מיין שלום בית געשיכטע
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך ווייס צוליב א קעיס וועלכע איך קען פון היבש נאנט, אז ווען דער רב האט געזאגט אז מ׳זאל גיין אין קאורט אויף איין חלק, האט דער צד הנפגע נישט געקענט שרייען איך וויל גיין נאר צו א דין תורה.
איך פארשטיי נישט פונקטלעך דער מעשה וואס די ברענגסט, אויב די קענסט בעסער ארויסברענגען די מעשה.
אבער לכאורה פין דעם ביסל פארשטיי איך, אז ער האט געמוזט גיין אין קארט, צו וועמען זאל ער שרייען אז ער וויל דין תורה, אין קארט? אין קארט קען מען קיינמאל נישט וועלען א דין תורה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין קאורט קען מען דאס יא טענה׳ן קודם כל, ער האט געוואלט רופן דעם אנדערע זייט צו דין תורה, אבער יעדע בית דין האט אים געזאגט אז זיי וארן זיך נישט אריינמישן.
דאס איז זיכער נישט אמת.
מען קען אין קארט זאגען פין היינט ביז מארגען אז מען וויל גיין אין דין תורה, אבער ווען די תובע וויל נישט גיין אין דין תורה וועט די קארט קיינמאל נישט דיסמיסען דער קעיס פאר א דין תורה.
אקיצור
שטרי בירורין אין א שלום בית קעיס מיינט נישט קיין סאך. וכן אין א יעדע זאך וואס אנבאלאנגט נישט קיין געלט (קרימענאלע וכו'). כנלע"ד.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 371
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:אין קאורט קען מען דאס יא טענה׳ן קודם כל, ער האט געוואלט רופן דעם אנדערע זייט צו דין תורה, אבער יעדע בית דין האט אים געזאגט אז זיי וארן זיך נישט אריינמישן.
דאס איז זיכער נישט אמת.
מען קען אין קארט זאגען פין היינט ביז מארגען אז מען וויל גיין אין דין תורה, אבער ווען די תובע וויל נישט גיין אין דין תורה וועט די קארט קיינמאל נישט דיסמיסען דער קעיס פאר א דין תורה.
אקיצור
שטרי בירורין אין א שלום בית קעיס מיינט נישט קיין סאך. וכן אין א יעדע זאך וואס אנבאלאנגט נישט קיין געלט (קרימענאלע וכו'). כנלע"ד.
Fyi when you start a case in court you sign a paper stating that you did not go for arbitration yet and if you already signed shturei beririn that's considered as arbitration agreement so court will not accept the case unless the arbitrator sends it to court
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 371
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:איך ווייס צוליב א קעיס וועלכע איך קען פון היבש נאנט, אז ווען דער רב האט געזאגט אז מ׳זאל גיין אין קאורט אויף איין חלק, האט דער צד הנפגע נישט געקענט שרייען איך וויל גיין נאר צו א דין תורה.
איך פארשטיי נישט פונקטלעך דער מעשה וואס די ברענגסט, אויב די קענסט בעסער ארויסברענגען די מעשה.
אבער לכאורה פין דעם ביסל פארשטיי איך, אז ער האט געמוזט גיין אין קארט, צו וועמען זאל ער שרייען אז ער וויל דין תורה, אין קארט? אין קארט קען מען קיינמאל נישט וועלען א דין תורה.
A bet din is considered as legal arbitrators and court always accepts it
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך האב געלייענט וואס דער באס דרייווער שרייבט. אויב וואלט געווען אמת זיין געשיכטע וואלט איך געהאט א שטארקע מיטלייד-געפיהל.
ביי מיר איז כמעט ברור אז מען דארף צו לייענען זיינע פארזעצונגען און פארשידענארטיגע כתיב טעותים אזויווי מען לייענט א נאוועל, א טראגי-ראמאנטישע נאוועל.
די לעכער אין זיין מעשה זענען מער ווי די געלט וואס א טעראפיסט נעמט פער שעה (מיט רעכט, א.מ.א.)
איך בעהט אייך איבער, חשוב'ער באס-דרייווער, אויב איך בין זיך טועה, און ביטע זיי ממשיך מיט דיינע שיינע ערצעהלונגען.
מען זאגט נאך אז דער גרעסטער צרה פין איוב איז געוועהן אז עס איז דא וואס זאגען אז די גאנצע מעשה איז לא היה ולא נברא....
דאס איז געוועהן מיין אינישעל רעאקציע צו דיין תגובה.
למעשה האב איך דעסיידעד צו מאכען אביסעל ריסערטש, און זעהן אויב יש דברים בגו, אויב דיין טענה האט עפעס קראפט.
לאמיר אביסעל דורך טוהן וואס קען זיין חילוקים ווען איינער שרייבט אן אמת'ר מעשה אדער א מעשה וואס וואלט געקענט זיין אמת.
א. דער אמת לייגט זיך געוועהנליך מער אויף דעם שכל. (דאס האט אבער נישט מיט דעם שרייבער).
ב. דער שקר איז מער אינטרעסאנט.
איך וואלט אויף דער צוויי יסודות נישט געבויט קיין החלטות, ווייל הגם אין אונזערע געשיכטע מיט באס דרייווער איז דער אמת א מעשה וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט כדוגמתו, איך כ'האב שוין געהערט מעשיות לרחצה. אבער א מעשה כזה, איז נישט מסתבר אז צוויי רבנים זאלען ווערען אינטערגעקויפט פין א שווער, און טעראפיסטען וואס זענען גרייט צו לייגען א אינגערמאן אין דער ערד אריין, ניין, איך מוז זאגען אז ווען איינער זאל מיר פארציילען אזא מעשה וואלט איך עס שווער געגלייבט. רבנים, עס איז דא אפאר קאראפטירטע רבנים, אבער אפילו א קאראפטירטע רב טוט געוועהנליך נישט אזאנס. אדרבה יבואו ויגידו, זאלען דא קומען מענטשען וואס קענען רבנים, און אנהייבען שרייבען נעמען פין רבנים וואס זיי האלטען אז זיי זענען ראוי לאותה איצטלא, אז ווען א אינגערמאן גייט אויף די אינטערנעט במקומות המכוסים, זענען זיי גרייט אים אנצוגט'ן. אין מיין טעלעפאן ביכל, טרעף איך נישט צוויי אזעלכע. עס קען זיין איך בין אומוויסענד אדרבה זאל איינער זאגען נעמען פין אזעלכע רשעים.
די מעשה איז העכסט אינטרעסאנט, עס איז מושך את הלב, און רעגט אויף א מענטש. און עס גיט די הרגשה נאך אריין טראכטען, אז די מעשה איז געשריבען מיט דער ציל אויף צו רעגען אונז שרייבערס, און עס זאלען פליען זלזולים אויף דער שווער און דער רב, און דער קאונסלער.
אבער כאמור, אויף דעם אליין בוי איך נישט קיין החלטות.
איך האלט אז יש מקום לדברי ליטוואק מטעם אחר.
יעדער וואס האט געליינט דברי באס דרייווער האט זיכער באמערקט דער טעותים וואס ער מאכט אין זיינע ווערטער.
און אזוי וועט איר טרעפען אז די טעותים זענען בעיקר געטוישט פין א ואו און א יוד
די ספעלינג מיסטעיקס מאכן מיר טראכטן אז עס איז געמאכט בכוונה, אבער איך מוז נישט זיין גערעכט.
עס איז דא סתירות אין דער נאיווקייט וואס ווערט מער נתגלה אז דער תגובות גייען ווייטער, און לגבי ווי אין דער ערשטער צייט ווער ער איז געגאנגען צו דער רב האט ער געוויסט מיט א שטארקייט און פעסטקייט צו זאגען פאר זיין ווייב וועגען טוישען די שלעסער.
צום שלוס, איך בין נישט מחליט קיין דבר ברור. עס קען זיין אז ער שרייבט אן אמת'ר מעשה , אבער עס איז דא אנדערע קשיות אויך, בקיצור, דאס פלאס דאס, גיט אביסעל א שלעכטער טעם אין מויל.
אבער צו זאגען אז ליטוואק האט נישט קיין טענה איז זיכער נישט ריכטיג.
און יא, איך ווייס עס איז שווער ארויסצולאזען אזוינע גוטע מעשה פין די הענט. אבער פליז, טעיק איט וויט עי גריען אף סאלט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
באס דרייווער. דיין אשכול איז אינטערסאנט, אפגעזען צו עס איז אמת אדער נישט..
די תגובה ווארפט אריין א פלאקאן און דיין געשיכטע, עס ברענגט מיר ספיקות און דיין מעשה, והמ״י.
באס דרייווער האט געשריבן:איך האב נישט קיין טענות פארן נישט גלייבען ווייל איך וואלט עס אויך נישט געגלייבט ווען נישט איך ביך נישט אליין א עדות וואס דא גייט פאר
לאמיר ענק זאגען יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן ענק ווייסען נישט וופיל גירישין מען וואלט גערקענט צירוק געהאלטען ווערן
איך וויל דא קלאר מאכן איך בין נישט דע וואס ווילן אינטערייסען אינזער רבנים
ביי מיר אינדערהיים בין איך מחנך אז מען מיז האבען א ערליכע איד און איך גיי כסדר
איך רעד פין דע ערליכע רבנים נישט וואס זיי זאגען אז זיי זענען ערליך
נאר פינק ווי ביי א חולה גייט מען נאר צום רב זיך מזכיר זיין און מען אינטעסירט זיך אויף א גיטע דאקטאר אין אים לאזט מען שניידען
אזוי אויך ביי א שלום בית פארבליעם דארף מען גיין צי אזא אייינער וואס מען ווייסט אז ער האט עקספיריענס און ער האט שוין אויפגעטיען
דער עיקר נישט זיין קיין בהמה ניט לאזען איינרעדען וואס ער זאגט דיר, נאר זיך דורך רעדען מיט איינעם וואס פארשטייט און דיעם
די תגובה ווארפט אריין א פלאקאן און דיין געשיכטע, עס ברענגט מיר ספיקות און דיין מעשה, והמ״י.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
יאיר האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:הארנעסטייפלער רבי פון פלעבוש, הייבט אן מיט א סעריע פון שיעורים געאייניגט פאר די וואס טוהען/ווילען טוהען אין שלום בית.
