און וואס וועט זיין ווען דער אויבערשטער וועט טאקע העלפן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

און וואס וועט זיין ווען דער אויבערשטער וועט טאקע העלפן?

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

שטעלט זיך פאר אזא מעשה. א בארימטער בעל דרשן, וואס באצויבערט געווענליך דעם עולם, האלט ביים סוף פון א לאנגער דרשה, א קנאק פון א זאך, געגעבן אין א גרויסן, פול-געפאקטן זאל. דער עולם זיצט היפנאטיזירט, אין טויט שטילקייט, מיט די אויגן צוגעשמידט צום עמוד, און שלינגט יעדעס ווארט פונעם באגאבטן רעדנער.

אט קומט די דרשה צו א סוף. דער בעל דרשן האט שוין אפגעזאגט וואס ער האט צו זאגן, און האלט אט אט ביים אויספיר. "זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן," הייבט ער אן מיט אן עטוואס העכערן טאן ווי פריער, אנדייטנדיג דעם גמר הדרשה, "אז ..."

יעדער קען דעם אויספיר. דער עולם האט זיך טאקע אנגעהויבן אויסציען די הענט, רירן די בענקלעך, און גרייטן זיך אויפצושטעלן. נאר אט גייט עמיצער צו צום עמוד, גיט אן איידעלן צי דעם בעל דרשן ביים ארעם, און זאגט אים עפעס שטיל אריין אין אויער. דער בעל דרשן ווערט בלאס ווי די וואנט, און די אויגן קוקן ארום ווילד-צעפלויגן. ער לאזט זיך אראפ אויף א דערנעבנדיג בענקל און קוקט צעמישט אין דער לופטן.

ביז עטליכע סעקונדן האט זיך פון מויל צו אויער אנגעהויבן ארומטראגן דעם סוד, וואס האט דעם בעל דרשן אזוי צעמישט. "משיח איז דא," האבן מענטשן זיך שטיל געמורמלט איינער צום צווייטן. ס'האט נישט געדויערט קיין פינף מינוט ביז יעדער אין זאל האט שוין געוואוסט די נייעס. משיח איז אנגעקומען, און ער ווארט אין ירושלים דער עולם זאל זיך צוזאמנעמען.

יעדער איז געבליבן זיצן אויפן פלאץ, צעמישט און פארלוירן. וואס טוט מען יעצט? וואס דארף מען יעצט טאן?

דער רעדנער איז געבליבן אויף זיין פלאץ, אין דער זעלבער פאזע, מיט דער צונג, וואס האט אויף זיך נאך געהאט די לעצטע נישט-דערזאגטע ווערטער, האלבוועגס ארויסגעשטעקט פון מויל.

– זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו, במהרה בימינו – אמן!

נו, דער אויבערשטער האט געהאלפן און ער איז דא...

וואס טוט מען ווייטער?

ס'איז שווער זיך פארצושטעלן א מציאות אז בעלי דרשנים זאלן ענדיגן א דרשה מיט סתם א גוט ווערטל אויף דער פרשה, אדער פשוט א "שקויעך": "וועלמער מסיים זיין מיט א ווארט וואס כ'האב געהערט אויפן וועג קומענדיג אהער ... יעצט שטימט שוין פארוואס דער מדרש זאגט עס דווקא מיט אזא לשון. שקויעך." עס גייט נישט...

ווי מיט אלעם אין לעבן וואס ווערט גענוצט, אויסגענוצט און איבערגענוצט, האט דער מושג פון קץ גאולתינו פארלוירן זיין עכטקייט. "משיח זאל שוין קומען" איז אביסל געווארן אן אבסטראקטע זאך, אויף וועמען מען לייגט אן אלעס און וואס מען נוצט על כל צרה שלא תבוא.

די גמרא זאגט אז משיח וועט קומען אויף איינעם פון צוויי אופנים: "בעתה" אדער "אחישנה". אויב כלל ישראל וועט זוכה זיין, וועט משיח קומען שלא כדרך הטבע, מיט ניסים ונפלאות. אויב נישט, דעמאלט וועלן אידן אויסגעלייזט ווערן אויף א פשוט'ן טבעיות'דיגן אופן. אויב מיר וועלן זוכה זיין, זאגט רבי יהושע בן לוי אין מסכת סנהדרין, וועט ער קומען מיט "וואלקנס פון הימל"; אויב נישט, וועט ער קומען ווי אן "ארימאן רייטנדיג אויף אן אייזל".

איך ווייס נישט וויאזוי דער מצב פון כלל ישראל היינט ווערט געזען אין הימל – צי מיר זענען אין א מצב פון "אחישנה", צי "בעתה". אויב אבער איז עס בעתה, דעמאלט קענען מיר נישט דערווארטן אז די וועלט זאל זיך איבערדרייען אלס טייל פון דעם גאולה פראצעס. עס וועט זיין דעם רמב"מ'ס ימות המשיח. אויב איז עס בעתה, איז זייער מעגליך אז מיין פאנטאזיע מיט'ן בעל דרשן פריער איז נישט אזוי ווייט פונעם מציאות.

אפשר איז צייט אויפצוהערן אפלייגן זאכן אויף ווען "משיח וועט קומען"? מען דארף לעבן מיטן הוה. דער אויבערשטער פון דעמאלט איז דער זעלבער אויבערשטער פון יעצט. די תורה ומצוות (בכל אופן, אויב לאזן מיר ארויס וואס מקובלים זאגן – א שמועס פאר זיך) זענען אויך די זעלבע יעצט ווי דעמאלט. צו וואס זאלן מיר לעבן עראי'דיג, נישט מסודר'דיג, און זיך אנקוקן ווי יעצט איז נישט גוט, אבער ווען משיח וועט קומען ... אפשר איז בעסער אויפצוהערן אפשטופן די "גוטע צייטן" אויף משיח'ן?

אנשטאט האבן עפעס א ווייטן, מופשט'דיגן מושג פון משיח וואס טאלערירט אלע דרשות-אויספירס און איז אזא מין "בלויז" אין וועלכן מען קען אריינפילן אלעס וואס פיט נישט ערגעץ אנדערש אריין – אפשר וואלט געווען כדאי צו לעבן אין דער געגנווארט, פרואווען זיין גוט היינט און בעסער מארגן, זיך באקוועם מאכן אין לעבן אויף וויפיל ס'איז מעגליך, און געדענקען אז דער סוף איז נישט משיח במהרה בימינו?

אויב מען קוקט אן משיח פשוט ווי די צייט ווען מיר וועלן פשוט אויסגעלייזט ווערן פון גלות, פטור ווערן פון אלערליי קרומע הערשאפטן אין דער וועלט, אויפבויען דעם בית המקדש, לעבן ביי זיך אינדערהיים, און מקיים זיין אלע מצוות התלויות בארץ, און פארטיג, דעמאלט איז גרינגער ארויסצוקוקן אויף זיין אנקום; ס'קומט אן לייכטער באמת צו האפן אויף ביאת משיח, ווי איידער נוצן דעם "בביאת משיח צדקינו" ווי סתם א ליידיגן פראז וואס קאסט נישט קיין געלט צו זאגן.

משיח וועט דעמאלט פון א שעיר לעזאזל ווערן דאס וואס ער איז באמת לויט חז"ל: דער שליח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות און ארויפטראגן אויף ארץ ישראל, וואו מיר וועלן בויען דעם בית המקדש, וואו די שכינה וועט, אויב און ווען מיר וועלן זוכה זיין, רוען, אז יעדער וועט זי פילן.

נו, זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אייביג לעבן צופרידן ווי אידן און מענטשן.

נ.ב., איך קוק ארויס צו זיין וואס שנעלער אין ארץ ישראל מיט'ן אויפגעבויטן בית המקדש, און פילן גליקליך מיט'ן מקיים זיין תורה ומצוות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לולקע-ציבעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר