קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אז מען דערמאנט דעם פאקט אז דער רבי דער ברך משה זי''ע איז געווען א קאפא ביי די מלחמה, וואלט איך געוואלט דערציילן א מעשה נורא וואס איז האב געהערט פון הרה''ג חיים לייב זילבערשטיין שליט''א, פון קרית יואל יע''א

א יוד איז אמאל געקימען צו רבי משה פיינשטיין ז''ל מיט א שאילה בנוגע א געוויסן ענין, האט אים רבי משה גענפערט וואס ער האט אים גענפערט, זאגט דער יוד פאר רבי משה ז''ל, אבער דער סיגוטער רב זאגט דאך אנדערש? האט אים רבי משה געזאגט, דאן טיה אזוי ווי דער סיגוטער רב הייסט, ווייל איך האב פאר אים גרויס דרך ארץ, וועגן די פאלגענדע מעשה:

פארציילט אים רבי משה ז''ל וואו פאלגענד:

תיכף נאכן קריג איז געווען ביי מיר א יוד, וואס איז געווען אונאיינעם מיטן ברך משה און לאגער, און אזוי וואו דער סדר איז געווען אז מען האט געמאכט די רבנים פאר קאפא'ס, כדי זיי זאלן נישט דארפן אזוי שווער ארבייטן, און דער רבי דער ברך משה איז האט אויך געדינט אלס א קאפא, אבער זיין התנהגות איז געווען אנדערש וואו די אנדערע קאפא'ס, ער האט קיינמאל נישט געהויבן די הענט אויף א צווייטע יוד.

טראץ דעם וואס די אנדערע רבנים האבן אים כסדר געצימבלט אז ער זאל יא שלאגען, ווייל אז די דייטשען וועלן זען וואו ער שלאגט נישט, וועלן זיי אוועק נעמען די די קאפא פאזיציעס פון די רבנים, ווייל זיי האבן דאך געוואלט אז די יודן זאלן כאפן וואס מער שלעק, האט דער ברך משה אייביג גענפערט, איך קאן נישט שלאגן א צווייטען יוד!

געוויסע רבנים האבן אפי' געסטראשעט דעם ברך משה מיט מכות, אויב ער וועט זיך נישט "אויסמענטשלען" און אנפאנגען טיילן מכות, אבער דער רבי האלט זיך ביי זיינעם, איך קאן נישט שלאגן א צווייטען יוד.

דערציילט דער יוד ווייטער: אז איינמאל און מיטן די נאכט וועקט ער זיך אויף, און ער הערט קולות, ער קיקט וואס עס גייט פאר, זעט ער וואו א פאר רבנים זענען מקיים פסק, און האקן אריין און דעם ברך משה זי''ע מכות רצח, דער יוד זאגט, אז ער האט תיכף געמאכט א ויצעקו, אז מען זאל דעם רבי'ן אפלאזן, און די רבנים האבן נישט געוואלט אז מען זאל זיי כאפן ביי די מעשה, האבן זיי אים אפגעלאזט, און זיך אוועק געגאנגן.

דער יוד פארציילט: אז ער האט דעם רבי'ן אויף געהויבן, און אים ארויף געלייגט אויפן בעט, און אים פארבאנדעשזירט די וואנדן, און אים געהאלפן קימען צו זיך.
ווען דער רבי איז אביסל צו זיך געקימען, האט ער געריפן דעם יוד און דער זייט, און אים געווארנט מיטן לעבן, אז ער זאל נישט פארציילן פאר קיין שום נברא שבעולם וואס ער האט צוגעזען, דער רבי האט דעם יוד מסביר געווען, אז און די גרויסע ביטערע צרות, איז כמעט אומעגליך צו פארבלייבן מיט די קלארע געדאנקן, און ביים גלייכן זונען, דעריבער פארשטייט ער די רבנים, און ער איז זיי מוחל מיטן גאנצען הארטץ.

האט רבי משה פיינשטיין ז''ל אויסגעפירט, אויב א יוד האט זיך מוסר נפש געווען נישט צו שלאגן א צווייטען יוד, און ער האט מלמד זכות אויף די רבנים וואס אים געגעבן מכות, און ער איז פארבליבן מיט זיין צדקות, און אזעלכע פונסטערע טעג, האב איך פאר אים דרך ארץ.

איך האב א סאך מאל פראבירט געוואר צו ווערן ווער דער רב איז געווען, דער וואס האט אריין געהאקט אונעם ברך משה, אבער אן ערפאלג.

ביז לעצטענס בין איך געוואר געווארן ווער עס איז געווען, אבער איך וויל אים נישט דא אויספראקען ברבים, משום כבודו, איך וועל נאר געבן א סימן, דער רב ברענגט און זיין ספר א שטיקל פון א כל נדרי דרשה, וואס דער ברך משה האט געהאלטן און לאגער.