ער האט דעגרי אדער נאך א זעלבסט געקרוינטע מומחה?
ער איז שוין א לאנג יעריגער פראפעסיאנעלער פסיכאלאג מיט עטליכע בוכשטאבן נאך זיין נאמען.
כפי ידיעתי האט ער נישט קיין שום ערענסטע דעגרי און סייקאלאדזשי,ער האט ידיעות און אפשר איז ער געגאנגען און געוויסע קאוטשינג קלעיסיס,אבער קיין דעגרי האט ער נישט,
אזוי ווי זיין פעטער ״ דר רעביי״ איז ער שטארק פארקוכט און דע 12 סטעפ פראגרעם פון בילל w, וואס דאס האט נישט קיין שייכות מיט סייקאלאדזשי.
און אלץ רעבע אויס האט ער ליב אביסעל צו קאלבאכען,
לשבח מעלתו זיינע פרייזען זענען נישט אזוי שרייעדיג ווי אנדערע,און ער רעכנט זיך מיט די פינאנציעלע מצב פונעם פאציענט און לפי זה פרייסט ער.
למזלו הייסט ער Twersky און ער איז א רב רבי און פלעטבוש,און ער האט א שטיקעל צורה,און ער פירט א היימישע יודישע לייף סטייל,איז ער געווארען אויפגעפיקט ביי אונז שעפעלעך.
איך שרייב דאס אלעס עפ״י דברי החזו״א אז אומן על אומנתו וכו׳ איז נישט שייך קיין לשה״ר.
פארשטייט זיך דאס אלעס איז רק דעתי העכור וואס איז אנגעדרייט לויט מיינע אגענדאס, און אדרבה זאלן אנדערע דא שרייבען זייערע עקספיריענסעס מיט עם און מיט אנדערע.
מזאגט און ס׳איז לכאורה אן אמת אז א טעראפיסט איז אזוי ווי א שידוך , ד.ה. אז סקען זיין דער זעלבער טעראפיסט באהאנדלינדינג די זעלבע סארט פראבלעם ביי צוויי מענטשען,איינעמס נפש העט קליקען צום טעראפיסט און איינעמס נישט.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האב זיך נישט אנגערופן ביז אהער צוליב די סענסיטיווקייט פונקם ענין, אבער אז דער שמועס האלט שוין דא וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון אריינווארפן מיינע פאר גראשן.
מיר אינטערעסירט נישט צו חוקר זיין צו ס'איז ניכרים דברי אמת אדער וואס קענען זיין די מאטיוון צו יא אדער נישט אויסטראכטן אזא מעשה. איך בין נישט קיין יודע מחשבות, און איך האב נישט די מעדזשיק זילבערנע בעכער וואס בנימין פרענקלין האט גע'ירש'נט פון זיין עלטערער ברודער יוסף צו קענען זען אויפ'ן שטערן ווער עס זאגט אמת אדער שקר. איך וויל נאר דורכגיין די מעשה, און זען צו אויסגלייכן עטליכע שאלות וואס איך האב דא.
א) אין אנהויב איז דער באס דרייווער מרמז אז די 'קלייניקייט' וואס האט אנגעצינדן דעם פייער איז געווען עפעס אן אויפפירונג וואס ער האט פארלאנגט אדער געטון אין בעדרום. אזוי איז משמע פון די ווערטער:
אבער שפעטער ווערן מיר געוואויר אז דאס איז געווען גענצליך עפעס אנדערש. זי האט אים געכאפט ביים קוקן פארנאגראפיע. וז"ל:
ב) אין אנהויב זעט אויס אז זיין ווייב איז באלד געלאפן צו איר טאטן:
שפעטער שרייבט ער אז איר טאטע האט גארנישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה, ער האט סתם געווארפן א שלעכט אויג אויף אים:
ג) די ערשטע נאכט האט ער פון פאראויס געוואוסט צו סטראשען זיין ווייב אז אויב פארשפארט זי דעם טיר גייט זי זיצן אין תפיסה, ווייל ער האט קאנעקשאנס מיט די פאליציי (אגב, דאס ארויסזאגן אזא סטראשע ווייזט אויף א כוח הדמיון מפותח). און זי האט אים נאאיוו געגלייבט און זיך דערשראקן פון די אבסורדע טענה, אבער ווען עס האט געהאלטן ביים זיך גט'ן און פארלירן די רעכטן אויף די קינדער האט דער חכם הרואה את הנולד פארלוירן זיין שכל און שטארקייט און אונטערגעשריבן בלא יודעים די שטרי בירורין.
