סייענס וואס שטייט אין די תורה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
סייענס וואס שטייט אין די תורה
לאמיר אנפאנגען מיט Evolution
Evolution האט אינזיך אסאך חלקים, געוויסע זאכען האט 100% 'באווייזען', ממילא איז עס אמת. געוויסע חלקים איז נאר א theory וואס מיינט נישט קיין אסאך לענ"ד. (איר ווייסט ווי סאך א מעדיצין דארף דורך גיין פין ווען עס איז א theory ביז עס וועט approved דורך עקספערימענטען אויף מענשטען אדער לכה"פ בעלי חיים?).
1) למשל, Mr. Hobal האט געזען אז די וועלט (universe) צישפרייט זיך – ווערט גרעסער, ממילא האלט מען היינט אז אמאל איז די גאנצע וועלט געווען איין קליינע זאך, כמעט גארנישט, אין דאס האט זיך צשפרייט אין איז געווארען ספעס, אין פין דע 'כמעט גארנישט' איז אלעס ארויסגעקימען. דאס ריפט זיך evolution/inflation /big bang
דע זאך שטייט שוין לאנג לאנג צוריק אין חז"ל (מאבן שתיה נברא העולם) אין עס איז ארימגערעדט באריכות אין ראשונים ומקובלים פ' בראשית, אז די ערשטע בריאה מהשי"ת איז געווען א קליינע פיצעלע זאך כמעט שאין בו ממש (רמב"ן) שנברא ברגע אחת (רבינו בחיי) אין פין דעם איז אלעס ארויסגעקימען.
אויך די חכמת יונית האט אזוי געהאלטען אז די גאנצע וועלט קימט ארויס פין איין קליינע זאך (נאר זיי האבען געהאלטען אז די קליינע זאך איז אייביג געווען – עולם קדמון. אין היינט מיט די טעאריע פין evolution האלט מען היינט אויך ווי אינז, אז די קליינע זאך איז אמאל נישט געווען, נאר אמאל איז געווען גארנישט - אין).
2) די וועג וויאזוי די בריאה איז ארויסגעקימען שטייט אין די ראשונים אין איז משמע פין די פסוקים פ' בראשית, אז קודם איז ארויסגעקימען די דינערע זאכען (פין אש איז געווארען רוח פין רוח איז געווארען מים פין מים איז געווארען עפר, פין עפר איז געווארען חיות בהמות, אין צים לעצט א מענטש). דאס שטימט אויך מיט Evolution אז קודם איז געווען דינע gases אין דורך גרעוועטי איז אלס געווארען דיקער אין דיקער (עי' בישמח משה פ' בראשית, דאחר הבריאה ראשונה ביום הראשון שבו כלול כל המציאות של העולם כנ"ל - הקב"ה רק "עזר" שהבריאה יוצא להפועל [עפ"י כוחות הטבע שניתן בה ביום הראשון]).
3) דאס אז אמאל איז געוען ריזיגע חיות איז אויך אמת – עס איז דא 100% proof אויף דעם. דאס ווערט שויך אויך דערמאנט אין חז"ל 'קרני ראם' אין אז דוד האט געמיינט ער זיצט אויף א בארג ביז דערווייל אזי דאס געווען א חיה.
4) נישט אלע טעאריעס שטימט מיט די תורה, ווי למשל דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי (אין אלס מאמין בתורה נעם איך אן וואס שטייט אין תורה. בפרט עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).
5) דאס אז מ'זעט אויף די ביינער עס איז אלט מיליאנען יארען, איז דא אסאך תירוצים. אבער בעיקר איז עס נישט קיין קשיא ווייל ווי פריער דערמאנט, אזאך וואס איז געבויט מיט חשבונות (נישט מיט עקספערימענטען) טוישט זיך זייער שנעל. מ'דארף אריינלייגען די אלע מיליאנען יארען מיט אלע מציאות,ן וואס איז אלס דורך (וויאזוי די ליפט איז געווען ווי אזוי די וואסער איז געווען וכדומה) אין א לעברעטארי צי האבען שטארקע באווייזען. ביז דעלמאץ איז עס אזוי ווי א מעדעצין וואס איז נאך נישט געווארען געטעסטעט.
