מיין שלום בית געשיכטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משום והייתם נקיים האב איך זיך געשריבן מיט באס אין אישי און איך וועל נאכברענגען די שו"ת צווישן מיר און אים. איך האב אים צוגעזאגט אז אויב ווער איך קאנווינסט אנדערש ווי איך האב געשריבן וועל איך עס מפרסם זיין. איך קען נישט מחליט זיין, זאל דיר עולם מחליט זיין. אין חלק א' איז די שאלות וואס ער האט מיר גע'ענטפערט, און די חלק ב' ווארט איך נאך (געווען אינעם זעלבן אימעיל)


חלק א'


קודם כל, אויב עס איז עפעס א גוזמה אדער א שקר'ל וועסטו מודה זיין?
איך האב נישט געשריבען קיין שקר

שנית לאמיר זיך נעמען צו די מעשה:
לייגסט אראפ אזא קליינטשיקע עבירה נעבעך אזוי פיצי פיצי, צום סוף איז עס כאפן בשעת זיך אויס... זעהנדיג א פרעמדע נקיבה. פארשטייסט אז די חילוק פון וואס דו שרייבסט דא:
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א קלייניקייט, זי האט געזען עפעס א נארישקייט ביי מיר און זי איז געלאפען גלייך צי איר טאטע אזוי ווי מען לערענט אויס אין בית רחל
אזוי אויך דאס:
מיין ווייב הייבט אן צי רעדען צי האט דערציילט אפאר נארישקייט וואס זי האט מיר געכאפט אויך אז געב איר נישט קיין געלט לעצטענס.

פרעג איך דיר, איז דאס אזא קלייניקייט???? דו ווייסט אליינס אז נישט.
דו האסט דאך אליינס געשריבן דא:
דע גאנצע זאך האט געדויערט צווישען 5-10 מיניט איך גדענק נאך דע אנדערע טאג האב איך געוויינט געזאגט תהלים איך בין געווען באמת צישאסען אויף שטיקער

איך האב קיינמאל געשריבען זיך אויס... זיענדיג א פרעמדע נקבה
צוויייטענס אן אריין גיין אין דיטעלס וואס הייסט ביי דיר גרויס און וואס וואלסטי געריפען קליין



לאמיר גיין ווייטער:
דא שרייבסטו אזוי:
איך האב געציטערט אז מען גייט טוישן די שלעסער. האב איך אזוי פיל געטוהן, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב וויסן זאלסטו, די דירה איז מיינס! אויב די חלומ'סט צו טוישען שלעסער, ווייסטו אז איך האב קאנעקשאן צי דע90'פריסנקט, און איך זאג דיר צו, "דו גייסט זיצן"למעשה האט דעס געארבעט
סיערסלי? אזוי האסטו גערעדט? וואס פארקויפסטו לאקשן? האסט קענאקשנס צו די 90 פריסענט (אזוי שרייבט אי"ש, אפשר ביסטו גאר אים)? ביסט א גרויסע טאטע? און דו ווילסט מיר זאגן אז עס האט גע'ארבעט????????????????


דער אמת איז איך ווייס נישט פארוואס זי האט נישט געטוישט איך ווייס נאר וואס איך האב געזאגט איך האב איר איינגערעדט ווייל איך א חבר וואס איז גיט מיט זיי זיעט אויס אז זי האט געגליייבט


חלק ב'



אזוי אויך שרייבסטו דא:
איך (זאג איר מיין נאמען זי מיז וויסען אז די האסט בעקאפ וואס שטייען אינטער דיר)מאך דיר שוין משיגע א לאנגע צייט אז די זאלסט איר אפלאזען איך האלט אז די קענסט זייער גרינג טרעפן א צוויטער זאג איר אז איך האב אפילו שוין אנגעטראגן א גרושה וואס וואלט געחלש'ט פאר דיר נאר ביז יעצט האסטי נישט געוואלט ווייל די האסט געהאלטן אז קיינער קען איר נישט ריפליעסען אבער יעצט האסטי מחליט געווען געניג איז געניג די קענסט נישט קען חרוב מאכן דיין גאנצער לעבען פאר דע אלע מעלות פאר א ווייב וואס איז נישט גרייט צי זיען א צווייטען מעלות אויך
און זאג איר קלאר אז ביסט גרייט זיך צי גט'ן און לאמיר שוין זיך פארבינדען מיט א רב וואס וועט עס מסדר זיין

מ'האט דיר אנגעטראגן א גרושה ווען דו ביסט נאך געווען חתונה געהאט? שוין א לאנגע צייט צוריק? דער מגיד שיעור האט דיר אנגעטראגן א גרושה און דו זאלסט איבער לאזן? וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן?

און בכלל, וואספארא שייכות האט דיין זיך פארבעסערן אלס בעסערע מאן מיט דיין פארן זעהן? ווי אזוי טראסט זי דיר שוין מיט דעם???????????
מיר האבן געליינט די מעשה אנפאנג מיט גרויס שפאנונג און מיר האבן עס אפילו געגלייבט, ביז 5 רבנים און 3 עסקנים זענען פשוט געווען בלוט צאפערס און מערדערס. לאמיר דיר זאגן א גוט ווארט וואס מיין רבי האט מיר געזאגט; ווען א אינגל קומט מיר זאגן אז זיין קאפ טוט אים וויי, וועל איך אים גלייבן, ווען א אינגל וועט זאגן אז זיין בויך טוט וויי, וועל איך אים אויך גלייבן. אז זיין בויך מיט זיין קאפ טוט וויי, וועל איך אויך גלייבן. אבער אויב א אינגל קומט זאגן, רבי, מיין בויך, מיין קאפ, מיין פיס, מיין האנט, מיין רוקן, מיינע אויגן, אלעס טוט וויי איך וויל אהיימגיין. וועל איך אים זאגן, צדיק , גיי שיינערהייט צוריק אויף דיין פלאץ און מאך דיר נישט נעריש. די זעלבע דא, האסט א רב וואס איז סתם שלעכט? ניחא, 2 רבנים, אפשר אויך, אבער 5 רבנים מיט 2 עסקנים. גיב מי א ברעיק.
און בנוגע די שטרי ברורין?
מ׳רעדט דאך נישט פון קיין טויזענט דאלער, נאר פון שווערע גרויסע געלטער (אויב עס איז אמת).
פארוואס האט ער עס נישט געשריבן אין זיין ארטיקל? מאכט סענס? נישט ביי מיר.
פארוואס האט ער געגעבן די געלט און די רב האט נישט געדארפט צוריקגעבן די שטר? מאכט סענס? נישט ביי מיר.
פארוואס האט ער נישט געשריבן די חלק זיכער? עס איז דאך סחורה ווי גאלד! א רב הייסט אינטערשרייבן קעגן דתי וחוקי התורה און נעמט געלט און גיבט נישט צוריק די שטר
און ווען האט ער אים געגעבן די געלט? ווען ער האט שוין אנגעפיפן? ווען ער איז אוועק פון אים? ווען ער האט זיך פארבעסערט?
און וואס הייסט אז די רב קען עס נאך ניצן אויב פירט ער זיך נישט גוט אויף? דאס הייסט אז דער בעל השטר האט יא מיטגעהאלטן מיט די קעיס טריט און שריט כסדר אפילו נאך וואס ער איז אוועק? און איז נאך אלס אינעם בילד? פארוואס שרייבט ער אז ער איז אוועק?
ווי אזוי האט זיך א צווייטע רב געקענט אריינמישן ווען ער האט אינטערגעשריבן שטרי ברורין ביי די ערשטע רב שוין?
ביז ווען גייט דער רב האבן די שטר? עד לאחר מאה ועשרים
באניצער אוואטאר
באס דרייווער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך באס דרייווער »

איך זיע איך בין דא מיס אריין געפאלען איך מיז מיר יעצט שטיין און אופווייזען מיין נאמנות

יעדער וואס קיקט דע קשיות זיעט ווי מען האט זיך ארויף געכאפט א שטרוי

בפרט ממי שאמרו קשיות איך קודם געטרייי צי ענטפערן פרעזענליך אבער נאכן דורך טיען זיינע שאלות זיע איך פשוט אז אים פעילט עפעס אנדערש
יעצט איחוד קשיות באמת האב איך אים געהאלטן אלטס מער פארשטייער, איך וואלט קיינמאל נישט געהאלטען אז ווערט פרעגען אזעלעכע קשיות
אבער לאמיר מיר טרייען אויפציווייזען מיינע נאמנות

אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
איז דיעס נישט נארמאל פאר א יונגע פרוי גארנישט ציזאגען און לויפען גלייך צים טאטע

א שווער וויל גלייך א גט.
איך האב געשריבען אז ער האט געווארפען א שלעכט אויג תכף נאך דע חתונה

דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
אויך נישט קיין נארמאלע זאך? א רב מיט וועים ער שוין גיט נאך אלטס בחור

דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דע זעלבע ווי פריער

דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
ער האט מיר יא ארויס גהערט אבער ערשט נאך צוויי סעשאן, איך קיינמאלנישט געשריבען אז האט מיר נישט אויסגעהערט

נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט

קען נישט זיין ? איך ווייס נאך 10 רבנים וואס זענען קראפטירט און איך מיין די ווייסט אויך ,גראדע אמאל האב איך נישט געוויסט

באמת האב איך נעכטען אפגעמאכט איך גיי מער נישט שריבן וועגן דיעם, נאר איך ווייס נישט איך האב נישט געקענט איינהאלטען
אדרבה איך בין גרייט צי רעדען מיט יעדען וועגען דיעם און אישי
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יישר כח פאר ענטפערען.

עוד חזון למועד.

עס קען זיין אין די ענדד וועל איך דיר מודה זיין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באס,
פארוואס דרייסטו דיר ארויס פון ענטפערן די אנדערע שאלות??
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האב מורא אז ממי שאמרו איז דער שווער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
באס דרייווער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך באס דרייווער »

ממי_שאמרו האט געשריבן:באס,
פארוואס דרייסטו דיר ארויס פון ענטפערן די אנדערע שאלות??


אפשר וויל זיך איינע מיט אביסעל שכל מנדב זיין אים צי ענטפערן
ווייל איך קראך פין זיינע שאלות
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

אונז זענען שוין דא אינגאנצען צומישט!! :roll: :roll: :roll: :? :? :? :?
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

this conversation will go on intill April 1 and then will be announced as aAprill foooollllll, have fun
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

דעתי הענייה האט געשריבן:איך פיל אז איך דארף עפעס זאגן, און אויב די אחראים פילן פאר וויכטיג עס אויסצומעקן, כל הכבוד.

עס איז נישט קיין סוד אז פק''ק קאווע שטיבל איז נתייסד געווארן אלס א תוצאה פון די אומנארמאלע אויפפירונג אויף אייוועלט.
דא דארף צו זיין א פלאץ ווי יעדער קען זיך אויסגעבן אהן פארשניטן ווערן, און פארשריגען ווערן, און, די אחראים טוען גאר א גוטע ארבעט אין דעם נושא.
אבער, מה הועילו חכמים בתקנתם, אויב מען באקומט דעם בליק, אז מען קען זיך נישט אויסגעבן דאס הארץ פאר חברים מקשיבים אהן באפאלן ווערן?
ניין, איך זאג נישט, און איך מיין נישט, אז מען זאל שאקלען יא אויף יעדער זאך, אבער, אזא פאל ווען איינער שרייבט זיינע מיטמאכנישען, איז נישט מער ווי נארמאל, מען זאל אים לאזן אויסרעדן, אפילו דו האלטסט אז ה' ירחם ער רעדט אויף די רבנים, וכו'.
העכסטענס, שיק אים על כל פנים קודם אן אישי, און הער וואס ער האט צו זאגן.
קען זיין איך בין ראנג, אבער דאס זיינע מיינע צוויי פרוטות.


דארפסט פארשטיין, פרי ספיטש גייט אויף ביידע וועגן, ער מעג זאגען וואס ער וויל, און אנדערע מעגן דעבאטירען ווי אזוי זיי פארשטייען,
ער ווערט גארנישט ווייניגער ווען מען פרעגט אים איבער און מען דעבטירט אים, ער ווייסט דאך במילא דעם אמת אז זיין מעשה איז אמת.......

שטעל זיך פאר ווען מען גייט אויף דיין מהלך און מען מעג נאר קאמענטירען אויף א געוויסע אופן... קען מען דאך צוריק גייט פון ווי מען איז געקימען.... :oops:
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באס דרייווער האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:באס,
פארוואס דרייסטו דיר ארויס פון ענטפערן די אנדערע שאלות??


אפשר וויל זיך איינע מיט אביסעל שכל מנדב זיין אים צי ענטפערן
ווייל איך קראך פין זיינע שאלות


אז עס פעלט אין די הסברה, פעלט אין די הבנה.
אז דו- דער בעל הסיפור- קען נישט ענטפערן מיינע פשוטע פראגעס, ווי אזוי זאל א צווייטער קענען ענטפערן (אפשר בעטסטו לעקסוס??..)?
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

אויס מענטש האט געשריבן: אבער איינמאל די פייט איז אווער איז עס ווי א שירעם נאך א רעגן אדער ווי א דין תורה ביי א סכסוך.



גוט.. אייגענס?
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
באס דרייווער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך באס דרייווער »

ממי שאמרו

איך בין געבליבן מיט דע צינג אינדרויסען מיט דע קשיא

מ'האט דיר אנגעטראגן א גרושה ווען דו ביסט נאך געווען חתונה געהאט? שוין א לאנגע צייט צוריק? דער מגיד שיעור האט דיר אנגעטראגן א גרושה און דו זאלסט איבער לאזן? וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן?

איך טראכט ביי מיר ווי אזוי איך האב עס געקענט זאגען פאר מיין ווייב ווי אזוי זי האט נישט געכאפט אז עס נישט אמת

פארפאלען אינטערסאנט אז איחוד האט נישט געכאפט דע פשוטע קשיא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגב, איך דארף דיר זאגן, מיין ווייב גלייבט דיר יא (נישט אינגאנצן, זי האלט אז עס איז דא מער פון אביסל גוזמאות, אבער אז די יסוד פון די מעשה איז אמת גלייבט זי), נשים דעתן קלות...
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

איך האב שוין גאר לאנג נישט געשריבען דא, איך גלייב אז א גרויס טייל שרייבערס וועלן ניטאמאל געדענקן אז איך בין אמאל דא געווען. אט די נושא, באס דרייווערס שלום בית נושא האט מיר געצווינגען צו נעמען די מיה זיך אריינצושרייבן אהער.

ובכן, איך קען נישט באס דרייווער, אזויווי איך קען נישט קיינעם פון די שרייבערס דא, אבער איך קען זיין געשיכטע גאר גוט. און ווי אנדערע האבן שוין געשריבן עס מוז נישט זיין אז עס איז 'זיין' געשיכטע אבער א פיקציע איז עס נישט!

איך ווייס נישט פון ווי עטליכע שרייבער דא נעמען די גאטס צו זאגן מיט זיכערקייט אז עס איז א פאבריקאציע, און די צייט וואס איך קען עדות זאגן מיט א זיכערקייט אויף די פולע ווארהייט, און ווי עטליכע האבן שוין מרמז געווען ווייסן זיי דאס פון עקספעריענס. נישט יעדער האט די קוראזש זיך ארויסשטעלן און איבערגעבן זיין פריוואטע ווייטאגליכע געשיכטע פאר די פובליק, און איך קוק שטארק ארויף אויף באס דרייווער פארן דאס יא טון.

פון איין זייט האבן מיר דא א איד וועלכע איז דורכגעגאנגען א שווערן פעקל (אדער באשרייבט ער איינעם וואס איז דאס דורכגעגאנגען), פון די צווייטע זייט איז פארהאנען -לכאורה - אומוויסענדע מענטשן וועלכע די געשיכטע לייגט זיך זיי נישט אויפן שכל אדער אויף די געפילן, און דעריבער פסל'ן זיי דאס תיכף אפ אלס פרעכע שקר.

אינדערצווישן זענען דא:
די וועלכע גלייבן בלינדערהייט דעם באס דרייווער, און ווילען אים געבן אן אויער און א פלייצע זיך אויסצורעדן.
די וועלכע גלייבן אויף זיכער די אומוויסענדע, און וועלן זיך אנכאפן אויף יעדן שטיקל קש ותבן צוליב זייער באגרעניצונג.
אזעלעכע וועלכע שרייבן אז זיי גלייבן נישט בלויז צוליב דעם וואס זיי גלייכן דעם טעמע און קענען באשטיין צו טאנצן אין שמוץ, טראץ וואס א צווייטענס פערזענליכע געפילן אינטערעסירט זיי קנאפ, דעריבער טשעלענדזען זיי דעם שרייבער כדי ער זאל אהן זיין ווילן ארויסגעבען אינפארמאציע וועלכע ער וואלט געוואלט האלטן פריוואט.
אזוי אויך זענען פארהאן אויף די וועלט אסאך איפכא מסתברא'ניקעס, וואס וועלן בלויז זאגן יא ווען איך וועל זאגן ניין.
און צום לעצט - ווי איך גלייב זענען רוב שרייבער אזוי - זענען די וועלכע ווייסן באמת נישט און פרובירן צו שטעלן די זאך אויפן פלאץ מיטן פרעגן אויפריכטיגע פראגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פיקציע,
איך געדענק טאקע נישט ווען דו האסט דא געשריבן. און טאקע א שאד. ביטע קום אהער מער אפט! אזא שכל הישר און גוט אראפגעלייגט. ביטע קומט אהער מער אפט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איחוד פעלד האט געשריבן:אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
א שווער וויל גלייך א גט.
דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט.

די אלע זאכען געשעהן נישט.

די אלע זאכן זענען מעשים בכל יום.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
מזלטוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך מזלטוב »

איך ליין די גאנצע אשכול און קען נישט גלייבן ווי ביטער מענטשן קענען זיין. נישט גענוג ער האט דאס מיט געמאגט דארף ער נאך אויס שטיין א חקירה און מען זאל אים אויספראקן?????
פון מיין אייגענע עקספיריענס זענען דא רבנים און עסקנים וואס זענען נוטה שטארק צו איין צד. אדער מיינען זייער געלט. און טראכטן נישט פון די קאפל וואס פרעגלט זיך ביזדערווייל! איך בין באקאנט מיט א רב וואס פייניגט יעצט אזוי איין זייט פון די קאפל ווייל די צווייטע זייט האט אים משחד געווען!!!
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

הגם לדעתי זענען רבנים אסאך מאל קאראפטירט וכו'. אבער איך וואלט זעהר געוואלט באס דרייווער זאל פורש בשם זיין דריי רבנים וואס זענען עלול אויף אזאנס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

אה איחוד יעצט פארשטיי איך דיין מהלך ...
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

ממי_שאמרו האט געשריבן:אגב, איך דארף דיר זאגן, מיין ווייב גלייבט דיר יא (נישט אינגאנצן, זי האלט אז עס איז דא מער פון אביסל גוזמאות, אבער אז די יסוד פון די מעשה איז אמת גלייבט זי), נשים דעתן קלות...

אדער אלץ בינה יתירה :lol:
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

פיקציע א לייק פאר אלעס ביז די לעצטע שורה :like
זייער זייער גוט ארויסגעברענגט
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
מזלטוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך מזלטוב »

איך קען נישט באס דרייווער און נישט זיין געשיכטע. אבער איך קען דיר יעצט געבן נעמען פון רבנים אין ארץ ישראל. און לאנדאן. וואס פירן זיך אזוי!! א אומגליק פארן דור אז ווער עס וויל רופט זיך עסקן/ שלום בית מאכער/ מבין וכו'
באניצער אוואטאר
Lexus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך Lexus »

If you will not stop to attack our dear bus driver will i put here the names of the rabunim that were involved!!!!
And to you bus driver, get all this bad people out from your bus now!
פארשפארט