צו פארשטיין די וויסנשאפטליכע מעטאד, מוז מען קודם פארשטיין וואס איז געווען ביז מען איז אויפגעקומען מיט די מעטאד. איך האב אביסל מאריך געווען דעריבער דא, און איך האף נאך צו שרייבן אסאך דערוועגן אבער דערווייל וועל איך שרייבן בלויז איבער דעם מעטאד זעלבסט און נישט איר היסטאריע אדער די היסטאריע פון וויסנשאפט בכלל. נאך א נקודה וואס מ'מוז מקדים זיין איז אז עס איז נישטא למעשה א קלארע מעטאד וועלכע יעדע סייענטיסט אין די וועלט פאלגט נאך, נאר עס איז מער א כלליות'דיגע פרעימווארק לויט וועלכע מ'מעסט סייענטיפישע טעאריעס. פארשטייט זיך אז אין סייענס גופא איז אויך דא דרגות פון בעסערע טעאריעס און שוואכערע טעאריעס, אבער אויף די כלליות'דיגע מעטאד איז דא א הסכמה פון איעדן סייענטיסט באשר הוא שם.
- די וויסנשאפטליכע מעטאד (די סייענטיפיק מעטאד - the Scientific Method)
ווען וויסנשאפטלער טוען פארש ארבעט (וועלכע רופט זיך אין ענגליש ריסוירטש research), קלויבן זיי געווענדליך ראיות צו שטיצן אדער אפפרעגן א היפאטעזע (אין ענגליש, הייפאטיזיס hypothesis), דאס הייסט, א הסבר וועלכע מ'שלאגט פאר צו ערקלערן די סיבה פון א נאטורליכע פענאמענאן). ווען זיי קלויבן ראיות, פאלגן זיי נאך די וויסנשאפטליכע מעטאד צו קלויבן ראיות וועלכע מ'קען מעסטן און טעסטן. די סיבה פארוואס זיי פאלגן נאך דעם מעטאדע איז וויבאלד מענטשן זענען מלא נגיעות כרימון. כדי צו מאכן זיכער אז די טעאריע איז נישט פרי יצירת הנגיעות, נאר איז באגרינדעט אין מציאות, דארף מען זען צו די מציאות שטימט מיטן טעאריע. דערפאר נוצט מען די סייענטיפיק מעטאד.
די וויסנשאפטליכע מעטאד איז בערך ווי פאלגנד:
- מען מאכט אן אבזערוואציע אדער אבזערוואציעס. דהיינו, מען אבזערווירט א נאטורליכע פענאמענאן. סייענס איז געבויעט אויף נאטור. עס הייבט זיך דעריבער אן דורכן אבזערווירן נאטור. לדוגמא, אייזיק ניוטאן האט געשריבן אז ער איז אויפגעקומען מיט זיין טעאריע פון גראוויטי נאכן אבזערווירן אן עפל אראפפאלן פון בוים.
- מען פרעגט שאלות איבער דעם אבזערוואציע. פארוואס איז עס אזוי, פון ווי קומט דאס, וואס האט דאס גורם געווען, צו קען מען דאס מונע זיין וכו'. ניוטאן, נאכן זען דעם עפל פאלן, האט ער אנגעהויבן פרעגן פארוואס איז עס אזוי? אויב איז עס וויבאלד עס איז דא א כוח וואס ציעט אראפ דעם עפל, דאן פארוואס פאלט די לבנה נישט אראפ?
- מען פארמירט א היפאטעזע - א דעסקריפציע איבער וואס מען האט אבזערווירט און א הסבר פארוואס עס איז אזוי ווי מען האט אבזערווירט. אין ניוטאן'ס קעיס האט ער פארמירט זיין טעאריע פון גראוויטי.
- מען מאכט פרעדיקציעס געבויעט אויף דעם היפאטעזע. דהיינו, לויט די הסבר וועט אויסקומען אזוי און אזוי. געבויעט אויף ניוטאן'ס טעאריעס האבן צוויי מאטעמאטיקער און אסטראנאמער פאראויסגעזאגט אז דער פלאנעט נופטאן עקזיסטירט.
- מען טעסט דעם היפאטעזע און די פרעדיקציעס מיטן מאכן עקספערימענטן וועלכע מ'קען דערנאך רעפראדוצירן (איבערמאכן).
- מען אנאליזירט די אינפארמאציע און מען ציט מסקנות. דערנאך נעמט מען אן אדער ווארפט מען אפ דעם היפאטעזע, אדער מ'מאדעפיצירט דעם היפאטעזע אויב ס'פעלט זיך אויס.
- צום לעצט, מאכט מען איבער די עקספערימענטן אזוי פיל מאל, ביז ווען עס איז מער נישט דא קיין שום סתירה צווישן די פאקטן (דהיינו, די רעזולטאטן פון די עקספירימענט) און די טעאריע.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די ערשטע רעקארדירטע פאל אין די היסטאריע ווי מיר זעהן די וויסנשאפטליכע מעטאד אין באנוץ איז אין... ספר דניאל! עס אריינצולייגן אין היסטארישן פערספעקטיוו: אין יאר ג' קע"ד האט נבוכדנאצר, דער קעניג פון דעם מעכטיגען בבל'ישען אימפעריע, אינוואדירט יהודה. ער האט דאן גענומען –צווישן אנדערע - א גרופע פון קלוגע יוגנטליכע לייט קיין בבל, ווי ער האט געפלאנט זיי איינציגליגערן אינעם קעניגליכן געמיינדע. זיין מטרה דערמיט איז געווען אפצושוואכן די נייע קעניגרייך וועלכע האט איבערגענומען יהויקם (וועלכער איז אויך געגאנגען אין גלות קיין בבל), אזוי ארום אז דער נייער יהודה'ישער קעניג צדקיהו האט זיך געטראפן אן קיינע ראטגעבער און קליגע לייט וועלכע זאלן אים העלפן פירן דאס קעניגרייך. מיט א שוואכע קעניגרייך האט נבוכדנאצר זיך געשפירט פארזיכערט אז דאס אידיש פאלק וועט נישט מאכן קיין אויפשטאנד און דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט.
ווילנדיג אויסנוצן די קלוגע אידן פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, האט נבוכדנאצר באפוילן אז מ'זאל די אלע יוגנטליכע אנהייבן טרענירן וויאזוי צו זיין געניטע אריסטאקראטן און געלערנטע לייט. די אויפטו איז געווען אז נאכן ווערן טרענירט אין די בבל'ישע קולטור וועלן די אידן פארגעסן פון זייער אידישער פארגאנגענהייט, און אנשטאט פלאנירן אן אויפשטנד וועלן זיי זיך איינגלידערן אין בלל אלס טייל פון די אריסטאקראטישע געמיינדע.
צווישן די קלוגע יוגנטליכע וועם נבוכדנאצר האט געפירט קיין בבל זענען ארויסגעשטאנען פיר בחורים מיט די נעמען דניאל, חנניה, מישאל און עזריה. זיי האבן געהאט אפגעמאכט ביי זיך אז וועלן זיך האלטן פעסט צו זייער רעליגיע. אין דניאל קאפיטעל א' ווערט פארציילט וויאזוי זייער ערשטער נסיון איז געווען צו אנהייבן עסן נישט כשר'ע עסן. אלס א חלק פון דעם פראגראם וואס די יוגנטליכע זענען דורך, זענען זיי געגעבן געווארן קרעפטיגע, נארהאפטיגע מאלצייטן ווי עס פאסט פאר מיטגלידער פון די אריסטאקראטישע געמיינדע. די פיר אידן האבן געזאגט פאר זייער אויפזעער אז זיי ווילן נישט עסן די נישט כשר'ע עסן, נאר זיי ווילן לעבן אויף א פשוט'ע גרינס-באזירטע דיאטע. דער אויפזעער האט נישט מסכים געווען. ער האט צו זיי גע'טענה'ט "ירא אני את אדני המלך אשר מנה את מאכלכם ואת משתיכם, אשר למה יראה את פניכם זעפים מן הילדים אשר כגילכם, וחייבתם את ראשי למלך? – איך האב מורא פארן קעניג וועלכער האט באשטימט ענקערע דיאטעס. אויב כ'וועל ענק פאלגן וועט ער דאך נאך א קורצע צייט זען אז איר זעט אויס שוואכער ווי די אנדערע יוגנטליכע וואס זענען אין ענקער יארגאנג, און דאס קען מיר קאסטן מיין לעבן!"