6) דאס "קאנצעפט" אז בהמות מענשטען וכדומה טוישען זיך מיט די צייט, איז מסתמא אמת, עס איז דא שטאקע ראיות אויף דעם (פארשטייט זיך נישט מיט אלע פרטים), איך מיין עס ווערט אויך דערמאנט אין מדרש געוויסע חיות ובהמות וואס האבען אנדערש אויסגעזעהן.
לאמיר הערן די מיינוג פין די חשובע קאלעגען...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום מאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
שכיוח ר' מאיר פאר די געשמאקע נושא, אבער וואס איז דאס אנדערש פון וויאזוי די באווייזן פאר עוואלוציע שטימען מיט דער תורה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
boxcover האט געשריבן:שכיוח ר' מאיר פאר די געשמאקע נושא, אבער וואס איז דאס אנדערש פון וויאזוי די באווייזן פאר עוואלוציע שטימען מיט דער תורה?
ביז גערעכט, איך האב עס נישט באמערקט. אפשר בעלאנגט עס טאקע דארט
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מאיר האט געשריבן:) דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי נעם איך נישט אן, ווייל אין פסוק שטייט אז אדה"ר נברא מעפר (אין עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).
לויט די סייענטיסטן קומען אויך מענטשן פון דער ערד, נאר ס'איז דורכגעגאנגען פארשידענע גלגולים ביז מ'איז אנגעקומען צו די מדריגה וואס מיר האלטן היינט.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
יאיר האט געשריבן:מאיר האט געשריבן:) דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי נעם איך נישט אן, ווייל אין פסוק שטייט אז אדה"ר נברא מעפר (אין עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).
לויט די סייענטיסטן קומען אויך מענטשן פון דער ערד, נאר ס'איז דורכגעגאנגען פארשידענע גלגולים ביז מ'איז אנגעקומען צו די מדריגה וואס מיר האלטן היינט.
האט נישט דארווען געהאלטען אז דער ערשטער מענטש איז געווען א מאנקי?
אגב, אין די תורה שטייט אויך אז אדה"ר האט שפעטער (אחר החטא) באקריגען דעת.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מאיר האט געשריבן:האט נישט דארווען געהאלטען אז דער ערשטער מענטש איז געווען א מאנקי?
ניין. לויט דארווין איז אונזער נענסטע קאזין וואס עקזעסטירט נאך די טשימפאנזי. זיי זענען סאך מער פארגעשריטן ווי די מאנקי, זיי זענען קלוגער, זענען שוין פטור געווארן פונעם פרימיטיווען וויידל, און קענען וואקן אויף צוויי פוס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
איך וויל רעדן פין נאך א נקודה וואס סאינטערעסאנט ציזען וויאזוי כללים פין היינטיגע סייענס שטייט שוין אין פריעדיגע ספרים.
ווי באקאנט (אין שוין גיט באשריבען דורך 'עסקן בדברים' אויף א צווייטע פלאץ) איז יעדע קליין שטיקעל חומר (מעסס) וואס מיר זעען פאר די אויגען איז ציזאמגעשטעלט פין 3 קלענערע חלקים. עס ריפט זיך פראטאנ'ס נטראנ'ס אין עלעקטארנא'ס. די פראטאנס אין עלעקטראנ'ס האלטען זיך ציזאם דורך א כח וואס ריפט זיך עלעקטאריק מעגנעטיק, אין די פראטאנ'ס אין נאטרנא'ס האלטען זיך ציזאם דורך א כח וואס ריפט זיך די "שטארקע כח". (ווייל די כח איז שטערקער ווי די עלעקטאריק מעגנעטיק כח, אויך שטערקער פין גרעוועטי. - די "שטארע כח" האלט אויך ציזאם די עצם פראטאן וואס איז ציזאםגעשטעלט פין 3 קלענערע שטיקלעך וואס ריפט זיך "קווארקס", אויך האלט די "שטארע כח" ציזאם די נוטראן וואס איז אויך ציזאם געשטעלט פין 3 קווארקס).
די חילוק פין איין חומר ביז די אנדערע ווענד זיך וויפיל נטאראנס אדער פראטאנס עס איז דא.
עכ"פ, די אטאם האלט זיך ציזאם דורך פראטאנ'ס, ווייל די פראטאנ'ס איז מחובר צי עלקאטרענ'ס דורך עלקעטאריק מגענעטיק, אין די פראטענ'ס איז מחובר צי נטראנ'ס דרוך די "שטארקע כח", אזוי האלט זיך אלע 3 זאכען ("אטאם") ציזאם.
