ביסט שוין מעיין בספריהם, קענסטו אויך א בליק טוהן אויף ניטשע. איך מיין נישט דא צו זאגען אז איך נעם אהן אלעס וואס זיי זאגען, אבער מען דארף פארשטיין די בעיסיקס קודם. כ'על רעדן צו דיר גראד אויף גראד. לויט וויפיל איך האב געליינט אלע דיינע תגובות אין דעי נושא, זעה איך אז דו פארשטייסט נישט די טיפקייט פון בלי גבול. דו פארשטייסט נישט די ערשטע סטעפ אז ווען עס איז נישטא קיין גבול דעמאלט איז דאס די היפך ממש פון צומישעניש. Unity איז נישט Chaos. אחדות הפשוט איז סימפלי נאך א וועג פון זאגען אלקות, עס איז היינו הך.
איך האב נישט פונקטליך ארויס פארוואס זאכען "פאלען אין פלאץ", אויף דעם ווארט איך נאך אויף א שטיקעל ביאור, אפשר בדרך החסידות פון נשמה יתירה.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מוח שליט,
קודם וויל איך מקדים זיין אז איך בין א שוואכער בקי אין די פילאזאפיע פון נאך דעם רענעסאנס, די גריכישע פילאזאפיעס זענען מיר אסאך מער באקאנט און רעדן מער צו מיין נשמה, ממילא איז מסתבר אז איך ווייס טאקע נישט פון וואס דו רעדסט. פונדעסטוועגן, שטעל איך זיך פאר אז דו שרייבסט נישט דיינע תגובות דוקא צו איינעם וואס האט שוין דורכגעלערנט די ספרים פון די פילאזאפן וועמען דו רעכנסט אויס, ממילא וויל איך דיר קודם פרעגן אויב דו קענסט מיר מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס דאס באדייט אז א לעבן אן קיין גדרים און מושגים ברענגט יוניטי. מיט מיין פשוט'ער שכל פארשטיי איך אז געווענליך געשעט דאס פארקערטע. אויך איז מיר א חידוש וואס דו זאגסט אז פון אזעלכע שיטות קומט מען נישט אן צו א צומישטער לעבן נאר צו הכרת הבורא און אחדות, ווי ווייט איך ווייס האט שאפענהאוער געהאט א דעפרעסטע פארביטערטע לעבן, און ניטשע איז געווען דער ערשטער צו דערקלערן דעם טויט פון גאט (ר"ל). איך וועל איבערגעבן דאס ווארט פאר די הויכגעשעצטע פילאזאפן:
דאניעל דענעט אויף פרידריך ניטשע.
און ניהיליזם, וואס ניטשע האט געפרעדיגט, איז:
עס זעט מיר אויס אז דאס צואווארפן הגדרות און מושגים ברענגט גארנישט אזעלכע גוטע רעזולטאטן .
דאס פארשטיי איך אינגאנצן נישט. אויב פארשטייסטו אז ווען מען נעמט אוועק גדרים און מושגים ווערט אן אחדות (כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי), דעמאלט איז דאך זייער גוט פארוואס אלעס פאלט אין פלאץ. עס ווערט דאך אן אחדות!

ארטור שאפענהאוער.Human life must be some kind of mistake. The truth of this will be sufficiently obvious if we only remember that man is a compound of needs and necessities hard to satisfy; and that even when they are satisfied, all he obtains is a state of painlessness, where nothing remains to him but abandonment to boredom. This is direct proof that existence has no real value in itself; for what is boredom but the feeling of the emptiness of life?
.""the idea that an eternal recurrence of blind, meaningless variation—chaotic, pointless shuffling of matter and law—would inevitably spew up worlds whose evolution through time would yield the apparently meaningful stories of our lives. This idea of eternal recurrence became a cornerstone of his nihilism, and thus part of the foundation of what became existentialism
דאניעל דענעט אויף פרידריך ניטשע.