ד) נאכ'ן זאגן פאר'ן מגי"ש האט ער דערציילט פאר זיינע עלטערן די גאנצע מעשה, און זיי האבן אים צוגעזאגט אים צו בעקן עד הסוף. אבער דערנאך זענען זיי פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין. מען הערט נאר איבער די רשעות'דיגע רבנים.
ה) דער מגי"ש איז געווען זייער נאנט מיט אים, און האט אויך זייער גוט פארשטאנען צו שלום בית. (נאר ער האט נישט קיין עקספיריענס ווען פראבלעמען מאכן זיך שוין. דאס פעלט גאר וויכטיג אויס פאר די מעשה, ווייל צוליב וואס שיקט ער אים צו א רב אויב ער האט אליין עקספיריענס?)
אבער דער קלוגער מגי"ש, מיט וועמען ער איז אזוי נאנט, שיקט אים צו א מנובל און א רשע!
געוואלד, פאר דעם רב וועלכער האט נישט פרובירט צו באהאלטן ביי די ערשטע וויזיט וואספארא רשע ער איז, איז געלונגען אויסצופאפן דעם קלוגן מגי"ש וועלכער האט באלד א טאג נאך דעם ערשטן וויזיט ביים שלום בית מאכער געכאפט אז עפעס איז נישט בסדר?!
נאך אזעלכע סתירות און מאדנע זאכן געפינען זיך בשפע. קודם שרייבט ער אז ס'איז אפטמאל נישט געווען קיין סאפער און פרישע וועש, דערנאך זאגט ער פאר'ן רב אז עס האט זיי גארנישט געפעלט ביז יעצט. קודם איז אלעס געווען זייער גוט מיט שלום בית, פלוצלינג איז אלעס געווארן איבערגעדרייט און זיין ווייב איז אים ממש דערגאנגען די יארן מיט א רשעות, און שפעטער האט זיך אלעס געטוישט, כלשונו: "היינט ב"ה איז דא זייער א גיטע שלום בית און עס אינטעסירט איר אינגאנצען נישט מיין רוחניות."
קודם שרייבט ער:
דערנאך שרייבט ער:
בכלל איז זייער מאדנע אז אלעס איז זייער עקסטרעם. ביידע רבנים זענען מנובלים און מאנופולירער, דער שווער איז א רשע מרושע, די ווייב איז געווען א רשע'נטע און יעצט איז זי א צדיקת. דער פשוט'ער בעל הבית איז א צדיק יסוד עולם וואס איז עוסק אין שלום בית לשם מצוה און וויל אפילו נישט זיין אין איין צימער מיט א פרוי. דער באס דרייווער אליין איז א קדוש מרחם אמו וואס איז נעבעך דורכגעפאלן אין אן עבירה און האט זיך באלד דערנאך אויסגעוויינט ביים תהלים פון גרויס צער וואס די פארנאגראפיע האט אים פארשאפט. וכו' וכו'.
פונדעסטוועגן, גיב איך פאר אונזער חשוב'ן באס דרייווער דעם בענעפיט אוו די דאוט, מעגליך אז צוליב די גרויסע צרות וואס ער איז נעבעך אדורך האט ער פארגעסן און פארמישט געוויסע פרטים. אבער כדי ער זאל געווינען מיין צוטרוי וועט ער קודם מוזן מודה זיין אז ער האט פארדרייט געוויסע פרטים און היבש מגזם געווען.

באס דרייווער האט געשריבן:איך געדענק נאך ווי האב מיר געשעמט צי קוקען אים און פנים, ווען ער האט מיר איבער געזאגט, וויאזוי איך האב איר געבעטן אנצוטוהן וכדו'
באס דרייווער האט געשריבן:למעשה האט נאר זי גערעדט און ער האט איר אויס געפרעגט ברחל בתך הקטנה וואס איך דעמאלטס געטיען איו וואס איך געבעטען ממש אז איך זאל מיר שפירען ווי צווי סענט
אבער שפעטער ווערן מיר געוואויר אז דאס איז געווען גענצליך עפעס אנדערש. זי האט אים געכאפט ביים קוקן פארנאגראפיע. וז"ל:
באס דרייווער האט געשריבן:דער עולם וויל וויסען וואס דע קלייניקייטען זענען איך האב נישט געהאט קיין חשק צי פארציילן
אבער איך האב געקלערט אז עס וועט זיין לתעלת וועל איך יא זאגען
מיין ווייב האט געהאט א קאמפיאטער אינדערהיים אן אינטערנעט איך אין שוואכע מיניט געכאפט א וויי פיי פין א שכן
וואס טיט א נייגעריגער אינגערמאן ווען הערט אזוי פיל פין אינטערנעט ער גייט ווי ער גייט וד"ל
דע גאנצע זאך האט געדויערט צווישען 5-10 מיניט איך גדענק נאך דע אנדערע טאג האב איך געוויינט געזאגט תהלים איך בין געווען באמת צישאסען אויף שטיקער
ב) אין אנהויב זעט אויס אז זיין ווייב איז באלד געלאפן צו איר טאטן:
באס דרייווער האט געשריבן:אנגעהויבן האט זיך עס מיט א קלייניקייט, זי האט געזען עפעס א נארישקייט ביי מיר און זי איז געלאפען גלייך צי איר טאטע אזוי ווי מען לערענט אויס אין בית רחל.
