ברסלב, וואס איז דאס?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

ברסלבער האט געשריבן:פארוואס קוקט מען אן טאקע ברסלבע פאר משוגעים?
די סיבה איז זייער פשוט, ווען הערט א מענטש פון ברסלב? געווענטליך נאך ראש השנה ווען מען ליינט די צייטונגען, און זיי ברענגן שיינע בילדער פון ראש השנה אין אומן, און מען זעהט דארט אלע מיני מאדנע מענטשן, דערפאר גייט אריין אין קאפ אז דאס איז ברסלב. נו וואס דען זאלן די צייטונגען ברענגן בילדער? פון אידן וואס זיצן ביים ציון און וויינען זיך אויס? פון אידן וואס דאווענען מיט השתפכות הנפש? פון אידן וואס זיצן אין די לערן שטיבלעך און לערנען פלייסיג אדער הערן אויס א שיעור? דאס איז דאך דא ערגעץ אנדערש אויך, ממילא זוכט מען די אינטערעסאנטע בילדער וואס דער עולם וועט הנאה האבן, א בילד ווי איינער טאנצט אויפ'ן גאס, א בילד ווי איינער שטייט אויפ'ן דאך, א בילד ווי איינער שלאפט אויף א רענצל, וכדומה, און דאס איז איינ'ס פון די הויפט סיבות פארן אראפקוקן ברסלב, און איך האלט אז די צייטונגען וועלן אפגעבן א דין וחשבון אויף דעם.
.


דאס איז איז נישט אמת, ווייל אר"י איז פול מיט די סארט וואס טאנצן אן די גאסן און שרייען אז זיי זענענן ברסלב, עס איז טויזענטער פון זיי, אסאך מער וופל חסידים אלע ברסלבע רבי'ס האבן אינאיינעם... אומאן איז אויך פול מיט זיי..
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בדחן, יעצט האב איך הנאה פון דיר, יעצט האסטו אנגעהויבן זיך צו באציען צו די נושא.
איך שעץ דיין מיינונג, און איך וועל דיר ענטפערן וואס מיין מיינונג איז, איך האב נאר אזויפיל געזאגט אז דא איז נישט צימעס, אין צימעס דעבאטירט מען די "מענטשן", און אין תורה און מחשבה דעבאטירט מען די "נושאים", און איך וועל דיר ענטפערן נאר אויף "נושאים" וואס דו האסט געשריבן.

און יעצט צום "נושא".
בדחן האט געשריבן:ווען מען רעדט פון ברסלב איז די ערשטע שאלה וואס יעדער פרעגט: מיהו ברסלב?
איז דער ברסלב'ער דער:
1} די האמלאוס חברה מיטען ווייסען נ נח קאפעל וואס טאנצט אין די גאסן?
2} דער אינגערמאן וואס ווייסט פון ברסלב צו זאגען נאר ווען ער וויל פארן אויף א אוספלוג חודש תשרי?
3} מוהרא"ש וואס איז עוסק אז מען זאל חתונה האבן ביי די 14, און הייסט וואטען פאר ש"ס?
4} אדער דער אינגעלייט וואס גייט ארום צו בחורים אז זיי זאלן אנפייפען די טאטעס { וואס גיט זיי ברויט, מאכט זיי חתונה } עד זוב דם?
5} אדער ר' יואל ראטה וואס מקרב צובראכענע נשמות און פראביר זיי אביסל אופצולעבן?
6} אדער דער בעל פלוגתא פון ר יואל, הרב שטערן וואס האלט ער פארשטייט בעסער שיטת מוהרא"ש?
דערנאך איז די שאלה: מה זה ברסלב?
איז שיטת ברסלב:
1} מען מוז גיין מיט א נ נח קאפעל?
2} מען מוז אויסזען פאני און אנדערש פון המון עם?
3} אויב פארט מען אויף אומאן ר"ה ווייל עס איז בא'טאמעט און באקוועם הייסט מען שוין א ברסלב'ער?
4} מוז מען זיין א מח קטן צו זיין א ברסלבער?

די אלע קשיות האב איך שוין פארענטפערט, אז א ברסלבער איז איינער וואס לערנט רבי נחמנ'ס ספרים און ער פאלגט וואס דארט שטייט, עס איז נישט קיין חילוק ווי אזוי ער הייסט, ווי ער וואוינט, ווי אזוי ער גייט אנגעטוהן.

