אריה דרעי - האיש והפוליטיקה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

אריה דרעי - האיש והפוליטיקה

שליחה דורך מיין מיינונג »

אריה מכלוף דרעי איז ווארשיינליך דער פאפולערסטער חרדישער פאליטיקאנט אין ארץ ישראל און היבש איבער די וועלט. דרעי דינט היינט אלס חבר הנהגת ש"ס אינאיינעם מיט זיינע קאלעגעס אלי' ישי און אריאל אטיאס, און האט מיט 20 יאר צוריק מייסד געווען, אינאיינעם מיט הרב עובדי יוסף, די "ש"ס" פארטיי צום כנסת (צו די לאקאלע מאניציפאליטעטן איז שוין ש"ס געלאפן עטליכע יאר פאר דרעי'ס אנקום צו די פארטיי). דרעי האט ארויפגערוקט די ש"ס פארטיי צו גאר הויעכע שטאפלען, ביז איין טאג האבן זיך די פראסעקיוטערס פון מדינת ישראל זיך אויף אים ארויפגעזעצט, און אנגעהויבן א לאנגן משפט וואס האט זיך פארצויגן אויף באלד צען יאר.

דער קלימאקס פון זיין הצלחה איז געווען ביי זיינע לעצטע בחירות זייענדיג אין אמט (צום ערשטן מאל), ווען ער האט אריינגעברענגט אזויפיל ווי 18 מאנדאטן צום כנסת, נאך א שווערע "אני מאשים" קאמפיין ווי ער האט באשולדיגט די ישראל'ישע געריכטן מיטן פירן א מלחמה קעגן אים בלויז ווייל ער איז א ספרדי, און ספרדים זענען פארפיינטעט אין לאנד. נאך יענע בחירות איז ער געגאנגן זיצן אין תפיסה אויף 3 יאר. ארויסקומענדיג פון תפיסה האט ער געכאפט א שאק ווען די ש"ס פארטיי האט אים גענצליך איגנארירט און אים נישט צוריק איבערגעגעבן די פירערשאפט פון די פארטיי, ווי מ'האט אים געהאט פארשפראכן פאר ער איז געגאנגן זיצן. פון דעמאלס ביז א האלב יאר צוריק איז דרעי אפיציעל אראפ פון די פאליטישע ארענע, אבער דער לייב איז נישט געשלאפן, יעדע חודש צוויי האט ער זיך געלאזט הערן, און ער איז בלי ספק א מידיא מאגנעט, די מידיא קלעבט צו יעדעס ווארט וואס ער זאגט, און באקומט א געוואלד פובליסטי ווען אימער ער דארף עס.

א האלב יאר צוריק, ווען מ'האט דערקלערט בחירות אין מדינת ישראל, האט הרב עובדי' געטון א שטארק אומפאראויסגעזענע אקט -- טראץ דעם שטארקן צוטרוי וואס דער נייער ש"ס פירער אלי ישי האט ביי אים באקומען, און טראץ די פילצאליגע הבטחות פון רב עובדי' אז אלי ישי הוא ולא אחד ישב על הכסא -- און צוריקגערופן אריה דרעי צו זיין א חלק פון די הנהגת ש"ס.

דער אשכול איז געעפענט געווארן צו ברייט אויסשמועסט אלעס ארום דעם מענטש, אנגעהויבן פון די זעלטענע היסטאריע וואס דער מענטש פארמאגט אונטער זיך; די כסדר'דיגע העדליינס וואס ער שאפט זיך; זיינע יארן אלס "מנהל המדינה", ווי מ'פלעגט אים רופן; דער משפט דרעי עפאכע, און דער נאכפאלגענדער "הוא זכאי" קאמפיין. אני הקטן איז א מורא'דיגער אנהענגער פון דרעי, און זיך שוין אפילו געטראפן מיט אים פערזענליך. דער מענטש איז כאריזמאטיש, קלוג, און איבער אלעם א געפעפערטער פאליטיקאנט.

דער נאמען אריה דרעי האט מיט 20 יאר צוריק געשאקעלט די מדינה, און ער פלאנט יעצט מיט זיין צוריקקום צו טון דאס זעלביגע, אבער דערווייל זעט אויס אז ס'איז נשתנו העיתים לגמרי.

צו פארשטיין אביסל פון וואסא סארט מענטש מ'רעדט דא, איז כדי צו צוצייכענען דעם פאקט אז זייענדיג בלויז אין די הויעכע פערציגער יארן, איז שוין דא אויף אים 5 ביכלעך וואס באשרייבן איבער און וועגן אים.

אויב דער עולם איז אינטערעסירט אין דעם טעמע, וועל איך אי"ה ממשיך זיין דעם ארטיקל.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מיין מיינונג הערליך באשריבען!
מיין מיינונג האט געשריבן:א האלב יאר צוריק, ווען מ'האט דערקלערט בחירות אין מדינת ישראל, האט הרב עובדי' געטון א שטארק אומפאראויסגעזענע אקט -- טראץ דעם שטארקן צוטרוי וואס דער נייער ש"ס פירער אלי ישי האט ביי אים באקומען, און טראץ די פילצאליגע הבטחות פון רב עובדי' אז אלי ישי הוא ולא אחד ישב על הכסא -- און צוריקגערופן אריה דרעי צו זיין א חלק פון די הנהגת ש"ס.

איך מיין הרב עובדי האט אים געמוזט צוריק נעמען ווייל ער האט געסטראשעט אז ער עפענט א אייגענע פארטיי און דעמאלטס וואלט שס געוועין אויף צרות
קיף איט קאמינג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארעי דרעי איז געווען א שועל פוליטי, ער איז שוין גאנץ ווייניג ווערט היינט, און ער מיין איך ווייסט עס שוין אויך.
יא, עס איז געווען יארן וועלכע ער האט צוגעלייגט א הענגער צו די בצים פון די מדינה און עס געפירט צו וועלכע ריכטונג ער האט נאר געוואלט, ער איז דעמאלס געווען די מנכ״ל המדינה ממש עברי טייטש. יעדער האט געציטערט פאר אים, ער איז געווען אן אייזענע פאליטיקאנט. אבער די גלות יארן האט געטוהן זיינס.

ער געטוהן עטליכע פאטאלע טעותים ביי די בחירות. די כוכבית גיור ווידיא, און דאס ארויסנעמען די שד העדתי. און ער האט נישט מצליח געווען ארויפצוגיין מיט קיין איין מאנדאט, און לכאורה געבליבן אינדרויסן פון קואוליציה. מיט תירוצים קען מען נישט גיין אין באנק, תכלית ער האט נישט מצליח געווען.

איך בין אמאל געווען א גרויסע חסיד זיינע, איך האב מיר זייער געפרייט ווען ער איז צוריקגעקומען, אבער ער האט מיר פארלוירן. הלואי זאל דאס נאר זיין חבלי לידה און ער וועט יא צוריקקומען צו תוקפו וגברתו, אבער לעת עתה, האריה יושן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מעריב;
דרעי: אם לא אהיה יו"ר ש"ס אפרוש מהמפלגה
הכישלון בבחירות וההליכה לאופוזיציה גורמים לדרעי להציב אולטימטום: אם הוא לא יהיה מנהיג יחיד במפלגה, הוא יעזוב וירוץ לעיריית ירושלים דרעי: "במצב הנוכחי אי אפשר לתפקד"
7/3/2013 | 8:03 שלום ירושלמי

לאריה דרעי נמאס. הוא לא מוכן לחיות יותר במציאות של שלושה מנהיגים למפלגה אחת. הוא משוכנע כי הטריומוויראט הזה, כפי שכונו הוא, אלי ישי ואריאל אטיאס, הרס את ש"ס בבחירות, פגע בקמפיין ועכשיו מחבל ללא תקנה במשא ומתן הקואליציוני, שבסופו עלולה המפלגה להישאר באופוזיציה.

בשיחות פרטיות עם מקורביו תובע דרעי מהרב עובדיה יוסף למנות אותו מיד ליו"ר התנועה, מן הסתם על חשבונם של אלי ישי ואריאל אטיאס. אם לא ימונה, רומז דרעי, הוא יעזוב את ראשות ש"ס מיד לאחר השבעת הממשלה, יתפטר מהכנסת וירוץ לראשות עיריית ירושלים.

בשיחותיו יוצא דרעי במתקפה חסרת תקדים על החלטת הרב עובדיה למנות שלושה מנהיגים שווי-זכויות לש"ס, שהתקבלה ערב הבחירות. הוא גם מודה שכל הפגנות ההרמוניה של השלושה היו הצגה תקשורתית חסרת תכלית. "אין ולא הייתה שום אפשרות לתפקד בצורה כזו", אומר דרעי. "כל אחד מאיתנו מכשיל את השני, כי ככה זה בנוי. אין מרות. אין היררכיה. אין שום יכולת לקבל החלטות. אין מצב כזה באף מקום בעולם, לא בשום גוף פוליטי, לא במפעל ולא במערכת עיתון".
נסיונות ההצלה נכשלים
מצב הרוח בש"ס בשפל המדרגה בימים אלה. כל המהלכים שעשו ראשי התנועה למנוע את הקמת הממשלה עם לפיד ובנט - כשלו. מצבו של דרעי הוא הקשה ביותר, מן הסתם.

דרעי חזר להנהגת ש"ס אחרי 12 שנים מחוץ למערכת ועורר ציפיות עצומות. בתנועה דיברו על הישג פנומנלי בקלפי, לפחות 15 מנדטים. בפועל קיבלה ש"ס 11 מנדטים בלבד והיא עומדת להידחק אל מחוץ לקואליציה אחרי שנים ארוכות.

במהלך השבועות האחרונים מנסה כל אחד מהשלושה להציל את התנועה, לשווא. המשבר מחריף ליום ליום ואיתו ההאשמות ההדדיות. כל אחד מהם משוכנע שהיה מצליח לחבור לקואליציה, אילו הדבר היה תלוי רק בו. את עיקר המאמצים הפעילו דרעי ואלי ישי מול אנשי הבית היהודי. כולם חזרו בידיים ריקות. האם זה בגלל שישי לא ידע לדבר עם הרב דב ליאור? האם זה בגלל שדרעי הסית נגד הבית היהודי בבחירות? תלוי את מי שואלים.

את פרויקט ראשות העיר ירושלים תופר לדרעי חברו, שר החוץ לשעבר אביגדור ליברמן. "מה אתה צריך את הממשלה הזו", אומר ליברמן לדרעי. "לא בטוח שתהיה שר, וגם אם תהיה שר, יוציאו לך את הנשמה. קח לך עוד תקופה, תרוץ לראשות העיר, תיקח בהליכה ותחזור בגדול".

ליברמן כבר עשה כמה מהלכים בשטח לטובת דרעי, יחד עם חבריו מהליכוד, אבל לאחרונה הוא נתקל במכשלה לא צפויה, שמעצבנת אותו ואת דרעי. אורי לופוליאנסקי, איש יהדות התורה וראש העיר לשעבר, החליט כנראה לחזור ולהתמודד על התפקיד.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ישי און אטיאס וועלען זיך זייער פרייען אז ער לויפט פאר ראש העיר און יראשלים זיי וועלען זיך פרייען צו פטור ווערען פון אים, איך מיין אז אפי' הרב עובדיה וועט זיך פרייען זיי האבען אלע געמיינט אז ער קומט צוריק האט ער 18 מנדטים און צום סוף קוים 12 זיי זענען זייער דיסאפוינטעט מיט אים
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דער מעריב ארטיקל איז א טיפישער עקזעמפלאר פון וואס עס שפילט זיך אפ אין ש"ס זינט דעם צוריקקום פון דרעי. יעדע זייט לויפט צו די מידיא ארויסשיסן ספינס אויפן צווייטן. ליין גוט צווישן די שורות וועסטו זען אז דער מעריב ארטיקל איז א ספין מבית מדרשם של אנשי ישי...