די פראטאנ'ס אין נאטראנ'ס הייסען די נוקלעס פין אן אטאם ווייל זיי זענען די חומר פין די אטאם משא"כ די עלקטאראנ'ס זענען נאר אזוי א וואלקען/דיקע ליפט וואס דרייט זיך ארום די נוקלעס.
די פראטאנ'ס איז א פאזיטיוו עלקעטאריק כח, די עלעקטארינ'ס איז א נעגעטיוו עלעקטאריק כח (די פארקערטע) אין די נוטראנ'ס איז א נייטראלע עלעקטאריק כח.
די אובען דערמאנטע כללים ריפט זיך 'די סטענדערט מאדעל פין פארטיקעל פיזיקס'. א חלק פין די מאדעל איז שוין געווארען געטעסט אין 100% געפרופט אין א חלק איז נאך א טאריע. איך ווייס נישט, וואס וואס. (דאס אז אן אטאם איז ציזאמגעשטעלט פין קלענערע חלקים איז שוין געפראפט, ווייל דורך ציטיילען דעם אטאם געשענט די מורעדיגע ענרגיע פין נוקאלאר כח).
לויט וויקפדיה, די ערשטע שמיעס פין פראטענס איז געווען אין 1815 אין בעיקר געווארען אנגענימען פין יאר 1886 ביז 1917.
עלקעקטארענס שמיעס מען שוין טויזענטער יארען אז עס איז דא עפעס כמו עלעקטאריק כח, אבער ציזאגען אז דאס איז א חלק פין יעדע אטאם האט מען אנגענימען אין יארן פין 1914 -1930
אויך נאטראנס האט מען ערפינדען אנפאנג 1920
זה לשון הראב"ד על ספר יצירה פ"א מ"א: כי שרשי היסודות הם ג' כי הארץ מורכבת ואינה יסוד פשוט. וכן ראוי, כי כשם שסיבת הויה משלש, העדר, ההויה, והנושא אל שניהם, והן שני הפכיים. כן כל המורכבים צריכין שתהיה משני הפכיים, והם האש, והמים, והרוח נושא לאש מצד חומו ולמים מצד לחותו. והנה הארץ מורכב משלשתם וכו' נמצאת אומר שכל צבא השמים והארץ והימים והם עצמם עליונים ותחתונים שרשם ויסודם אמ"ש (אויר מים אש) עכ"ל.
ע"ע בדברי חיים פ' וישלח וז"ל, דעיקר קיום מעשה בראשית הוא ע"י התמזגות שני הפכיים (ובפ' קרח כתוב וז"ל) דכן הוא קיום העולם דבר והפיכו ומה שביניהם מחברם, כמו היסודות ההפכים ויש בחינת המחברם. וגבי היסודות איתא בספרים דהאמצעי יש בו כח משתי היסודות ובכח גבוה מהם וכו' עכ"ל.
קימט אויס 1) אז יעדע זאך איז ציזאמגעשטעלט פין 3 זאכען שטייט אין ראב"ד. 2) אז צוויי פין די דריי איז הפכיים אין די דריטע איז נאטורליך שטייט אין ראב"ד. 3) אז די דריטע איז אזוי ווי ליפט שטייט אין ראב"ד.
עס איז נאר דא 1 אדער 2 חילוקים, לויטן ראב"ד טיט די נייטראלע (די רוח וואס איז דומה אביסעל צי די אנדערע צוויי) מחבר זיין די שני הפכיים, אין לויט סייענס איז די 3 מחובר מיט 2 אנדערע כוחות דורך די פראטאנס.
נאך א חילוק איז אפשר דא, די ראב"ד זאגט "מים" מיינט ער מים ממש? ער זאגט דאך שפעטער אז הימים עצמם איז ציזאמגעשטעלט פין 3. בפרט ער זאגט קודם העדר (נעגעטיוו) הויה (פאזאטיוו). לכאורה מיינט ער א כח פין מים נעגעטיוו צי אש, אזוי ווי אש מיינט ער לכאורה א כח פין אש נישט אש ממש.
