דער פרומער איד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

דער פרומער איד

שליחה דורך פריינדליך »

פארוואס האט דער פרימער איד ווייניגער רעכטן ארויסצוברענגן זיין שטאלץ מיט זיין אידשקייט?

היתכן ווען די דורוכגעפאלענע אפגעפארענע באשרייבן וופיל חזיר ער/זי עסט, און פינקטליך וופיל זיי האט שוין געזינדיט וועט עס ביי א טייל שרייבער דא זיין גאר שטארק געשעצט, און מען וועט עס נישט מעגן קריטעקירען,משא"כ ווען א פרימער איד ברענגט ארויס זיין שטאלת מיט זיין אידישקייט, ווערט עס דא היבש באשריגען און באזידעלט, איך וועל געבן צוויי משלים איבער וואס איך האב געעפענט די אשכול:

ראשעקאל האט געשריבן:די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...

קיינער האט נישט מוחה געווען דערויף,

נאך א תגובה איבער די נושא,

יידל האט געשריבן:עס איבלט.


אינטערסאנט, ווען מען האט גערעדט איבער יענע שוי די צוויי .. מיט שמואלי בטוח, האט כמעט קיינער דא נישט געזאגט אז עס איבלט!
וואס גייט דא פאר, איז די האס דא צו די פרימע א שטייגער ווי די האס וואס דער פרייער חילוני האט צום דער חרדי און אר"י?
פארשפארט