דרעי'ס פלאן פון לויפן פאר ראשות העיר ירושלים איז נישט קיין נייער, ער האט נאך דערפון גערעדט תשס"ט ווען מאיר פרוש איז געלאפן, נאר דער געריכט האט אים נאך דעמאלס נישט ערלויבט זייענדיג אונטער קלון. לדעתי איז עס גאנץ א קלוגע שריט פון אים, ווייל ש"ס וועט בדרך הטבע אפשימלען אין אפאזיציע פאר די נעקסטע קאדענציע און ביי די קומענדיג בחירות נישט קענען ברענגן צום ציבור קיין השגים וואס זיי האבן אויפגעטון, און צוגאב זיי דארפן האבן רחמים אז רב עובדי' זאל נאך זיין ביי די כוחות צו פירן א מערכת בחירות ביי די קומענדיגע בחירות, ממילא אז דרעי וועט צוריקקומען דעמאלס פון ראשות עיריית ירושלים טראן צו פירן ש"ס, וועט זיין כח זיין פילפאכיג שטערקער פון זיין יעצטיגע צוריקקום וואס איז בלויז געווען פון גלות ארויס.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דרעי'ס חוצפה צו זאגן אז די גאנצע שלום איז נאר געווען א שפיל פאר די מידיא איז וואס פארגרוילט מיר דאס מערסטע. יעדער ווייסט אז ס'איז אמת, כאטש זאג עס נישט הויעך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט דאס געזאגט אין בני ברק ביי א דרשה, עס האט ארויסגעליקט
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

א שפיל פאר די מידיא אויך, אבער מיט א בליק אויף צוריק איז דאס גאנצע צוריקקער זיינער געווען א גרעסערע טובה פאר אים ווי פאר ש"ס. דרעי האט געזוכט א וועג צוריק צו די פאליטישע ארענע, און ווען ער לויפט ווען אליינס, לויט ווי ס'שטעלט זיך יעצט ארויס, וואלט ער אפשר אנגעצויגן גאנצע 2 אדער 3 מאנדאטן לכל היותר.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נכון הדבר! גוט געזאגט. אבער אויב דאס גייט זיך אויסלאזן מיט א פלאפ, האט ער שוין חרטה
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דער פלאפ איז דא, ש"ס האט נישט אנגעצויגן גענוג מאנדאטן ביי די בחירות, און אדאנק דעם איז דער בנט-לפיד פארבאנד אין קאנטראל. די שאלה איז נאר צי ער קען אביסל פארהיילן דעם פלאפ מיטן לויפן פאר ראש העיר אין ירושלים, און געווינען מיט א שטארקע מערהייט.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

מיין מיינונג האט געשריבן:
צו פארשטיין אביסל פון וואסא סארט מענטש מ'רעדט דא, איז כדי צו צוצייכענען דעם פאקט אז זייענדיג בלויז אין די הויעכע פערציגער יארן, איז שוין דא אויף אים 4 ביכלעך וואס באשרייבן איבער און וועגן אים.



בן פורת יוסף ביאגראפיע אויף הרב עובדי' יוסף און אויף אריה דרעי

היסטאריע פון די ש"ס פארטיי

אריה דרעי העלייה, המשבר והכאב - ביאגראפיע אויף אריה דרעי

קללת דרעי - פונעם שרייבער וואס האט אויפגעדעקט די באוויסטע פרשת דרעי
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דער אשכול ווערט אין די טעג שטארק אקטועל, ווען אלע דרייען זיך ארום מיט די פראגע: וואטס נעקסט פאר ש"ס?!

דעם פאקט אז הגר"ע יוסף קען מען נישט ממלא מקום זיין פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט, איז דאך קלאר. וויפיל עס זאלן נישט פרובירן די מענטשן פון הרב שלמה עמאר און פון הרב יצחק יוסף, צי אפילו פון חכם שלום כהן, וועלן זיי נישט מצליח זיין אז זייער קאנדידאט זאל הייסן דער יורש פון הגר"ע. די שאלת המיליון איז אבער ווערט וועט ממלא מקום זיין ש"ס פאליטיש, און צי ש"ס האט נאך בכלל א עתיד אן הגר"ע.

