יאנקל האט געשריבן:באס דרייווער היקר,
לעומת די אלע סקעפטיקער זענען נאך דא פונקט אזויפיל - אדער נאך מער - וואס זענען מיט דיר. אל תירא ואל תיחת! דערצייל ווייטער דיין געשיכטע.
זאלן די סקעפטיקער גיין ווי מאנכע שיקן הערשל קלאר, ודברי הנהג חיים וקיימים.
יאנקל האט געשריבן:באס דרייווער היקר,
לעומת די אלע סקעפטיקער זענען נאך דא פונקט אזויפיל - אדער נאך מער - וואס זענען מיט דיר. אל תירא ואל תיחת! דערצייל ווייטער דיין געשיכטע.
ברסלבער האט געשריבן:יאיר, איך האב הנאה געהאט פון דיין גרינטליכע אנאליז פון די מעשה, אבער די סתירות וואס דו ברענגסט קען מען פארענטפערן..........
בקיצור מיין השערה איז אז די מעשה איז יא אמת, נאר דער שרייבער האט א שטארקע כח הדמיון, וואס איז נישט אייביג א חסרון, עס קען אסאך צוניץ קומען אין לעבן, און דערפאר שרייבט ער אביסל מוגזם'דיג און עקסטרעם. און בכל אופן איז די מעשה זייער שיין צו ליינען, און מען קען זיך לערנען פון דעם אסאך, און ווי איינער האט שוין געשריבן אז אפילו על צד הספק אז עס איז אמת, טאר מען נישט גיסן יענעמ'ס בלוט.
בד"וו ווי איז דער באס דרייווער אליינ'ס? לאמיר הערן וואס ער אליינ'ס האט צו זאגן.
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:וואס איז דע א נפק"מ אויב די מעשה בפרטיות איז אמת אדער נישט. זייט ווען איז די value פון א מעשה אפהענגיג אויב איז עס אמת? די סייענטיפישע מעטאדע ציט שוין איבער דעם שטריקל דא. אפשר קען מען טאקע נעמען א לימוד פון דא אז מאנכע כאפען נישט ווי איין און ווי אויס. ווען מען דארף ניצען די מעטאדע און ווען נישט. כ'דענק אמאל און חדר פלעגט מען זאגען אויף אזא סצענע ווי דא אז ער פרעגט א קשיא אויף א מעשה.
אוודאי געוויס קען מען דן זיין צו דאס איז א גאר יחידותדיגע מקרה, אדער צו דאס איז מעשים בכל יום. אבער וועם שטערט מיטצושפילען מיט זיין מעשה? דו האלטסט דען אז ווען מען דערציילט די גרויסע מדות פין א נפטר וואס איז אוועק אויף א טראגישען אופן, איז דוקא יא אמת? וועם שטערט דאס דען? ”
בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן? אויב די מעשה איז אמת דאן החרשתי ווייל אין אדם נתפס על צערו, אבער אויב די מעשה איז שקר דאן איז ער א פלענע מסית ומדיח,
ברסלבער האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן? אויב די מעשה איז אמת דאן החרשתי ווייל אין אדם נתפס על צערו, אבער אויב די מעשה איז שקר דאן איז ער א פלענע מסית ומדיח,
קודם, איך האב געשריבן אז איך האלט אז די מעשה איז יא אמת.
צווייטנ'ס, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט די שיטת ברסלב וואס דו זאגסט, לפי מיטב ידיעתי איז דאס שקר ווי די עבודה זרה.
דריטנ'ס, קיינער האקט נישט אויף "רבנים" בשם הכולל, מען האקט אויף מענטשן וואס רופן זיך רבנים בשעת זיי זענען נישט ראוי לאותו איצטלא, נאר ווייל זייער עלטער זיידע איז געווען א רב אינדערהיים.
ווי האט יענער געזאגט? "אזוי ווי מען טאר נישט רעדן אויף קיין מענטשן, וועט מען זיי קודם מאכן אויס מענטשן, און נאכדעם וועט מען רעדן אויף זיי", וכן הוא בענין הרבנים.
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:בדחן, דו האלטסט נישט אז אין דער גרויסער גארער וועלט פון עיר הקודש וויליאמסבורג זענען דא צוויי רבנים טשאווערגאוס? די מעשה רעדט פון די צוויי רבנים. אזוי ווי איך האב געשריבען, מען דארף דן זיין צו דאס איז מעשים בכל יום אדער נאר איין מקרה אחד מני אלף, ווי ער האט פונקט אנגעטראפען די צוויי פאסקוניאקס פון שטאט.
בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
בדחן האט געשריבן:מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן?
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?בדחן האט געשריבן:מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן?
ווייל זיי זענען ברסלב איז אלעס מותר???
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברוך השם וואס האט באשאפען א ריזיגע גיהנום, ס'דא פלאץ פאר די אלע גוט-הארציגע-איין-זייטיגע עסקנים.
דרייווער, אויב נאך איינער איז מטיל ספק אין די ווארהייט פון דיין געשיכטע, וועל איך פלאצען פון כעס, און פארציילען מעשיות מיט נעמען.