פרענקלין איז צוריק- 'ך טו תשובה!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

פרענקלין איז צוריק- 'ך טו תשובה!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ך' טוה תשובה, יא יא איר הערט גוט, נישט נאר דבלה קען תשובה טוען 'ך קען אויך. 'ך האב טאקע נישט אזא דראמאטישע געשיכטע ווי דבלה האט געהאט בשעתו ; בעלי חובות, אכט קינדער, עסקנים רבנים ושאר מרעין בישין. אבער פון דער אנדערע זייט האף 'ך אז 'ך וועל נישט אזוי שנעל חוזר לסורו זיין ר"ל ווי ער.
דער אמת איז 'ך פארשטיי אינגאנצען נישט דעם דבלה. קודם פראקלאמירט ער מיר ברבים דא אז זה הא, דאס איז עס! ער טוט תשובה! ער גייט צוריק אנפאנגען שרייבן אינגרויסן. עס נעמט נישט קיין גאנצע מעת לעת און שא שטיל, מען הערט נישט פון עם, מען זעהט אים נישט פארשווינדן ווי דער פאריעריגער שניי. (שוין באלד ווי קינות גירושין, עפנט מיר אן אשכול "דא בין איך", ווי, וואס, ווען, ער איז איבעראל אויסער דא).

אז איך דארף דעם דבלה דן זיין לכף זכות, וואלט געווען די ערשטער לימוד זכות אז ער איז געשטראבן חלילה. נאר וויבאלד 'ך וויל נישט הרג'נען קיין מענטש, וועל 'ך ענדערש זאגן אז די וויליאמסבורגע מולאַס האבן אים דערווישט, זיי זענען דערגאנגען זיין אידענטיטעט און אים געסטראשעט מיטן ארגסטן. זאל דער אייבישטער העלפן ער זאל זיך קענען ארויס דרייען פון זייער ציין און נעגעל, זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אים, ווי פלעגט דער רבי זאגן: עס זאל זיך ביי אים נישט צוקראצן אפי' דאס נאגעל פונעם קליינעם פינגער. עניוועי העמער לאזן דעם דבלה מיטן לאנגן ענדע ך במנוחה.

די סיבה פארוואס איך בין צוריקגעקומען איז פשוט ווייל קופערניקוס האט געסטראשעט מיט א הונגער סטרייק, ער זאגט ער וועט עסן נאר שיטערע עסן און שאר ירקות ווי לאנג איך קום נישט צוריק. דאס ווייב זיינע האט מיך אנגעקאלט היסטעריש (כ'קאן זיך מיטן קופערניקוסע רעבעצין ווייל איך בין עוסק אין שלום בית, כ'וועל מאריך זיין איבערדעים אן אנדערע מאל) אז כ'זאל זאפארט קעיר נעמען פונעם רב, ער זאל שוין אנפאנגן צוריק צו האקן און בריקעווען כמקדמת דנא. אלזא קופערניקוס טייערע, זייט וויסן איך בין צוריק דא, איר קענט ווייטער עסן פרישטאג רויטע לאקס און ביצים מעוגלות, און אויף נאכטמאל קענט איר ממשיך זיין כמנהג אבותיך ורבותיך; האקן ברוסטן פלייש מיט רויטע בורגענדע וויין, און ווייסע לעבערלעך גע'טובל'ט און איילבירטן אויל פאר נאך שפייס. דער עיקר איז אינזינען האבן שלא להנאות גופי. סיגופים זאלסטו איבער לאזן פאר מתנגדים און משכילים זיי ברויכן עס, ווער ס'זינדיגט דער זאל פאסטן.

דאס תשובה טוען בין איך אויך תולה אין ממי שאמרו'ס ערליכע תפלה וואס ער האט מתפלל געווען פון טיפען הארצן אמר רבי בנימין כו' (אויפן עצה פון קאווע טרינקער), ווי זאגן די באבעס: א אידישע תפלה ווערט נישט פארלארן.

