און וואס וועט זיין ווען דער אויבערשטער וועט טאקע העלפן?
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
און וואס וועט זיין ווען דער אויבערשטער וועט טאקע העלפן?
שטעלט זיך פאר אזא מעשה. א בארימטער בעל דרשן, וואס באצויבערט געווענליך דעם עולם, האלט ביים סוף פון א לאנגער דרשה, א קנאק פון א זאך, געגעבן אין א גרויסן, פול-געפאקטן זאל. דער עולם זיצט היפנאטיזירט, אין טויט שטילקייט, מיט די אויגן צוגעשמידט צום עמוד, און שלינגט יעדעס ווארט פונעם באגאבטן רעדנער.
אט קומט די דרשה צו א סוף. דער בעל דרשן האט שוין אפגעזאגט וואס ער האט צו זאגן, און האלט אט אט ביים אויספיר. "זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן," הייבט ער אן מיט אן עטוואס העכערן טאן ווי פריער, אנדייטנדיג דעם גמר הדרשה, "אז ..."
יעדער קען דעם אויספיר. דער עולם האט זיך טאקע אנגעהויבן אויסציען די הענט, רירן די בענקלעך, און גרייטן זיך אויפצושטעלן. נאר אט גייט עמיצער צו צום עמוד, גיט אן איידעלן צי דעם בעל דרשן ביים ארעם, און זאגט אים עפעס שטיל אריין אין אויער. דער בעל דרשן ווערט בלאס ווי די וואנט, און די אויגן קוקן ארום ווילד-צעפלויגן. ער לאזט זיך אראפ אויף א דערנעבנדיג בענקל און קוקט צעמישט אין דער לופטן.
ביז עטליכע סעקונדן האט זיך פון מויל צו אויער אנגעהויבן ארומטראגן דעם סוד, וואס האט דעם בעל דרשן אזוי צעמישט. "משיח איז דא," האבן מענטשן זיך שטיל געמורמלט איינער צום צווייטן. ס'האט נישט געדויערט קיין פינף מינוט ביז יעדער אין זאל האט שוין געוואוסט די נייעס. משיח איז אנגעקומען, און ער ווארט אין ירושלים דער עולם זאל זיך צוזאמנעמען.
יעדער איז געבליבן זיצן אויפן פלאץ, צעמישט און פארלוירן. וואס טוט מען יעצט? וואס דארף מען יעצט טאן?
דער רעדנער איז געבליבן אויף זיין פלאץ, אין דער זעלבער פאזע, מיט דער צונג, וואס האט אויף זיך נאך געהאט די לעצטע נישט-דערזאגטע ווערטער, האלבוועגס ארויסגעשטעקט פון מויל.
– זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו, במהרה בימינו – אמן!
נו, דער אויבערשטער האט געהאלפן און ער איז דא...
וואס טוט מען ווייטער?
ס'איז שווער זיך פארצושטעלן א מציאות אז בעלי דרשנים זאלן ענדיגן א דרשה מיט סתם א גוט ווערטל אויף דער פרשה, אדער פשוט א "שקויעך": "וועלמער מסיים זיין מיט א ווארט וואס כ'האב געהערט אויפן וועג קומענדיג אהער ... יעצט שטימט שוין פארוואס דער מדרש זאגט עס דווקא מיט אזא לשון. שקויעך." עס גייט נישט...
ווי מיט אלעם אין לעבן וואס ווערט גענוצט, אויסגענוצט און איבערגענוצט, האט דער מושג פון קץ גאולתינו פארלוירן זיין עכטקייט. "משיח זאל שוין קומען" איז אביסל געווארן אן אבסטראקטע זאך, אויף וועמען מען לייגט אן אלעס און וואס מען נוצט על כל צרה שלא תבוא.
די גמרא זאגט אז משיח וועט קומען אויף איינעם פון צוויי אופנים: "בעתה" אדער "אחישנה". אויב כלל ישראל וועט זוכה זיין, וועט משיח קומען שלא כדרך הטבע, מיט ניסים ונפלאות. אויב נישט, דעמאלט וועלן אידן אויסגעלייזט ווערן אויף א פשוט'ן טבעיות'דיגן אופן. אויב מיר וועלן זוכה זיין, זאגט רבי יהושע בן לוי אין מסכת סנהדרין, וועט ער קומען מיט "וואלקנס פון הימל"; אויב נישט, וועט ער קומען ווי אן "ארימאן רייטנדיג אויף אן אייזל".
איך ווייס נישט וויאזוי דער מצב פון כלל ישראל היינט ווערט געזען אין הימל – צי מיר זענען אין א מצב פון "אחישנה", צי "בעתה". אויב אבער איז עס בעתה, דעמאלט קענען מיר נישט דערווארטן אז די וועלט זאל זיך איבערדרייען אלס טייל פון דעם גאולה פראצעס. עס וועט זיין דעם רמב"מ'ס ימות המשיח. אויב איז עס בעתה, איז זייער מעגליך אז מיין פאנטאזיע מיט'ן בעל דרשן פריער איז נישט אזוי ווייט פונעם מציאות.