און ניהיליזם, וואס ניטשע האט געפרעדיגט, איז:
ויקיפידיה.Most commonly, nihilism is presented in the form of existential nihilism, which argues that life is without objective meaning, purpose, or intrinsic value.[1] Moral nihilists assert that morality does not inherently exist, and that any established moral values are abstractly contrived.
עס זעט מיר אויס אז דאס צואווארפן הגדרות און מושגים ברענגט גארנישט אזעלכע גוטע רעזולטאטן .
מוח שליט האט געשריבן:דו פארשטייסט נישט די ערשטע סטעפ אז ווען עס איז נישטא קיין גבול דעמאלט איז דאס די היפך ממש פון צומישעניש. Unity איז נישט Chaos. אחדות הפשוט איז סימפלי נאך א וועג פון זאגען אלקות, עס איז היינו הך.
איך האב נישט פונקטליך ארויס פארוואס זאכען "פאלען אין פלאץ", אויף דעם ווארט איך נאך אויף א שטיקעל ביאור, אפשר בדרך החסידות פון נשמה יתירה.
דאס פארשטיי איך אינגאנצן נישט. אויב פארשטייסטו אז ווען מען נעמט אוועק גדרים און מושגים ווערט אן אחדות (כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי), דעמאלט איז דאך זייער גוט פארוואס אלעס פאלט אין פלאץ. עס ווערט דאך אן אחדות!
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז פשט והשתיה כדת אין אנס כי יסד המלך.... לעשות כרצון איש ואיש?
איז געווען סעודת וואס מהאט געמיזט טרינקן, אז סאיז כדי צי דערמאנען אז דא האט מען נישט געצווינגען?
''גם ושתי המלכה עשתה משתה נשים בית המלכות'' איז דאס געווען די סדר אמאל צי האבן עקסטרע מענער עקסטרע פרויען?
נאר זיין הייליגקייט וואס איז לכאורה געווען אין איינקלאנג מיט די שטרענגסטע גדרי הצניעות אהערגעשטעלט דורך דעם וועד הצניעות פון שושן, האט שוין געהאט יענעם טעם. ווי ס'שטייט טאקע אין די מגילה "כטוב לב המלך ביין" גלייך ווי ר'האט נאר א ביסל געטרונקען האט ער געהייסן מ'זאל ברענגען ושתי אין איהר "בוירטהדעי סוט", להראות את יפי' בפני כל השרים והעמים".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ממי_שאמרו האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער קעניג xerxes פון פערסיע, וועלכער איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געווען אחשורוש, ווערט ברייט געשילדערט דורך דעם גריכישן היסטאריקער העראדאטוס, וועלכער שרייבט אז ער האט מלחמה געהאלטן מיט די גריכן, און קודם האט ער געווינען (און מסתמא נאכדעם איז געקומען די גרויסע פארטי) אבער צום סוף האבן זיי אים באזיגט, און זינט דעמאלט איז ער געווארן א פארביטערטער מענטש, א שיכור, און א שפילצייג אין די הענט פון זיינע מיניסטארן, ביז ער איז געווארן עלימינירט אין שושן דורך דער הויפט פון זיינע וועכטער. זעט אויס יענער האט בעסער געטויגט ווי בגתן ותרש.
צו איז דאס נישט געווען דריווש? שטימט זייער אויב יא
ניין. דריוש ווערט דורך די היסטאריקער אנגערופן Darius.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
א זאך וואס האט נישט קיין מוגדריגע חלקים צו זיך, קען נישט האבען קיין סתירות אינערהאלב זיך אליין. עס האט דאך נישט קיין צוויי זאכען וואס איינער זאל קענען מחולק זיין מיטן צווייטן.יאיר האט געשריבן:מוח שליט,
קודם וויל איך מקדים זיין אז איך בין א שוואכער בקי אין די פילאזאפיע פון נאך דעם רענעסאנס, די גריכישע פילאזאפיעס זענען מיר אסאך מער באקאנט און רעדן מער צו מיין נשמה, ממילא איז מסתבר אז איך ווייס טאקע נישט פון וואס דו רעדסט. פונדעסטוועגן, שטעל איך זיך פאר אז דו שרייבסט נישט דיינע תגובות דוקא צו איינעם וואס האט שוין דורכגעלערנט די ספרים פון די פילאזאפן וועמען דו רעכנסט אויס, ממילא וויל איך דיר קודם פרעגן אויב דו קענסט מיר מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס דאס באדייט אז א לעבן אן קיין גדרים און מושגים ברענגט יוניטי. מיט מיין פשוט'ער שכל פארשטיי איך אז געווענליך געשעט דאס פארקערטע.
יעצט בנוגע כל הבריאה כולה, נניח אז די פילאזאפען וואס איך האב אראפגברענגט זענען גערעכט מיט זייער אויסבוי אז בעומק ובשורש האט נישט די בריאה קיין הגדרות והגבלות. איי מען זעהט דאך א וועלט פול מיט חפצים און מציאותן וואס זענען מוגדר ומוגבל, דארף מען עקסטער מסביר זיין פארוואס זיי האבען דאס נישט געהאלטען פאר א סתירה צו דעי יסוד זייערע. לאמיר אננעמען אז זיי האבען ריכטיג אויסגעבויט אז בעומק הבריאה איז נישטא קיין הגדרות.
איינמאל מען אקצעפטירט דעם יסוד, פארשטייט מען אז די אמתע עומק המציאות איז נישטא דא קיין צוויי [כדי ס'זאל זיין צוויי מוז יעדע איינס פון די צוויי זיין מוגבל ומוגדר, נאר אזוי קען זיין אפגעטיילטע זאכען, איז דאס מובן?] נישט נאר עס איז נישטא קיין צוויי, עס איז אפי' נישטא די מושג פון צוויי. [א מושג איז דאך אויך אן הגדרה, און מיר אקצעפטירן פאר די סעיק אף דיס דיסקאשען, דאס וואס די פילוזפין זאגען אז בעומק אמיתות המציאות איז נישטא קיין שום הגדרה כלל וכלל, מוז דאך זיין אז עס איז נישטא אפי' קיין מושג פון צוויי. ווי עס איז טאקע באקאנט די לשון, "יחיד ואין יחידות כמוהו". ווייל יעדע אחדות וואס מיר טראכטען, טראכטען מיר פון א קאנצעפט פון צוויי און מיר זענען שולל צוויי און מען זאגט אז עס איז איינס. אבער בעומק המציאות וואס דארט איז בכלל נישטא קיין גבול וגדר, איז נישטא אפי' די מושג צוויי. קומט אויס אז עס איז אנדערש ווי די געווענליכע פארשטאנד פון די ווארט "איינס".] דאס מיינט אחדות בתכלית הפשיטות.
ביי דעם אחדות איז נישט שייך סתירה ומחלוקה, עס איז דאך נישטא קיין צוויי באזונדערע כוחות/מציאות, אז מיר זאלען קענען אפי' אנהייבען רעדען פון א מחלוקה צווישען צוויי מציאות'ן. איז דאך אויב אזוי מובן פארוואס אחדות קען נישט זיין כאאס.
יאיר, איך וויל יעצט נישט אריינגיין וויאזוי שאפענהאעור דער שווארץ זעהער, איז בעצם נישט מחולק מיט דאס וואס איך האב דא געשריבען. איך וויל קודם פרעגען צו מצד הבנת הענין הערסטו די טענה דא פארוואס און די וועלט פון בלי גבול איז אלעס אחדות אין הארמאניאס, פשוט ווייל מען קען זיך נישט קריגען מיט זיך אליין. It takes two to tango.
