מיין הספד אויף דעם קרבן ציבור, נחמן ורייזל גלאובער ע"ה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

מיין הספד אויף דעם קרבן ציבור, נחמן ורייזל גלאובער ע"ה

שליחה דורך חזקיהו המלך »

קודם דארף מען לאזען די טרערען רינען, ס'איז זייער א ווייטאגליכע אומגליק, א פארפאלק כמעט נאך שנה ראשונה, קוים ארויס פין די קינדער שיך, אין די שענסטע יארען, אין אויפען וועג צים ערשטען קינד, אין דא אזוי טראגיש פארשניטען געווארען,

ס'בארירט יעדען, יעדער וויינט, וויזוי קען מען נישט וויינען, ס'איז והעיר וויליאמסבורג נבוכה,

יעצט וויל איך זאגען א געדאנק, קיינער פירט נישט דעם אייבעשטענס חשבונות, ס'זייער שווער צי זאגען אז ס'געקומען פאר דעם אדער פאר יענץ, אבער וואס כ'וויל זאגען איז אזוי ,

מען זעהט אז דא איז געווען א אומגליק כאילו דיזיינט צי אויפשאקלען די הערצער, וואס שאקעלט מער אויף ווי א יונגע קאפעל, פריש אין גליקליך, מיט א קינד אויפען וועג, אין פליצלונג פין איין מינוט אויף די צווייטע אומגעקומען מיט א מיתה משונה,

היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו ?, ס'חאפט א ציטער, אבער מען דארף רחמים אז די ריכטיגע מענטשען זאלען חאפען א ציטער,

חז"ל זאגען: אין פורעניות בא לעולם אלא בשביל הרשעים ואינו מתחלת אלא מן הצדיקים,
צרות קומען וועגען די מעשי הרשעים, אבער די קרבנות נעמט מען פין די צדיקים,

אין נאכדעם וואס עס געשענט אזא אומגליק נעבעך, זענען די צדיקים אין די ערליכע זי ווערען אויפגעשוידערט זיי וויינען אין נעמען זיך פאר צי פארבעסערען אבער די ריכטיגע שולדיגע זיי נעמען זיך נישט אלעמאל צים הארצען,

כ'טראכט אז אזוי ווי ביי פרעה זעהט מען אז די חלום איז געקומען ציזאמען מיטען פתרון, אזוי אויך ווען ס'פאסירט ליידער אזא ביטערע אומגליק, די וואס זענען באמת שולדיג זיי שפירען טיף אין הארצען אז זיי קענען נישט זאגען מיט א ריין געוויסען א ידינו לא שפכו את הדם הזה,

ממילא איך גיי נישט דא טייטלען די פינגער אויף קיינעם, איך בעט נאר ביים באשעפער אז נאכדעם וואס ס'געקומען אזא אומגליק, זאלען חאטשיג די ריכטיגע שולדיגע איינערקענען וואס זיי דארפען מתקן זיין, אין מען זאל נישט דארפען מער אזאלכע קרבנות, ס'זאל זיין עליה השלם כל הקרבנות כולם. אמן
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זאגסט א שטארקע נקודה, אבער פיר אויס וואס דו מיינסט, ווער זענען יא די שולדיגע?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך העי נאו »

פון ווי ווייסטו דעם אייבערשטנס חשבונות פארוואס אזא אומגליק קומט ווייל דער אדער יענער האט געזינדיקט? פון ווי נעמסטו וועלכע עבירות ברענגט וועלכע שטראף ביסטו דען אין הימל? קענסטו דען נעמען דיין פינגער אין אן ווייזן אויף איינעם אז וועגן אים איז געשען אזא שרעקליכע אימגליק ? נאר וואס דען יעדער פארזיך דארף אליינס תשובה טון אין נישט אויף זיכען אויף וועמען ארויף צולייגען די שילד!
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

העי נאו האט געשריבן:פון ווי ווייסטו דעם אייבערשטנס חשבונות פארוואס אזא אומגליק קומט ווייל דער אדער יענער האט געזינדיקט?

חזקיהו המלך האט געשריבן:יעצט וויל איך זאגען א געדאנק, קיינער פירט נישט דעם אייבעשטענס חשבונות, ס'זייער שווער צי זאגען אז ס'געקומען פאר דעם אדער פאר יענץ


העי נאו האט געשריבן:פון ווי נעמסטו וועלכע עבירות ברענגט וועלכע שטראף ביסטו דען אין הימל? קענסטו דען נעמען דיין פינגער אין אן ווייזן אויף איינעם אז וועגן אים איז געשען אזא שרעקליכע אימגליק ?

חזקיהו המלך האט געשריבן:ממילא איך גיי נישט דא טייטלען די פינגער אויף קיינעם


סאו וואס פינקליך די ווילסט ווייס איך נישט, כ'האב סאך הכל געבעטען דעם אייבערשטען אז דער וואס איז יא שולדיג זאל זיך אויפוועקען, כ'האב נישט געטייטעלט מיין פינגער אויף קיינעם, סאו פליז בארואיג'ט אייך,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך העי נאו »

א בחינה פון איך מיין נישט קיינעם נאר חוץ פין דיר דארטן טאקע דיר דארטן.. דיר מיינעך!
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ווי האבעך עס געשריבען ?

כ'האב קלאר געשריבען אז איך ווייס נישט, אבער איך ווייס אז דער וואס בשלו הרעה הזאת, דער דארף צי האבען דעם געפיהל אז ס'קען זיין ער איז דא עפעס שולדיג,

אין כ'בין טאקע נישט אין הימל, זיכער האט יעדער אויף וואס צי תשובה טוהן אבער לאמיר זיך נישט נער'ן דאס איז נישט געקומען ווייל משה למך האט פארגעסען צי מאכען א בורא נפשות נאך די קאווע, אין אויך נישט ווייל שמערל ערדענבערג האט געקישט די בעק ציצית ביי ברוך שאמר,

ס'קומט ווייל דער באשעפער וויל אויפוועקען דעם כלל צי "עפעס" אין כ'ווייס נישט צי וואס, אבער כ'האלט אז די וואס זענען שולדיג די ווייסען יא, עכ"פ זיי האבען א געפיהל וואס טאמער זיי וועלען עס נישט אוועקשטופען, קענען זיי נתעורר ווערען צי תשובה, אין דאס קען העלפען אז אזאלכע זאכען זאל מער נישט פאסירען,

סאו באשולדיג נישט דא יעדע פיש סוחר אין יעדע גראסערי מאן,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך העי נאו »

מיין פוינט איז וויאזוי ווילסטו אז יענער זאל תשובה טון אויף זיין עבירה ווען אין זעלבע צייט שטיפסטו עס אוועק פון דיר אז נישט די ביזט די שילד נישט דיך מיינט מען דא מען מיינט דא נאר דעם גרויסן רשע! איז פארוואס זאל דער וואס לויט דיר יא שולדיק. פארוואס זאל ער נישט טרעפן א צווייטן וועמען צו בלעמען? נאר יעדער פארזיך דארף טרעפן וואס צו פארעכטן אין נישט זיכען אויף וועמעס צו בלעמען!
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

העי נאו האט געשריבן:מיין פוינט איז וויאזוי ווילסטו אז יענער זאל תשובה טון אויף זיין עבירה ווען אין זעלבע צייט שטיפסטו עס אוועק פון דיר אז נישט די ביזט די שילד נישט דיך מיינט מען דא מען מיינט דא נאר דעם גרויסן רשע! איז פארוואס זאל דער וואס לויט דיר יא שולדיק. פארוואס זאל ער נישט טרעפן א צווייטן וועמען צו בלעמען? נאר יעדער פארזיך דארף טרעפן וואס צו פארעכטן אין נישט זיכען אויף וועמעס צו בלעמען!


אין פליצלונג נאכן באגיסן יענעם איז ער אין פילען שוואנג פון באשילדיגן........................

בארואיגט אייך ער האט זייער פיין געשריבן............
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יעדער דארף אליין מאכען א חשבון הנפש וואס ער דארף מתקן זיין, נישט טראכטען וואס אלץ יענער קען מתקן זיין.

למשל די וואס פילען אז די עבירה איז צוליב רעדן ביים דאווענען, זאלען זיין גענצליך שטיל, נישט יענעם אנשושקען.

די וואס פילען אז די עבירה איז צניעות ביי נשים, זאל ווייניגער קוקען אויף נשים, נישט טראכטען אז יענעם'ס ווייב גייט נישט בצניעות.

די וואס פילען אז די עבירה איז לשון הרע, זאל ווייניגער רעדען, נישט יענעם זאגען איך רעד נישט.

די וואס פילען אז די עבירה איז אינטערנעט, זאלען פארמאכען זייער קאנעקשאנס, נישט זיין ביזי מיט יענעם'ס פאן קאמפיוטער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'וויל נאכאמאל קלאר מאכען, איך האב נישט קיינעם פערזענליך באשולדיגט, איך האב געבעטען גא-ט אז דער וואס מען מיינט מיט דעם, אז יענער אדער זיי זאלען באקומען דעם מעסעדזש,

איך ווייס נישט, איך בין נישט קיין נביא, אבער כ'טראכט נישט אז יעדער איז שולדיג,

נישט יעדער איז שולדיג ס'דא אסאך וואוילע אידען וואס האבען קיין פליג נישט געטשעפעט אין זיי זענען נישט שולדיג,

אין יא כ'בין קלאר מחולק מיט די וואס זאגען יעדער, איך מיין אז ס'נישט יעדער,

יעצט קריכטס אראפ פין מיר, כ'האב אויף קיינעם נישט געשושקעט, אין כ'האב קיינעם נישט באפאלען, סך הכל זאג איך אז דער יעדער מיינט קיינער, סעט אדורעך גיין א שטיק צייט אין ס'וועט פארגעסען ווערען, ניין, ס'ליגט א פליכט צי וויסען בשל מי הרעה הזאת, איי וויזוי ווייסט מען ? פארדעם האב איך געשריבען אז דער וואס דארף וויסען ווייסט, טאמער וויל ער נאר וויסען, אין כ'האב געבעטען גאט אז דער וואס דארף וויסען זאל מתקן זיין וואס ער דארף מתקן זיין,

אין גענוג מיט יעדער, אלץ קומט מען באשולדיגען דעם שה אובד בְּקַש, קאם אן ס'איז א מעסעדזש אז עפעס דארף ערענסט געטוישט ווערען נישט אז יעדער זאל זיך עפעס פארנעמען אין מארגען צירוק צים אלטען, עטץ מיינסט טאקע אז דער באשעפער איז עביד דינא בלא דינא,

דער באשעפער וויל וועקען, ער וויל נישט ס'זאל זיין צער פאר אידישע קינדער, אין אז אזאנס האט געדארפט געשעהן מיינט עס אז מען וויל עפעס פין הימל, זאגען אוי ס'שרעקליך, לאזען א פאר טרערען, אין זיך אונטער מורמלען אז מען דארף זיך עפעס פארנעמען, אין א פאר טעג שפעטער איז אלעס מפטירין כדאתמול, ניין דאס איז נישט קיין וועג, מיר דארפען בעטען גאט אז מען זאל וויסען די פתרון, מען זאל וויסען בשל מי הרעה הזאת, עכ"פ די וואס זענען שולדיג זאלען האבען די ריכטיגע הרהורי תשובה אין נעמען ערענסטע שריט צי פארבעסערען, דאס וועט אראפנעמען דעם חרון אף אין דאס וועט העלפען אז מען זאל שוין נישט הערען אזאלכע שוידערליכע אומגליקען,

ס'געווען צוויי טייערע קרבנות, צוויי אינגע ביימעלעך וואס האבען געבליהט אין דעם כרם בית ישראל, זיי זענען אזוי ביטער אויסגעריסען געווארען, ס'איז א צייט צי ערענסט טראכטען מה חרה האף הגדול הזה, אין אז מען טראכט אין מען וויל באמת וויסען העלפט דער באשעפער מען זאל וויסען,

עכ"פ מ'האף מיר אז דער וואס דארף וויסען זאל חאטשיג וויסען, בעסער איז אז יעדער ווייסט, אבער עכ"פ דער וואס דארף אין קען מתקן זיין האף מיר זאלען וויסען אין תשובה טוהן אין טוישען די דרכים,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך העי נאו »

קען זיין אז די ביסט גערעכט אז מען מיינט עפעס מער ווי יעדן פערזעדליך איך בין נישט אין הימל סאו איך ווייס נישט. וואס איך ווייס יא איז אז איך בין היינט אויפגעשטאנען דאווענען מיט מינין אזאך וואס איך האב שוין ליידער נישט געטוהן אין א לאנגע צייט און איך האף אז עס וועט אנהאלטן
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
פארשפארט