אפשר איז צייט אויפצוהערן אפלייגן זאכן אויף ווען "משיח וועט קומען"? מען דארף לעבן מיטן הוה. דער אויבערשטער פון דעמאלט איז דער זעלבער אויבערשטער פון יעצט. די תורה ומצוות (בכל אופן, אויב לאזן מיר ארויס וואס מקובלים זאגן – א שמועס פאר זיך) זענען אויך די זעלבע יעצט ווי דעמאלט. צו וואס זאלן מיר לעבן עראי'דיג, נישט מסודר'דיג, און זיך אנקוקן ווי יעצט איז נישט גוט, אבער ווען משיח וועט קומען ... אפשר איז בעסער אויפצוהערן אפשטופן די "גוטע צייטן" אויף משיח'ן?
אנשטאט האבן עפעס א ווייטן, מופשט'דיגן מושג פון משיח וואס טאלערירט אלע דרשות-אויספירס און איז אזא מין "בלויז" אין וועלכן מען קען אריינפילן אלעס וואס פיט נישט ערגעץ אנדערש אריין – אפשר וואלט געווען כדאי צו לעבן אין דער געגנווארט, פרואווען זיין גוט היינט און בעסער מארגן, זיך באקוועם מאכן אין לעבן אויף וויפיל ס'איז מעגליך, און געדענקען אז דער סוף איז נישט משיח במהרה בימינו?
אויב מען קוקט אן משיח פשוט ווי די צייט ווען מיר וועלן פשוט אויסגעלייזט ווערן פון גלות, פטור ווערן פון אלערליי קרומע הערשאפטן אין דער וועלט, אויפבויען דעם בית המקדש, לעבן ביי זיך אינדערהיים, און מקיים זיין אלע מצוות התלויות בארץ, און פארטיג, דעמאלט איז גרינגער ארויסצוקוקן אויף זיין אנקום; ס'קומט אן לייכטער באמת צו האפן אויף ביאת משיח, ווי איידער נוצן דעם "בביאת משיח צדקינו" ווי סתם א ליידיגן פראז וואס קאסט נישט קיין געלט צו זאגן.
משיח וועט דעמאלט פון א שעיר לעזאזל ווערן דאס וואס ער איז באמת לויט חז"ל: דער שליח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות און ארויפטראגן אויף ארץ ישראל, וואו מיר וועלן בויען דעם בית המקדש, וואו די שכינה וועט, אויב און ווען מיר וועלן זוכה זיין, רוען, אז יעדער וועט זי פילן.
נו, זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אייביג לעבן צופרידן ווי אידן און מענטשן.
נ.ב., איך קוק ארויס צו זיין וואס שנעלער אין ארץ ישראל מיט'ן אויפגעבויטן בית המקדש, און פילן גליקליך מיט'ן מקיים זיין תורה ומצוות.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לולקע-ציבעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
די רמב״ם שרייבט קלאר אין הלכות מלכים א קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס וועט אויסזעהן דעמאלס און עס איז א שאד צו רעדן פון דעם ווייל במילא רעדט מען נאר שטותים ווייל מ׳האט נישט קיין מושג.
עס איז דא א טייער חסידיש ווארט, שֶׁתְּרַחֲמֵנִי עוד בְּגָלוּתִי לְגָאֳלֵנִי אז דער אייבערשטער זאל נאך רחמנות אויף אונז נאך אינעם גלות, נאך ווען מיר זענען דא.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
לולקע, זייער גוט געטראכט און געשריבן, ש'כח.
ממי, אויב איך האב גוט פארשטאנען לולקע'ס רעיונות, מיינט ער ארויס צו ברענגן אקוראט די זעלבע וואס דו זאגסט, אזוי ווי מען ווייסט סיי ווי נישט ווי אזוי עס וועט זיין, לאמיר פרובירן צו טוהן וואס מיר קענען טוהן יעצט אין גלות.
עס איז נישטא קיין שום חיוב צו טראכטן ווען און ווי אזוי עס וועט דעמאלט'ס זיין, פארקערט די גמרא זאגט אז די מחשבי קיצין זענען מדחה די גאולה, מען דארף נאר גלייבן אז ער וועט קומען און האפן דערויף, און ממילא דארף די לעבן נישט זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג צו טראכטן וואס וועט זיין דעמאלט'ס, נאר זיך צו שטארקן מיט תורה ומצות וואס דאס איז יא חיוב בימי הגלות.
איך טראכט נישט אז עס וועט זיין אזוי שרעקעדיג, און איך זעה נישט פארוואס דער בעל דרשן האט זיך געדארפט אזוי דערשרעקן און בלאס ווערן, פארקערט עס זעהט מיר אויס אז עס וועט זיין זייער געשמאק דעמאלט'ס.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
יע, ס'גאנצע זאך איז אזא נחמה בוים זיך אנצולאנען.