איך האב אביסל נאכגעקיט אויב די אמאליגע פילאסאפען האבען אזוי געהאלטען, איך האב נישט געטראפען, אדרבה ווי עס זעט אויס האבען זיי געהאלטען אז מ'קען נישט ציטיילען דעם אטאם (אטאם איז טייטש: נישט ציטיילבאר).
אגב די דברי חיים איז אוועק אין 1876.
בין איך גערעכט? איך קען באשטיין צי הערען עפעס קריטיק.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מאיר האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:מאיר האט געשריבן:) דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי נעם איך נישט אן, ווייל אין פסוק שטייט אז אדה"ר נברא מעפר (אין עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).
לויט די סייענטיסטן קומען אויך מענטשן פון דער ערד, נאר ס'איז דורכגעגאנגען פארשידענע גלגולים ביז מ'איז אנגעקומען צו די מדריגה וואס מיר האלטן היינט.
האט נישט דארווען געהאלטען אז דער ערשטער מענטש איז געווען א מאנקי?
אגב, אין די תורה שטייט אויך אז אדה"ר האט שפעטער (אחר החטא) באקריגען דעת.
לויט די סייענטיסטן האט זיך לעבן געפארעמט פון כעמיקאלן אויף דער ערד, און איז דורך פארשידענע גלגולים ביז עס איז אנגעקומען צו די דרגה פון 'חי' און שפעטער צו 'מדבר'. קומט אויס אז די תורה האט שוין פאראויסגעזען אז דער ערשטער פארעם פון לעבן וואס מיר געפינען אינ'ם מענטש קומט פון דער ערד. וואס א חילוק וואס איז געווען אינצווישן?
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מאיר האט געשריבן:זה לשון הראב"ד על ספר יצירה פ"א מ"א: כי שרשי היסודות הם ג' כי הארץ מורכבת ואינה יסוד פשוט. וכן ראוי, כי כשם שסיבת הויה משלש, העדר, ההויה, והנושא אל שניהם, והן שני הפכיים. כן כל המורכבים צריכין שתהיה משני הפכיים, והם האש, והמים, והרוח נושא לאש מצד חומו ולמים מצד לחותו. והנה הארץ מורכב משלשתם וכו' נמצאת אומר שכל צבא השמים והארץ והימים והם עצמם עליונים ותחתונים שרשם ויסודם אמ"ש (אויר מים אש) עכ"ל.
דער ראב"ד רעדט דוקא פון אטאמען? מיר זעט אויס אז ער רעדט בכלליות פון די וועלט און ער זאגט אז די גאנצע וועלט איז צאמגעשטעלט בלויז פון פייער, וואסער, און לופט. איך מיין אז דאס שטימט נישט לויט די היינטיגע סייענס.
האדם לא נברא אלא להתענג
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
מאיר, די גאנצע באגריף פון פיר יסודות אש רוח מים עפר איז אן אלטן גריכישע אויפטוה וואס איז שוין לאנג עבר עליו הכלח. דאס פרובירן צאם שטעלן היינטיגע סייענס מיט סייענס וואס מען האט געוויסט בזמן הראב"ד וחז"ל, שמעקט מיט די טעאריע פון די יעניגע וואס האלטן אז שלמה המלך האט שוין געוויסט ווי אזוי מען מאכט אן עראפלאן נאר ער האט נישט געוואלט פאר קיינעם פארציילן. אדער די וואס האלטן אז אריסטאו (וואס היינט ווייסן מיר וויפיל שטותים ער רעדט) האט גע'גנב'ט זיין חכמה פון שלמה המלך.
פאר יעדע מאמר פונעם ראב"ד אדער ווער אימער וואס האט געלעבט אין יענע צייטן, וואס שטימט עטוואס מיט היינטיגע סייענס, ברענג איך דיר צען וואס פאנגן נישט אן צו שטימען, א"כ מה בצע ? וואס האמיר אויפגעטאן אז איין מאמר שטימט בדוחק ? כ'כאפ נישט די געווינס.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מאיר, די גאנצע באגריף פון פיר יסודות אש רוח מים עפר איז אן אלטן גריכישע אויפטוה וואס איז שוין לאנג עבר עליו הכלח. דאס פרובירן צאם שטעלן היינטיגע סייענס מיט סייענס וואס מען האט געוויסט בזמן הראב"ד וחז"ל, שמעקט מיט די טעאריע פון די יעניגע וואס האלטן אז שלמה המלך האט שוין געוויסט ווי אזוי מען מאכט אן עראפלאן נאר ער האט נישט געוואלט פאר קיינעם פארציילן. אדער די וואס האלטן אז אריסטאו (וואס היינט ווייסן מיר וויפיל שטותים ער רעדט) האט גע'גנב'ט זיין חכמה פון שלמה המלך.