בדחן האט געשריבן:דער אמת איז לא באלה חפץ השם, נישט דאס איז ברסלב, נישט די אלע גרופעס און נישט די אלע מהלכים,
שיטת ברסלב איז אז מען דארף דינען השי"ת שיטת ברסלב איז גארנישט אנדערש מיט דעם פון אלע אנדערע מהלכים בדרך השם,
ברסלב האט ארייגעארבייט אינעם מהלך צו דינענן השי"ת מתוך רגש ושמחה, ברסלב האט גארבייט אינעם אלטן מהלך פון התבדודות און רעדן גלייך צו השי"ת,

אמת, אבער וואס איז פונקטלעך דער מהלך? למעשה ביזטו דאך מודה אז עס זענען דא מהלכים אין עבודת ה', סא מיט וואס איז ברסלב אנדערש ווי אנדערע?

בדחן האט געשריבן:דער אמת'ער ברסלב איז לכאורה ביי הרה"צ ר יעקב מאיר, און נאך זקני חסידי ברסלב וואס דינענן השי"ת מיט א אמת און מיט א שטארקייט..
..משא"כ אויב ברסלב איז א מהלך החיים א שטייגער ווי בי ר' יעקב מאיר, דעמלאטס איז אלעס אנדערש ווייל דעמלאטס האלט מען נאך אן אלעס וואס מען האט געלערנט ביז יעצט, און מען לערענט זיך אויס נאך א וועג ווייטער צו דינענן השי"ת פינקט ווי ביז יעצט,

האסט אמאל געלערנט רבי יעקב מאיר'ס ספרים? האסט אמאל געהערט דרשות פון אים? און האסט אויך געהערט אדער געלערנט ספרים פון אנדערע משפיעים אין ברסלב, אז דו מאכסט אזעלכע החלטות? אדער דו ביזט דן דעם מענטש אויף די נאז, מורח ודאין.

בדחן האט געשריבן:ווי באלד און ברסלב איז שמחה א ארטיקעל דערפאר קען מען זיך מאכען פאני..
זאגען משניות אויסעווענדיג א ערזאץ אויף לימוד התורה ..
ער דארף בסך הכל איינמאל א יאר פארן קיין אומאן..
קיינער קען אים מער גארנישט זאגען אין אידשקייט ווייל ער איז ברסלב'ער..
זיין רבי/קהלה/עלטערען/מסגרת/מסורה איז אים שוין גארנישט מחייב..
מען מוז מצער זיין דאס ווייב איינמאל א יאר און די הייליגיסטע זמנים פון יאר..
מען דארף מער נישט האבן קיין פרבלעם מיט די סאטמער פרעשעור..
מען קען זיך ענשויען ר"ה..
מען דארף מער נישט זאגן תהילים שובבים..
לימוד התורה איז נישט מחייב..
תיקון הכללי אינאינעןם מיט א פרק משניות א טאג איז גענוג..
ועוד ועוד..

WOW.............. אזויפיל שטותים אויף איינמאל?
זאג מיר, פון וועלכן משפיע אין ברסלב האסטו געהערט די אלע זאכן? וויפיל ברסלבע אידן קענסטו אויסרעכענען מיט נעמען אין דיין מח, וואס זאגן די אלע זאכן?
כאטש באמת, ווי געזאגט, אז פון א פריוואטן מענטש וואס רופט זיך ברסלבער קען מען נישט דן זיין, אזוי ווי דו פארשטייסט אז מען קען נישט דן זיין גאנץ סאטמאר געבויעט אויף עטליכע קליינע מוחות וואס געפינען זיך דארט, נאר אויף שיטת סאטמאר, וכן הוא לגבי שיטת ברסלב. אבער אפילו פריוואטע מענטשן אין ברסלב האב איך אויך נאכנישט געזעהן מיט די אלע "מעלות" וואס דו האסט דא אויסגערעכנט.

בדחן האט געשריבן:נאך א נדוקה אינאכט צו נעמען, די ברסלב'ע לא בשמים הוא, לאמיר זען ביי די אלע וואס האבן זיך מיט געכאפט מיטען מאוומענט או זיך אנגעהויבן ריפען ברסלב,
מיט וופיל זענענן זיי געשטיעגן?
מיט וופיל מער האבן זיי אנגעהויבן מכבד זייער ווייב? {א שטארקע נקודה און ברסלב}
חוץ אראפ נעמען זייער שיעבוד פון אלעם ביז יעצט זענענן זיי געווארן בעסער אויך? אדער נישט?