רשר"ה שרייבט אז נישט ימות המשיח און נישט עולם הבא זענען זאכן וואס א שומר תורה ומצות דארף וויסען זייערע דעטאלן, און טאקע דערפאר איז נישט דא קיין מסכת פאר זיי.
בד"וו.
די ליטווישע רעדנער זענען נישט אזוי מסיים זייערע דרשות און זייערע הקדמות אין זייערע ספרים. ס'איז א חסידישע זאך, וואס ביי זיי איז יעדע דרשה א שאלאשידות דא"ח.
Under influence
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
לולקע איך פארשטיי דיין פוינט,זייער טיף שכלדיג געטראכט as usual
אבער וואס גייט דיך אן אז א צובראכענע יודענע קרעכצט ארויס נאך א פעקל צרות אוי!! משיח מעג שוין קומען... Hope מוז בכלל נישט זיין פאראלעל מיטן מציאות.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
מען קען מוסיף זיין וואס ווערט געברענגט אז דער רר"א פין ליזענסק פלעגט נישט רעדען וועגען משיח, נאר וועגען דער תיקון המעשים אין גלות. עכ"ז ענדיגט זיך יעדעס שטיקעל אין נוע"א בביאת משיח צדקינו בב"א.
לולקע
מען דארף צוטיילען דיינע ווערטער אויף צוויי חלקים.
א. מסיים זיין די דרשות בביאת משיח צדקינו.
ב. טראכטען אז אלעס איז מינדערוויכטיג ווייל מען איז ממילא אין גלות.
די זעהסט אויס צו זיין מחולק מיט ביידע נקודות.
לגבי א', מסיים זיין ביי יעדעס דרשה, איז א אלטער מסורה, און עס קומט פין די אלטע גלות יארען ווען צרות האט נישט געפעלט, אין לך יום שאין קללתו מרובה, און די איינציגסטע נחמה איז געוועהן משיח. היינט ווען מען לעבט על סיר הבשר, פעלט פאר אסאך מענטשען נישט אויס די נחמה, און אפילו מענטשען וואס עס גייט זיי נישט אזוי גוט, ליידען זיי נישט ווייל זיי זענען אידען, און טראכטען אז משיח ווען זיין דער הילף איז טאקע נישט אזוי ווייט אין פלאץ. אבער מיר ווייסען נישט ווי לאנג דער היינטיגע חרות וועט אזוי אנהאלטען (ה"י) און עס איז נישט כדאי צו פארגעסען דער אלטער נחמה פאר אונז אידען וואס היסטאריע האט דערווייל געוויזען אז מען דארף אייביג האבען א הוט אויף דעם קאפ, ווייל מען האלט אונז אין איין טרייבען פין איין פלאץ צום אנדערען, און מען האט נישט קיין צייט עס אויסצוטוהן (טעוויע), און טאמער ווען השם ירחם צוקומען א מצב אז מען וועט ווייטער דארפען האבען דער איינציגסטער נחמה, און נישט גערעכט מען זאל דאס צונעמען פין אונזערע קינדער אדער אייניקלעך.
לעומת זה אבער לגבי די צווייטע חלק, פין גלות אידען, וואס גייען ארום אפילו אין היינטיגע זיכערע צייטען און האלטען אין איין רעדען פין דעם געפערליכען גלות, און ווי מען רודף'ט אונז, אפילו ווען דער אמת איז ווארשיינליך פארקערט, לגבי דעם בין איך מודה אז טאקע, מען דארף לעבען אין דער הווה, וכו' ווי די זאגסט ווייטער.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
ביזט גערעכט אז היינט איז נישטא די צרות מצד די גוים, אבער צרות פעלט היינט אויך נישט, און אפילו אויב עס קומט נישט ווייל מען איז א איד, קען מען נאך אלץ האפן אויף משיח'ן, וואס דעמאלט'ס וועט נישט זיין מער קיין צרות.
ועוד, היינט איז דא מער גייסטישע צרות ווי פיזישע צרות, עס זענען דא אלע מיני ענגלישע בוכשטאבן אויף אלע סארט נערווען קראנקהייטן שטערקערע און שוואכערע, און די פסיכלאגן און פסכיאטערן זענען אווערבוקט מיט ארבעט, און פארדעם אליינ'ס האפט מען משיח'ן.
און איך וועל עס מער מסביר זיין.
דער פאקט ווייזט אז א מענטש וואס איז א מאמין האט ווייניגער יסורים, סיי גייסטישע - ווייל איינער וואס גלייבט אז ער ווערט געפירט פונעם אייבערשטן און נישט אלעס ווענדט זיך אין זיין אייגענע שכל און מעשים, איז ער מער רוהיגער, ווייל ער גלייבט אז ער איז אין גוטע הענט, אזוי ווי א קינד וואס איז רוהיג אין די מאמע'ס הענט.