אויך דאס איז אמאל זיכער אז ווען הגר"ע שטארבט ווען תשנ"ט, איז אריה דרעי' געהעריג דער ממלא מקום און אדמו"ר של ש"ס. אריה איז געווען אין די תש"נ יארן מורא'דיג פאפולער, אין א געוויסן זין מער ווי הגר"ע זעלבסט (מאנכע זאגן אז דאס האט גאר גורם געווען אז הגר"ע זאל אים אזוי דערווייטערן נאך וואס ער איז אריין אין תפיסה, ווייל ער האט אים געזען אלס ערענסטע שטער פאר די הנהגה). אבער כהיום יום איז ארי' דרעי'ס כח זייער שוואך, ער איז טאקע דער יו"ר ש"ס בפועל אבער ער איז נאך זייער ווייט פון זיין אין פאקטישע קאנטראל (אויב ס'נאך דא א מציאות צו זיין היינט אין פול קאנטראל).

צו דרעי'ס גוטע מזל האט הגר"ע געמאכט דעם יו-טורן מיטן אים צוריקברענגן קיין ש"ס א קנאפע יאר צוריק, און צוביסליך אים צוריקגעגעבן גענצליך די ש"ס פירערשאפט. איין רגע שפעטער אז מ'ברענגט אים ווען צוריק וואלט זיך עס נישט אויסגעארבעט פאר דרעי'ן.

אלזא שטעלט זיך יעצט די פראגע וואס גייט דא זיין מיט ש"ס. שפעקולאנטן זאגן אז ש"ס וועט ווערן אזוי ווי די אגודה, עס וועט ענהאלטן עטליכע ספרדישע און תימנישע פראקציעס און דער מועצת החכמים וועט באשטיין פון א ברייטערע קערפערשאפט פון רבנים, און אזוי ארום וועט ש"ס בלייבן שטארק. אנדערע זאגן אז דרעי וועט אויפנעמען חכם שלום כהן אלס פאליטישער מנהיג און פרובירן אים צו פארהייליגן (פאליטיש כמובן) ווי א הרב עובדי' נומבער 2. דא קען מען אבער נישט פארגעסן פון הרב שלמה עמאר און דער געוועזענער יו"ר ש"ס אלי ישי וואס ווארטן שוין א לענגערע צייט אויף דעם "יום שאחרי", און עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וואס זייערע פלענער זענען דא אויפן צוקופנט.

וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין שווימט יעצט אריה דרעי'ס נאמען צוריק ארויף אויפן אויבערפלאך און וועט בלייבן דארט א היבש שטיקל צייט.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

וואס זאגט מען אין ארץ ישראל?
אזוי ווי איך האלט! און ווי אני הקטן האט שוין געשריבען אין כמה אשכולות אז דער ריכטיגער מועמד איז הגאון הגדול ר' שלמה משה עמאר שליט"א געוועזנער ראשון לציון
א איד מיט אלע אלע מעלות, זעט דעם לינק:
http://www.mako.co.il/news-columns/Arti ... 1821078708
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

גם אני הקטן בין געווען אמאהל פין זיינע גרויסע חסידים
פאראיאהר בין איך געווען אין ארץ ישראל האב איך מיר איינגעהאנדעלט דעם ביך 'אריה דרעי, העלייה, המשבר, הכאב' פין יואל ניר
במשך א לאנגע תקופה איז דאס געווען די דעקאראציע אין מיין ביה"כ, איך האב דאס אפאר מאל אדורך געליינט מדאשקע לעדאשקע..