ס'איז פארלאפן כמעט צוויי וואכן זינט כ'האב אפגעשריבן מיין לעצטע הודעה דא אין שטיבל. זינט דאן זענען פיל וואסערן אריבער געלאפן און סועץ קאנאל, די כנרת איז אויסגעטרוקענט און צוריק אנגעפילט געווארן (מסתמא, כ'שטעל עס אויפן חזקה), אויך דא אין קאווע שטיבל האבן זיך זאכן גענדערט. (איינע פון די זאכן וואס באלאנגט נישט און די שמייכל אפטיילונג, אבער עס קען נישט איגנארירט ווערן, דאס איז די צענדליגע אשכולות וואס האבן זיך געפענט מחמת דעם שרעקליכן טראגעדיע און וויליאמסבורג, כ'האב אלע געליינט, און איך האב מיט געוויינט מיט כמעט יעדע איינס, כ'האב אויך געוואלט שרייבן עפעס, אבער דאס פעדער ווערט מיר שטום און אזא צייט).

קודם, די ערשטע זאך וואס אפי' א בלינדער קען באמערקען איז אז זר זהב איז צוריק, און צוריק מיין איך צוריק! פול טיים!, די קרוין טוט ער זיך בשום אופן נישט צוריק אן זכר לחרבן, אבער תגובות שרייבט ער און גרויסן, ער פליקט, חוזקט אפ, קאמפלימענט, לייגט בילדער די קינדער, בקיצור זר זהב בתפארתה.

כ'האב אויך פארפאסט א נייע סומעטאכע פונעם חשוב'ן באס דרייווער, כ'מוז דיר זאגן באס-דרייווער איך בין בכלל נישט אין שאק פון דיין מעשה, ליידער האב איך עס שוין מיטגעהאלטן אזאנס און ענליכס מער ווי איינמאל, אזוי גייט עס מיט מיינע אומפאראנטפארטליכע קאלעגעס, די פסכילאגן, טוען אן אזעלעכע געמיינהייטן און פירן זיך אויף אזוי אומפראפסינאל און פארשעמען אונז אלע.
בדרך אגב דו ווייסט נישט וואס דו האסט אפגעטאן מיט דיין אוואטאר די בילד פון מאנסי טרעילס. כ'הער זאגן אז יעדער איז חושד דארט דעם צווייטן, אז ער איז דער יעניגער וואס שרייבט און קאווע שטיבל. בקיצור ס'איז הויך יו"ט.

אויך האבן מיר אריינבאקומען א טוץ נייע ניקן, אפיינעם שרייבער, מאראנצן-זאפט האט זיך אריבער געגאסן פון תורה און מחשבה אין פארברענגען אריין. חזקיהו המלך האט ערשיינט עם כתר מלכות בראשו. אז מען מאכט א סך הכל האמער שוין "בית שני" "חזקיהו המלך" "שלמה המלך". נאר אשמדאי פעלט אונז אויס, עס דאכט זיך מיר אז אשמדאי האט שוין אמאל געוואלט ווערן דא א ניק, נאר גבאי ראשון ושני ושלישי האבן אים נישט אנגענומען מיט דעם אויסגעדראשענע פאלעסי: "דער ניק אשמדאי קען נישט אנגענומען ווערן עס איז דעגראדירנד".

אויך האבן מיר א נייעם שרייבער יואב. עס זעט מיר אויס ווי יואב האט נארוואס פארלוירן זיין אמט אלץ רעדאקטער פונעם מארגן זשורנאל. יואב טייערער האסט טאקע אן עלעקוואנטן שפראך רעדסט א פורמאלע אידיש, אבער מעגסט רעדן אביסל מער מאמע שפראך עס שאט נישט גלייב מיר.
שיעור נישט פארגעסן פון "בעל הבית" אויך א נייער ניק, נייעס קוועלער געבן איבער אז ער איז ארויפגעקראכן אויף קופערניקוס רוקן און וויל נישט אראפגיין, (כ'פארשטיי אים דעם "בעל הבית", איך וואלט אויך נישט אראפגעקראכן פון זיין רוקן, אז מען עסט ברוסטן פלייש מיט לעבער אין איילבירטן אויל וואקסט אויס א קישעלע אויפן רוקן. כ'מיין ס'שטימט מיט כח הפועל והנפעל).

עניוועי און דו נעקסטע פיר און צוואנציג שעה האף איך אויסצוטיילן לייקס רעכטס און לינקס פאר אלע גוטע מאמרים און תגובות וואס כ'האב פארפאסט צו געבן און די לעצטע צוויי וואכן. נאך פיר און צוואנציג שעה פון יעצט, ווער עס שפירט זיך ב'עוולה'ט, ד"ה ער האלט אז ער האט געשריבען א גוטע תגובה און איך האב אים נישט געלייקט, זאל מיר עס איינמעלדען אין אישי און איך וועל עס מתקן זיין בל"נ. רבותי עס איז נישט קיין בושה אפבעטן א פארדינטע לייק איך טוה עס אסאך מאל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

:like
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:כ'קאן זיך מיטן קופערניקוסע רעבעצין ווייל איך בין עוסק אין שלום בית, כ'וועל מאריך זיין איבערדעים אן אנדערע מאל

כ'מוז דיר זאגן באס-דרייווער איך בין בכלל נישט אין שאק פון דיין מעשה, ליידער האב איך עס שוין מיטגעהאלטן אזאנס און ענליכס מער ווי איינמאל .


די צוויי זענען איינס?
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב אן טראכטן אז מעגליך, און אפשר נאר מעגליך האט זיך געלוינט בנימינ׳ס נעלם ווערן פאר צוויי וואכן נאר בכדאי צו טוהן די געשמאקע ארטיקל. בנימין אוי האבן מיר זיך געבענקט נאך דיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:lol: :lol:
ךךךךךךךךךךךךךךךךך
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פלאץ פלאצטי כמה פעמים, דיין נייע פשט אין כח הפועל בנפעל איז עפעס געוואלדיג!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חחח... בענזשאמין!
ווען דו זאלסט וויסן וויפיל אידן דו ביסט מחיה מיט דיינע ארטיקלען וואלסטו געשריבן אפטער.
און מאך נישט צופיל חוזק פונעם 'ך... ער איז דער ך' פון די א"ב וועלט. אויב וועסטו טשעפען וועסטו כאפן א ביס פון די ל' קאטשקע. ראה הזהרנוך!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

א דאנק אייך אלע פאר אייערע ווארימע אויפנאמע, עס דערמאנט מיר די קבלת פנים וואס מיין מאמע האט געגעבן מיין אנטלאפענע ברידער ווען ער איz אהיימגעקומען נאכן פעלן א האלבע יאר, אויך עפעס.

מען אישי'ט מיר אריין דא אז כ'האב פארגעסן צוויי נייע ניקס איינער "ודי למבין" און דער צווייטער "מאיר". איז אזוי בנוגע ודי למבין, אים האב איך נישט פארגעסן, כ'האב אים דירעקט אויסגעלאזט, ווייל זיין גאנצע נאמען איז אזא סארט גירא בעינך'דיגע ניק, כ'האלט אז נאכן קול קורא ווי אלע טובי הקהל האבן גע'חתמ'ט אז ודי למבין איז א מיאוס'ע ווארט, וואלטן גבאי ראשון ושני ושלישי נישט געטארט אננעמען אזא ניק, דאָ וואלטן מען ווען געדארפט הערן זייער מעטאלענע שטימע: דער ניק "ודי למבין" קען נישט אנגענומען ווערן עס איז דעגראדירנד.
אבער מאיר, אים וואלט איך טאקע נישט געטארט פארגעסן! ער זעהט אויס ווי א איש אשכולות מלא מדע וחכמה, פון יעדע תגובה שיינט ארויס קענטעניסן תורה און מחשבה! מאיר יהי בואך לשלום.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

הנעלבין ואינן עולבין, שומעין חרפתן ואינן משיבין, עליהן הכתוב אומר ואהביו כצאת השמש בגבורתו. ;) :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודי למבין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

בענדזשאמין, שלום וברכה....

פארפעהלסט אונז צו זאגן אוואו דו האסט פארבראכט אין דיין אפוועזהייט!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:בענדזשאמין, שלום וברכה....

פארפעהלסט אונז צו זאגן אוואו דו האסט פארבראכט אין דיין אפוועזהייט!

ער איז געגאנגען באגלייטן ר' הערשל'ען צו די הרי החושך און האט אים געגעבן צו טועם זיין פון די שווארצע יאגדעס.
האדם לא נברא אלא להתענג
חשבון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך חשבון »

וועלקאם בעק
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.