און אפילו ביי פיזישע יסורים מאכט עס אויך אסאך גרינגער, ווייל ער גלייבט אז דער אייבערשטער טוט עס נאר לטובתו און צום סוף וועט נאך זיין גוט.
אזוי ווי אסאך האבן געשריבן אין די טראגעדיע אשכול אז די נשמות וואס זענען שוין ארויף, זיי האבן נישט קיין קשיות, זיי פארשטייען שוין אלעס, קומט אויס אז איינער וואס אויף די וועלט און אפילו אויב ער "פארשטייט" נישט, "גלייבט" ער אבער באמונה שלמה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט און אלעס איז נאר לטובה, האט ער יעצט אויך אסאך ווייניגער יסורים.
משא"כ ווער עס איז נישט קיין מאמין, ביי אים זענען אלע צרות און יסורים פילפאכיג ערגער. ווען ער האט א צרה האט ער נישט אויף וועם זיך אנצוליינען, ער האט נישט וועם צו בעטן, און אפילו ווען עס גייט אים יא גוט, האט ער מורא אז באלד וועט זיך דער רעדל איבערדרייען, און די צרות וועלן אנקומען, אזוי ווי א פארלוירן קינד וואס בלאנדזשעט אן די עלטערן.
יעצט אין אמונה איז אויך דא זייער אסאך מדריגות, און ווי מער מאמין מען איז, אלץ ווייניגער יסורים האט מען, און איינער וואס איז א גאר שטארקער מאמין, האט כמעט נישט קיין יסורים, און דער פסוק זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין "ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים" און נאך אזעלכע פסוקים, אז ווען משיח וועט קומען וועט יעדער האבן א שטארקע און קלארע אמונה, מען וועט זעהן מיט די אויגן אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט, און דעמאלט'ס ווערן אויטאמאטיש אלע יסורים פארלוירן.
און דערפאר איז דא וואס צו האפן און ווארטן אז משיח זאל שוין קומען, אבער ווי לולקע האט ארויסגעברענגט איז דאס נישט קיין תירוץ אז מען זאל זיך נישט יעצט נעמען אין די האנט אריין און טוהן וואס מען קען, און מען זאל נישט אלעס אפשטופן אויף משיח'ס צייטן.
עס איז דא א ווארט פון בעל שם טוב, "קרבה אל נפשי גאלה", אז עס איז דא א גאולה כללית און א גאולה פרטית, די גאולה כללית וועט זיין בעתה אדער אחישנה, אבער די גאולה פרטית קען זיין ביי יעדן מענטש ווען ער וויל, אויב ער נעמט אריין אין קאפ א קלארע און שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די גאנצע וועלט מיט'ן מענטש אינאיינעם, און דער אייבערשטער מיינט נאר זיין טובה, דעמאלט'ס ווערט דער מענטש שוין יעצט אויסגעלייזט פון גאר אסאך פון זיינע צרות.
(לולקע, און דאס מיינט לכאורה התפשטות הגשמיות, פון וואס דו האסט גערעדט אין דיינע ערשטע אשכולות)
ולפי זה קען מען פארענטפערן פארוואס די בעלי דרשנים ענדיגן שטענדיג צו מיט משיח, אז זיי מיינען טאקע די גאולה פרטית, אז יעדער זאל ווערן אויסגעלייזט פון זיינע אייגענע צרות.
און ווי לולקע פירט אויס: "זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אייביג לעבן צופרידן ווי אידן און מענטשן".

יאנקל האט געשריבן:שרייבסט שיין, ברסלבער, אבער טראדיציאנאל איז די ערווארטונג אויף משיח געווען אז די אידישע שטאלץ זאל צוריקגעשטעלט ווערן מיט דעם בנין פון דעם בית המקדש, ציון וירושלים, און אז די גוים זאלן נישט געוועלטיגן אויף אונז און אויסטיילן צרות.
דאס אויך, אבער עס איז דא עפעס אונטער דעם אויך, ווען דער בית המקדש איז געשטאנען בתפארתה, איז דארט געווען א שטארקע השראת השכינה, וואס מיינט דאס השראת השכינה? וואס מיינט לשם יחוד קודשא ברוך הוא ושכינתי'? ווען דער מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט און גלייבט קלאר אז דער אייבערשטער פירט אים ביי טריט און שריט, דעמאלט'ס איז דער אייבערשטער שוכן אויף אים, ער ריהט אויפ'ן מענטש.
אויף דעם זאגט מען "לשם יחוד קודשא ברוך הוא ושכינתי'" יעדע מצוה ברענגט א מענטש נענטער צום אייבערשטן סיי פראקטיש ווייל ווען ער טוהן דעם אייבערשטנ'ס באפעל ווערט ער נענטער צו אים, און סיי ברוחניות האט די מצוה די סגולה,
און דאס איז געווען די השראת השכינה אין בית המקדש, אידן זענען געווען נענטער צום אייבערשטן זיי האבן מער געפילט דעם אייבערשטן, און אוטאמאטיש געהאט ווייניגער צרות, אויסער די אידישע שטאלץ.