אבער זייט ער איז צוריק געקימען צי ש"ס איז עפעס הועם זהרו

איך האלט דווקא אז נישט ער האט זיך געטוישט נאר די מהלך און די אופן פין די ישראלישע פוליטיק (אין אזוי אויך די וועלטליכע) האט זיך דראסטיש געטוישט,
וואס מען האט אמאהל געקענט מסדר זיין אינטער טיש, אדער אינ'ם רעסטוראנט פין כנסת (מזנון הכנסת), גייט היינט שוין נישט מער

אלעס ווערט גלייך אויסגעלייגט אין די מידיא, אנגעהויבען ביי טוויטער אין פעיסבוק ביז די אפיציעלע מידיא אגענטורען
פין יעדע מיטונג שווימען ארויס בילדער, אין פין יעדע גרעפס ווערט גלייך א העדליין ~ דרעי איז נישט געוואוינט צי דעם,
אין מאכט וועגען דעם כסדר טעותים

אבער ער איז א קליג יונגעל אין איך מיין אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז ער וועט ציפאסען זיינע מהלכים צי דעם נייע גאנג. ימים ידברו.

איצטערט בנוגע דע פטירה פינ'ם מרן, ווערט די מצב טאקע קאמפלעצירט
מען מיז פארשטיין אז זייט ש"ס באשטייט איז ער ואין בלתו געווען דער מאגאנעט וואס האט געקענט ציזאמען נעמען אזוי פיל פארשידענארטיגע קרייזען און דיעות, אלעס אינטער איין דאך הקרוי מפלגת ש"ס
עס איז נישטא מער דעם כח וואס האט געקענט צוזאמען שלעפען ספרדים בני תורה, דתיים, מסורתיים, תימנים, כורדים, עירקים, גרוזינים, מארוקיים, לינקע, רעכטע, און אפילו אראבער זאלען אלע וועהלען פאר איין פארטיי
עס איז פשוט אז דא גייט ווערען עפעס א טיילונג, אריה דרעי ווייסט דאס אויך, און ער האט שוין גענומען די שריט זיכער צי מאכען אז דע טיילונג זאל נישט האבען קיין צי גרויסע עפעקט אויף די ש"ס פארטיי. דהיינו שוין ביי די הספד האט ער געזאגט אז די רצון פין מרן איז אז ש"ס זאל בלייבען פאראייניגט אינטער די מועצת חכמי התורה
יעצט, דער מועצת חכה"ת באשטייט פין פארשידענע ספרדי'שע תורה פרעזענליכקייטען, ביז היינט האבען זיי נישט געהאט קיין גרויסע כח ווייל הכל היה מרן, ועל פיו ישק כל דבר
אבער היינט ציטאגס הייבט ער שוין אן צי פארברייטערען דעם מועצת מיט'ן אריין נעמען אזוינע יודען ווי דער מקובל ר' בניהו שמואלי, דער מחזיר בתשובה ר' ראובן אלבז, דער רה"ר לשעבר ר' אליהו בקשי דורון און נאך
ער האפט אז דאס וועט זיין אזא כח ממגנט ווי מרן זצ"ל און די השפעה פין די מורדים וועט זיין א קליינע
צי ער וועט מצליח זיין צי נישט? ימים ידברו
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

ווי זאגסטו נאר אכשיר?! מ'זעמיר דאך ביידע אחרונים טא לאמיר מחולק זיין.

צו זאגן אז הרב עמאר גייט ירש'נן הרב עובדי' איז פונקט אזוי אבסורד ווי די וואס האבן געהאלטן אז ר' אהרן טייטלבוים גייט ירש'נן גאנץ סאטמאר. איך רעד נישט יעצט פון די בילדונגס און די מוסדות, איך רעד פון די חסידים, חסידים קען מען נישט איבערגעבן אדער ירש'נן. איז אזוי, כדי הרב עמאר זאל ירש'נן הגר"ע מוז פאסירן אפאר זאכן, ער מוז באקומען די צוטרוי פון משפחת יוסף (אפגערעדט צי ס'יא פאסיג צי נישט אז זיי רעדן אריין אין די הנהגה), ער מוז באקומען די שטיצע פון אפאר חברים אין די חברי מועצת חכמי התורה, און די שווערסטע איז צו באקומען שטיצע פון ארי' דרעי און אלי ישי צוזאמען. אויב געשען נישט די אלע 3 אויבענדערמאנטע וועט ער אודאי זיין א שטארקע ספרדישע רב, אבער מנהיג ש"ס און פאליטישע ממלא מקום פון הגר"ע וועט ער נישט זיין.