שפעטער שרייבט ער אז איר טאטע האט גארנישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה, ער האט סתם געווארפן א שלעכט אויג אויף אים:
באס דרייווער האט געשריבן:מיין שווער ווייסט גראדע נישט צי זאגען פין קיין קאמפיאטער
ער אויף מיר סתם א שלעכעטע אויג ווייל ער האלט האט נישט באקימען וואס ער ערווארטעט אויף זיין גלאנגענע טאכטער
ג) די ערשטע נאכט האט ער פון פאראויס געוואוסט צו סטראשען זיין ווייב אז אויב פארשפארט זי דעם טיר גייט זי זיצן אין תפיסה, ווייל ער האט קאנעקשאנס מיט די פאליציי (אגב, דאס ארויסזאגן אזא סטראשע ווייזט אויף א כוח הדמיון מפותח). און זי האט אים נאאיוו געגלייבט און זיך דערשראקן פון די אבסורדע טענה, אבער ווען עס האט געהאלטן ביים זיך גט'ן און פארלירן די רעכטן אויף די קינדער האט דער חכם הרואה את הנולד פארלוירן זיין שכל און שטארקייט און אונטערגעשריבן בלא יודעים די שטרי בירורין.
ד) נאכ'ן זאגן פאר'ן מגי"ש האט ער דערציילט פאר זיינע עלטערן די גאנצע מעשה, און זיי האבן אים צוגעזאגט אים צו בעקן עד הסוף. אבער דערנאך זענען זיי פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין. מען הערט נאר איבער די רשעות'דיגע רבנים.
ה) דער מגי"ש איז געווען זייער נאנט מיט אים, און האט אויך זייער גוט פארשטאנען צו שלום בית. (נאר ער האט נישט קיין עקספיריענס ווען פראבלעמען מאכן זיך שוין. דאס פעלט גאר וויכטיג אויס פאר די מעשה, ווייל צוליב וואס שיקט ער אים צו א רב אויב ער האט אליין עקספיריענס?)
באס דרייווער האט געשריבן:מין מגי"ש נישט קיין עקספיריענס ווען א פראבליעם מאכט זיך שוין,אבער זייער גיט פארשטאנען און שלום בית
אבער דער קלוגער מגי"ש, מיט וועמען ער איז אזוי נאנט, שיקט אים צו א מנובל און א רשע!
געוואלד, פאר דעם רב וועלכער האט נישט פרובירט צו באהאלטן ביי די ערשטע וויזיט וואספארא רשע ער איז, איז געלונגען אויסצופאפן דעם קלוגן מגי"ש וועלכער האט באלד א טאג נאך דעם ערשטן וויזיט ביים שלום בית מאכער געכאפט אז עפעס איז נישט בסדר?!
באס דרייווער האט געשריבן:למעשה איין אלטע מגי"ש פין ישיבה וואס איך בין געבליבען נאנט מיט אים, איך פליעג דאווענען איו איין שיהל מיט אים, ער האט מיר געריפען אין א זייט ער זאגט מיר אז עפעס גייט פאר איך זאל אים עס דערציילען
נאך אזעלכע סתירות און מאדנע זאכן געפינען זיך בשפע. קודם שרייבט ער אז ס'איז אפטמאל נישט געווען קיין סאפער און פרישע וועש, דערנאך זאגט ער פאר'ן רב אז עס האט זיי גארנישט געפעלט ביז יעצט. קודם איז אלעס געווען זייער גוט מיט שלום בית, פלוצלינג איז אלעס געווארן איבערגעדרייט און זיין ווייב איז אים ממש דערגאנגען די יארן מיט א רשעות, און שפעטער האט זיך אלעס געטוישט, כלשונו: "היינט ב"ה איז דא זייער א גיטע שלום בית און עס אינטעסירט איר אינגאנצען נישט מיין רוחניות."
קודם שרייבט ער:
איין זאך וויל איך דיר בעטן, לאז וויסן אינזער עולם וואס ס'גייט פאר מיט די שלום בית מאכערס - און די רבנים, וואס מער ווי געלט און בעדראם סטאריס, אינטערסירט זיי נישט גארנישטזיי האבען נישט קיין פראבלעם אז א אידישע שטוב זאל גיין דאון די דרעין
דערנאך שרייבט ער:
איך וויל דא קלאר מאכן איך בין נישט דע וואס ווילן אינטערייסען אינזער רבנים
ביי מיר אינדערהיים בין איך מחנך אז מען מיז האבען א ערליכע איד און איך גיי כסדר
איך רעד פין דע ערליכע רבנים נישט וואס זיי זאגען אז זיי זענען ערליך
בכלל איז זייער מאדנע אז אלעס איז זייער עקסטרעם. ביידע רבנים זענען מנובלים און מאנופולירער, דער שווער איז א רשע מרושע, די ווייב איז געווען א רשע'נטע און יעצט איז זי א צדיקת. דער פשוט'ער בעל הבית איז א צדיק יסוד עולם וואס איז עוסק אין שלום בית לשם מצוה און וויל אפילו נישט זיין אין איין צימער מיט א פרוי. דער באס דרייווער אליין איז א קדוש מרחם אמו וואס איז נעבעך דורכגעפאלן אין אן עבירה און האט זיך באלד דערנאך אויסגעוויינט ביים תהלים פון גרויס צער וואס די פארנאגראפיע האט אים פארשאפט. וכו' וכו'.
פונדעסטוועגן, גיב איך פאר אונזער חשוב'ן באס דרייווער דעם בענעפיט אוו די דאוט, מעגליך אז צוליב די גרויסע צרות וואס ער איז נעבעך אדורך האט ער פארגעסן און פארמישט געוויסע פרטים. אבער כדי ער זאל געווינען מיין צוטרוי וועט ער קודם מוזן מודה זיין אז ער האט פארדרייט געוויסע פרטים און היבש מגזם געווען.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
בעת מיר זענען געשפאנט און ווארפן זיך ארויף אויף יעדן פרישע אפדעיט פונעם אומפאראויסזעהנדע פארזעצונג ווי צעהיצטע חסידים אויף א קליין טעלערל שיריים, קוקט נישט אויס אז אונזער חשובער באס דרייווער וועט אזוי שנעל פארזעצן דעם רירענדע ארטיקל וועלעכע איר ווירקליכקייט שטייט ביים שוועל פון ווערן איינגעשלינגען, ער וועט זיך ליבערשט ספראווענען (אויב ער וועט) מיט די פריש ערווארבענע סאמאטאכע וואס האט זיך צעפלאמט, אלזא אלס א נעטראלער דא וויל איך בעהטן דעם באס דרייווער זאל שוין פארענדיגן דעם מעשה און ערשט דערנאך פארנייען די פאראדאקסן, יישר כח למפרע יואב בשם חברי השטיבל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
אויב פאלגסטי מיר דאן שרייב נישט ווייטער דא
כהאב נישט געגלייבט אז סאיז נאך דא אזאנע נאאיוועדיגע יונגעלייט וואס הייבען נישט אן צו וויסען וואס גייט פאר
איך קען ענק פארציילען פעלער וואס רבנים זענען געוועהן אסאך גרעסערע רשעים ווי דעס אבער איך הייב נישט אן מוועט מיר נישט גלייבען
אויב איך בין ווען מנהל וואלט איך אויסגעשפארט דע חברה ווייל זיי הרגנן אפ דע אלע מעשיות פון ארויסצוקומען
איך פרזענדליך האלט אז סאיז דא אפאהר רבנים וואס שטייען אונטער דעם ודל

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער?!!!
דו ביסט דאך אויך געווען ביי יענע אסיפה ביים רב אינדערהיים, און די האסט אויך באקומען דיין טשעקל, פונקט ווי מיר אלע. הייתכן דו שרייבסט אנדערש ווי אפגעשמיעסט? וואס טוט זיך מיט גניבה פון די געלט? און אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן, אקעי. אבער אויסזאגן די געהיימע סוד ברבים דא?? און נאך פארן מנהל???
דו ביסט דאך אויך געווען ביי יענע אסיפה ביים רב אינדערהיים, און די האסט אויך באקומען דיין טשעקל, פונקט ווי מיר אלע. הייתכן דו שרייבסט אנדערש ווי אפגעשמיעסט? וואס טוט זיך מיט גניבה פון די געלט? און אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן, אקעי. אבער אויסזאגן די געהיימע סוד ברבים דא?? און נאך פארן מנהל???
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קרעקער האט געשריבן:אויב פאלגסטי מיר דאן שרייב נישט ווייטער דא
כהאב נישט געגלייבט אז סאיז נאך דא אזאנע נאאיוועדיגע יונגעלייט וואס הייבען נישט אן צו וויסען וואס גייט פאר
איך קען ענק פארציילען פעלער וואס רבנים זענען געוועהן אסאך גרעסערע רשעים ווי דעס אבער איך הייב נישט אן מוועט מיר נישט גלייבען
אויב איך בין ווען מנהל וואלט איך אויסגעשפארט דע חברה ווייל זיי הרגנן אפ דע אלע מעשיות פון ארויסצוקומען
איך פרזענדליך האלט אז סאיז דא אפאהר רבנים וואס שטייען אונטער דעם ודל
איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער ממי שאמרו, היימישער ליטוואק, און איחוד פעלד זענען דא די אפציעלע פארטרעטער פון די רבנים, זיי פארענטפערן שטענדיג די מנהיגים פונ'ם חסידיש'ן ציבור, זיי טענה'ן כסדר אז כל המהרהר אחרי רבו כאילו מהרהר אחר השכינה, און מען טאר נישט פרעגן קיין שום קשיות אויף סיי וועלכער אדמו"ר, רב, אדער געבלומטע בעקישע,וד"ל ודו"ק ודפח"ח. אבער איך? איך בין דאך דער פשוט'ער יאיר, איך וויל סתם וויסן פארוואס עס זענען דא אזעלכע אפענע סתירות אין די מעשה. אויב דער באס דרייווער קען דאס געשמאק פארענטפערן העמער ווייטער הערן מיט שפאנונג.
