מיין שלום בית געשיכטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יאנקל האט געשריבן:באס דרייווער היקר,
לעומת די אלע סקעפטיקער זענען נאך דא פונקט אזויפיל - אדער נאך מער - וואס זענען מיט דיר. אל תירא ואל תיחת! דערצייל ווייטער דיין געשיכטע.

זאלן די סקעפטיקער גיין ווי מאנכע שיקן הערשל קלאר, ודברי הנהג חיים וקיימים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

ברסלבער האט געשריבן:יאיר, איך האב הנאה געהאט פון דיין גרינטליכע אנאליז פון די מעשה, אבער די סתירות וואס דו ברענגסט קען מען פארענטפערן..........
בקיצור מיין השערה איז אז די מעשה איז יא אמת, נאר דער שרייבער האט א שטארקע כח הדמיון, וואס איז נישט אייביג א חסרון, עס קען אסאך צוניץ קומען אין לעבן, און דערפאר שרייבט ער אביסל מוגזם'דיג און עקסטרעם. און בכל אופן איז די מעשה זייער שיין צו ליינען, און מען קען זיך לערנען פון דעם אסאך, און ווי איינער האט שוין געשריבן אז אפילו על צד הספק אז עס איז אמת, טאר מען נישט גיסן יענעמ'ס בלוט.
בד"וו ווי איז דער באס דרייווער אליינ'ס? לאמיר הערן וואס ער אליינ'ס האט צו זאגן.

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:וואס איז דע א נפק"מ אויב די מעשה בפרטיות איז אמת אדער נישט. זייט ווען איז די value פון א מעשה אפהענגיג אויב איז עס אמת? די סייענטיפישע מעטאדע ציט שוין איבער דעם שטריקל דא. אפשר קען מען טאקע נעמען א לימוד פון דא אז מאנכע כאפען נישט ווי איין און ווי אויס. ווען מען דארף ניצען די מעטאדע און ווען נישט. כ'דענק אמאל און חדר פלעגט מען זאגען אויף אזא סצענע ווי דא אז ער פרעגט א קשיא אויף א מעשה.
אוודאי געוויס קען מען דן זיין צו דאס איז א גאר יחידותדיגע מקרה, אדער צו דאס איז מעשים בכל יום. אבער וועם שטערט מיטצושפילען מיט זיין מעשה? דו האלטסט דען אז ווען מען דערציילט די גרויסע מדות פין א נפטר וואס איז אוועק אויף א טראגישען אופן, איז דוקא יא אמת? וועם שטערט דאס דען? ”


וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן? אויב די מעשה איז אמת דאן החרשתי ווייל אין אדם נתפס על צערו, אבער אויב די מעשה איז שקר דאן איז ער א פלענע מסית ומדיח,

א שיינע נאוועל איז אייביג געשמאק צו ליינען, און זיכער ווען עס איז אינוואלווד דראמא, שלום בית, שמיץ אויפן קאמפויטער, הרגשים, וכו׳
אבער מען קען עס טיען אן האקן אויף רבנים, לאז ארויס די חלק.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן? אויב די מעשה איז אמת דאן החרשתי ווייל אין אדם נתפס על צערו, אבער אויב די מעשה איז שקר דאן איז ער א פלענע מסית ומדיח,

קודם, איך האב געשריבן אז איך האלט אז די מעשה איז יא אמת.
צווייטנ'ס, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט די שיטת ברסלב וואס דו זאגסט, לפי מיטב ידיעתי איז דאס שקר ווי די עבודה זרה.
דריטנ'ס, קיינער האקט נישט אויף "רבנים" בשם הכולל, מען האקט אויף מענטשן וואס רופן זיך רבנים בשעת זיי זענען נישט ראוי לאותו איצטלא, נאר ווייל זייער עלטער זיידע איז געווען א רב אינדערהיים.
ווי האט יענער געזאגט? "אזוי ווי מען טאר נישט רעדן אויף קיין מענטשן, וועט מען זיי קודם מאכן אויס מענטשן, און נאכדעם וועט מען רעדן אויף זיי", וכן הוא בענין הרבנים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

באס דרייווער, פיר אונז ווייטער, איך האלט מיט.

דיך צו מחזק זיין: ס'קומען צו ניקס לכבודך, שוין באלד ווי אן אנדערען אשכול, כ'וויל נישט פורש בשמו זיין.
Under influence
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

ברסלבער האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן? אויב די מעשה איז אמת דאן החרשתי ווייל אין אדם נתפס על צערו, אבער אויב די מעשה איז שקר דאן איז ער א פלענע מסית ומדיח,

קודם, איך האב געשריבן אז איך האלט אז די מעשה איז יא אמת.
צווייטנ'ס, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט די שיטת ברסלב וואס דו זאגסט, לפי מיטב ידיעתי איז דאס שקר ווי די עבודה זרה.
דריטנ'ס, קיינער האקט נישט אויף "רבנים" בשם הכולל, מען האקט אויף מענטשן וואס רופן זיך רבנים בשעת זיי זענען נישט ראוי לאותו איצטלא, נאר ווייל זייער עלטער זיידע איז געווען א רב אינדערהיים.
ווי האט יענער געזאגט? "אזוי ווי מען טאר נישט רעדן אויף קיין מענטשן, וועט מען זיי קודם מאכן אויס מענטשן, און נאכדעם וועט מען רעדן אויף זיי", וכן הוא בענין הרבנים.


יא מיט אזעלכע משכיל׳שע דאשקוס... קען מען אפ׳שמד׳ן כלל ישראל, לאמיר זען ווי העפי דו וועסט זיין אויב דיינע קינדער וועלן אוי רעדן (ח״ו) און דיר שפייען און פנים.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

בדחן, דו האלטסט נישט אז אין דער גרויסער גארער וועלט פון עיר הקודש וויליאמסבורג זענען דא צוויי רבנים טשאווערגאוס? די מעשה רעדט פון די צוויי רבנים. אזוי ווי איך האב געשריבען, מען דארף דן זיין צו דאס איז מעשים בכל יום אדער נאר איין מקרה אחד מני אלף, ווי ער האט פונקט אנגעטראפען די צוויי פאסקוניאקס פון שטאט.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:בדחן, דו האלטסט נישט אז אין דער גרויסער גארער וועלט פון עיר הקודש וויליאמסבורג זענען דא צוויי רבנים טשאווערגאוס? די מעשה רעדט פון די צוויי רבנים. אזוי ווי איך האב געשריבען, מען דארף דן זיין צו דאס איז מעשים בכל יום אדער נאר איין מקרה אחד מני אלף, ווי ער האט פונקט אנגעטראפען די צוויי פאסקוניאקס פון שטאט.


עס איז דא מער ווי צוויי..... אבער ווען א מעשה האט א שניט און א ציל צו האקן אויף רבנים איז עס נישט אידישליך,
מיר זענענן פארט אידן און מיר דארפן האבן א גדר, מיר דארפן האבן רבנים. מען קען נישט עפענענן אשכולות מיטען צו האקן לשם האקען, דאס איז משכיליש געשטימט.

און אר״י הייסט אזא איינער ״אנטי חרדי״ דא דרייען זיך חרדים שותומ״צ, נישט אנטי חרדים.

( דרך אגב, איך ווייס נישט אז די מעשה איז שקר, עס איז נאר דא זייער זייער אסאך קשוית וואס עס איז ווערט אז ער זאל אדרעסירען בעפאר ער גייט ווייטער)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בדחן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

באס דרייווער.

איך בין א נייער דא, אבער דיין מעשה האט מיר זייער בארירט!

איך גלייב דיין מעשה, און איך האב מיטלייד מיט דיר.

שרייב ווייטער, און שטעל דיך נישט אפ וועגן קיינעם.

מהאטמא גאנדי האט געזאגט:
"אמת שטייט, אפילו ווען קיינער שטיצט דאס נישט, עס שטייט פון זיך אליין."

“Truth stands, even if there be no public support. It is self-sustained.”
Mahatma Gandhi -
You must be the change you want to see in the world
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
בדחן האט געשריבן:מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן?

ווייל זיי זענען ברסלב איז אלעס מותר???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פוןדעסטוועגןדאך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בדחן, וואס איז די פראבלעם, דו קענסט גלייבן די מעשה, און אז ס'רעדט זיך פון ברעסלאבע רבנים, אדער אנדערע נישט היימישע, ושלום על ישראל.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:וואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
בדחן האט געשריבן:מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן?

ווייל זיי זענען ברסלב איז אלעס מותר???


איך וויל נישט פארדרייען די אשכול איבער ברסלב, אבער עפן א אשכול איבער ברסלב וועט מען עס דארט קענענן אויסשמיסען,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

כיאנקל ועוד לקוקוריקו,

צו מיינע אויערן קלינגט די מעשה אמת. ס'הערט זיך צו מיר בכלל נישט אזוי פאנטאסטיש ווי אנדערע האבן די געשיכטע אויפגענומען. די "לעכער" זענען זייער מינדערוויכטיג און האבן ווייניג שייכות מיט'ן עצם סיפור המעשה.

עטליכע חברים האבן אנגעוויזן אז ס'איז נישט מסתבר אז א רב זאל זיך אויפפירן אזוי שרעקליך ווי באס-דרייווער זאגט. יענע זאלן געדענקען אז דאס התנהגות פון יענע רבנים הערט זיך שרעקליך אינעם קאנטעקסט פון באס-דרייווער'ס ווערטער. ער "עדיטאריאליזירט" זייער אויפפירונג פון זיין פערספעקטיוו, וויאזוי ער האט געזען, פארשטאנען און געפילט דערוועגן. אויב קוועטשט מען אויס די מעשה און מען לאזט אויס אלע אדיעקטיווען, קלינגט די מעשה זייער רעאליסטיש.

עס קומט מיר פאר אז מענטשן האבן מורא אז אונטער דעם ניק באס-דרייווער זיצט א לץ וואס לאכט פון די הרגשים און סימפאטיע וואס זיין "באבא-מעשה" רופט ארויס ביים עולם. איך גלייב נישט אז ס'איז אזוי; אבער נניח אז יא: "באס-דרייווער" איז נישט קיין מענטש, נאר א ווירטואלער שליח. אפילו אויב דער וואס קלאפט אפ די אותיות וואס דערציילן די געשיכטע איז א לץ, איז אזא מעשה שוין כמעט זיכער געשען, און מער איינמאל. אלא מאי, ס'איז נישט געשען מיט דעם מענטש וואס זיצט ביים קיבאורד. למאי נפקא מינה? דער ניק אליין רעדט דאך נישט; ער פארטרעט אן "אמת'ן מענטש". וואס א חילוק צי ער פארטרעט דעם וואס זיצט ביים קיבאורד, צי א צווייטן?

באס-דרייווער: איך גלייב דיר און פיל מיט דיר. אויב די מעשה איז נישט אמת (ס'איז יא -- איך רעד לשיטתם פון די סקעפטיקערס), דעמאלט וויל איך דיר גראטולירן פארן זיך אננעמען פאר דעם מיט וועמען די מעשה איז יא געשען.

___

דר'עולם האקט אוועק אויף כוח.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

פשוט (פון) קאמפליצירט,
געוואלדיג!!!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך זע אז עס טוט זיך דא א גאנצע געראשקע וועגן שלום בית, וואלט איך געוואלט שרייבן א געדאנק וואס איך האב געהערט נאך מיין חתונה, פון אן ערנסטע רב, און איך האב מיר פערזענליך איבערצייגט אז עס ליגט דערינען א געוואלדיגע אמת.

דער רב האט אזוי געזאגט:

מאנכע מיינען אז שלום בית איז א גאנצע פסיכאלאגיע, א גאנצע שיטה, דעריבער אויב עס מאכט זיך א פראבלעם בעניני שלום בית, קען נאר א פסיכאלאג העלפן, און מען לאזט זיך קאסטן ממון ודמים, און רוב מאל העלפט עס א מכה.

וואס איז פשט?

זייער פשוט: שלום בית מיינט בעיקר מידות טובות!

האט איר א משל:

מאן פארן ווייב: פייגא קענסט מאכן היינט פאר סאפער סעסעמי טשיקן?
ווייב פארן מאן: יענקי ניין, עס מאכט צו א גרויסע שמוץ. איך וועל מאכן פלענע טשיקן מיט רייז!
מאן פארן ווייב: פייגא, אקעי!


א פאר מינוט שפעטער:

ווייב פארן מאן: יענקי קענסט מיר אפשר געבן $150 איבערצומאכן מיין שייטל?
מאן פארן ווייב: פייגא ניין!
ווייב פארן מאן: יענקי פארוואס?
מאן פארן ווייב: ווייל איך האב נישט איצט קיין געלט, און אז דו ווילסט דיר נישט אנשטרענגען פאר מיר און מיר מאכן עסן וואס איך ליב, פארוואס זאל איך מיך אנשטרענגען פאר דיר, און דיר געבן געלט וואס איך האב נישט, איבער צומאכן דיין שייטל, וואס דו האסט עס איבערגעמאכט קוים 3 וואכן צוריק?

