יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.
מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.
ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
איך וויל אייך אלע זאגן עפעס!!!
איך בין פון די משפחה!
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
בשעת עס איז דא אן אנדער פלאץ ווי מען קען פון דארט שעפן חיזוק און שטארקייט.
שעמטס ענק טרעפטס אן אנדער נושא ווי עטץ קענץ ווייזן ענקער חכמה און לאזט די נשמות אפ...
עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...
ר' יאסעלע דו זאגסט אליינס אז ס'איז דא ערגעץ אנדערש, בכל הכבוד קיינער איז אייך נישט מכריח צו שרייבען דא, איהר קענט אריבערגיין צום אנדערען פלאץ וואו מען שעפט חיזוק (וואס איז אמת).