סתם צו באמערקן. אריה דרעי מיט הרב עמאר זענען געווען געשוואוירענע ידידים אלע יארן, און ס'דא וואס זאגן אז הרב עמאר האט גאר געהאט א גרויס חלק און דעם צוריקקער פון אריה דרעי קיין ש"ס, ווידעראום אלי ישי האט זיך מיט הרב עמאר קיינמאל נישט פארשטאנען, ביותר האט זיך דאס ארויסגעשטעלט ביי די פרשת גיורי צבא מיט 2 יאר צוריק. יעצט ביי די בחירות פאר די רבנות הראשית איז א שווארצע קאץ דורכגעלאפן צווישן דרעי און עמאר, און זיי זענען אויף מעסער שטעך זינט דעמאלס, עס איז אבער נישט זיכער אז עמאר איז אריין אין גוטע באצואינגן מיט אלי ישי אדאנק דעם. די סיבה פארוואס די מידיא שטעלט צוזאם ישי און עמאר איז וויבאלד זיי זענען ביידע אפזיציאנערן צו די יעצטיגע ש"ס הנהגה.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

מיין מיינונג האט געשריבן:ווי זאגסטו נאר אכשיר?! מ'זעמיר דאך ביידע אחרונים טא לאמיר מחולק זיין.

צו זאגן אז הרב עמאר גייט ירש'נן הרב עובדי' איז פונקט אזוי אבסורד ווי די וואס האבן געהאלטן אז ר' אהרן טייטלבוים גייט ירש'נן גאנץ סאטמאר. איך רעד נישט יעצט פון די בילדונגס און די מוסדות, איך רעד פון די חסידים, חסידים קען מען נישט איבערגעבן אדער ירש'נן. איז אזוי, כדי הרב עמאר זאל ירש'נן הגר"ע מוז פאסירן אפאר זאכן, ער מוז באקומען די צוטרוי פון משפחת יוסף (אפגערעדט צי ס'יא פאסיג צי נישט אז זיי רעדן אריין אין די הנהגה), ער מוז באקומען די שטיצע פון אפאר חברים אין די חברי מועצת חכמי התורה, און די שווערסטע איז צו באקומען שטיצע פון ארי' דרעי און אלי ישי צוזאמען. אויב געשען נישט די אלע 3 אויבענדערמאנטע וועט ער אודאי זיין א שטארקע ספרדישע רב, אבער מנהיג ש"ס און פאליטישע ממלא מקום פון הגר"ע וועט ער נישט זיין.

סליחה, אבער האסט א גרויסען טעות, מען דארף די "הארץ" פון די ספרדישע המון עם, פונקט אזוי ווי ווען אריה דרעי האט געגרינדעט ש"ס האט ער קיינעם נישט געהאט, ער האט געהאט איין זאך און דאס איז "די ספרדישע הערצער" די זעלבע דא, ער דארף נישט קיין מועצת און נישט קיין יוספלעך, ער דארף איין זאך "דעת הקהל" און דאס האט ער "ובגדול"!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

אכשיר דרא האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:, ער דארף איין זאך "דעת הקהל" און דאס האט ער "ובגדול"!

דאס האט ער געהאט אמאל היינט איז ער שוואך קען זיין ער וועט זיך צוריק כאפען אבער אויף דערווייל איז ער שוואך
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

די הארץ פון די ספרדים קען מען טאקע האבן, עס עס פאנגט זיך נישט אזוי גרינג, הרב עובדי' האט לאנגע יארן געארבעט צו פאנגן זייערע הערצער. דאס איז איינס.

והשנית בין איך בכלל נישט זיכער אז ער האט "בגדול" זייערע הערצער, נאכדערצו נאך די השפלה וואס ער איז דורך די לעצטע פאר חדשים זייט די רבנות הראשית בחירות, און די נעגאטיווע דעקונג אין די מידיא.

