יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד האט געשריבן:איך קען גלייבען באמונה שלמה אין יהדות, און זיין דער בעסטער חבר פון איינער וואס גלייבט באמונה שלימה אין קריסטנטום. יא איך האלט אפשר אז זיין אמונה איז נאריש, און ער האלט דער זעלבער אויף מיין אמונה, אבער וואס האט דער הערכה אויף דער אמונה צוטוהן מיט דער הערכה אויפ'ן מענטש? מיר וייסען דאך אז די סיבות וואס ברענגען מענטשען צו אמונות זענען פארשידען און תלוי אין אן א שיעור זאכען עס איז נישט מעגליך שופט זיין דער מהות פון א מענטש לויט וואסארא מיינונג ער האט.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט אפענמיינדעד. פונדעסטוועגן, איז דען נישט פיל הלכות פון די תורה געבויט אויף ראסיזם, ווי למשל בן נח שגזל חייב מיתה?
גזירת הכתוב הוא, חידוש הוא שחידשה תורה, ואין לך בו אלא חידושו.