דער חסרון אין א מושלם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

דער חסרון אין א מושלם

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

א מענטש וואס האט אלעס וואס מען קען זיך נאר וואונטשן אין דער פאנטאזיע, האט מער נישט וואס צו זוכן אויף דער וועלט. איך רעד נישט פון עמיצן וואס "פארמאגט" אלעס, נאר איינעם וואס האט שוין פרובירט אלעס אויף דער וועלט. ער פארמאגט דאס געלט און די מעגליכקייטן צו קויפן אלעס, זיך עררייכן אלעס, פארן איבעראל אא"וו. ער האט שוין געגעסן יעדן מין עסנווארג, געטרונקען יעדן סארט געטראנק, זיך געלערנט יעדע זאך וואס אינטערעסירט אים. דער אינטימער טייל פון זיין לעבן האט שוין טועם געווען אלעס וואס קען אים נאר קומען אין קאפ.

בקיצור: איך רעד פון עמיצן וואס איז נישט נאר רייך ווי קורח, נאר האט די געלעגנהייטן צו טאן און אויספירן סיי וואס עס פאלט אים נאר איין – פון די קלענסטע, קליינליכסטע, קינדישסטע פרטים און פאנטאזיעס (ווען איך גיי זיין גרויס, גיי איך ...), ביז די גרויסארטיגע פלענער און חלומות פון א דערוואקסענעם, און אלעס אינדערצווישן.

אזא מענטש האט מער נישט וואס צו זוכן אויף דער וועלט. ער האט שוין געגעסן, געטרונקען, געשלאפן, געפלויגן, אוואנטורירט אויף יעדן אופן, וויפיל און וויאזוי און מיט וועמען ער האט נאר געוואלט. דער מענטש אונזערער האט פון אלעם טועם געווען ביז ער איז פון אלעם געווארן זאט און איבערגעזעטיגט. אלעס האט ער שוין געטאן אויף אזא פארנעם, אין אזא מאס, אז זיי זענען אים שוין נימאס. ער קען מער נישט.

להבדיל אלף אלפי הבדלות (אלפי אלפים, ריבוא רבבות – שטעלט אריין וויפיל להבדיל'ס עס פעלן אייך אויס צו פילן באקוועם מיט'ן המשך), דער אויבערשטער האט פאר'ן וועלט-באשאף זיך געפונען אין אזא מצב. בטרם כל יצור נברא איז געווען א מצב פון אלעס-אייביג-איבעראל. די בריאה איז געווען א צמצום; דער באשעפער האט איינגעצוימט "אין סוף" און ס'זענען אנטשטאנען מצבים און מעגליכקייטן און זאכן. אין סוף איז אלעס; צמצום איז אך-ורק. פריער איז געווען א מצב פון בלויז איין-איינציגקייט; יעצט איז דא אזא זאך ווי "זאכן", לשון רבים. (די איראניע, אגב, מיט צמצום איז אז איינצוימען מיינט דווקא מער און גרעסער. פאר דעם וואס די בריאה איז געשען, איז בכלל נישט געווען אזא זאך ווי מערצאל און רבים. ס'האט געהערשט אחדות הפשוט. נאך דעם וואס די בריאה איז אויסגעשפיגן געווארן פון רצונו הפשוט אריין אין עקזיסטענץ, איז צושטאנד געקומען א מעגליכקייט פון "זאך" און "נאך א זאך", איינס און צוויי, דו און איך, דאס און יענץ, אא"וו.)

"אדון עולם אשר מלך בטרם כל יצור נברא; לעת נעשה בחפצו כל, אזי מלך שמו נקרא."

ג-ט איז געווען "מלך" פאר ס'איז געווען א קעניגרייך. וואס איז געשען נאך דעם וואס די בריאה איז צושטאנד געקומען? "אזי מלך שמו נקרא." ער איז "גערופן געווארן" מלך.

אויב איז ער שוין געווען קעניג, צו וואס האט ער געדארפט אריינברענגען א בריאה אין בילד? וואס האט אים די קעניגרייך מוסיף געווען? וואס האט אים געפעלט? אויב א בילד איז גאנץ, וואס איז שייך צוצוגעבן? ער האט געדארפט מענטשן זאלן אנערקענען זיין מלוכה? כ'מיין, מענטשן קענען דאך נישט פארשטיין די ג-טליכע מלוכה בעסער און ברייטער ווי זייערע השגות – וואס איז בסך הכל א צמצום פון א השגה בלי גבול, ווי דער מצב איז דאך געווען ווען ס'איז גארנישט געווען אויסער אחדות הפשוט.

די איינציגע זאך וואס א מושלם האט נישט, איז די מעגליכקייט פון "השתלמות". השתלמות, זיך משלים זיין, דערגענצן, איז די איינציגע זאך וואס א מושלם קען נישט אויספירן. כדי צו קענען "צולייגן", דארף די צוגעלייגטע זאך האבן פריער געפעלט. אויב פעלט מיר געלט, קען איך מאכן נאך געלט. אויב פארמאג איך אלע געלטער וואס נאר פאראן, קען איך נישט ווערן רייכער. דאס מיינט אז די פעולה פון "פארגרעסערן מיין פארמעגן" איז עפעס וואס איך קען שוין נישט טאן.

אונזער זאטער מאן פון פריער, האט שוין נישט וואס צו זוכן אויף דער וועלט, ווייל ער איז שוין א "מושלם" אין דעם זינען פון פרובירן און טועם זיין וואס די וועלט שטעלט צו. די איינציגע ברירה זיינע וועט זיין דורכצומאכן א פראצעדור וואס וועט אים מאכן פארגעסן אלעס צי א חלק פון זיין פארגאנגענהייט. אזוי לאנג ווי ער איז "זאט" פון אלעם, האט שוין נישט וואס צו טאן.

בקיצור: צו השלמה איז נישטא וואס צוצוגעבן. "השתלמות" ובכן איז נאר שייך ווען ס'איז נישטא קיין השלמה.

דער אויבערשטער איז פאר בריאת העולם געשטאנען פאר אזא דילעמא: אחדות הפשוט שליסט אויס א מעגליכקייט פון השתלמות. דאס הייסט, אז זיין השלמה נעמט פון אים אוועק, אזוי צו זאגן, איין מין עקספיריענס. דאס, דער עצם פאקט, אז די איין זאך איז מחוץ זיינע מעגליכקייטן, דאס האט, כביכול, אוועקגענומען פון זיין "גאנצקייט". דערפאר האט דער אויבערשטער באשאפן אזא זאך ווי צמצום אינערהאלב זיין אחדות הפשוט. צמצום ברענגט אריין די מעגליכקייט פון "גרעסער", "ברייטער", "בעסער". אזוי האט די חכמה הנכללת אין דער אולטימאטיווער עקזיסטענץ זיך געשאפן א מעגליכקייט פאר השתלמות, טראץ דעם וואס ער איז מושלם.

איי, וועסטו דאך פרעגן, זייענדיג א כל יכול און דער באשעפער פון אלעם, האט ער דאך געהאט די ברירה צו נישט באשאפן אזא זאך ווי "השתלמות", און פטור אן עסק? איז דער תירוץ אז אויף א חסידישער תורה פרעגט מען נישט קיין קשיות...
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר