מיין שלום בית געשיכטע
רוח הקודש??
מיר האבן געליינט די מעשה אנפאנג מיט גרויס שפאנונג און מיר האבן עס אפילו געגלייבט, ביז 5 רבנים און 3 עסקנים זענען פשוט געווען בלוט צאפערס און מערדערס. לאמיר דיר זאגן א גוט ווארט וואס מיין רבי האט מיר געזאגט; ווען א אינגל קומט מיר זאגן אז זיין קאפ טוט אים וויי, וועל איך אים גלייבן, ווען א אינגל וועט זאגן אז זיין בויך טוט וויי, וועל איך אים אויך גלייבן. אז זיין בויך מיט זיין קאפ טוט וויי, וועל איך אויך גלייבן. אבער אויב א אינגל קומט זאגן, רבי, מיין בויך, מיין קאפ, מיין פיס, מיין האנט, מיין רוקן, מיינע אויגן, אלעס טוט וויי איך וויל אהיימגיין. וועל איך אים זאגן, צדיק , גיי שיינערהייט צוריק אויף דיין פלאץ און מאך דיר נישט נעריש. די זעלבע דא, האסט א רב וואס איז סתם שלעכט? ניחא, 2 רבנים, אפשר אויך, אבער 5 רבנים מיט 2 עסקנים. גיב מי א ברעיק.
און די נערישע וועג ווי אזוי ער האט געוואלט זאגן ווי אזוי ער האט זיך ארויסגעדרייט פונעם שטרי ברורין.
ווי אזוי זיין ווייב איז געווארן פון די גרעסטע מאנסטער צו אן אשת חיל,
ווי אזוי ער האט געוואונען איר טראסט אדורך זיין א גוטע מאן. איין רגע, ביסט נישט געווען ביז יעצט? איז וואס זאגסטו נישט? פארוואס האסטו פארהוילן די וויכטיגע פאקט?
נאך אמאל, דו האסט אליינס געשריבן אז ווען דו הערסט עס וואלסטו נישט געגלייבט, איז וואספארא טענות קענסטו האבן אויף מיר ווען איך גלייב נישט?
און וואס מיר באדערט, אז געוויסע ניקס דא שרייבן מיר אין אישי אז זיי ווייסן אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן און לאט זיך נישט אויס, נאר זיי ווילן זיין דיפלאמאטן. גייטס ארבעטן אין די יו ען!

- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
ממי טייערער האסט איהם געלאזט אויסרעדען אויף איינע פון די טענות? מ'האט איהם גלייך אטאקירט און נישט געלאזט אויסרעדען, כ'זאג נישט איך האב אויך געוואונדערט אז ער האט אהן געטראפען אזויפיל מושחתים אין איין בלאק, ווען איך קען אסאך אסאך סיפורים פון אינגעלייט וואס זענען געהאלפען געווארען פון זיי, אבער חברה קודם לאזט איהם ענדיגען (אפילו באקען) און דערנאך זיך נעמען צו זיינע ביינער..
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
האלסט אז ער איז לעקסוס?
און געלט וואס סאלווד א עקשניתדיגע רב/עסקן איז ליידער מעשים כמעט בכול יום (ספעציעל ווען עס קומט צו גט אישוס), בעסער געזאגט אסאך פון די מנוולים לייגן זיך לכתחילה נאר אריין דערין וועגן די גרינג געלט וואס מען קען ארויספרעסן פון א דעספערעט יונגערמאן/משפחה, און נאך מער וועל איך דיר זאגן רוב מאל וועלן זיי בודק זיין וועלכע צד האט מער געלט/פאוער פארן באשליסן אויף וועמענס צד צו זיין ,וואס מאכט דיר טראכטן עס איז נישט אמת.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מ׳רעדט דאך נישט פון קיין טויזענט דאלער, נאר פון שווערע גרויסע געלטער (אויב עס איז אמת).
פארוואס האט ער עס נישט געשריבן אין זיין ארטיקל? מאכט סענס? נישט ביי מיר.
פארוואס האט ער געגעבן די געלט און די רב האט נישט געדארפט צוריקגעבן די שטר? מאכט סענס? נישט ביי מיר.
פארוואס האט ער נישט געשריבן די חלק זיכער? עס איז דאך סחורה ווי גאלד! א רב הייסט אינטערשרייבן קעגן דתי וחוקי התורה און נעמט געלט און גיבט נישט צוריק די שטר
און ווען האט ער אים געגעבן די געלט? ווען ער האט שוין אנגעפיפן? ווען ער איז אוועק פון אים? ווען ער האט זיך באסערט?
און וואס הייסט אז די רב קען עס נאך ניצן אויב פירט ער זיך נישט גוט אויף? דאס הייסט אז דער בעל השטר האט יא מיטגעהאלטן מיט די קעיס טריט און שריט כסדר אפילו נאך וואס ער איז אוועק? און איז נאך אלס אינעם בילד? פארוואס שרייבט ער אז ער איז אוועק?
ווי אזוי האט זיך א צווייטע רב געקענט אריינמישן ווען ער האט אינטערגעשריבן שטרי ברורין ביי די ערשטע רב שוין?
ביז ווען גייט דער רב האבן די שטר? עד לאחר מאה ועשרים?
פארוואס האט ער עס נישט געשריבן אין זיין ארטיקל? מאכט סענס? נישט ביי מיר.
פארוואס האט ער געגעבן די געלט און די רב האט נישט געדארפט צוריקגעבן די שטר? מאכט סענס? נישט ביי מיר.
פארוואס האט ער נישט געשריבן די חלק זיכער? עס איז דאך סחורה ווי גאלד! א רב הייסט אינטערשרייבן קעגן דתי וחוקי התורה און נעמט געלט און גיבט נישט צוריק די שטר
און ווען האט ער אים געגעבן די געלט? ווען ער האט שוין אנגעפיפן? ווען ער איז אוועק פון אים? ווען ער האט זיך באסערט?
און וואס הייסט אז די רב קען עס נאך ניצן אויב פירט ער זיך נישט גוט אויף? דאס הייסט אז דער בעל השטר האט יא מיטגעהאלטן מיט די קעיס טריט און שריט כסדר אפילו נאך וואס ער איז אוועק? און איז נאך אלס אינעם בילד? פארוואס שרייבט ער אז ער איז אוועק?
ווי אזוי האט זיך א צווייטע רב געקענט אריינמישן ווען ער האט אינטערגעשריבן שטרי ברורין ביי די ערשטע רב שוין?
ביז ווען גייט דער רב האבן די שטר? עד לאחר מאה ועשרים?
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
טראכט גוט אריין וועסטו זעהן אז אלע דיינע קשיות זענען נאנסענס כולם ישאם הרוח. איך בין נאר מלמד זכות אז ווארשיינליך האסטו נישט קיינע עקפיריענס מיט ענליכע קעיסעס, איך געב דיר א ברכה זאלסט אי"ה קיינמאל נישט וויסן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
איך גלייב די מעשה צוליב א מיגו,
דער שרייבער וואלט גוט געקענט ענטפערן די אלע קשיות אפי' עס איז נישט אמת, איך וועל גיבן נאר איין ביישפיל, ואידך פירושא זיל גמור:
די מעשה מיט די שטרי בירורין, איז פשוט, ווייל אויב האט ער שלום געמאכט און ער קומט זיך אויס מיט זיין ווייב, וואס קען דען דער רב טוןן מיט פאפירן, די פאפירן זענען נאר גוט ווילאנג די פייט גייט אן און מען קען אים הייסן טו דאס און דאס, אבער איינמאל די פייט איז אווער, און די קאפל לעבט בשלום, וואס זאל יעצט דער יונגערמאן מורא האבן פון די שטרי בירורין, עס איז ווי א שירעם נאך א רעגן אדער ווי א דין תורה ביי א סכסוך.
אלא מאי דער יונגערמאן ווערט גוט פארלוירן אפי' ער קען פון מאל צומאל עפענען דעם פיסק זיינעם, "איך גיי גיין צו די פאליציי" אבער ווען מען דרייט זיך מיטן גיהנם אין איין דירה יעדע מינוט פון טאג, פארלאנג איך נישט קיין סאך קלוגשאפט און בפרט ווען מען האט אין פרידנסצייטן אויך נישט צופיל פון דעם.
אבער איין זאך איז קלאר, אינגעלייט וועלן זיך אויסטון און אראפלייגן אויף דער ערד, לאזן טרעטן און שפייען אין די קאשע, אבי עס זאל נישט הייסן אין די גאס אז ער האט שלום בית פראבלעמען וכש"כ וקל וחומר ער זאל נישט הייסן א גרוש.
און דער אמת איז אז מיר אלע וועלן אויך גיין היבש ווייטער ווי נארמאל צופרידן צו שטעלן די ווייב.

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
וואו מען קען שוין באלד ארויסגעבן א באס דרייווער המבואר עם מפרשים ופשעטלך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
- געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
איך פיל אז איך דארף עפעס זאגן, און אויב די אחראים פילן פאר וויכטיג עס אויסצומעקן, כל הכבוד.
עס איז נישט קיין סוד אז פק''ק קאווע שטיבל איז נתייסד געווארן אלס א תוצאה פון די אומנארמאלע אויפפירונג אויף אייוועלט.
דא דארף צו זיין א פלאץ ווי יעדער קען זיך אויסגעבן אהן פארשניטן ווערן, און פארשריגען ווערן, און, די אחראים טוען גאר א גוטע ארבעט אין דעם נושא.
אבער, מה הועילו חכמים בתקנתם, אויב מען באקומט דעם בליק, אז מען קען זיך נישט אויסגעבן דאס הארץ פאר חברים מקשיבים אהן באפאלן ווערן?
ניין, איך זאג נישט, און איך מיין נישט, אז מען זאל שאקלען יא אויף יעדער זאך, אבער, אזא פאל ווען איינער שרייבט זיינע מיטמאכנישען, איז נישט מער ווי נארמאל, מען זאל אים לאזן אויסרעדן, אפילו דו האלטסט אז ה' ירחם ער רעדט אויף די רבנים, וכו'.
העכסטענס, שיק אים על כל פנים קודם אן אישי, און הער וואס ער האט צו זאגן.
קען זיין איך בין ראנג, אבער דאס זיינע מיינע צוויי פרוטות.

אין עני אלא מדעת, אבער דאס צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו ממי שאמרו
וואס פארשטייסטו נישט? ס'איז געווען אין קאווע שטיבל א פארמעסט ווער ס'קען שרייבן שענערע פאעטרי. האט באס דרייווער געוואלט אנהייבן מיט א זעץ. ער'ט שרייבן א "טהריללער" און דער עולם וועט מיט שפאנונג מיטהאלטן די געשיכטע און אפשר אפווישן א פאר טרערן אויך. אונז זעמער נישט קיין אידענעס, ווןאס זאללן מיט קרעכצן און מיט וויינען.
דעתי הענייה האט געשריבן:איך פיל אז איך דארף עפעס זאגן, און אויב די אחראים פילן פאר וויכטיג עס אויסצומעקן, כל הכבוד.
עס איז נישט קיין סוד אז פק''ק קאווע שטיבל איז נתייסד געווארן אלס א תוצאה פון די אומנארמאלע אויפפירונג אויף אייוועלט.
דא דארף צו זיין א פלאץ ווי יעדער קען זיך אויסגעבן אהן פארשניטן ווערן, און פארשריגען ווערן, און, די אחראים טוען גאר א גוטע ארבעט אין דעם נושא.
אבער, מה הועילו חכמים בתקנתם, אויב מען באקומט דעם בליק, אז מען קען זיך נישט אויסגעבן דאס הארץ פאר חברים מקשיבים אהן באפאלן ווערן?
ניין, איך זאג נישט, און איך מיין נישט, אז מען זאל שאקלען יא אויף יעדער זאך, אבער, אזא פאל ווען איינער שרייבט זיינע מיטמאכנישען, איז נישט מער ווי נארמאל, מען זאל אים לאזן אויסרעדן, אפילו דו האלטסט אז ה' ירחם ער רעדט אויף די רבנים, וכו'.
העכסטענס, שיק אים על כל פנים קודם אן אישי, און הער וואס ער האט צו זאגן.
קען זיין איך בין ראנג, אבער דאס זיינע מיינע צוויי פרוטות.
ער האט געהאלטן דעם עולם צולאנג געשפאנד מיט זיינע פארזעצונג, און דער עולם האט געזאגט זייער מיינונג דערויף. קען נישט זיין אז מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות. איך האב געפרעגט פשוטע קשיות.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
אלס דער ערשטער אשר קרך'ניק וואס איז אריינגעשפרינגען און אפג'קיהלט די אמבטיה רותחת וועלכע באס-דרייווער האט אנגעהייצט, פיל איך א חוב קלארצושטעלן:
מיין תגובה האט גארנישט איינגעלייגט מיט דער פאקט אז ער האט גערעדט אויף רבנים. פון מיין זייט זאל ער דאס טוהן א גאנצן טאג און נאכט (נאר זיין שלום בית וועט דאן כאפן אן אמת'ע קלאפ...) איך, ווי אויך מערסטע סקעפטיקער דא, האבן בלויז גענומען די העזה פון טשעלענדזשן א ניי-געקומענע שרייבער ער זאל מודיע זיין צו ער שרייבט פיקשאן אדער נאן-פיקשן. דאטס אלל.

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
איך האב איין טענה:
לאמיר זיך משער זיין אז דאס וואס ער שרייבט איז 100% אמת. יעצט לייגט אייך אריין אין זיין פלאץ. ער וויל נישט און ער האט קיינמאל נישט געוואלט אז מענטשן זאלן וויסן אז עס איז דא/געווען פראבלעמען מיט זיין שלום בית. א מענטש איז דאך אבער א מענטש, ממילא מוז ער זיך אויסגעבן. האט ער באשלאסן איין טאג אז ער וועט שרייבן זיין מעשה ערגעץ וואו מענטשן וועלן נישט וויסן ווער ער איז, און זיי וועלן עם געבן חיזוק, אדער ער וועט שפירן ווי א שטיין איז עם אראפ פון הארץ.
יעצט וואס איז געשען, ער איז געקומען דא אויף קאווע שטיבל, און ער האט אנגעהויבן שרייבן זיין איבערלעבענישן ווארטענדיג אויף חיזוק. אנשטאט דעם, הייבט מען עם אן באפאלן אז עס איז נישט אמת אא'וו. יעצט לאמיר זאגן אז ער וואלט יא מגזים געווען. דאס נעמט אוועק פון זיין ווייטאג? פרובירט זיך משער צו זיין א מינוט ווי אזוי איר וואלט געפילט.

- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
sunbar האט געשריבן:איך האב איין טענה:

די פראבלעם איז אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. אין הכי נמי, עס איז דא פאקטען אין די מעשה וואס ענדליך צו דעם איז שוין געשעהן, אבער מען דארף געדענקען אז אויף געמאכטע מעשיות האבען א חותם, א חותם וואס מען קען זעהן אז די מעשה איז "לכאורה" נישט געשעהן.
ווען א מעשה איז אמת, קען מען אויך פרעגען קשיות, אבער א אלע קשיות האבען תירוצים, ווייל דער אמת איז אמת. משא"כ א מעשה וואס איז שקר, דארף מען אויפמאכען נייע שקרים צו מאכען תירוצים אויף די קשיות, און אין לדבר סוף, ביז דער שקר ווערט נראה לעין.
דא אין אונזער פאל, האט זיך באס דרייווער "באליידיגט" כאילו, און וויל אפילו נישט ענטפערען, ווען די מעשה איז אמת, וואלט ער געהאט תירוצים אויף יעדעס קשיא, תירוצים וואס זענען מתקבל על הלב. למעשה איז נישטא קיין תירוצים. און די שקר איז נראה לעין.
יעצט איז אזוי. איך האב נישט קיין שום פראבלעם ווען איינער שרייבט א מעשה, און איז משנה אפאר פרטים, מהיכי תיתי. אבער א מעשה שלא היה ולא נברא איז א שטיקעל עוולה. דא אין ק"ש דרייען זיך פלענטי אינגערלייט, און לאמיר זאגען איינער וואס זיין ווייב וועט אים כאפען קוקען פארנאגראפיע, און זי רופט אירע טאטע, וועט ער ניצען דער מעשה אלץ א פראטאטייפ, ווען דער גאנצע מעשה און מהלך איז לא היה ולא נברא. ער קען סטראשען וועגען טוישען די שלעסער און דאס קען אים ערגער מאכען, ער קען מורא האבען צו רעדען מיט א רב, מיט א עסקן, און דאס קען אים ערגער מאכען פי כמה. עס איז פאר מיר א חוב, ארויסצוברענגען פאר יעדעם, אז די מעשה איז לדעתי נישט אמת, אזוי אז קיינער זאל זיך נישט מאכען קיין מסקנות פין די מעשה, און ארויסנעמען עצות און טיפס אין ריעל לייף וויאזוי אומצוגיין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
א שווער וויל גלייך א גט.
דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט.
די אלע זאכען געשעהן נישט.
זאגט אים אפילו גארנישט.
א שווער וויל גלייך א גט.
דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט.
די אלע זאכען געשעהן נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דארף מען אריין קלערן צו קאווע שטיבעל האט א דין ווי א support group ווי מגעט נאר חיזוק without judgment
אדער ווי א blogspot וואס איז אפען צו יעדער נושא פאר דיבאטע, איך נויג להקל.
סאיז דא אנליין support groups אז איינער גייט אריין און א פיש סטאר זאל נישט קאמפלעינען אויף די גראך
באס דרייווער nothing personal

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
איך קען פערזענליך איינער וואס די ווייב האט עם געכאפט מיט די זעלבע עבירה. זי איז אויך געלאפן צו איר טאטע, אבער ער האט עס מסדר געווען און דער אינגערמאן ווייסט נאך אלץ נישט אז יין שווער האט געוואוסט דערפון. איז פארוואס קען דאס נישט זיין?
איך קען ווייטער אנדערע אידן וואס מאכן צרות פאר זייער איידעם אז מען זאל זיך גט'ן, און זיי טרעפן רבנים וואס זאלן זיי העלפן מיט דעם. יא, עס זענען דא אסאך רבנים אזוי. איך רעד פון עקספיריענס.

- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
moti107 האט געשריבן:דארף מען אריין קלערן צו קאווע שטיבעל האט א דין ווי א support group ווי מגעט נאר חיזוק without judgment
אדער ווי א blogspot וואס איז אפען צו יעדער נושא פאר דיבאטע, איך נויג להקל.
סאיז דא אנליין support groups אז איינער גייט אריין און א פיש סטאר זאל נישט קאמפלעינען אויף די גראך
באס דרייווער nothing personal
Sorry but all this cynicism & all this unfair debating on BUSDRIVER'S cheshbon is not supposed to be here. It's supposed to be in his ishey