פארוואס פארצייל איך עס דא? ווייל די וואס באשמיצן דעם ברך משה זי''ע, קאפא אהער קאפא אהין, זאלן מען כאטש וויסן וואס פאר א מיני קאפא ער איז געווען,!
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

הערליכע תגובה (לייק), איך האב נישט געהערט די מעשה, איז עס געדריקט ערגעץ??
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כמעט זיכער משה היה רועה
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

א הערליך שטיקל...!
ש'כח פארן שרייבן להצדיק את הצדיקים.
בדחן האט געשריבן:הערליכע תגובה (לייק)

און אפשר קענסטו מיר טאקע מסביר זיין פארוואס דו פארגינסט אים נישט קיין געהעריגע "לייק"?
און בכלל דאס נישט האבן געגעבן קיין איין איינציגע לייק, ווייזט אויף גרויס סעלפישקייט!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

איך האב שוין מסביר געווען באריכות פארוואס איך לייק נישט, בשיטה..איך וויל נישט דא פארדרייען די אשכול דערויף,
טראכט א מינוט....אלמלא עס וואלט געווען סעליפשקייט וואלט איך שוין לאנג באהאלטן מיין שלעכטע מידה.... מען קען און פינף מינוט געבן 100 לייקס, איך לייק ניטש פאר א סיבה ווי איך האב עס שוין מסביר געווען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

איך וויל דיר באמת פארשטיין במילא ביטע לינק צו דיין הסבר....
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בדחן, ראנג ניק.
viewtopic.php?p=30893#p30893
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך מאיר »

דולה ומשקה האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)

אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???


דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:



כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני


די ווייסט אויף זעכער אז די נירבאטער ז"ל אליין איז געווען אינוואלווד אין די פאשקאוויל אדער איינע פין זיינע מענשטען שלא בידיעתו?
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

מאיר האט געשריבן:די ווייסט אויף זעכער אז די נירבאטער ז"ל אליין איז געווען אינוואלווד אין די פאשקאוויל אדער איינע פין זיינע מענשטען שלא בידיעתו?

זאג נאר, ווען מען מאכט דעמאנסטראציעס פארענט פון א קליידער געשעפט פרעגט מען אויכעט צו דו ביסט זיכער אז ער איז דער אמת'דיגער בעה"ב 100%? וכדו'. איך בין שוין קראנק און מיד (sick and tired בלע"ז) אז רביס ווייסען נעבעך גארנישט אלע שקצ'רייען וואס ווערן אפגעטוהן אין זייער נאמען, און האבן די עקסעמפשאן פון מלאכתם נעשית ע"י אחרים.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן, ראנג ניק.
viewtopic.php?p=30893#p30893


נאפוס, נישט דאס האב איך געמיינט, און יענטץ איז נישט קיין הסבר,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

נייגעריגער האט געשריבן:איך וויל דיר באמת פארשטיין במילא ביטע לינק צו דיין הסבר....

גם אני מצתרף
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בדחן... שרייבסט לייק? אבער ציטערסט פונעם לייק קנעפל ווי פון א ש'ד'...??
(הערה: נישט קיין פסק, נאר א אינטרעסאנטע פראגע)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן, ראנג ניק.
viewtopic.php?p=30893#p30893


נאפוס, נישט דאס האב איך געמיינט, און יענטץ איז נישט קיין הסבר,

וואס איז דיין הסבר? דו האסט שוין געשריבן ערגעץ אנדערש דערוועגן?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:עס געפעלט מיר די שורה

ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,



א חוצפה דאס, גייט אליין קויפען הייזער.

איחוד פעלד: דו פארשטייסט נישט. דאס ווארט האט אין זיך דעם ווארט ..."ציונים". פארדעם האט ער איהם פיינט געהאט. אבער לכה"פ אויף די צווייטע הארבע עבירה פון רעדן אדער שרייבן עברית האט דער הייליגער נירבאטור'ער זכותו יגון עלינו נישט עובר געווען. ווייל אויף עברית הייסט א ליציטאציע..."מכרז/ים:...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שבת אחים: מיין טייערער געלערנטער, וועלכער ליינט שוין באלד פערציג יאר איבער דעם האליקאוסט/האלאקאוסט. און דו האסט נאך נישט באגעגנט די אידענטיטעט פון די אידישע פאליציאנטן אין ווארשעווער געטא. און אין לאדזשער געטא. דער ליטוואק פן בודאפעסט מאכט גארנישט אויף קיין מעשיות. זיי זענען ליידער געווען די גרעסטע אכזרים אויף זייערע אידישע ברודערס. מיינענדיג אז זיי וועללן זיך און זייערע משפחות קענען ראטעווען פון דעם ביטערן גורל וועלכע די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש האבן פאר זיי אנגעגרייט. די קאפאוס זענען געווען נאר אין די ארבעטס לאגערן. נישט אין די געטאס ...!