דניאל איז דאן אויפגעקומען מיט א וואזשנעם פלאן. "הער צו," האט ער געזאגט צום סארווירער. "לאמיר מאכן א טעסט פון צען טעג. במשך די צען טעג וועסטו אונז גיבן נאר געוויקסן און וואסער, און נישט וויין מיט פלייש. נאך די צען טעג וועסטו קוקן צו ס'דא א חילוק צווישן אונז און די אנדערע יוגנטליכע." דער סארווירער האט מסכים געווען צום פלאן און דאס האבן זיי טאקע געטוןץ פאר צען טעג האט ער זיי געברענגט בלויז גרינס און וואסער, און די טייערע עסנווארג האט ער גענומען פאר זיך. נאך צען טעג, ווען מ'האט פארגליכן די אויסזען פון דניאל, חנניה, מישאל און עזריה מיט די אויסזען פון די אנדערע יוגנטליכע האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישט נאר האט די עסן נישט געהאט קיין שלעכטע השפעה אויף די פיר, נאר פארקערט גאר, זיי האבן נאך אויסגעזען געזונטער ווי אלע אנדערערע!
מיר האבן דא – צום ערשטן מאל אין די רעקארדירטע היסטאריע – אלע קלאסישע עלעמענטן פון וואס ווערט היינט אנגערופן "די וויסנשאפטליכע מעטאדע". עס הייבט זיך אן מיט א היפאטעזע. דער אויפזעער האט געטענה'ט אז א דיאטע פון גרינסן וועט זיי מאכן אויסזען שוואכער, דניאל פארמירט אבער א היפאטעזע אז זיי וועלן אויסזען פונקט אזוי געזונט ווי די וואס עסן דעם קעניגליכן דיאטע. דניאל מאכט א פרעדיקציע, באזירט אויף דעם היפאטעזע, אז נאך צען טעג עסן גרינס, וועט מען נישט אנזען קיין חילוק צווישן זיי און די אנדערע. מען מאכט א טעסט פון צען טעג און מען אבזערווירט די רעזולטאטן. די רעזולטאטן ווייזן אז גרינס איז מעגליך נאך געזונטער ווי די קעניגליכע מאלצייטן. אין רעזולטאט, טוט דער סארווירער אננעמען דניאל'ס היפאטעזע אז גרינס איז פונקט אזוי געזונט און פון דענסמאל אן גיבט ער זיי צו עסן נאר גרינס.
עס קען מעגליך אויסקוקן גאר פשוט צו אונזערע אויגן, אבער בימיהם איז דאס געווען א גרויסע חידוש.
למעשה איז דניאל'ס באנוץ פונעם וויסנשאפטליכן מעטאד געווען היבש "פרימיטיוו" פונעם היינטיגן וויסנשאפטליכן שטאנדפונקט. היינט זענען דא אפאר תנאים וואס מ'מוז נאכקומען, כדי עס זאל הייסן סייענס.
די היפאטעזע דארף זיין טעסטבאר (דהיינו עס זאל זיין שייך צו אויספירן טעסטס דאס צו נאך פארשן און יעדער זאל קענען איבערמאכן דעם טעסט) און עס דארף זיין פאלציפירבאר (דהיינו, אז מ'זאל קענען אויפווייזן אז דאס איז פאלש). און אנדערע ווערטער, ווען מען קומט אויף מיט אן היפאטעזע מוז מען אויך אויפקומען מיט א טעסט וואס וועט אויספרובירן דעם היפאטעזע, און אויב די טעסט וועט דורכפאלן וועט די היפאטעזע זיין אפגעפרעגט. אויב קען מען נישט אויפקומען מיט אזא טעסט, דאן איז די היפאטעזע נישט סייענטיפיש. דאס מיינט אז וויבאלד מיר קענען עס נישט אפפרעגן, קענען מיר נישט וויסן צו עס איז טאקע אמת אדער נישט און דערפאר האבן מיר גארנישט פון נוצן אזא היפאטעזע מסביר צו זיין די נאטור. מען דארף באטאנען אז דאס מיינט נישט אז אזא היפאטעזע איז נישט אמת. עס קען זיין אז דאס איז אמת, מיר קענען אבער נישט וויסן צו עס איז אמת.