פאר יעדע מאמר פונעם ראב"ד אדער ווער אימער וואס האט געלעבט אין יענע צייטן, וואס שטימט עטוואס מיט היינטיגע סייענס, ברענג איך דיר צען וואס פאנגן נישט אן צו שטימען, א"כ מה בצע ? וואס האמיר אויפגעטאן אז איין מאמר שטימט בדוחק ? כ'כאפ נישט די געווינס.
די ראב"ד רעדט דאך נישט פין די פיר יסודות, אש רוח מים עפר וואס אריסטו האט לכאורה געהאלטען אז דאס איז די ערשטע יסודות, אין אז עפר איז נישט ציזאמגעשטעלט פין אש רוח מים, אין מים אז נישט ציזאמגעשטעלט פין רוח אין אש אין עפר וכו'. די ראב"ד זאגט דאך פינקט פארקערט אז כל צבא השמים למעלה ולמטה והימים (מים) בעצמם זענען ציזאמגעשטעלט פין 3 יסודות וואס איז פאזאטיוו נעגעטיוו אין נייטראל - אש רוח מים. ד.ה. אז אש איז ציזאמגעשטעלט פין אש רוח מים, מים איז ציזאמגעשטעלט פין רוח מים אש וכו'
וואסערע מאמרים מיינסטו וואס זענען קעגן היינטיגע סייענס, אדרבה...
אריסטו האט גערעדט אביסעל שטותם אבער אסאך גיטע זאכען ציגעטראפען אויך, קיק דא
http://en.wikipedia.org/wiki/Aristotle
איינשטיין האט אפגפרעגט געוויסע זאכען פין נאטען, אין געוויסע זאכען פין איינשטיין גייט ווערען אפגפרעגט אויך...
איך ווייס נישט אויב ער האט געגאנבעט פין שלמה המלך, אבער ס'איז דא וואס זאגען אז חכמת יונית קימט פין די מיטל-איסט
Some claim that Greek philosophy, in turn, was influenced by the older wisdom literature and mythological cosmogonies of the ancient Near East. Martin Litchfield West gives qualified assent to this view, stating, "contact with oriental cosmology and theology helped to liberate the early Greek philosophers' imagination; it certainly gave them many suggestive ideas. But they taught themselves to reason. Philosophy as we understand it is a Greek creation."[2]
http://en.wikipedia.org/wiki/Ancient_Greek_philosophy
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
יאיר האט געשריבן:מאיר האט געשריבן:זה לשון הראב"ד על ספר יצירה פ"א מ"א: כי שרשי היסודות הם ג' כי הארץ מורכבת ואינה יסוד פשוט. וכן ראוי, כי כשם שסיבת הויה משלש, העדר, ההויה, והנושא אל שניהם, והן שני הפכיים. כן כל המורכבים צריכין שתהיה משני הפכיים, והם האש, והמים, והרוח נושא לאש מצד חומו ולמים מצד לחותו. והנה הארץ מורכב משלשתם וכו' נמצאת אומר שכל צבא השמים והארץ והימים והם עצמם עליונים ותחתונים שרשם ויסודם אמ"ש (אויר מים אש) עכ"ל.
דער ראב"ד רעדט דוקא פון אטאמען? מיר זעט אויס אז ער רעדט בכלליות פון די וועלט און ער זאגט אז די גאנצע וועלט איז צאמגעשטעלט בלויז פון פייער, וואסער, און לופט. איך מיין אז דאס שטימט נישט לויט די היינטיגע סייענס.
אטאם מיינט אלע חומר אין די וועלט, די ראב"ד זאגט אז אלע חומר איז ציזאמגעשטעלט פין 3 זאכען וואס איז הפכיים. דאס איז ממש דאס.