און דאס איז בעיקר דער חשכות הגלות, נישט נאר די אידישע שטאלץ, די גוי'אישע צרות, וכדו', און ווי געזאגט אז פון די סארט גלות קען מען ארויס גיין אויך יעצט, און זיך איינשפאָרן אסאך צרות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
איינע פון די רבוי פעמים ווי דער בעל התולדות ברענגט אראפ דעם טייטש פון בעשה"ק איז אין בן פורת יוסף פרשת בראשית. ער טייטשט די מדרש "אמר כנסת ישראל יהיה בן זוגך" ר"ל כאשר יתכנסו ישראל מהגלות, דאס מיינט די לשון כנסת ישראל. ואז את רוח הטומאה אעביר מן הארץ, שיעשו רק לשמה, אז יהיה בן זוגך. דערנאך לייגט ער צו וכן באלה המועטים בעולם הזה אשר קרבה אל נפשי גאלה, ר"ל גאולה פרטיות, אלו יהי' בן זוגך, והבן. עכדה"ק.ברסלבער האט געשריבן:עס איז דא א ווארט פון בעל שם טוב, "קרבה אל נפשי גאלה", אז עס איז דא א גאולה כללית און א גאולה פרטית, די גאולה כללית וועט זיין בעתה אדער אחישנה, אבער די גאולה פרטית קען זיין ביי יעדן מענטש ווען ער וויל, אויב ער נעמט אריין אין קאפ א קלארע און שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די גאנצע וועלט מיט'ן מענטש אינאיינעם, און דער אייבערשטער מיינט נאר זיין טובה, דעמאלט'ס ווערט דער מענטש שוין יעצט אויסגעלייזט פון גאר אסאך פון זיינע צרות.
מען קען זיין אין עולם הזה, דהיינו אין גלות, אבער זיין אין גאולה.
אין קונטרס אחרון פון תולדות יעקב יוסף ברענגט ער דעם בעשה"ק אז ענין תחיית המתים, ומשיח, הוא סוד הדעת, והוא סוד העוה"ב.
לענ"ד איז עס נישט ממש וואס דו זאגסט אז מען האט פשוט אמונה אז אלעס איז פין דעם באשעפער. אז דער אייבערשטער פירט אים טריט און שריט. [נישט ח"ו שולל זיין דאס]. עס איז אסאך טיפער פון דעם. דאס גאנצע תורת הבעשה"ק איז תורת משיח. כידוע אז משיח האט געזאגט אז ביאת המשיח איז ידיעת כל העולם לעשות יחודים כמוהו. ווען א יחיד האט דעם דעת, איז עס ימות המשיח פרטי וגאולה פרטי. ווען די גאנצע וועלט האט דעם דעת, איז עס ימות המשיח כללי וגאולה כללי. דהיינו צו זעהן, פארשטיין, און שפירען, אז גשמי איז אויך רוחני. זעהן און זיך קאננעקטן צו דעם אור אין סוף שבתוך האותיות, דהיינו שבתוך עולם של הגדרות.
זעהן דעם בלי גבול וואס איז טמון אינעם גבול, און וואס איז באמת היינו הך. ה' אחד ושמו אחד.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
נשמה, דו זאגסט גוט, אבער איך זעה נישט פונקט דער חילוק פון מיינע און דיינע דיבורים, סך הכל האב איך עס געשריבן אין א פלעינע אידיש, און דו ניצט דערפאר אביסל העכערע ווערטער.
זייער גוט געזאגט, אבער וואס מיינט דאס אויף פשוט אידיש אין טאג טעגליכן לעבן? ווי אזוי קאננעקט מען זיך צום אייבערשטן? דאס איז נאר דורך דעם מח וואס טראכט פונעם אייבערשטן און ווייסט אז ער איז איבעראל - ובלשונך: "זעהן דעם בלי גבול וואס איז טמון אינעם גבול, און וואס איז באמת היינו הך. ה' אחד ושמו אחד" והיינו הך.
נשמה יתירה האט געשריבן: דאס גאנצע תורת הבעשה"ק איז תורת משיח. כידוע אז משיח האט געזאגט אז ביאת המשיח איז ידיעת כל העולם לעשות יחודים כמוהו. ווען א יחיד האט דעם דעת, איז עס ימות המשיח פרטי וגאולה פרטי. ווען די גאנצע וועלט האט דעם דעת, איז עס ימות המשיח כללי וגאולה כללי. דהיינו צו זעהן, פארשטיין, און שפירען, אז גשמי איז אויך רוחני. זעהן און זיך קאננעקטן צו דעם אור אין סוף שבתוך האותיות, דהיינו שבתוך עולם של הגדרות.
זעהן דעם בלי גבול וואס איז טמון אינעם גבול, און וואס איז באמת היינו הך. ה' אחד ושמו אחד.
זייער גוט געזאגט, אבער וואס מיינט דאס אויף פשוט אידיש אין טאג טעגליכן לעבן? ווי אזוי קאננעקט מען זיך צום אייבערשטן? דאס איז נאר דורך דעם מח וואס טראכט פונעם אייבערשטן און ווייסט אז ער איז איבעראל - ובלשונך: "זעהן דעם בלי גבול וואס איז טמון אינעם גבול, און וואס איז באמת היינו הך. ה' אחד ושמו אחד" והיינו הך.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אויב ער נעמט אריין אין קאפ א קלארע און שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די גאנצע וועלט מיט'ן מענטש אינאיינעם, און דער אייבערשטער מיינט נאר זיין טובה, דעמאלט'ס ווערט דער מענטש שוין יעצט אויסגעלייזט פון גאר אסאך פון זיינע צרות.
ברסלבר
פין ווי נעמסטו אז מען מוז גלייבען דער אויבערשטער מיינט זיין טובה, כדי אויסגעלייזט ווערען פין גלות פרטי?
לכאורה זעהט אויס פין בעש"ט אז ווען א מענטש זעהט איין אז אלעס ווערט געפירט דורך דער אויבערשטער איז עס ביי אים אזוי ווי עס וועט זיין ביי די גאולה העתידה, ווען ומלאה הארץ דעה את ד'.
און אויב א מענטש ווייסט אז דער אויבערטשער פירט די וועלט און זיינע צרות אויך, און ער גלייבט אז דער אויבערשטער טוט ווייל דער אויבערשטער וויל אים אנפאטשען איז ער נישט ארויס פין גלות??
ברסלבר
ואס מיינט לשם יחוד קודשא ברוך הוא ושכינתי'? ווען דער מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט און גלייבט קלאר אז דער אייבערשטער פירט אים ביי טריט און שריט, דעמאלט'ס איז דער אייבערשטער שוכן אויף אים, ער ריהט אויפ'ן מענטש.
אויף דעם זאגט מען "לשם יחוד קודשא ברוך הוא ושכינתי'" יעדע מצוה ברענגט א מענטש נענטער צום אייבערשטן סיי פראקטיש ווייל ווען ער טוהן דעם אייבערשטנ'ס באפעל ווערט ער נענטער צו אים, און סיי ברוחניות האט די מצוה די סגולה,
א שאד האסט נישט געלעבט בזמן הנודע ביהודה, אפשר וואלט ער אנגענומען דיינע רייד, און צוריק געצויגען פין זיין גרויזאמע קריטיק...........
אבער איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די שרייבסט וועגען לשם יחוד, וואס האט דער ייחוד פין ז"א און מלכות צו טוהן מיט א איד ווערען נענטער וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
קוק אריין אין די גמרא פסחים נ, א.
והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד, אטו האידנא לאו אחד הוא? אמר רבי אחא בר חנינא לא כעולם הזה העולם הבא, העולם הזה על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב ועל בשורות רעות אומר ברוך דיין האמת, לעולם הבא כולו הטוב והמטיב.
און אזוי שטייט אין נאך אסאך פלעצער אז ווען משיח וועט קומען וועט מען זעהן קלאר אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז נאר לטובה, און דאס איז יעצט אויך אזוי, נאר יעצט זעהט מען עס נישט, און דאס איז די בחירה צו מען זאל גלייבן אדער נישט, און ווער עס גלייבט יעצט אמת'דיג, איז ביי אים שוין זיין גאולה פרטית.
וועגן לשם יחוד, דער נודע ביהודה האט אויך געהאלטן אז עס געשעהט די זאכן וואס מען זאגט אינעם לשם יחוד, נאר ער טענה'ט אז מען דארף עס נישט זאגן, עס געשעהט פון זיך אליינ'ס.
און דער הסבר וועל איך מער מסביר זיין, אלע לשונות פון קבלה זענען זאכן וואס געשעהט במציאות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, נאר מען זעהט עס נישט אפען, זיי זאגן אויס די סודות וואס זענען באהאלטן אונטער יעדע זאך, לדוגמה ווען דו זעהסט א טעלעפאן וואס מיטן דרוקן די באטענ'ס געזעהט זאכן, דו פארשטייסט אויך אז נישט דער פלאסטישער באטען מאכט די זאך, עפעס איז דא אונטער דעם וואס געשעהט, און ווען דו וועסט פרעגן א טעכניקער וועט ער דיר אויסזאגן דעם סוד ווי אזוי עס ארבעט.
וכן הוא לענינינו, דער באשעפער האט באשאפן מענטשן כדי זיי זאלן אים דינען, און ווען זיי טוען מצות געשעהט געוויסע זאכן, און די מקובלים געבן ארויס די סודות וואס עס געשעהט.