פארשטיי אז ווען מען זאגט אויף סיי וואסארא זאך אז די עומק מציאותה איז נישט דאס וואס מען קוקט אהן פון אויבען אויף, מיינט דאס אז איר עכטע מציאות איז די טיפע הבנה דערפון. עס איז אזוי ווי מען זאל זאגען, "יא אמת עס קוקט דיר טאקע אויס כך וכך, אבער אז דו וועסט דיך גוט מתבונן זיין און גוט מעמיק זיין, וועסטו זעהן אז עס איז נישט דאס וואס עס קוקט אויס צו זיין במושכל ראשון". דאס מיינט דאך אז די טיפע מציאות איז די עכטע מציאות אירע. קומט אויס אז די עכטע מציאות פון כל הבריאה כולה האט נישט קיין מחלוקה וסתירה. עס פארלאנגט זיך פשוט אז מיר זאלען זיך גענוג מעמיק זיין דאס צו דערזעהן אין לעבן דערמיט. ניין?
כל הנ"ל איז מסביר צו זיין די איינע נקודה פארוואס בלי גבול מיינט אן הארמאנירטע אחדות בלי שום ניגוד כלל וכלל. בלייבט נאר יעצט צו דערגיין די 'קליינינקע שאלה', וויאזוי קומט מען אהן צו לעבן אין דעם געדאנקענגאנג. און אויך איז אינטערסאנט צו וויסען וויאזוי דאס שפילט זיך אויס מצד די 'אויבערפלעכליכע שכבה" פון גבול וגדר.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מוח, דו ברענגסט גאר גוט ארויס דעם ענין פון אחדות הפשוטה. דו זאגסט אלעס וואס אחדות הפשוטה איז נישט, און דאס איז טאקע די איינציגסטע וועג עס מסביר צו זיין. איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז יא דער אחדות, און איך מיין אז קיינער ווייסט נישט גענוי, ווייל דער מענטש טראכט דאך אין מוגבל'דיגע הגדרות, און איינמאל ס'איז מוגדר איז עס אויס אחדות. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט.
יעצט, דו ווילסט ארויפקלעבן אחדות הפשוטה אויף די גאנצע וועלט, נישט נאר אויפ'ן באשעפער. דארפן מיר געדענקען אז טאמער איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט און די פיזישע וועלט איז יא מוגדר, וועסטו מאכן א גרויסע צומישעניש דא, ווייל פונקט ווי ווען אחדות צוטיילט זיך אויף כמו מוגבל'דיגע זאכן ווערט א צומישעניש, אזוי אויך ווען מוגבל'דיגע זאכן ווערן כמו אחדות'דיג ווערט א מהומה. דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז מען קומט אן צו א צומישטע וועלט. פארשטייט זיך, עס מוז נישט זיין איך בין גערעכט, מעגליך אז באמת איז טאקע נישטא קיין גדרים ממילא וועט דיין הבנה אויף די וועלט ברענגען נאר אחדות.
יעצט וויל איך פארשטיין, וואס מיינט דאס אז בעומק המושג איז די פיזישע וועלט באחדות. מסתמא מיינסטו אז כאטש עס זעט אויס מוגדר און מוגבל, דאך באמת איז עס באחדות. אזוי ווי למשל זמן זעט אונז אויס אבסאלוט, אבער באמת איז עס רעלאטיוו, אין אנדערע ווערטער, אונזער אויבערפלעכליכע הבנה אין זמן איז א פשוט'ער דמיון. לויט דעם קומט אויס אז אונזער פיזישע וועלט איז טאקע אויך נאר א דמיון, ווייל לויט דיר אז דער גאנצער עקזיסטענץ באשטייט נישט פון קיין גדרים און הגבלות, און עפעס וואס איז נישט מוגדר קען נישט זיין פיזיש, מוז זיין אז דאס וואס מיר זעען פיזישע זאכן איז נאר אן אילוזיע. ריכטיג?
קען זיין אז דאס מיינסטו מיט דיין צווייטע שאלה, וואס מען טוט מיט די שכבה עליונה. אבער איך מיין אז דאס איז די וויכטיגסטע צו ערקלערן איידער מיר גייען ווייטער.