א גוטער דוגמא צו דעם כלל איז א סגולה. לאמיר לדוגמא נעמען די סגולה פון כאפן עפל פון א רבי'ן שמחת תורה כדי צו ווערן א חתן. געווענליך קומט אויף אזא סארט סגולה אויף דעם פאלגענדעם אופן. מען מאכט אן אבזערוואציע (מען זעט אז איינער, געווענליך אן אלטער בחור, וואס האט געכאפט אן עפל ווערט א חתן אין די צייט נאך שמחת תורה). מען מאכט אן היפאטעזע אז כאפן אן עפל פועל'ט אז דער בחור זאל ווערן א חתן. איצטער דארפן מיר טעסטן דעם היפאטעזע. טעארעטיש גערעדט וואלט מען געקענט טעסטן דעם היפאטעזע די פאלגענדע וועג: מען קלויבט אויס אין א ראנדאם, בלינדן אופן 100 בחורים פון 18 יאר און העכער. מען צעטיילט די 100 בחורים אין צוויי גרופעס. די 50 בחורים אין גרופע א' דארפן פרובירן צו כאפן אן עפל שמחת תורה. די אנדערע 50 אין גרופע ב' זאלן נישט כאפן, זיי זענען די קאנטראל גרופע. (כדי צו פארמיידן פלאצעבא אפעקט אויף גרופע א' וועלן מיר שיקן גרופע ב' כאפן עפל פון עפעס א לץ אויף אן אופן אז די בחורים וועלן זיך ערנסט איינרעדן אז זיי כאפן עפל פון א צדיק, אדער וועלן מיר זיי הייסן טון עפעס אן אנדערע "סגולה" ווי נאר מיר וועלן וויסן אז עס איז באמת נישט קיין סגולה נאר פאר די בחורים וועלן מיר איינרעדן אז דאס איז א סגולה, אזוי אז אויב העלפט דא די פלאצעבא זאל עס אויך העלפן פאר גרופע ב'.) אויב איז די היפאטעזע אז כאפן אן עפל פועל'ט אויף שידוכים אמת, דאן דארף די פראצענט פון בחורים וואס ווערן חתנים אינעם קומענדיגן יאר זיין פיל העכער אין גרופע א' ווי גרופע ב'. פאר אונזער משל לאמיר אננעמען אז אין גרופע א' האבן 35 בחורים געכאפט און 15 בחורים נישט. אויב ווערן אין ביידע גרופעס 20 חתנים, דאן ווייזט זיך איבער אז די סגולה איז פאלש, ווייל וויבאלד עס איז דא אין גרופע א' 70 פראצענט וואס האבן געטון די סגולה האבן די בחורים פון גרופע א' 70 פראצענט מער שאנסן צו ווערן חתנים ווי די בחורים אין גרופע ב'. אפילו אויב גרופע א' וועט האבן 30 חתנים און גרופע ב' נאר 15, אבער 15 פון די 30 חתנים אין גרופע א' זענען בחורים וואס האבן נישט געכאפט עפל, דאן איז נאך אלץ איבערגעוויזן אז די סגולה איז פאלש. נאר אויב אין גרופע א' וועט זיין א העכערע נומער חתנים ווי אין גרופע ב', און רוב פון די חתנים וועלן זיין פון די וואס האבן געכאפט עפל (אדער אפילו אויב נישט רוב, נאר אין א ערנסט העכערן פראצענט מער פון די וואס האבן נישט געכאפט), נאר דאן וועלן מיר וויסן אז די סגולה העלפט טאקע.
דאס איז אלעס אבער טעארעטיש גערעדט. אין מציאות מיין איך אז רוב מענטשן וואס גלייבן אין די עפל כאפן סגולה וועלן שרייען אז די אלע בחורים פון גרופע א' וואלטן נישט געווארן חתנים ווען נישט זיי כאפן אן עפל אבער פאר די בחורים פון גרופע ב' האט זיך טאקע נישט אויסגעפעלט די סגולה ווייל זיי האבן געקענט ווערן חתנים אן הילף פון סגולות.
אבער אויב איז דאס טאקע ריכטיג, דאן איז די היפאטעזע מער נישט טעסטבאר, ווייל אפילו מ'וועט דורפירן דעם אויבענדערמאנטן טעסט, וועט נאך אלץ נישט ווערן איבערגעוויזן אז די היפאטעזע איז פאלש, און ווי געשריבן: א היפאטעזע וועלכע מ'קען נישט אויפווייזן אז עס איז פאלש איז נישט סייענטיפיש און מיר קענען עס נישט אננעמען.
ווען מ'שטודירט און מ'פארשט וויסנשאפט, דארף מען נוצן דידאקטיוו ריזענינג, אמת'ע הנחות וועלכע פירן צו א מוכרח'דיגע מסקנא, און נישט "אינדאקטיוו ריזענינג". דידאקטיוו ריזענינג מיינט א לאגישער חשבון אין וועלכער די מסקנא איז מוכרח. א ביישפיל איז די פאלגענדע חשבון.
1. א מענטש לעבט נישט אויף אייביג.
2. דזשארדזש וואשינגטאן איז א מענטש.
מסקנא: דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג.
דאס הייסט אז נאכדעם וואס מען האט אראפגעלייגט א הנחה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג, און נאך אן הנחה אז דזשארדזש וואשינגטאן איז אין די קאטעגאריע פון מענטשן, איז מוכרח אז דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג. אינדאקטיוו ריזענינג, לעומת זה, איז א מסקנא וועלכע איז מסתבר אבער נישט מוכרח. לדוגמא:
1. א יעדע לעבעדיגע זאך וואס מיר ווייסן נאר דערפון דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
מסקנא: א יעדע לעבעדיגע זאך דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
עס איז טאקע שטארק מסתבר, אבער מוכרח איז עס נישט. עס קען דאך זיין עס זאל עקזעסטירן א לעבעדיגע זאך וואס דארף נישט צוקומען צו וואסער, און מיר זאלן נישט וויסן דערפון. און דערפאר קענען מיר נישט אראפלייגן א הנחה אז יעדע לעבעדיגע זאך דארף וואסער צום לעבן. מיר קענען סך הכל זאגן אז אלע לעבנס-פארמען וואס מיר ווייסן דארפן וואסער אויף צום לעבן.
אן עקספירימענט דארף האבן א דיפענדענט ווערייעבל (וועלכע טוישט זיך נישט) און א אינדיפענדענט ווערייעבל (וועלכע טוישט זיך יא). און אונזער אויבענדערמאנטע ביישפיל פון די עפל ווארפן סגולה פאר שידוכים, איז די עפל ווארפן די אינדיפענדענט ווערייעבל, אין די דיפענדענט ווערייעבל איז דאס ווערן א חתן.
אן עקספערימענט דארף האבן אן עקספערימענטעל גרופע און א קאנטראל גרופע. די קאנטראל גרופע איז מיט וואס די עקספערימענטעל גרופע ווערט פארגליכן צו זען צו ס'איז דא א חילוק. אין אונזער ביישפיל, איז גרופע א' וואס מ'שיקט כאפן עפל די עקספערימענטעל גרופע און גרופע ב' איז א קאנטראל גרופע. די קאנטראל גרופע וועט נישט כאפן עפל און די רעזולטאטן אין גרופע א' וועלן ווערן פארגליכן מיט די רעזולטאטן פון גרופע ב'.
די וויסנשאפטליכע מעטאד און וויסנשאפט בכלל קען זיין היבש קאמפיליצירט און פרוסטרירנד. א טעאריע ווערט כמעט קיינמאל נישט אויפגעוויזן. עס בלייבט פשוט אלס גאר שטארק מסתבר, אבער נישט אלס פאקט. געציילטע טעאריעס ווערן יא "געזעצן", דהיינו, וויסנשאפטליכע געזעצן. א דוגמא פון א טעאריע וועלכע איז געווארן א געזעץ, איז די טעאריע פון גראוויטאציע ( גרעוויטי gravity ) וועלכע ווערט היינט גערופן "די געזעץ פון גראוויטאציע". א דוגמא פון א טעאריע וועלכע איז פארבליבן א טעאריע אבער ווערט פאררעכנט אלס אמת איז די טעאריע פון גערמס (germs).
איינמאל עפעס איז שוין א געזעץ מיינט דאס אז עס האט נישט קיין שום אויסנאם. אבער מיט דעם אלעם האט מען שוין געטוישט געוויסע דעטאלן פון סייענטיפישע געזעצן ווען מען האט אנדעקט נייע פאקטן וועלכע האבן נישט געשטימט מיטן ביז איצטיגן געזעץ. דאס מיינט אבער נישט אז טעאריעס זענען גארנישט ווערד. כדי אן היפאטעזע זאל ווערן א טעאריע, דארף די היפאטעזע דורכגיין ערנסע טעסטס, געווענליך אזעלכע טעסטס וועלכע נעמען אריין אפאר וויסנשאפטליכע דיסציפלינען (א סייענטיפישע "מקצוע" הייסט א דיסציפלין), און וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך באזונדערע גרופעס סייענטיסטן. זאגן אז עפעס איז "בלויז א טעאריע" איז אן אמערצישער אויסדרוק ווען עס קומט צו סייענס, ווייל אין סייענס איז א טעאריע עפעס וואס האט שטארקע הוכחות פון אבזערוואציעס און עקספערימענטן.