און דער יסוד פארוואס דער מענטש איז דא איז כדי להכיר את בוראו, צו וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און די מצות זענען די כלים דערצו, דער חינוך איז עס מסביר פראקטיש, אז אדם נפעל כפי פעולותיו, ווען דו טוסט די מצות ווייל דו ווילסט פאלגן דעם אייבערשטן, מאכט עס אז דו זאלסט זיין נענטער צו אים.
וואס מיינט נענטער צו אים? הנשמה שבמוחי, איז א חלק אלקי ממעל, מיין נשמה איז א חלק פונעם אייבערשטן, עס איז אריין אין א גוף, און דער גוף ציעט צו אנדערע זאכן וואס מאכן פארגעסן פונעם אייבערשטן, און דער מענטש דארף ארבעטן אויף זיך צו יא גלייבן און טראכטן פונעם אייבערשטן, און ווען דער מח איז קלאר מיט א ריינע אמונה אינעם אייבערשטן, ווערט ער צוריק איינ'ס מיטן אייבערשטן, ווייל דאס איז ער דאך געווען לכתחילה, עס איז נאר געווען באהאלטן.
יעצט טייטש מיר איבער דעם לשם יחוד אויף אידיש, "איך טוה די מצוה כדי עס זאלן ווערן צוזאמגעשטעלט דער באשעפער מיט די שכינה", עס זענען חס ושלום דא שתי רשיות וואס דארפן ווערן צוזאמגעשטעלט?
ניין, דער זעלבער באשעפער איז אויבן און אונטן און איבעראל, נאר דא אין דעם עולם העשי' איז ער באהאלטן, אין מיין מח זעה איך אים נישט, עס זעהט מיר אויס ווי די וועלט פירט זיך בדרך הטבע, אבער ווען מען דעקט אויף די הסתרה, מען זאגט אויס דעם סוד אז אונטער יעדע זאך איז דער באשעפער באהאלטן, דעמאלט'ס איז דא השראת השכינה, דער אייבערשטער איז שוכן אויף די וועלט אויך בגלוי, און דעמאלט'ס ווערט צוזאמגעשטעלט דער באשעפער מיט די שכינה, און דאס געשעהט דורכ'ן טוהן מצות און זיין נאנט צום באשעפער.
איך האף אז יעצט האב איך עס שוין גוט מסביר געווען.

ברסלבער האט געשריבן:נשמה, דו זאגסט גוט, אבער איך זעה נישט פונקט דער חילוק פון מיינע און דיינע דיבורים, סך הכל האב איך עס געשריבן אין א פלעינע אידיש, און דו ניצט דערפאר אביסל העכערע ווערטער.נשמה יתירה האט געשריבן: דאס גאנצע תורת הבעשה"ק איז תורת משיח. כידוע אז משיח האט געזאגט אז ביאת המשיח איז ידיעת כל העולם לעשות יחודים כמוהו. ווען א יחיד האט דעם דעת, איז עס ימות המשיח פרטי וגאולה פרטי. ווען די גאנצע וועלט האט דעם דעת, איז עס ימות המשיח כללי וגאולה כללי. דהיינו צו זעהן, פארשטיין, און שפירען, אז גשמי איז אויך רוחני. זעהן און זיך קאננעקטן צו דעם אור אין סוף שבתוך האותיות, דהיינו שבתוך עולם של הגדרות.
זעהן דעם בלי גבול וואס איז טמון אינעם גבול, און וואס איז באמת היינו הך. ה' אחד ושמו אחד.
זייער גוט געזאגט, אבער וואס מיינט דאס אויף פשוט אידיש אין טאג טעגליכן לעבן? ווי אזוי קאננעקט מען זיך צום אייבערשטן? דאס איז נאר דורך דעם מח וואס טראכט פונעם אייבערשטן און ווייסט אז ער איז איבעראל - ובלשונך: "זעהן דעם בלי גבול וואס איז טמון אינעם גבול, און וואס איז באמת היינו הך. ה' אחד ושמו אחד" והיינו הך.
ברסלבער, מיר זענען דאך אוודאי אלע מסכים אז דער בעשה"ק האט אויפגעטוהן גאר א נייע דרך און דביקות בה'. א מהלך פון אחדות וואס האט געברענגט דעם גר"א צו זאגען אז זיי זענען פון די וואס "אומרים לעץ אבי אתה". מען פארלירט דעם גאנצען הערליכען און ראדיקאלער תורתו של משיח פון בעשה"ק אויב מען מיינט אז עס איז נישט מער ווי וויסען אז "דער אייבערשטער פירט דיך טריט און שריט".