זייער גערעכט? ניין?

וואס זאגט די תורה הק'? ווי אזוי הייסט דאס אין חומש?
לא תקום!!!!!!!

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער:

דער מאן זאגט פארן ווייב: פייגא אקעי, איך געב דיר די געלט איבערצומאכן דיין שייטל, אפי' איך האב עס נישט, און אפי' דו מאכסט מיר נישט די עסן וואס איך האב ליב, דאך גיב איך דיר די געלט!

וואס זאגט די תורה הק'? וואו אזוי הייסט דאס אין חומש?

לא תטור! מען טאר נישט האלטן קיין פיינטשאפט!

וויפיל מאל א טאג האבן מיר אזעלכע מצבים?

ווען מיר פירן זיך ווען ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה, און מיר ארבייטן אויף אונזערע מדות, וואס וואלטן מיר ווען געטאן?

ווייב פארן מאן: יענקי קענסט מיר אפשר געבן $150 איבערצומאכן מיין שייטל?
מאן פארן ווייב: פייגא יא! און דא האסטו נאך א פופציגער פאר טאשן געלט!

וויפיל אהבה און ליבשאפט, שלום בית, וואלט אזא תשובה געברענגט אין שטוב?

האט דאס עפעס צו טאן מיט פסיכאלאגיע? ניין!

אז מען פירט זיך מיט גוטע מדות, ווי די תורה הק' פארלאנגט, הערשט אין שטוב אהבה ואחווה ושלום וריעות,

אז מען פירט זיך מיט נישט קיין גוטע מדות, און נישט ווי די תורה הק' פארלאנגט, איז די שטוב א חורבן, און מען איז כסדר פארנומען צו לויפן צו רבנים, פסיכאלאגן, וואס קענען גארנישט אויפטאן, נאר ארויסצורייסן געלט פון טאש, און מאכן זיכער אז די פראבלעמען ענדיגן זיך קיינמאל נישט.


איין עצה איז דא: ארבייטן אויף די מדות, און זיך פירן ווי א יוד!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך וויל נישט פארקירעווען די באס אבער איך האלט יעצט מיט לייוו א מעשה ממש א שעה צוריק, א טייערער יונגערמאן א גרוש וויל האבן זיינע קינדער אויף פסח, לויט די הסכם האט ער פולע רעכטן קומט זיין עקס און זאגט לא, זי זאגט א טערעפיסט/עסקן האט גערעדט מיט א קינד און יענער האט מחליט געווען דער יונגערמאן איז שעדליך פאר די קינדער, און דאס איז אן רעדן א ווארט מיט עם און גאנץ ווארשיינליך קען ער עם אפילו נישט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ברוך השם וואס האט באשאפען א ריזיגע גיהנום, ס'דא פלאץ פאר די אלע גוט-הארציגע-איין-זייטיגע עסקנים.

דרייווער, אויב נאך איינער איז מטיל ספק אין די ווארהייט פון דיין געשיכטע, וועל איך פלאצען פון כעס, און פארציילען מעשיות מיט נעמען.
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קאווע, איך בין מטיל ספק, נאר כדי זאלסט דערציילן מיט נעמען. פאק ארויס.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ברוך השם וואס האט באשאפען א ריזיגע גיהנום, ס'דא פלאץ פאר די אלע גוט-הארציגע-איין-זייטיגע עסקנים.

דרייווער, אויב נאך איינער איז מטיל ספק אין די ווארהייט פון דיין געשיכטע, וועל איך פלאצען פון כעס, און פארציילען מעשיות מיט נעמען.


פלאצן זאלסטו נישט פלאצן, וואלט מיין חומש געזאגט. שטעלט זיך פאר קאווע מיט זיין ניק און אוואטאר פלאצן אויף. ס'וועט זיין א שטיבל-9/11 מיט צענדליגער תגובות און ניקס באטרינקען און באגראבן אין א געמויזאכץ פון קאווע און שטריימל-שפיצן :(
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

קאך-לעפל,

נישט קיין שלעכטע איינפאל. איך וויל נאר צולייגן איין נקודה:

ביי טייל פרויען, איז עס נישט די שמוץ וואס סעסעמי טשיקען מאכט אן, נאר די תאווה צו קאנטראלירן דעם מאן, איהם אפצושניידן זיין כח גברא מ'שטיינס'געזאגט. - ביי אזא איינעם, העלפט נישט צו זיין א גוטע בעל מידות. אזא איינעם דארף מען איידער וואס ווען און ווי אנכאפן דעם מסכת פאר חגיגה און עס קלאר אוועקשטעלן אויפ'ן טיש, אדער אפשר אריינהענגען אויף א פרעים קעגן איבער דעם אריינגאנג אין הויז, והיו עיניה רואות.