איך קען גראדע גאר אסאך מענטשן וואס האבן זיך מיט געכאפט מיט די מאוומענט, און זיי זענען געשטיגן גאר שטארק ברוחניות, מכבד מער די ווייב, נישט אראפגענומען די שיעבוד.
יעצט טראכט דו אריין וויפיל מענטשן קענסטו וואס האבן זיך מיטגעכאפט און זיי זענען געווארן שוואכער? איך רעד נישט פון וואס מען שמועסט אין די מקוה, נאר טראכט אין דיין מח וויפיל מענטשן קענסטו אפציילן מיט נעמען וואס זענען שוואכער געווארן דורך ברסלב.

בדחן האט געשריבן:דאס איז איז נישט אמת, ווייל אר"י איז פול מיט די סארט וואס טאנצן אן די גאסן און שרייען אז זיי זענענן ברסלב, עס איז טויזענטער פון זיי, אסאך מער וופל חסידים אלע ברסלבע רבי'ס האבן אינאיינעם... אומאן איז אויך פול מיט זיי..

אין ארץ ישראל ווייס איך נישט, אבער אין אומן בין איך שוין געווען אסאך יארן כולן שוין לטובה, און דו זאלסט מיר נישט איינרעדן וואס דארט טוט זיך, עס קומען זיך צוזאם בערך 30/40 טויזנט אידן, און פון די אלע, זענען דא א סך הכל פון בערך 200 נ נח'ס וואס מאכן זיך משוגע, דאס איז די גרעסטע נומבער וואס איך קען נאר זאגן, עס איז לכאורה נאך ווייניגער, אבער דאס איז שוין ברייט גערעדט, יעצט 30,000 מיינוס 200 =29,800 און די אלע זענען נארמאלע מענטשן וואס קומען זיך אויסבעטן ראש השנה צו האבן א גוט געבענטשט יאר, טאקע אין אומן ווי רבי נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים וועט ער אים העלפן.
יעצט די אלע גייען נישט יעדער מיט א שטריימל און לאנגע בעקיטשע, עס זענען דא אלע סארט אידן יעדער גייט כמנהג אבותיו מיט די לבוש וואס ער איז אויפגעוואקסן ביי זיינע עלטערן (מען טאר דאך נישט משנה זיין) אבער זיי טאנצן נישט אויף די גאסן, זיי מאכן זיך נישט משוגע, זיי מאכן נישט קיין פאן, זיי קומען קיין אומן מיט איין ציהל, צו תשובה טוהן און זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, איינער וואס גייט אריין ערב ראש השנה צום ציון הקדוש אין אומן, איז נישט במציאות אז ער זאל נישט מיטוויינען מיט די טרערן וואס גיסן זיך דארט פון יעדן איינעם אן אויפהער, און דערנאך ביי תפלות יעדער ביי זיין מנין מיט השתפכות הנפש.
נאר אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, די משוגעים שטארן ארויס מער, און פון זיי מאכט מען די בילדער, און דערפאר זעהט עס אזוי אויס.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

איך וועל אביסל קאנפיוזד פון דיין לעצטע תגובה, האסט געמאכט א מיש מאש פון אלע מיינת תגובות אינאיינעם עס איז מיר שווער צו פארשטיין פינקטליך, סאו איך וועל דיר געבן די בענעפיט אפ די דאוד אז מן הסתם האסטע זייער גוט געשריבען,
__

לאמיר דיר נאר פרעגן א זייטיגע נקודה {מיזט נישט ענטפערן}, ביסט מיסודו א ברסלב'ער?
איז דיין טאטע די משפחה ארויף אייביג געווען ברסלב'ע?
אויב נישט, ווי האט דיין טאטע געהערט? וועלכע חסידות האסטע באלאנגט? { דאנט ווארי, איך זי נישט צו מאכען קיין גילו דא} פלעין נייגעריג,

האסט א היינטיגע משפיע און ברסלב? אויב יא, ווער איר איז דאס? מוהר"ש? רנ"ש? ראי"מ?רימ"ש?ר"ש?רי"ר? ...???
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בדחן האט געשריבן:איך וועל אביסל קאנפיוזד פון דיין לעצטע תגובה, האסט געמאכט א מיש מאש פון אלע מיינת תגובות אינאיינעם עס איז מיר שווער צו פארשטיין פינקטליך, סאו איך וועל דיר געבן די בענעפיט אפ די דאוד אז מן הסתם האסטע זייער גוט געשריבען - א ווי אייביג -,

אין אנדערע ווערטער: "איך האב נישט וואס צו ענטפערן". האב איך גוט פארשטאנען?
איך האב דיר געענפערט בטוב טעם ודעת אויף יעדע קשיא דיינע, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

בדחן האט געשריבן:לאמיר דיר נאר פרעגן א זייטיגע נקודה {מיזט נישט ענטפערן}, ביסט מיסודו א ברסלב'ער?
איז דיין טאטע די משפחה ארויף אייביג געווען ברסלב'ע?
טויב נישט, ווי האט דיין טאטע געהערט? ווי חסידות האסטע באלאנגט? { דאנט ווארי, איך זי נישט צו מאכען קיין גילו דא} פלעין נייגעריג,

איך בין א געווארענער ברסלבער, און פון ווי איך קום, איז נישט קיין נפק"מ.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

ברסלבער האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:לאמיר דיר נאר פרעגן א זייטיגע נקודה {מיזט נישט ענטפערן}, ביסט מיסודו א ברסלב'ער?
איז דיין טאטע די משפחה ארויף אייביג געווען ברסלב'ע?
טויב נישט, ווי האט דיין טאטע געהערט? ווי חסידות האסטע באלאנגט? { דאנט ווארי, איך זי נישט צו מאכען קיין גילו דא} פלעין נייגעריג,

איך בין א געווארענער ברסלבער, און פון ווי איך קום, איז נישט קיין נפק"מ.


ביי רוב עמך אידן, און זיכער אזוי ביי מער ווי עמך אידן איז שפילט די זאך יא א ראלע, מען איז זיך מתיחס פון ווי מען קימט, מען איז עס מחשיב, און מען פראבירט אנהאלטן א שטיקל קשר, אפילו מען גייט עס נישט נאך אינגאנצן, עס איז ממש ווי א טבע שני אז מען זיכט נישט צו אנטלויפן פינעם אפשטאם,

אבער ליסען, ביסט אינטיילט צו דיינע אייגענע החלטות..
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך האב עס געזאגט פאר דיר, עס איז נישט קיין נפק"מ פאר דיר און פאר די אנדערע ליינער'ס דא.
אבער פאר מיר איז עס שוין איינמאל א נפק"מ.
איך בין קיינמאל נישט אוועק געגאנגען פון די חסידות ווי איך בין אויפגעוואקסן, איך בין נאך אלץ דארט, און עס איז נישט קיין שום סתירה מיט ברסלב. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:ברסלב איז נישט קיין חסידות, ברסלב איז א מהלך החיים, און דערפאר איז דא אין אלע חסידות'ן ברסלבע אידן, און זיי בלייבן נאך אלץ פון יענע חסידות, ווייל ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין איין חסידות, עס איז א מהלך וואס רבי נחמן האט אראפגעשריבן אין זיינע ספרים, און ווער עס וויל קען עס פראקטיצירן, און ווער עס טוט עס האט געווענטליך א געשמאקע לעבן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

-,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב בסך הכל געדארפט ענטפערן אויף עטליכע תגובות אויף איין מאל, האב איך עס געשריבן אויף איין מאל.
אבער וואס האט דאס צום נושא?
קוק איבער מיין לאנגע תגובה, און זעה וועלכע פון דיינע קשיות זענען געבליבן אומפארענטפערט, און ברענג עס ארויף.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

בדחן, לאז ברסלבער קומען צום ווארט, ער קומט דא מסביר זיין תורת ברסלב, דערנאך קענסטו דורכטוהן וועלכע קאפל מען דארף אנטוהן ווען מען גייט אויף התבודדות.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:בדחן, לאז ברסלבער קומען צום ווארט, ער קומט דא מסביר זיין תורת ברסלב, דערנאך קענסטו דורכטוהן וועלכע קאפל מען דארף אנטוהן ווען מען גייט אויף התבודדות.

איך גלייב אז ברסלב האט אסאך געטראכט פאר עפענען די אשכול דא. און עס קומט זיך אים קרעדיט דערפאר. ביטע האלטן עס אויפן העכסטן ניווא ווי עס פאסט.
מיר ווארטן אויך נאך הרב ברסלב
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בדחן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

=
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

@ הרב בדחן, איך זעה איר האט איבערגענומען די לייצעס, און איר שמייסט דעם פערדל צו גיין אויף גאר אן אנדערע דירעקציע פון וואו דער פותח האשכול האט געוואלט פארן.
קען ביטע צוריקדרייען דעם רעדל און זיך פארקירעווען פון די זייטיגע שטותים? וואס איז, האסט מורא אז נאך איינער דא וועט ווערן ברסלב?

@ הרב ונבנתה, קודם כל וויל איך אייך קאנגראטולירן פאר אייער קוראזש און שכל הישר צו קענען פארנעמען א צווייטנס מיינונג, ווייניג חסידים היינט וואס געהערן אויף א פלאץ ווילן - אדער קענען - הערן א צווייטנ'ס צד אויכעט.
אלס א זייטיגע זאך, האב איך געטראפן איין נקודה וואס חב"ד און ברסלב זענען אייניג: מיטן שיטת "ויפוצו".
די חב"ד'סקע זענען זייער שטארק לטובת ההפצה, ווייל לשיטתם ווענדט זיך אין דעם ביאת המשיח,
ווידעראום ברסלב ווערט אויך פארשפרייט היינט, ר' נחמן אליינס האט געזאגט אז עס וועט שטארק פארשפרייט ווערן זיין דרך בעפאר ביאת המשיח... און מען זעהט עס בחוש..
וירח ה' את ריח הניחוח
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א גרויסן ייש"כ פאר ברסלב'ער פאר'ן עפענען דעם אשכול. איך קען עטליכע גאר חשוב'ע אידן, גרויסע תלמידי חכמים און לומדים וואס זענען ברסלב'ער, און איך בין אלס געווען נייגעריג וואס איז דער סוד וואס ליגט אין ברסלב. לקוטי מוהר"ן, צום באדויערן, האט מיר נישט געקענט געבן א צופרידנשטעלנדער ענטפער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך? געגעבן א פסק? איך ווייס אפילו נישט וויאזוי מען טוט דאס!
איך האב געשמייכלט בשעת איך האב געשריבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

=
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס האט דאס מיט ברסלב? רבי נחמן האט אמאל געזאגט: חברה! לעטס ראל טו אומאן???
די זעלבע איז אין יעדע חסידות, אפשר איז באבוב אפגעפרעגט ווייל קינדער זענען געווארן חסידים פון איין רבי בשעת די עלטערן זענען געווארן א צווייטע און עס טוט זיי וויי?
אפשר איז חסידות בעצם אפגעפרעגט, ווייל א גרויסע טייל האבן געשטאמט פון געשוואוירענע מתנגדים און געווארן פלאם פייערדיגע חסידים (כידוע הסיפור של התולדות עם החתן), במילא איז חסידות בעצם אויך אפגעפרעגט??
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בדחן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וואס איך זע איז איין זאך, א חשוב'ער ניק האט געעפנט אן אשכול מיט'ן ציל צו מסביר זיין תורת ברסלב, און מען לאזט אים נישט צוקומען צום ווארט, נאר אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט נארישע שטותים'דיגע טענות שלא מן הענין. איך וואלט אים מציע געווען צו עפענען א פרישע אשכול און בעטן די אחראים אז סיי וועלכע תגובה וואס באציט זיך נישט דירעקט צום נושא זאל אויסגעמעקט ווערן.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר האט געשריבן:וואס איך זע איז איין זאך, א חשוב'ער ניק האט געעפנט אן אשכול מיט'ן ציל צו מסביר זיין תורת ברסלב, און מען לאזט אים נישט צוקומען צום ווארט, נאר אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט נארישע שטותים'דיגע טענות שלא מן הענין. איך וואלט אים מציע געווען צו עפענען א פרישע אשכול און בעטן די אחראים אז סיי וועלכע תגובה וואס באציט זיך נישט דירעקט צום נושא זאל אויסגעמעקט ווערן.

דברים נכונים, וגם אני מצטרף.
ברסלב, מיר האבן ״זייער״ ״זייער״ שטארק הנאה געהאט פון דיינע ארטיקלן דא, מיר ווארטן בכליון עיניים אויף נאך. השקע אותנו!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ פאר ברסלב'ער פאר'ן עפענען דעם אשכול. איך קען עטליכע גאר חשוב'ע אידן, גרויסע תלמידי חכמים און לומדים וואס זענען ברסלב'ער, און איך בין אלס געווען נייגעריג וואס איז דער סוד וואס ליגט אין ברסלב. לקוטי מוהר"ן, צום באדויערן, האט מיר נישט געקענט געבן א צופרידנשטעלנדער ענטפער.


איך האב אמאל געליינט וועגן די חסידי ברסלב אין ירושלים, די עלטערע חסידים, אזא עבדות השם, אזא ערליכקייט, אזא תמימות, אזא יראת שמים טהורה, עפעס אויסטערליש. הלואי אויף מיינע קינדער און איידעמער.
פארשפארט