תורת משיח איז די תורה ווי די גאנצע מושג פון גשם און פירוד וועט געזעהן און געלעבט ווערן באופן בלי גבול. [דאס מיינט ומלאה הארץ דעה]. לדוגמא, מען וועט זיך אזוי שטארק פארלירען אין א מצב פון שמחה, עד כדי כך אז מען וועט פארלירען דעם גאנצען 'אני', דהיינו מען פארלירט אנוזער גאנצער שלל פון מושגים וואס דאס איז דאך אונזער אייגענארטיקייט, און מיט דעם זענען מיר אן אנוכיות בפני עצמן. מיטן פארלירען דעם אנוכיות איז מען דאן בדרגת 'אין'. כלשון הבעשה"ק פעמים רבות, אז מען דארף מהפך זיין די אותיות 'אני' צו 'אין'. מען שפירט דעם טיפסטען נקודה אונזערע וואס איז די מציאות לפני התחלקות, איידער סיי וואסערע גדרים וגבולים. און מען שפירט דאס ביי יעדע ביסל שמחת החיים וואס מיר קלאפען זיך אהן, אדער יעדע תענוג וכדו'.
מען צילט צו זיין אין דעם מצב פשוט ווייל דאס איז אונזער טיפסטער עכטער מציאות. אלע אנדערע שטחיותדיגע הבנות האבען סתירות צו זיך. עס איז כאילו עס הערשט א מחלוקה בתוך מציאותי. דהיינו מיין טיפער מציאות איז דאך נישט מסכים צו סיי וואסארא מוגדר'דיגע עקזיסטענץ.
דו ביסט גערעכט מיט דיין שאלה "וואס מיינט קאננעקטעד". אין אן אנדער פלאץ האב איך געשריבן: פונקט ווי מיר פארשטייען אז א מענטש מיט געוויסע כוחות הנפש שפירט איינגעשפארט אין תפיסה אויב לאזט מען אים דאס נישט ארויסברענגען, אזוי איז בעצם יעדער מענטש איינגעשפארט אין די באגריפען, ווערטער, און שטחיות, וואס האבען צוגענומען די פרייהייט פין אונזער עכטע בלי גבולדיגע עקזיסטענץ.
די מענטשן וואס קענען דאך נישט אויסהאלטן אהן מגדיר זיין יעדע זאך האבען געמוזט געבן א נאמען פאר אט די בלי גבולדיגע אמת. זיי האבען דאס א נאמען געגעבן גאט. מיט דעם האבען זיי נעבעך אפגעטיילט פין זיך דעם פרייער עקזיסטענץ כאילו עס/ער איז עפעס אינדערויסען פין אונץ. כאילו דער בלי גבולדיגער עקזיסטענץ איז נישט אונזער מציאות. נישט וויסענדיג אז דער גאנצער גבול איז נישט מער ווי א פארקלאפטקייט און א צימצום פין אונזער פרייער און אפענער בלי גבולדיגער עקזיסטענץ. נישט כאפענדיג אז מען רעדט נישט פון צוויי זאכען, נישט פארשטייענדיג אז אחדות מיינט איינס און נישט צוויי. דהיינו מיר רעדן נישט פין "איך זיין דבוק אין גאט" כאילו דאס איז צוויי זאכן. מיר רעדן פון טרעפן און עפענען מיין טיפע און פרייע "איך".
עוד כתבתי: נאר ווען מיר וועלן לעבן אינדרויסן פין די באצוימונגען פין שכל, דהיינו לעבן מיטן בלי גבולדיגער מציאות, וואס דאס מיינט לעבן מיט גאט, מיטן אין סוף, מיטן בלי גבול, דעמאלטס איז עוז וחדוה במקומו. דאס איז אלעס וואס מען רעדט ווען מען זאגט דבוק זיין בה'. דער אייבערשטער איז נישט עפעס א געוויסער מושג. דער אייבערשטער איז די ענין פון זיין אינדרויסן פון מושג און גבול. עס איז נישט קיין אמונה אין "עפעס", עס איז א וועג פין לעבן אינדרויסן פון הגבלה. אמונה איז דביקות זאגט דער בעשה"ק. עס איז נישט קיין מחשבה פון עפעס א מין קאנצעפט. עס איז א וועג פון זיין. הוי"ה ב"ה. עס איז פשוט זיין אינזער אייגענעם שורש. דאס וואס מיר זענען באמת. אין שפראך פון חסידות רופט מען דאס אראפשיילען אלע קליפות [הגבלות וצמצומים] און דאן איז די שכינה מער נישט אין גלות, עס ווערט נתגלה אונזער בלי גבול.
עכ"פ מיין נקודה איז אז דער גאולה פרטי וכללי, דער קרבה אל נפשי גאלה פון דעם בעשה"ק, האט גאר א טיפער באדייט. ביסט דאך אוודאי מסכים דערצו. מען קען עס נישט פארוואסערען מיט פשוטע מושגים פון השגחה פרטיות. דער בעשה"ק זאגט גאנץ קלאר אז ימות המשיח איז דעמאלט ווען מען איז מייחד יחודים אויף זיין מחודשדיגע לעהרע. מייחד זיין מיינט דאך צו זעהן די אחדות אין דעם זאך. צו זעהן און באלעבען, אז איך, דו, און אלעס ארום, איז בעצם ובעומק א מציאות של בלי גבול. און אלעס איז אחדות הפשוט. איז דאס נישט די טייטש פין ייחוד?