דאס וואס די ראב"ד זאגט אש רוח מים שטימט נישט לכאורה מיט היינט, אחוץ מ'זאל זאגען אז אש רוח מים מיינט די כוחות פין אש אין כוחות פין מים אין רוח. ער מיז דאך דאס מיינען, ער זאגט דאך אז "ימים" איז ציזאמגעשטעלט פין "מים" אש רוח...
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
יאיר האט געשריבן:וואספארא שייכות האבן די כוחות פון מים און אש מיט פראטאנס און עלעקטראנס?
איז זאג נישט אז אש רוח מים מיינט פראטאנס, נאטראנס אין עלקאטאראנס, קען זיין יא קען זיין נישט (איך ווייס נישט וואס פראטאנס וכו' איז). איך זאג נאר אז פין ראב"ד זעט אויס, אז אלעס אויף די וועלט איז ציזאמגעשטעלט פין 3 מציאותן איינס איז פאזאטיוו איינס איז נעגעטיוו איינס איז נייטראל. אין דאס איז וואס מ'האלט היינט.
ווייטער אריסטו זאגט בכלל נישט אז די בריאה איז ציזאמגעשטעלט פין 3 זאכען (נאר פין 4), אין אז די 3 זאכען זענען אין יעדע זאך ווי די ראב"ד זאגט, אין אז די 3 זאכען זענען פאזאטיוו נעגאטיוו אין נייטראל.
עכ"פ דאס וואס די ראב"ד ריפט עס אן אש רוח מים איז שווער, אחוץ מ'זאל זאגען אז פראטאנס (אש) נאטראנס עלקעקטארנס (רוח) האט עפעס שייכות צי אש רוח מים. אבער די אנדערע חלקים פין ראב"ד איז גיט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
אגב, אריסטו מיט זיינע פיר יסודות איז נישט אפגעפרעגט, היינט ריפט מען זיי
Earth, which is cold and dry; this corresponds to the modern idea of a solid.
Water, which is cold and wet; this corresponds to the modern idea of a liquid.
Air, which is hot and wet; this corresponds to the modern idea of a gas.
Fire, which is hot and dry; this corresponds to the modern ideas of plasma and heat.
אויב אריסטו האט געהאלטען דאס איז די ערשטע יסודות דעלמאץ פארשטייט זיך איז ער נישט גערעכט, אבער ס'קען זיין ער האט געמיינט פיר גדרים אדער יסודות הנראה לעניים (ער האט נישט גערעדט פין סוב-אטאמיק וואס מ'זעט נישט)
Earth, which is cold and dry; this corresponds to the modern idea of a solid.
Water, which is cold and wet; this corresponds to the modern idea of a liquid.
Air, which is hot and wet; this corresponds to the modern idea of a gas.
Fire, which is hot and dry; this corresponds to the modern ideas of plasma and heat.
אויב אריסטו האט געהאלטען דאס איז די ערשטע יסודות דעלמאץ פארשטייט זיך איז ער נישט גערעכט, אבער ס'קען זיין ער האט געמיינט פיר גדרים אדער יסודות הנראה לעניים (ער האט נישט גערעדט פין סוב-אטאמיק וואס מ'זעט נישט)
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
יאיר האט געשריבן:אגב, דער גאנצער ספר יצירה גייט אויף דעם מהלך אז ס'איז נאר דא דריי יסודות, דאס איז נישט דוקא דעם ראב"ד'ס חידוש.
גערעכט. די ראב"ד לייגט נאר צי אז די גאנצע בריאה איז געמישכאץ פין די דריי אין אז די דריי איז אויך א געמישט פין די דריי, אין די קאנצעפט פין די דריי אז עס איז ציזאמגעשטעלט פין 2 הפכים אין איין נייטראל. אין נישט ווי מ'לערענט פשוט אז יעדע יסוד איז פאר זיך.
למען האמת, איך דארף נאכמאל איבערטראכטען די גאנצע זאך וואס די חשובע חברים האבען מעיר געווען.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
כדי משלים זיין וואס איך האב פריער געשריבען לאמיך נאכמאל איבערגיין וואס אריסטו האבען געהאלטען, וואס מ'האלט היינט, אין וואס די ראב"ד זאגט.