די גמרא דערציילט אויפ'ן גרויסע רב תנא, אז זיין רביצין האט יעדעס טאג געמאכט פאר סאפפער פונקט דאס פארקערטע פון וואס ער האט איר געבעטן אינדערפרי. שוין 1500 יאר וואס אידן לערנען די גמרא און געדענקען איר לשמצה. אמת, רב האט נישט געלאזט זיין זוהן זיך אריינמישן מיט לגיונות, אמת, רב האט איר נישט דערקוטשעט, אבער ער האט נישט אויפגעגעבן אויך נישט.

די מאדנעקייט פון רב'ס מעשה איז, אז רב'ס רביצין האט זיך מטריח געוועהם איהם צו פרעגן יעדעס טאג וואס ער וואלט געוואלט עסן ווען ער קומט אהיים! זי האט איהם געגעבן דאס געפיהל פון דאונט ווארי, איים טעיקינג קעיר אוו יו. דאס איז א דאפעלטע רשעות געוועהן.

נישט יעדער איינער איז אויף רב'ס מדריגה, און עס איז נישט מענטשליך צו בעטן דאס ווייב צו מאכן עפעס וואס וועט איר פארנעמען פיל צייט און פלאג אוועקצורייניגן.

אויסער דעם, דאס לאנדרי איז אין זיין שאנק שיין געביגלט, עפעס עסן באקומט ער דאך, איינקויפן איז זי געגאנגען, די קינדער זענען בעל'בתיש אנגעטוהן, די הויז איז צאמגענומען, אלא מאי זי האט איהם נישט געמאכט פערפעקט וואס ער תאווה'ט? דערפאר וועט ער איר נישט געבן געלט? דאס איז שוין א שטיק שפלות. אבער אויב זי טוהט עס ווייל זי מוז האבן קאנטראל, דעמאלטס דארף ער איר שטעלן אין פלאץ, און ס'איז נישט דא קיין איסור אין די תורה אויף דעם. הגע בעצמך, א קינד איז א מחוצף אינדערהיים און דער טאטע דערלאנגט איהם א מתנת יד, איז דאס נקמה? דאס איז חינוך. ווייבער דארפן אויך צומאהל חינוך. מענער אויך, אגב.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און איך מיט אזא ווייב וואלט אריבערגעלאפן צו גאטליעבס פאר אביסל סעסעמי טשיקן. איך פארשטיי נישט אזעלעכע מיינער זאכן איז אפילו א אישו אין שלום בית. די וועד הצניעות לאזט יעדן קויפן סאפער אין רעסטאראנטס. (וק"ל!!)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
באס דרייווער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך באס דרייווער »

חברה איין זאך קען איך ענק זאגען ווען איך האב אזא רבי ווי קאווע טרינקער אדער ווי קאך לעפעל רבי וואלט איך מיר איינגעשפארט אסאך ווייטאגען

וואס זאל מען טין, דע עקספיריענס קימט מיט דורכפעלער.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ווען קומט די פארזעצונג ?
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אן אריינגיין אין יאיר'ס ראיות און איחוד'ס הוכחות, און אין פשוט-קאמפליצירט'ס שטעלונג בנוגע דעם דרייווער'ס סיפור. איז אבער לכאורה איין זאך גאנץ קלאר אז די בולט'ע ספעלינג מיסטעיקס זאגט ווארשיינליך אז עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק א שרייבער וואס אולי האט ער דא נאך א ניק אולי נישט, אבער איז נישט אזא שלעכטע ספעללער ווי ער קומט פאר. און ממילא אויסער די פארדרוס וואס דאס קען שאפן, שאפט זיך אויך א איינדרוק פון א רוצה לשקר, און דערפאר זענען די סקעפטיקער אזוי שטארק.

אלזא, באסדרייווער קיינער זוכט נישט קיינעם'ס איידענטיפיקאציע און אויפדעקן אייער פנים, איר שרייבט שיין, און קלארע געדאנקן, אבער ביטע שרייבט אויך מיט געהעריגע ספעלינג און אויסלייג,

ואם טעיתי, בעט איך דיר איבער מעומקא דליבאי.
פארשפארט