לעיקוואד האט געשריבן:לאמיר מאכן קלאר.
צו זאגען למשל אז דער אידישע אמונה איז אמת, און ווער עס גלייבט נישט אין באשעפער למשל האט א טעות און מאכט אן עוולה, וממילא אפילו צו מאכען כל מיני הלכות אז מען זאל בלייבען אפגעשיידט פון גויים וואס דינען עבודה זרה און בכלל היטען נישט חוקי האנושיות והתורה, דאס אלץ האט גארנישט מיט ראסיזם און איז זייער א פארשטענדליכע זאך אויב פארשטייט מען אז די תורה וויל איינפירען האמונה ועבודת ה' ביי יודען, און איינע פון די זאכען וואס מדארף דערפאר איז כל מיני הרחקות פון די וואס גלייבען נישט אין די אמונה. [מקען זיך אפשר דינגען אויף דעם אויך, און אוודאי האט דאס אויך א שיעור, וווי מזעהט אז חז"ל זענען משבח ר' יוחנן וואס האט מקדים שלום געווען אפילו א גוי, דהיינו עס איז דא א געוויסע מענטשליכקיט וואס ממוז זיך פירען אפילו מיט דער גוי מיט וועם מטאר נישט חתונה האבען און טרינקען זיין ויין כו'].
א שאלה פון הלכות ומצוות ווערט נאר אז סאיז דא א הלכה וואס הייסט זיך פירען מיט א גוי ערגער ווי דאס וואס פאדערט זיך זיך צו פירען מיט א מענטש, למשל מתיר זיין עם צו הרגנען על לא דבר, וכדומה. אזעלכע הלכות זענען לפי דעתי נישט קיים, כלומר דער עצם הלכה איז זיך נישט מתייחס צום גוי ווי ער איז נישט א מענטש. קען זיין אמאל באציט ער זיך נישט צום מענטש אזויוווי מיר זענען צוגעוואוינט, אבער דאס איז א צווייטער שמועס.
ראסיזם איז נאר די אמונה אז אידען זענען עפעס בעצם אנדערש מער בעסער ווי אנדערע, נישט אלץ זייער אמונה אדער רעליגיע וואס איז מער ריכטיג, נאר בעצם אז די אידישע ראסע איז עפעס בעסער און אנדערש פון דער גוי. אויף דעם האב איך געזאגט אז סך הכל אפאר מפרשים פארשטייען אזוי, ובראשם דער כוזרי והנמשכים אחריו, אבער אין דער תורה אליינס טרעפט מען דאס נישט, און איך בין נישט מחוייב צו גלייבען אין דעם. דאס איז טאקע ראסיזם און עס איז נישטא קיין נארמאלער סיבה עס צו גלייבען.
איך בין נישט דער וואס דארף דיר קאמפלימענטירן, אבער דו ביזט א טיפער טראכטער! הלואי ווען איך קען מיט דיר דורכטוען די סוגיא פון תוקפו כהן.
יעצט ווען ראסיזם אין אמעריקא וואלט גע'אסר'ט נאר ראסיזם מצד ראסע, וואלסטו געווען ביטער גערעכט.
אבער מה נעשה אז ראסיזם ווערט פאררעכנט א יעדע סארט וואס ס'קען דיך נאר איינפאלן, כולל ראסיזם מצד רעליגיע.