א שיינע זאך געווען אז מיר האט מען פערזענלעך געשיק א msg פארוואס מע לייגט עס צוזאמען, ווייל די מנהלים האבן אנדערש געטראכט ווי מיר אז סע פעלט נישט אויס צו מאכן א עקסטערע אשכול פאר דעם.
קען זיין אז זיי זענען גערעכט ווייל ווען כאב געלייגט די נייעס, האב איך קודם געטראכט צו עס לייגען טאקע דארט ביי די קורצע נייעס, און נאכדעםם וואס כאב געהאט אביסל צייט און געטראכט אס סע גוט צו מאכן אביסל לעבעדיג, האב איך עס געלייגט עקסטער.
בעפאר איך קאמפלעין וויל איך באדאנקען די אלע אויבעהארן וועלכע פירן אן און לייגן אריין כח אינעם שטיבעל אז ס'זאל זיין אן אינטערעסאנטע פלאץ וואו צו לייענען, קאמיוניקירין אויף א רעספעקטפולען אופן. כה לחי.
איך האב געטרייעט אויסצופיגערען וואס די חילוק איז פון די צוויי סייט'ס. איך ווייס נישט אויף זיכער צי איך האב געכאפט דעם טוטער, ס'קען אבער זיין אז יא. איין מיינער MINOR זאך וואס האט גלייך געכאפט מיין אויג איז: אויף די אייוועלט מעין (אינדעקס) פעידזש דארט וואו מ'זעט אלע אפטיילונגען איז דא א ברייטע ספעיס צווישן איין אפטיילונג אינעם צווייטן, ס'געט אזא רחבות'דיגע בליק אויף די גאנצע זאך. ביי אונז דא איז עס זייער צאמגעדריקט און ס'מאכט מיר אויגן ווייטאג (לאך נישט, כ'מיין עס ערענסט!)
נאך עפעס וואס מאכט א צומישעניש איז: אז מ'ווייסט נישט וואו פונקטליך צו קוקן פאר איטליכן ארטיקלען. פארוואס איז די "כינוס כלל ישראל" אשכול אין די קאווע שטיבעל אפטיילונג נישט אין די נייעס אפטיילונג ? וואס זוכט "לערנען מיט פרויען" אין קאווע שטיבל ווען ס'באלאנגט לכאורה אין די תורה ודעת סעקשען ?!
און אחרון חביב פארוואס ווערן געוויסע אשכולים גע'לאק'ט פאר חדשים לאנג צום אויבן-אן און ווען אימער איך זעה אז ס'דא ערגעץ א נייע תגובה דארף איך אויפזיכען וואו ס'איז, ווייל די ערשטע אשכולים דארפן פאר סאם ריזען זיצן אויפן אויבן אן... ס'וואלט געווען א נחת ווען די אשכול מיט די פרישסטע תגובה (אחוץ אויב סיז ממש דא עפעס א ברעיקינג סטארי אדער א גאר אקטיווער אשכול) איז אלץ אייביג אויפן אן!! ס'פארשפארט קאפ וויי!!
און נאכאמאל, ס'מוז ווערן מער סטריקט וואו מ'לייגט וועלכ'ן ארטיקל. די קאווע שטיבל אפטיילונג איז א אנלויפעניש פון אלעס און אלעם, אין א קאווע שטיבל קען מען דאך אויך רעדן נייעס און דברי תורה, ניין ? נו דעמאלטס קענמען צושפארן די נייעס און די תורה אפטיילונג ?! איך וואלט רעסטריקטעט די קאווע סעקשען צו זאכן וואס וואלטן ממש נישט אריינגעפיט אין קיין איינע פון די אנדערע אפטיילונגען.
א ישר כח איך זוך נאר די טובה פונעם קאווע שטיבל!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איך האב געקוקט און אייוועלט און צוריק דא און איך זע אז דו ביזט גערעכט. די סיבה איז, ווייל אייוועלט האט נאך א שורה פאר יעדע פארום, ווי די אחראים ווערן אויסגערעכנט. קען זיין קאווע שטיבל דארף אויך שטעלן אחראים/גבאים/מנהלים אויף יעדע פארום...
זר זהב האט געשריבן:נאך עפעס וואס מאכט א צומישעניש איז: אז מ'ווייסט נישט וואו פונקטליך צו קוקן פאר איטליכן ארטיקלען. פארוואס איז די "כינוס כלל ישראל" אשכול אין די קאווע שטיבעל אפטיילונג נישט אין די נייעס אפטיילונג ? וואס זוכט "לערנען מיט פרויען" אין קאווע שטיבל ווען ס'באלאנגט לכאורה אין די תורה ודעת סעקשען ?!
גראדע די ספעציפישע אשכול באלאנגט לכאורה אין א שמייכל סעקשאן, ווייל עס בארירט בכלל נישט די תורה'דיגע אספעקט פון די נושא. אבער בעצם ביזטו גערעכט. מ'דארף ווען מאכן א קלארער צעטיילונג צווישן וואס באלאנגט וואו.