ילקוט קינות-על האסון הנורא של נחמן וריזל גלויבער עליהם השלום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

ילקוט קינות-על האסון הנורא של נחמן וריזל גלויבער עליהם השלום

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

וויין וויין א קוואל
זאלציגע וואסער פארגיס
עס איז א שרעקליכע שיקזאל
אין א יאמערליכע געוויין שיס!

א פארפאלק יונג אומערפארן
ס׳לעבן נאך קאלירפול און שיין
שוין די גן עדן טויערן געטון אויפשפארן
ווער קען בלייבן, נאר א פעלז א שטיין

א קאלטער מוצאי שבת,
א קליין שנייעלע פאלט
דער טויט מלאכ׳ל שטרעקט לאבעס
גאלאפירט אין גאס א פארכטיג געשטאלט

א פרייליכע פאר דערווארט א ניי לעבן
זיי לויפן צום קינד מיט הארץ קלאפ
פלוצלינג דער מלאך דערנעבן
זיי ביידע געגעבן א כאפ!

עלה מות בחלונינו-אמור למלאך הרף
פלי צוריק צו אשמדאי
יך ויחבשינו-כי הוא טרף
זאג שוין לצרותינו די.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הנותן שלג כצמר, טייטשן די הייליגע ספרים אז די אייבערשטער גיבט נאר אזוי פיל שניי וויפיל וואל מ׳האט, דאס מיינט אז די אייבערשטער גיבט נישט מער צרות וויפיל מ׳קען פארנעמען. 

טאטע אין הימל,
איך גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דו טוסט איז לטובה,

טאטע אין הימל,
איך גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דו טוסט האט א גערעכטע חשבון,

טאטע אין הימל,
איך גלייב אבער אויך באמונה שלימה אז דו האסט זייער שטארק ליב כלל ישראל, בחרת אותנו מכל האומות. ווען א טאטע האט א קינד א יאר נאך די חתונה, איז ער זייער פרייליך. אבער ווען א טאטע האט א קינד 10 יאר נאך די חתונה, איז זיין שמחה און ליבשאפט צום קינד פילפאכיג מער. טאטע אין הימל, פאר איבער צוויי טויזענט יאר האסטו דיר געדרייט און זיך געבעטן אז איינער זאל אננעמען דיין תורה, קיינער האט נישט געוואלט חוץ אונז אידעלעך. דיין ליבשאפט צו אונז איז דאך דעריבער אין לשער. 

אבער טאטע אין הימל,
מיר פרעגן נישט חס ושלום פארוואס, מיר ווייסן אז מיר פארשטיין נישט די גאנצע בילד, אבער עס טוט דאך אזוי וויי. ווי אזוי האט רבי לוי יצחק געטייטשט? הראינו השם את חסדיך! ווייז אונז דיינע חסדים, אז אפילו א פרוי אין קאך זאל פארשטיין אז עס חסדים. 

טייערע טאטע אין הימל,
שוין 3300 יאר וואס מ׳פייניגט אונז, מ׳שלאגט אונז, עס וועט קיינעם גארנישט העלפן, מיר בלייבן פאר דיר געטריי. אבער מיר בעטן זיך, ביטע דו שלאג אונז נישט, עס טוט אסאך מער וויי. קיינער האט דיר נישט אזוי ליב אויף די וועלט ווי אונז, שלאג אונז נישט!! 

טייערע טאטע אין הימל, 
עס איז האלב דריי ביינאכט, כלל ישראל איז צושאסן און צובראכן, רוב פון אונז קען אפילו נישט דאס קאפל, אבער אונזער הארץ גייט אויס פאר זיי. אוי לאב שמכה את בנו, וועלכע טאטע וויל אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין צושאסן? אונז וועלן דיר ליב האבן אייביג און ווייזן דאס א גאנצע צייט, אבער ביטע, ביטע! ווייז אונז אויך דיין ליבשאפט צו אונז. 

טאטע אין הימל,
השבינו השם אליך ונשיבה, אבער מיט ליבשאפט ביטע!!!


דיין קינד און קנעכט וואס דינט דיר מתוך אהבה
ממי שאמרו
[NAMELESS]

א קלאג געזאנג צום ניי געבוירענעם אבל

שליחה דורך [NAMELESS] »

קום אהער ליב קינד, זיסע ליכטיגקייט
לאמיר דיר האלזן, לאמיר דיר געבן ליבליכקייט
לאמיר דיר דערציילן די ביטערע ווירקליכקייט

עס איז דא ערגעצוואו א וועלט מלא ליכטיגקייט
אין וועלכע קינדערלעך באקומען קושן ליבליכע
בעפאר זיי באקומען טרערן ווייטאגליכע

א וועלט ווי די עלטערן קומען אן אין שפיטאל פרייליך
און באקומען דארט דאס קינד נאטורליך
די וועגן ווערן נישט צעטיילט אזוי מערדערליך
די עלטערן צום טשאפל
דאס קינד צום שפיטאל

א וועלט ווי די פרישע רונדיגע באקן ווערן מיט די עלטערן'ס קושן באגאסן
און נישט פון קרובי משפחה'ס טרערן אנגעפלאסן

מיין ליב קינד, דו האסט פארלוירן דיינע עלטערן נאך פאר זיי האבן דיר געליבט
דיינע עלטערן האבן דיר פארלוירן נאך פאר זיי האבן אויף דיר געבליקט

אבער דו ביסטו זייער אייביגע אנוועזנהייט אויף די וועלט
דו ביסט זייער אנדענק, זייער עקזיסטענץ

מיין ליב קינד, דו ביסט נישט אליין
דו ביסטו אין יעדן אידיש קינד'ס געוויין
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

הארציג..
הלוואי ווען איך קען וווען שרייבען גיט און אויסגעבן מיינע געפילן אין אפאר ווערטער עס רייסט דאך ביים הארץ
טשולענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

שליחה דורך טשולענט »

מזל טוב א פרישע שידוך געשלאסן
משפחת גלויבער־זילבערשטיין לחיים געגאסן
ווינטשן שכנים, גוטע פריינט און קרובים
זאל זיין א קשר של קימא לאורך ימים ושנים טובים

געפראוועט תנאים המרוצה לשני הצדדים
הוצאות החתונה הייזל, מעבל און בגדים
א זמן החתונה מיט שמחה באשטימט
חתן וכלה ווארטן שוין אויפן גרויסן טאג וואס קומט

ענדליך האלט מען שוין דא ביי דעם יום המצופה
חתן כלה בעטן זיך אויס מיט טרערן אונטערן חופה
אמר לה נחמן להדא בתולתא ריזל, הכל שריר וקים
אויף א הערליך לעבן קוקט מען ארויס מ׳ווינטשט לחיים

דאס פריש יונג געזונדל הייבן אן דעם לעבן
א נייע געצעלטל פארן אייבערשטן מיט אידישע שטרעבן
זיך איינקווארטירט אינאיינעם אלעס אזוי כשורה
ר׳ נחמן אין כולל און מרת ריזל מיט עסקים אירע

ב"ה מ'האלט שוין ביי די פרייליכע זמן
א קינד אנטוויקלט זיך, דער דאקטער באשטעטיגט עס דאן
מ'גייט אריבער די אלע חבלי ויסורים קשים
אבער די נחת איז אט אט דא נאך געציילטע חדשים

די צייט רוקט זיך נענטער צום גרויסן טאג
צו זעהן א ליכטיג קינד לוינט זיך דאס פלאג
מהאלט שוין דא ביים ערפילן די תשעה ירחי לידה
ווען זיינע עלטערן וועלן צום 1'טן מאל ווערן באבע זיידע

שבת כי תשא ע"ג, ביי דאס פארפאלק ס'רודערט היינט
די עלטערן מיט שמחה ווערן געשפאנט
מיט אומערפארענע אבער זיכערע טריט
אויפן וועג צום גליקליכסטן טאג אין לעבן מ'פליט
_
אבער ליידער דאס הארץ ווערט צובראכן אויף שברי שברים
מיר פארשטייען עס נישט דרכי ה' נסתרים
אונטערוועגנס געווען א אומגליק לא עלינו מ׳האט געמאנט א חוב
מען האט שוין ליידער נישט זוכה געווען צום ישמח האב

דאס קליין קינד פון טאטע מאמע אויף שטענדיג ער טוט זיך שיידן
נחת וועלן זיי שעפן פון עולם הבא בגן עדן
אליין א נשמה אויף די וועלט אן קיינעם ארום איהם
אליין אריבערגיין דעם שווערן וועלטל אן געטרייע עלטערן פאר דעם

טאטע מאמע שווער שוויגער ווארטן אויס אויף די צייט
אבער עס קומט אן אין גאר אן אנדערן פארמאט
אנשטאט פראווען מיט פרייד א שמחה ה' ירחם
זעצט מען זיך ליידער שבעה ואין להם מנחם

כלל ישראל איז אינגאנצן פארטרויערט און ערשיטערט
יעדער פון די שרעקליכע טראגעדיע דערביטערט
יעדעם די זעלבע מחשבות לויפן יעצט נאך די מעשה נורא
אז עפעס פאדערט מען נחפשה דרכינו ונחקורה

מען גיבט אונז א שאקל, טאקע דא אין אונזער סביבה
פון אויבן מאנט מען פון אונז החזירנו בתשובה
לאמיר זיך אינאיינעם פארנעמען עפעס א גוטע קבלה
אין דעם זכות זאלן אונז שוין נישט הערן מכל מחלה ותקלה

די הארץ רייסענדע געשיכטע האט מיר געשטופט צו פותח זיין צום ערשטן מאל מיט דעם דא
(אויף קאווע שטיבל)
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הערליך, נוץ געזונטערהייט אויף שמחות...
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

א קליינטשיג טרייסט...

שליחה דורך משה געציל »

מיינע ווערטער צוזאמקלויבן פראבירט,
דאס מח נישט געלאזט נאר פארפירט,
למה, פארוואס אזאנס האט פאסירט?
א פארפאלק אזוי טראגיש עלמענירט?

קוים אונטער די חופה געשטאנען,
לעכטיגקייט, אויף אייער געזיכט פארהאנען,
א לעבן פיל מיט גליק געטוהן פלאנען,
אויפשטעלן אידישע דורות צוזאמען,

אט אט! צום לעבנס טרוים מען קומט שוין,
א זיס בן זכר'ל אין די הענט, אונזער קרוין,
שטראלענדע קוים געווארענע עלטערן,
דאס קינד צוזאמקישען מיט פריידיגע טרערן,

אין קאר אנגעצויגענערהייט,
א אנגעצויגנקייט נאטירלכערהייט,
דאס ערשטע קינד, א קלייניגקייט?
אוי באשעפער! געזונטערהייט!

נערוועז ווי א פארפאלק אינג,
באשעפער, אלעס זאל גיין גרינג,
דיין חלק השותפות ערפיל,
מיט א געזונט קינד אונז פארפיל,

פרייעדיגע געפילן געמישט מיט זארג זיי שפירן,
אט מיט אונזער זיסקייט וועלן מיר שטאלצירן,
ברענגען נחת פאר אונז פיל,
דאס איז דאך אונזער ציל,

פארזארגט נישט וויסענדיג וואס זיי טוט ערווארטן,
נישט אין ווילדסטען חלום געטוהן טראכטן,
דער מלאך המות א אויג אויף זיי טוט האלטן,
דער לעבן, נאך געציילטע מינוטן אנהאלטן,

אוי מלאך המות פארוואס דיינע מיסיעס טראגיש אזוי,
אייביג דיין שליחות'ן ערפילן פונקט גענוי?
איך האב קיין קשיות אויף דיין שיקער חלילה,
דאס שרייט זיך נאר ארויס פון א נפש מבהילה,

פארוואס פונקט ביידע אין איין אויגענבליק?
פארוואס דייקא דורך אזא טראגישע אומגליק?
פארוואס פונקט ביים הויכפונקט פון לעבן?
געזונטע עלטערן, דאס דאך זייער שטרעבן?

איך בין זיכער דארטן אויבן אין ענקער רוה ארט,
קיין קשיות, תמיהות, נישט פארהאן דארט,
אלעס מיט א חשבון פונקטליך אויספלאנירט,
יעדע דעטאל האט זיך אויף זיין וועג געפירט,

דאך פאר אונז מענטשליכע געביין,
דאס איז נישט צו פארשטיין,
יעדער אויג נאס פון געוויין,
אפילו דער הארץ געמאכט פון שטיין,

איין טרייסט טוט אונז אביסל בארוהיגן,
א קדיש'ל כאטש איבער געלאזט צו זאגן,
א קינד וואס נישט פארשטייט,
וואס עלטערן פאר א קינד באדייט,

א טרייסט א פארשעמענדע און א קנאפען,
דאך מיר מיזן זיך אויף עפעס צוכאפען,
דאס הארץ כאטש א קליינע טרייסט איצטערט,
ווי א דימאנט געבליבן פון א פאלאץ פארניכטערט,
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

אידען געוואלדיג לייגטס אס אוועק צו וויזען אין יארען ארום פארן נייעם געבוינעם זאל ער עס זעהן, האפענטליך זאל איהם אלעמאל זיין נאר גוט!
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

יונגע בלוט קאכט און זידט אויפ'ן אייז-פארפרוירענעם אספאלט, ימים פון הייסע אידישע טרערן פארפרוירן צו קאלטע אייז-שטיקער, א יונגע עופה'לע קעמפט מיט מאשין-געטריבענע הארץ-קלאפעניש, צו קענען ברענגען א טרייסט פאר די פאמיליע, א קדיש זאגער פאר זיינע פארשניטענע עלטערן וועמען ער וועט קיינמאל נישט קענען... זון גיבט אירע לעצטע שטראלן, וועטער טעמפעראטורן טוישן זיך צו די נידעריגע ציפערן, און ערוועקט פריש די נעכטיגע געפילן - א טאטע... א מאמע... נאכנישט קיין מאמע... א פרוי.... א אינגעלע למזל טוב.... יא! מען קען זיי אנרופן "טאטע און מאמע"... און פון הימל קענען זיי זאגען: "מיין קינד".... אויפן פינסטערן בארג אינעם בית החיים צאנקען די ליכטלעך, ס'איז שווארץ, א פריש פארפאלק געברענט צו זייער אייביגער רוה, למנוחת עולמים, טויזנטער געזעגענען זיך מיט צער, און טיפע עגמת נפש, אוי א קלעם, א בראך, ווער וועט דאס אינגעלע אויפציען?... ווער וועט דאס אינגעלע א גלעט געבן, און בארואיגען אין וויגעלע? דאס מוטערליכע ליבשאפט וואס נאר א מאמע קען געבן איז עפעס וואס איז א טייל פונעם נישט ווייטער פארגאנגענהייט, הילד, דער אומשולדיגער תינוק, פיצי, און הילפלאז, פאכעט מיט זיינע קליינטשיגע הענטלעך, און זוכט פאר מאמי, אבער זי איז נישטא אים צו בארואיגן, גלעטן, און וויגלען...

ערגעץ-וואו אין איינע פון די הויכע וואלקן-קראצער געביידעס, אין שפיטאל, קלאפט ס'הערצעלע, אין א פארזוך צו ברענגען א טרייסט פאר זיין נארוואס געווארענע פאמיליע, וואס זארגן אזוי פאר אים, וואס פארלאזן אזויפיל טרערן פאר אים... און קוקן ארויס אז ער זאל זיך ערהוילן, און אנטוויקלען, ערנערן און אויפוואקסן, נאר דו שעפעלע, דו קליינער פיצי אומוויסנדער פייגעלע, וועסט קענען עטוואס א טרייסט ברענגען צו דיינע אידישע געשוויסטער, דאס ליבליכע ווארימע הימלישע האנט, פונעם אבי היתומים, טוט דיר היטן, און גלעטן מיט א הימלישע פאטערליכע ליבע, מיין קינד! אלעס האט א חשבון! וויין שעפעלע וויין, ביזט אבער נישט אליין, יא ביזט נאך קליין, דו אלס קיילכעדיגער יתומ'ל, טוט נענטער ברענגען די גאולה שלימה, ווען איך וועל מיר אנטפלעקן צו מיינע זיסע שעפעלעך אין גלות, כלל ישראל, מיין ליבלינג, מיט וועמען איך טוה שטאלצירן.

איך ווייס ס'איז שווער, עמו אנכי בצרה, קעמפט נאך אביסעלע מער, דאס זייגערל שטעלט זיך נישט אפ, די פארניכטעטע קארס אויף קענט עוו. בלייבן נישט אויפן שאסיי, דאס קאפעלע, און ברילן, און אנדערע זאכן וואס געהערן צו די קרבנות זענען שוין אוועקגענומען געווארן, דער אפקלאנג פון די היסטערישע סירענעס זענען איינגעשטילט, אבער ענקער געוויין, ליבע שעפעלעך, הערט זיך נאך אויבן אין הימל, ענקערע היסטערישע געשרייען ווערן נישט איינגעשטילט, דער רבש"ע וויל מיר זאלן בלייבן אידישע קינדער, א קאפעלע אויף קענט עוועניו, - אוי, בלייבט אידן..... ברילן צווישן ברוכווארג. - אוי, היט אייך דו אויגן... גלויבער - טוט גלויבן אין מיר, פארלירט נישט אייערע אמונה, קערט זיך צוריק צו מיר, היט אייער שפראך, אייער אויסדרוק, האלט אייך אפ פון רעדן ניבול, ווייל יונגע קינדער ווערן דערפון פארשניטן.... אונזער פיצי עלנדע ברודערל איז געבליבן לעבן, אבער איז קריטיש... דער רבש"ע וויל זעהן צו מיר האבן דערהערט דעם מעסעדזש... די נומערן שפרונגען ארויף און אראפ.... לויט יעדע קרעכץ, הרהור תשובה, גוט ווארט, ריינע מחשבות, פון אונז זיינע ברודער און שוועסטער...

ווען די נשמה'לע וואלט געקענט רעדן וואלט ער אוודאי געשריגן אין זיין יונגע רחמנות'דיגע שטימעלע: ברודער און שוועסטער, איך וויל לעבן... איך וויל זיין א געזונט קינד ווי יעדער איינער... איך האב נישט קיין מאמע וואס זאל מיר גלעטן און בארואיגן, נאר איר קענט מיר גלעטן, מיט אייערע מעשים טובים... א יעדע ריינע מחשבה איז נאך א גלעט פאר מיר... א יעדעס מאל וואס דו שטארקסט זיך אויף דיין דיבור, מחשבה און מעשה איז דאס נאך א ליבליכע קוש צו מיר, פיצינקע עופה'לע... איך האב נישט קיין טאטע וואס זאל מיר באגלייטן אויף דעם שווערן וועג, ווייל טאטי האט מיר איבערגעלאזט נאך בעפאר איך האב אים געקענט זעהן... ברודער און שוועסטער, נאר אייערע מעשים טובים וועלן מיר קענען באגלייטן, גלעטן, און בארואיגן... א יעדע קלאפ וואס מיין עטליכע מאנאטיגע הערצעלע גיבט איז געוואנדן לויט יעדע מעשה וואס איר טוט, איך בעט דיר: גיב מיין הערצעלע נאך א קלאפ.... טוה נאך א מצוה'לע... און נאך א קלאפ.... היט אייך אפ אין קדושה און צניעות... און אוי.... נאך א קלאפ.... לאזט פאלן נאך א טרער.... גיט מיר לעבן.... דורכן ווייזן ליבשאפט צו אנדערע אידישע קינדער.... יא! ב"ה, איך ליג מיר דא אליין, זיי זענען געגאנגען, און איך בין געקומען... טאטי, מאמי... אויבן האט עטץ א שטארקע כח, איר קומט דאך פון אט דער פינסטערע וועלט, איר ווייסט דאך יא וואס אידישע קינדערלעך גייען דא אדורך... בעט און רייסט איין ביי דעם אבי היתומים, אז ער זאל אונז צייגן זיין ליבע מיט רחמים.... מיר האבן דיר ליב טאטע.... יא! ווען נישט וואלטן מיר נישט געוויינט.... יא! מיר וויינען, מיר זענען ערשיטערט, און פארקלעמט ווייל מיר בענקען נאך דיר... יעקב אבינו האט זיך נישט געקענט בארואיגן און געקלאגט איבער דער פארלוסט פון יוסף הצדיק, פארוואס האט ער זיך נישט געקענט בארואיגן? ווייל יוסף האט נאך געלעבט... ווען א מענטש שטארבט ווערט עס נשתכח מן הלב נאך א שטיק צייט, אבער אויב דער מענטש לעבט, כאטשיק מען זעהט אים נישט דאך קען מען נישט אויפהערן צו קלאגן...

רבש"ע!!! כאטשיק ס'איז אזא הסתר פנים, אסאך מאל קוקט אויס ווי דו ביזט אויסבאהאלטן, דאך הערן מיר נישט אויף צו קלאגן, בעטן, און יאמערן, ווייל מיר ווייסן, אז יא!!! טאטע!!! דו לעבסט, מיר גלויבן אין הארצן אז יא! מיר האבן א 'לעבעדיגע' טאטע אין הימל, טאקע וועגן דעם קענען מיר זיך נישט בארואיגן... אבער מיר בעטן דיר: אנטפלעק דיר שוין איינמאל פאר אלעמאל... מיט רחמים... מיר זענען אזוי פאר'יתומ'ט... נאר דו טאטע קענסט אונז טרייסטן, אויפרעכטן, מוטיגן און מחזק זיין...

ווי עס שרייבט מיט ליבשאפט און בענקשאפט:
דיין קינד 'ישראל'!

קרעדיט: אי'ש.
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

דאס איינציג טרייסט פארשניטן!

שליחה דורך משה געציל »

דאס נחמה פורתא מיין,
האסטו ס"מ אויך גענומען דאס נשמה זיין,
אין דיין בארבארישע לאפעס נאך איין,
א ניי געבוירן נאך פון יעדע זינד ריין,

יעצט איז דיין תפקיד ערפילט?
סיפוק דיין הארץ עס פילט?
דייקא דאס קליין פיצל קינד?
וואס נאך ריין פון יעדע זינד?

איך פארשטיי אז דו טוסט דיין תפקיד ערפילן,
נאר וואס פון הימעל מען טוט דיר באפעלן,
וויי איז אבער א פאסט טרעגער וואס זיין שטעלע איז,
נאר שווערע בשורות ברענגען ער מיז,

זאג פאר דיין שיקער אז דיינע בלוטיגע הענט,
איבערגערבאט אבנארמאל יעדער אנערקענט,
צייט צו רעטייערן אפשר שוין געקומען יעצט,
ביז מען וועט דיך שחט'ן רוה דיר פארזעצט,
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יישר כוח לעמאן פאר דיין געוואלדיגע ארבעט, עס פעלט איינס וועלכע איך האב געזען דא און איך קען עס נישט טרעפן. דאס איז א קינות אויף די ליבשאפט פונעם פאר פאלק איינער פארן צווייטן.
טשולענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך טשולענט »

רבונו של עולם נאר עטליכע שעה פארביי
פין ווען מען האט מיט אמונה מצדיק געווען את הדין
די טרערן הייבן אן פליסן פון דאסניי
מען קען זיך נישט צוריק האלטן דערפון

נאך אזא שווערע טראגעדיע אלעס ארום שווארץ
האט מען פרובירט זיך א טרייסט טאן מיט א קליינע נחמה
אבער ליידער עס רייסט דאך אזוי דאס הארץ
פין הימל האט מען געוואלט דאס קליינע נשמה

ווער קען דען באגרייפן און פארשטיין די ביטערע צער
פין טאטע מאמע וואס האבן פארלוירן זייער באליבטע קינדער
א קליינע טרייסט האבן זיי נאך אביסל דערפאר
דאס קינד, ער האט דאס איבערגעלבט מיט וואונדער

א קליין לעכטיג שעפעלע וואס וועט זיי שטענדיג דערמאנען
אז זיי האבן געהאט א נחמן און א רייזעלע אויף דער וועלט
א אייניקל וואס וועט מיט א קדיש׳ל אביסל די קלעם אויפשיינען
מ׳האט געהאפט אז מיט דאס קינד האט מען כאטש דורות געשטעלט

אבער ליידער ליידער שבר על שבר בתוך עמי
עלה למרום אויפן זעלבן וועג ווי זיינע פארגייער
אינאיינעם דארט אויבן מיט טאטי און מאמי
די צער יגון ואנחה איז עד אין לשער

דער מלך מלכי המלכים האט גענומען צו זיך
פין דאס שענסטע און בעסטע א גאנצע משפחה
די עלטערן און געשוויסטער על שבר הניח
מ׳פרעגט זיך אליין על מה עשה ה׳ ככה

עס בלייבט ליידער נאר צי וואונטשן המקום ינחם
זאל דער אייבישטער זיי אלע טרייסטן בתוך שאר אבלים
מען זאל שוין נישט הערן פין קיין צער, המקום ירחם
ער זאל שוין צוזאמען נעמען אלע שברי כלים
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

רבונו של עולם, מי כעמך ישראל
קוק נאר צו ווי עס ווערט נתגלה נאכמאל
וואס א ריכטיגע אחדות און ליבשאפט מיינט
ביי א יעדער טרויערט דאס הארץ און וויינט

הלוואי זאלן מיר דאס קענען באווייזן
אין גוטע און פרייליכע צייטן
און דעם זכות זאלסט אונז אויסלייזן
מיר זאלן נאר בשורות טובות פארצילן איינער דעם צווייטן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ריבונו של עולם, דיין פאלק איז דאך מלא תוכן וכישרון, עס שפראצן נאכאנאנדיג טרערן נאסע רירענדע פאזיעס געווייקט אין ריינע יודישע הערצער מיט דעמאנאסטירענדע אמונה און ביטחון אונערהאלב די ראמען פון קאווע שטיבל, (ווי זענען די חברה אין בית המדרש?) מי כעמך ישראל!
פארשפארט