והשלישית, הרב עובדי' האט אויפגעשטעלט ש"ס און אויסגעוועלט אירע פריער ממילא זענען זיי אלע געווען מחויב לדעתו, אבער הרב עמאר וואס וויל נאר איבערנעמען דארף געווינען זייער דעת, ער קען זיך נישט סתם אזוי ארויפצווינגן אויף זיי. ער קען נישט באשליסן אזוי ווי הגר"ע האט באשלאסן למשל אז מ'גייט ווארפן אמסלם. ער מוז האבן זייער מיטארבעט, אז נישט וועלן זיי קיין ארדערס פון אים נישט נעמען.

והרביעית, פאקט בלייבט פאקט אז דער טיטל "יושב ראש ש"ס" איז לעגאל פארשריבן פאר אריה דרעי. אויב וועט עמאר נישט באקומען דרעי'ס שטיצע, קען ער אפשר מצליח זיין אראפצוכאפן אפאר ח"כ'ימלעך וואס וועלן גיין מיט אים, אבער באקומען גאנץ ש"ס אן דרעי היה לא תהיה.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

אויף ערוץ 10 דעקט אויף דער כתב לעניני חרדים, אבישי בן חיים, אז די מועצת חכמי התורה האט היינט ארויסגעגעבן א דעקלעראציע אז אריה דרעי איז דער וואס איז ממונה צו שטיין בראשות פון די פאליטישע אפטיילונג פון ש"ס. זיי שרייבן צווישן אנדערע: "ידידינו מקים עולה של תורה, איש חי רב פעלים, יו"ר התנועה אריה דרעי, לפעול ולקיים את רצונו של מרן להגדיל את כוחה של תורה"."הוא ימשיך להרים את קרנה של יהדות ספרד המפוארה, להחזרת עטרה ליושנה כפי רצונו הקדוש".

הגם עס איז נישט קיין גרויסע חידוש בהיות אז די עקזעסטירענדע חברים אין די ספרדישע מועצת זענען היבש דרעי געשטימט. אבער דאס צייגט אביסל אן וואס עס גייט זיך אפשפילן אין די קומענדיגע תקופה אינערהאלב ש"ס.

אין אנדערע נייעס האט הרב עמאר נעכטן אין א אונטערוויאו צו די פרעסע געזאגט אז ער האט בכלל נישט אין פלאן צו ירש'ן הרב עובדי' יוסף, און איז נישט באקאנט מיט די אלע שמועות וואס דרייען זיך ארום אויף זיין נאמען כאילו ער וויל איבערנעמען די הנהגה. אפילו דאס מיינט באמת גארנישט, און ער קען מארגן זאגן פארקערט, איז אבער דער סטעיטמענט א היבשער פליק פאר די מחנה ישי און אנדערע אנגעווייטאגטע ש"ס מיטגלידער וועלכע האבן געהאפט זיך ארויפצוכאפן אויף די הנהגה פון הרב עמאר, און מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי און אריה דרעי באפעסטיגט זיין באזע וועט זיי שפעטער זיין שווערער זיך צוריק אויפצובויען אלס א אייגענע גרויסמאכט.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

עס קוקט מיך נישט אויס ווי אריה דרעי האט מורא פון אלי ישי איך מיין ער האט מער מורא פון אריאל אטיאס וואס איז א עכט געלונגנע מענטש און אויב וועט ער וועלכען מאכען שבת פאר זיך וועט אריה דרעי זיין אויף צרות
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

לעמיל האט געשריבן:עס קוקט מיך נישט אויס ווי אריה דרעי האט מורא פון אלי ישי איך מיין ער האט מער מורא פון אריאל אטיאס וואס איז א עכט געלונגנע מענטש און אויב וועט ער וועלכען מאכען שבת פאר זיך וועט אריה דרעי זיין אויף צרות

דערווייל ארבעטן זיי יד ביד און עס זעט נישט אויס ווי דער בונד צווישן זיי וועט זיך ברעכן.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

אין אזא טאג ווען די גאנצע פאליטיק אין מדינת ישראל שאקלט זיך בכלל און די ספרדישע בפרט, איז אינטרעסאנט איבערצוליינען די אשכול.
איזהו גיבור ?
פארשפארט