האדם לא נברא אלא להתענג
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
יאיר, איך האב הנאה געהאט פון דיין גרינטליכע אנאליז פון די מעשה, אבער די סתירות וואס דו ברענגסט קען מען זייער גרינג פארענטפערן.
א) קודם האט ער נאר געשריבן ברמיזה, און ווען מען האט אים געדרוקט צו די וואנט צו מודה זיין על האמת, האט ער זיך געמוזט ארויס דרייען מיט א מעשה, זיך שעמענדיג צו זאגן דעם אמת.
ועוד, קען זיין אז דער קאמפיוטער איז געווען די פאנטש-ליין, וואס דאס האט שוין געמאכט אז זי זאל ארויסגעבן נאך סודות פון חדר.
ב) ווען ער האט געזאגט אז איר טאטע ווייסט נישט פון קיין קאמפיוטער, האט ער זיך באצויגן צו דעם וואס מען האט גערעדט צו איר טאטע איז אליינ'ס א שגץ און ער רייט נאר אויף זיינע שוואכקייטן, אויף דעם זאגט ער אז ניין דער שווער האט נישט קיין קאמפיוטער, נאר אזוי ווי ער האט שוין סיי ווי א שלעכט אויג אויף אים, האט ער יעצט נאכן הערן די מעשיות, זיך פארלייגט אויף אים.
ג) אנפאנג האט ער זיך פארלוירן און זיך אנגעכאפט אויף א נארישע שטרוי, און דערנאך ווען עס האט זיך אים געדאכט אז ער האט דא א נארמאלע וועג ארויס, האט ער אונטערגעשריבן שטרי בירורין.
ד) ער האט נאכנישט געענדיגט די מעשה, לאז אים אויסרעדן.
ה) אים האט זיך געדאכט אז דער קלוגער מגיד שיעור פארשטייט צו שלום בית, ווייל ער האט אים אפשר געגעבן שלום בית לעסעאנ'ס פאר די חתונה, האט ער זיך איינגערעדט אז יעצט וועט ער אים אויך קענען העלפן, און למעשה זעהט אויס אז דער מגיד שיעור איז נישט אזוי קלוג.
בקיצור מיין השערה איז אז די מעשה איז יא אמת, נאר דער שרייבער האט א שטארקע כח הדמיון, וואס איז נישט אייביג א חסרון, עס קען אסאך צוניץ קומען אין לעבן, און דערפאר שרייבט ער אביסל מוגזם'דיג און עקסטרעם.
און בכל אופן איז די מעשה זייער שיין צו ליינען, און מען קען זיך לערנען פון דעם אסאך, און ווי איינער האט שוין געשריבן אז אפילו על צד הספק אז עס איז אמת, טאר מען נישט גיסן יענעמ'ס בלוט.
בד"וו ווי איז דער באס דרייווער אליינ'ס? לאמיר הערן וואס ער אליינ'ס האט צו זאגן.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
געדענקטס א כלל Life is stranger than fiction, דאס איז חוץ מזה אז די מעשה וואס טייערער ר' נהג לייגט אראפ איז גארנישט אזוי מאדנע פאר די וואס האבן א שטיקל יד אין די ענינים, אסאך מאדנערס האב איך שוין צאמגעהרט בימי חלדי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
טענקס גנדי, היינט זיך איינגעשריבן און איך האב די זכיה צו באקומן דיין ערשטע לייק.
שלום עליכם!
שלום עליכם!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ברסלב'ער האט געשריבן:בקיצור מיין השערה איז אז די מעשה איז יא אמת, נאר דער שרייבער האט א שטארקע כח הדמיון, וואס איז נישט אייביג א חסרון, עס קען אסאך צוניץ קומען אין לעבן, און דערפאר שרייבט ער אביסל מוגזם'דיג און עקסטרעם.
אין הכי נמי, דאס איז זייער מעגליך, ווי איך האב אליין אויסגעפירט צום סוף. אבער טאמער ס'איז טאקע אזוי די מעשה דעמאלט דארף ער קודם דאס ארויסזאגן קלאר און אנצייגן וואו די גוזמאות ליגן. עס איז נישט קיין יושר צו ארויפווארפן אזעלכע דראסטישע באשולדיגונגען אויף רבנים און עסקנים - אפילו אן א ספעציפישע נאמען - אויב עס איז מוגזם.
און צו די אלע וואס טענה'ן אז זיי האבן שוין געזען ערגערס, געוואלד, וויפיל ערגער קען זיין?! היש קרופציה גדולה מזו?