William Arthur Ward
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

יאיר האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:בענדזשאמין, שלום וברכה....

פארפעהלסט אונז צו זאגן אוואו דו האסט פארבראכט אין דיין אפוועזהייט!

ער איז געגאנגען באגלייטן ר' הערשל'ען צו די הרי החושך און האט אים געגעבן צו טועם זיין פון די שווארצע יאגדעס.

ניין ר' הערשל קען אליין דעם וועג.
איך בין געווען טרוד און אהרן הכהנ'ס פאך להרבות שלום בין איש לאשתו, דו מצב פון שלום בית ביי כלל ישראל אין דעם איצטיגן פסח סעזאן שטייט אויפן נידריגסטן שטאפל פונעם יאר, בערך צען אמות אינטערן רויטע ליניע (ענליך צו די רויטע ליניע ביים כנרת), די פרוי אז אנגעצויגן וועגן קלינען און די מאן איז אנגעצויגן איבער געלט פאר מצות מרור קליידער שיך וכו' איז עס א זמן המיועד לפרענות, פרוביר איך צוטוען דאס מערסטע וואס שייך.

בד"וו כ'האף נעקסטע וואך זונטאג ארויפצולייגן דא אינעם שמייכל אפטיילונג איינע פון מיין שלום בית עקספיריענס מיט א געוויסע פארל, כ'מיין יעדער דא קען זיי, ווער עס וועט צוטרעפן ווער דאס פארל איז, באקומט פון מיר הונדרעט לייקס אויף זיין קומענדיגע הונדרעט תגובות (ניין כ' מיין נישט קופעניקוס מיט זיין רעביצן) .
חמין במוצאי שבת מלוגמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בנימין, מיר האבן אפגעשמיעסט אז מיין קעיס קומט נישט ארויף דא...
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

אנשולדיג מיר זייער איך בין פשוט געווארען מורדיג פארנומען אין מיין ביזנעס, איך האף אז סשטערט דיר נישט אז איך מאך אפאר דאלער איך וויל האבען דעם בענזשאמין פרענקלין אין טאש נישט נאר אין ק״ש
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ממי_שאמרו האט געשריבן:בנימין, מיר האבן אפגעשמיעסט אז מיין קעיס קומט נישט ארויף דא...

ניין, כ'מיין נישט דיר ,פאר דיין קעיס דארף מען א גאנצע בוך, עס פיט נישט אריין אין איין קליינע אשכול.
אויסער דעם מיט דיך האלט איך נאך טיף אינדערמיט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אין אנדערע פעלער וואלט איך רעאגירט- "עס האט זיך געלוינט דיין אפוועזענהייט די צוויי וואכן פאר אזא געלונגענע שטיקל". אבער נישט אין דעם פאל ווען די רעדע איז פון אונזער בענדזשמין. איך בין אויף קיין פאל נישט מותר אויף קיין איינע פון די הודעות וואס דו וואלסט ווען געשריבן ווען דו ביסט ווען דא!

איך האב שוין געקראכט דעם איי, געבלענד, געפרעגעלט, געבאקן, געקאכט, ג'מאכל'ט בן דורסא'ת, געשפיגלט, געווארעמט, געפרוירן, פיינעלי האב איך שוין גענדיגט מיינע עקספערמענטן אויפן אומשולדיגן איי און ויבא! דער בעל "ההינער איי" איז דא צוריק מיטן גאנצן פראכט! פון די אלע לחשים האט ווארשיינליך איינס געארבעט! זעה נאר אז איך זאל נישט דארפן אויסגעבן א פרישע אפותקי, און צולאזן מיין כעס אויף די אומשולדיגע ביצה (איך בין פון די קילע, הא?!) וואס האט קיין טעם של חטא טועם געווען!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אוי וויי

צופיל שלום בית קאונסלערס שרייבען דא אויף ק"ש.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ס'איז ריזיג ווי ס'ארבעט, יעדע תקופה קומט צוריק איינער און שרייבט א גוטס איינס און אזאלעכטס און דערנאך קומט אפאר זאפטיגע תגובות פונעם היימישען עולם דא, אבער נאך אלץ איז בעסער ווען די עולם איז דא און גייט נישט אין ערגעץ..
הערסט בענדזי'??
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