די יונים (עכ"פ א חלק פין זיי) האבען געהאלטען אז די ערשטע יסוד פין אלע מציאותן אויף די וועלט איז איין זעלבע מציאות (אין ווי שוין פריער געשריבען, שטייט די קאנצעפט אויך אין גמרא אין איז די אנגענימענע מיינוג פין די ראשונים אין אלע מקובלים). אין דאס איז אויך היינט אנגענימען.
אויך האבען זיי געהאלטען אז פין דע יולי איז געווארען פיר אנדערע מציאותן, אש רוח מים עפר (וויאזוי ווייס איך נישט, די ענין פין עוואלאשען ווערט נישט דערמאנט ביי זיי). אין דאס איז די "יסודות" פין אלע אנדערע זאכען. ד.ה. אז אלע אנדערע זאכען אויף די וועלט איז ציזאמגעשטעלט פין דע פיר. אבער די פיר (ארמ"ע) איז נישט מורכב איינ'ס מיטען אנדערען, אין אז עפר קימט נישט ארויס פין מים, מים קימט נישט ארויס פין רוח איו רוח קימט נישט ארויס פין אש – בקיצור ארמ"ע האט נישט קיין שייכות איינס מיטן אנדערן.
היינט האלט מען אויך אז עס איז דא זעלבע פיר בעסיק "גדרים" (וואס יעדער קען זען מיט די אויגען), נאר מ'ריפט עס אנדערש Soild Liquid Gas Plasma (למשל א בליץ הייסט פלאזמא).
וואס מ'האלט יא אנדערש היינט איז, אז עפר איז נישט קיין יסוד נאר עס איז ציזאמגפרעסטע געזעז.
געזעז איז ציזאמגעשטעלט פין 3 חלקים פראטאנס נאטראנס אין עלקעטארנס. עלאקטארנס איז זיכער רוח. וואס איז פראטאנס אין נוטראנס? אין אנדערע ווערטער וואס איז די ערשטע מציאות נאך יולי? רוח? מים? אש? אדער אלע 3? מ'ווייסט נאך נישט היינט. ביז פאר 3 יאר צוריק האט מען געהאלטען אז די ערשטע יסוד איז רוח (געז), היינט האלט מען אפשר מים? קיק דא. http://www.telegraph.co.uk/science/scie ... iquid.html
פראטאנס איז פאזעטיוו, עלעקטארנס איז נעגעטיוו אין נאטראנס איז נייטראל.
יעצט לאמרי גיין צים ראב"ד וואס זאגט אז אלעס איז ציזאם געשטעלט פין שני הפכיים אין איין נייטראלע דאס איז ממש וואס מ'ווייסט היינט. אויך זאגט ער (פין ספר יצירה) אז די ערשטע יסודות איז אש מים אין רוח (נישט עפר). דאס ווייסט מען נאך נישט היינט קלאר, אבער וויפיל מ'ווייסט היינט איז די ראב"ד (אפילו מיט דע חלק) נאט טו אף.
האט די ראב"ד גערעדט פין סוב אטאמיק פראטיקעל'ס, איך מיין אז יא, ווייל ער זאגט כל צבא השמים למעלה ולמטה והימים והם עצמם הוא מאש רוח מים, ער זאגט אז די ימים איז ציזאמגעשטעלט פין אש רוח מים. אויך זאגט ער אז עפר והמסתעף איז נישט קיין מציאות פאר זיך, ד.ה. נאר איז ציזאמגעשטעלט פין אש רוח מים.
אגב, אויך זאגט ער דארט אז די גאנצע וועלט אפילו העכער די לבנה איז פין די זעלבע מאטריעל ווי דע וועלט, אזוי ווי מ'ווייסט היינט. אנדערש ווי אריסטו האט געהאלטען אז העכער די לבנה איז אן אנדרע מאטריעל אינגאנצען.
(די תורה איז טאקע נישט קיין סייענס (אפילו ווען די תורה פאנגט אן בראשית ברא וכו' קימט רש"י זאגען אמר ר' יצחק וכו') אבער ווען עס שטייט עפעס וועגען סייענס אין די תורה אין אויך אין די ספרים ביי אינזערע גרויסע, האבען זיי געוויסט וואס זיי רעדן אסאך מער ווי מ'מיינט. נאך מער, די ספה"ק וואס האבען געפארעמט זייער מיינוג דורך די אלטע סייענס האבען ווייניגער ציגעטראפען ווי די מקובלים וכו').