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
וואס איז דע א נפק"מ אויב די מעשה בפרטיות איז אמת אדער נישט. זייט ווען איז די value פון א מעשה אפהענגיג אויב איז עס אמת? די סייענטיפישע מעטאדע ציט שוין איבער דעם שטריקל דא. אפשר קען מען טאקע נעמען א לימוד פון דא אז מאנכע כאפען נישט ווי איין און ווי אויס. ווען מען דארף ניצען די מעטאדע און ווען נישט. כ'דענק אמאל און חדר פלעגט מען זאגען אויף אזא סצענע ווי דא אז ער פרעגט א קשיא אויף א מעשה.
אוודאי געוויס קען מען דן זיין צו דאס איז א גאר יחידותדיגע מקרה, אדער צו דאס איז מעשים בכל יום. אבער וועם שטערט מיטצושפילען מיט זיין מעשה? דו האלטסט דען אז ווען מען דערציילט די גרויסע מדות פין א נפטר וואס איז אוועק אויף א טראגישען אופן, איז דוקא יא אמת? וועם שטערט דאס דען?
עס דערמאנט מיך פון אליהו וויזעל'ס ווארט "Some events do take place but are not true; others are—although they never occurred." גראדע איז אינטערסאנט צו זעהן די קאנטעקסט ווי די מימרא איז געזאגט געווארען. עס איז געשעהן ווען ער האט געטראפען ר' חיים מאיר'ל אין תל אביב. דאס לעצטע מאל וואס ער האט אים געטראפען איז געווען אין אונגארען צוואנציג יאר פריער. קוק דא
What are you writing’ the Rebbe asked. ‘Stories,’ I said. He wanted to know what kind of stories: true stories. ‘About people you knew?’ Yes, about people I might have known. ‘About things that happened?’ Yes, about things that happened or could have happened. ‘But they did not?’ No, not all of them did. In fact, some were invented from almost the beginning to almost the end. The Rebbe leaned forward as if to measure me up and said with more sorrow than anger: ‘That means you are writing lies!’ I did not answer immediately. The scolded child within me had nothing to say in his defense. Yet, I had to justify myself: ‘Things are not that simple, Rebbe. Some events do take place but are not true; others are—although they never occurred.’”

- באס דרייווער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
א גיט יאר מיינע חברים איך בין נישטא געווען ביז יעצט
איך וועל זיין מודה על האמת אז איך שפיר מיר זייער אימבאקוועים אז איך מיז יעצט שטיין און אויף ווייזען אז מיינע ווערטער זענען אמת
ווי איינער האט דא פריער געשריבן פארוואס זאל איך האבן א מטרה צי דערציילן דע מעשה ווען איך דערמאן נישט קיין שום נאמען
באמת האב איך געוואלט אביסעל ממשיך זיין וויייטער ווי איך האב געהאלטן
אבער מען האט מיר אוועק גענימען אביסעל דיעם אפטיט, איך מיז יעצט שטיין אויפציווייזען אמיתת דברים
נאך אלעמען בין איך נישט קיין שרייבער יעדע ווארט ווואס איך האב געשריבען האב איך דאפעלט געמעקט ווייל איך קען נישט שרייבן
נאכאמאל... איך וואלט מסתם אויך נישט געגלייבט ווען איך בין נישט דער בעל דבר
איך קען באשטיין אנדערע וואס זענען דורך ענדליך צי מיר וואס זיי זאגען צי דעי זאכן וואס איך שרייב מאכט סענס צי נישט,איך זאג עס נאכאמאל יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן איך האב מגלה טפח און מכסה טפחיים
אבער אייו זאך מיזן ענק פארשטיין אז עס מיר זייער שווער זיך אויסציטען ברבים אראפ לייגן ווי אזוי מיין בינו לבינה איז ציגעגאנגען וד"ל
אביסעל איז בראסלעוער זייער גיט מסביר כאטש נישט פינקליך
ווייל דער מג"י"ש איז נישט געווען מיין חתונה מלמד
און פשוט יעדער פארשטייט אז עס דא זאך מען כאפט א אינגערמאן מיט עבירה און נאכדעים וואס מען טיט בהיתר מיט דע פרוי וד"ל
וועגען מיינע עלטערן איך האב זיי קיינמאל נישט גארנישט דערציילט פשוט איך האב נישט אזא נאנטקייט צי קענען רעדען מיט זיי אזעלכע עינינים מיט זיי, כאטש זיי האבען געגעבן זייער א סאך חיזוק מיט געלט, מיין מגי"ש האט זיי געפיטערט מיט אלע אינפארמיעשאן,
איך האלט עס זיכער דא וואס פארשטייען מיר אז זיי קענען נישט רעדען מיט זייערע עלטערן דע זאכען, איך גדענק נאך ביי מיין חתונה חוץ וואס זיי האבען מיר געשיקט צי הרב שעהר האבן זיי מיר גארנישט געזאגט און געפרעגט
איך וועל מסתם שפעטער און קורצען ענדיגען מיין פרשה פשוט ווייל איך האב אנגעהויבן איך וויל נישט עס לאזען נישט גענדיגט