א גוטן הרב פרענקלין, ווען נישט איך זעה דעם זילזול מיט וואס איר גייט זיך אום צו לייקס, וואלט איך אייך באהגעלט מיט לייקס (אויב קען מען ווען), סתם איבער ליינען דיין תשובה טוהן און די עפענטליכקייט. איינמאל און נאכאמאל. בלויז פארן איינע סיבה זיך אפצולעקן די פינגער מיט דיינע אוסטערליש זיסע רייד. און זיכער מאכן מען פארפעלט נישט קיין אות מיט זעלבן אנגעשפיצטע אויגן ווי די אוירען ביים ליינען זכור. לייגט זיך דאך נישט אויפן שכל, אפשר וואלט איר געווען גרייט זיך אריבערציען מיט אייערס א פענע ביי אונז אונעם "מארגן דזשורנאל"???
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ך' טוה תשובה, יא יא איר הערט גוט, נישט נאר דבלה קען תשובה טוען, 'ך קען אויך. 'ך האב טאקע נישט אזא דראמאטישע געשיכטע ווי דבלה האט געהאט בשעתו; בעלי חובות, אכט קינדער, עסקנים רבנים ושאר מרעין בישין. אבער פון דער אנדערע זייט האף 'ך אז 'ך וועל נישט אזוי שנעל חוזר לסורו זיין ר"ל ווי ער.
דער אמת איז 'ך פארשטיי אינגאנצען נישט דעם דבלה. קודם פראקלאמירט ער מיר ברבים דא אז זה הא, דאס איז עס! ער טוט תשובה! ער גייט צוריק אנפאנגען שרייבן אינגרויסן. עס נעמט נישט קיין גאנצע מעת לעת און שא שטיל, מען הערט נישט פון עם, מען זעהט אים נישט פארשווינדן ווי דער פאריעריגער שניי. (שוין באלד ווי קינות גירושין, עפנט מיר אן אשכול "דא בין איך", ווי, וואס, ווען, ער איז איבעראל אויסער דא).


בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:עניוועי העמער לאזן דעם דבלה מיטן לאנגן ענדע 'ך במנוחה.



דעם פרענקלין מיט די לאנגע ענדע האר פארשטיי איך נישט פונקט אזוי! וואו ביסטו?
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נידער מיטן ענדע ך,
פארשאלטן זאל זיין דער ענדע ך
ימח שמו דער ענדע ך
לדראון עולם זאל זיין דער ענדע ך



דער ענדע ך האט קארופטירט ך'דבילה'נען
לא נחה דעתו של הענדע ך, אז ער האט אונז פארכאפט דעם בעל הדעה והמאה
דער ענדע ך פארהרגעט הונדערטערס און געטרוקנטע פייג, קינד און קייט
דער ענדע ך' איז אזוי אסור ווי דעם ביאור הנודע לשמצה
ווי די ווערים אין די וואסער
ווי די רויטע טורבאנס
ווי די ווינדאו 7
ווי די פארשאלטענע כעמיקאל וואס מען נוצט פאר פארקעי פלאר וואס איך האב שוין פארגעסן זיין פארשאלטענע נאמען, מען דארף פרעגן רבי איצא'ן.
ווי די אריזאנא ווייץ
ווי די פארצומות הגידיםטע אייער
ווי ליפא שמעלצער
ווי מעלבער
ווי כלאים
ווי בחירות
ווי די וד"ל
ווי וועבערמאן (אליבא דאיחוד)
ווי הורוויץ (אליבא דתמליון)
ווי ציטירן לאנגע שטיקער (אליבא דשמעקי)
ארור אתה ך בצאתכה וארור אתה ך בבואכה
ארור תנורכה ומשארתכה, ארור פרי בטנכה ופרי בהמתכה
און צום לעצט: :mrgreen: גיי אין די שווארצע בערג זוכן שווארצע יאגדעס כדת בענדזשאמין והערשל
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

וואס איז מיט די ר החביב על בעלעגלה? דארף מען ערלעדיגן אז הךר נפגשו און אונז לאזען צורוה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קופערניקוס גוט ווי אייבוג
וואס קען זיין בעסער ווי אונמיטען א שווערע טאג ארבעט אריין צו קומען און זעין נאך א גוט שטיקעל פון קופערניקוס
פארשפארט