ר׳ בערל מיין טייערע געלערנטער וואס לייענט זעקס שפראכן.
ביטע ברענג א פארלעסליכע מקור אז סאיז געוועהן דוקא ״פרייע אידן״ אטדס אזויווי ליטוואק טעהנט.

כבין זיכער אז איך בין גערעכט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ר' בערעל

די ווייסט נישט וואס די רעדסט, עס איז קלאר געוועהן קאפאס אין די געטאס, ואת"ל זיי האבן נישט געהייסן קאפאס נאר אן אנדערע נאמען, ביסטו אויך נישט גערעכט, אבער אויף דעם וועל איך זיך נישט טענה'ן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה

שליחה דורך דעת תורה »

רוב זענען געווען פרייע. אבער ס'איז​ געווען אויך פרומע, און אפילו חסיד'ישע, ווי איש תשבי האט נעכטן שיער געעפנט א קאנע ווערים אין א אנדערן אשכול.

פארוואס זאל נישט זיין? צי קענט איר דען נישט זעהן אין אייער סאסייעטי כמה וכמה וואס עס שטייט זיי גוט זיך צוצוכאפן צו א פאוער פאסטן כזה?

עס האט זיך נישט אנגעהויבן מיטן זיין דער וואס וועט פאקטיש פירן זיינע אייגענע ברידער צו די שחיטה. נישט אזוי האט מען אדווערטייזט דעם זשאב. אין פאקט בין איך זיכער ס'איז געווען פילע אידישע (לאו דוקא פרומע) פאליציאנטן וואס האבן אויסגענוצט זייער פאזיציע צו בעסער מאכן די שווערע לאגע.

ס'איז דאך ידוע די אלע מעשיות וואס מען פארציילט אויף די חרדי'שע קאפא'ס אין לאגער. מסתמא איז אויך געווען ענליך מיט די אידישע פאליציאנטן, יודן ראט באאמטע אין די געטא'ס.

פארוואס רוב זענען געווען פרייע איז פשוט לכאורה ווייל רוב עולם איז געווען פריי. נאכמער, אין א צייט ווען עס איז געפאלן ריזיגע שטיקער פונעם כלל ישראל, קען מען זאגן אז די סארט מענטשן וואס כאפן זיך צו צו אזאלכע סארט ארבעט זענען סטאטיסטיקלי געווען מער עלול צו ווערן פריי ווי אנדערע. אפשר

אין אסאך פעלער האבן די פרומע אליינס גע'יילד די פלאר פאר די פרייע, צוליב א פערסעפשאן אז די פרייע טויגן בעסער זיך צו פארשטיין און קאמיוניקירן מיט די גאס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאמבל סאס האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

כווייס נישט צו ממעג אזוי רעדן אבער אויב האט מען למעשה ביידע געהרגעט, לכהפ האבן די ערשטע כאטש געזעהן א נקמה אין די וועמען זיי האבן פאררעכנט אין האבן זיי באגנבט און באקריוודעט. סווייטאגליך צו טראכטן אזוי אבער סדערמאנט מיך די מעשה פון די רועה חזירים אוואו די שאלה איז אייביג וואס האט דער רועה חזירים שוין געטוהן ער זאל זיך פארדינען צו ווערן א ראש? וויאזוי קומט עס טאקע יושר זאל ערלויבן ער זאל שפעטער אזא שלעכטס אנטוהן? מיר זענען דאך אזא אויסגעארבעט הייליג פאלק און דער שלאק איז סתם א רועה חזירים? אולי איז א רועה חזירים נישט א פשוטע פאסטן? אדער אפשר לערנט חזרים פאסטוכעריי עפעס וואס איז קריטיש מיר זאלן נישט פארפעלן אויב זאלן מיר דארפן קאמפיטן מיט רועה חזירים?


טאמער איינרע זעט א מעשה ביים קריג ווי א געמיינע יונג שלאגט זיין אייגענע ברודער, און זיין מחשבה איז "אה! יענער האט זיין נקמה בחייו!", ווייס איך נישט וואס צו זאגען. אין די היינטיגע בליק וואלט יעדער רעכטדענקיגע מענטש אנגעקוקט דער וואס האט מוסר נפש געווען פאר זיין ברידער אלס א העלד, און דער וואס האט גענוצט די נאציס צו שלאגען זיין ברידער אלס א געמיינעם יונג. יעדער קען אויסוויילען וואס ער וויל, אבער דער אומגעטריישאפט פון איינער וואס איז גרייט נוקם צו זיין דורכ'ן זיך צושטעלען צו די נאציס דארף מען נישט אויסרעדען.

די גמרא וואס דו דערמאנסט איז א האלבע ציטאט. די גמרא זאגט אונז 'הזהרו בגוי קטן', און אויף דעם גייט עס. דער מדרש זאגט אונז אויף עשיו 'כולו כאדרת שער' אז גאנץ עשיו איז גרייט אויף צו ווערען א קעניג און אנטוהן אן אדרת מלוכה. פארוואס דארף מען צושטעלען עפעס גדלות צום רועה חזירים ווייל ער איז געווארען א מלך ביי עשיו? סתם אזוי, נישטערען אין די חשבונות שמים, ווען ניטאמאל די נאמען פון אט די פאסטעך איז אן exercise in futility, דברים בטלים. ס'פאסט פאר היסטאריקער'ס וואס נעמען איין קליינע שטיק עווידענס, און בויען דערויף פתום ורעמסס. פארשטייט זיך, נאך דעם קען מען לאכען פון די 'אומוויסענדע' וואס נעמען נישט אן זייער השערות און דמיונות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......


להד״ם! שקר מוחלט!

מדבר שקר תרחק איז אים נישט אזוי וויכטיג ווי קמח ישן. :roll:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז דער חילוק צווישען מושב זקנים און שבת אחים (אדער ספינקא {נאדבורנא?} מארמעראשער און וויזניצע מארמעראשער). מושב זקנים וואלט געזאגט "יא, די א.ט.ד.'ס האבען אזוי געטוהן! ווייל זיי זענען געווען די איינציגסטע וואס האבען פארשטאנען אז מ'דארף טויטען וואס מער אידען". שבת אחים זאגט אז ער ווייסט אז ס'איז נישט אמת. איי, אין זיין געגענטער איז דאך נישט געווען דער גאנצע ענין פון יודענראט וכדו'? נו נו, ער ווייסט בעסער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז דער חילוק צווישען מושב זקנים און שבת אחים (אדער ספינקא {נאדבורנא?} מארמעראשער און וויזניצע מארמעראשער). מושב זקנים וואלט געזאגט "יא, די א.ט.ד.'ס האבען אזוי געטוהן! ווייל זיי זענען געווען די איינציגסטע וואס האבען פארשטאנען אז מ'דארף טויטען וואס מער אידען". שבת אחים זאגט אז ער ווייסט אז ס'איז נישט אמת. איי, אין זיין געגענטער איז דאך נישט געווען דער גאנצע ענין פון יודענראט וכדו'? נו נו, ער ווייסט בעסער.


ווי איז מיין געגנט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

לאז געפיהלן אין א זייט א מינוט. די אמעריקאנער קוקן אן א רוסישער פאררעטער ווי א העלד און די רוסן ווי א פאררעטער. אויב די אמעריקאנער נאכן הענגען די רוסישע שפיאנען, הענגען זיי אויך זייער רוסישען אגענט, קענען זייטיגער צוקוקער נאר אזויפיהל זאגן אז כאטש האט דער רוסישער אגענט געהאט א שאנס פאר נקמה. די מינוט דו מאכסט שוין דזשאדזשמענטס נעמסטו שוין א צד. איך קום זאגן די מציאות.

יעצט, אויב קוקסטו אן די מין האנושי אלס איינס, ברודער און שוועסטער פון איין גאט, דארפסטו נישט צוקומען צו דעם. דארף דיר שוין מתחילה שווער זיין ווי קענען דייטשן הרגענען אידן? מוז מען צוקומען אז ברודער און שוועסטער מיינט גארנישט. נישט דאס איז דער מכריח. ווי דער פסוק זאגט. ער איז טאקע א ברודער אבער ער פירט זיך נישט אויף ווי א ברודער, נו, אצינד ווערן שוין אלע חשבונות לייכטער. דהיינו, מקען אים רופן א רוצח, אבער 'אומגעטריי'? וואס מיינט דאס בכלל אין דעם קאנטעקסט? איך קום נישט טייטלען ווער סאיז שולדיג. כזאג, צווישן די צוויי האבן ווארשיינליך פאסירט געוויסע זאכן אזוי דראמאטיש אז זיי שפירן מער נישט ווי ברודער און שוועסטער ממילא קען מען זיי מער נישט דן זיין ע"פ אותו מדה. אזוי ווי עס געשעט צווישן איין מדינה און דער צווייטער און איין שבט און דאס אנדערס וואס ווי געשמועסט זענען מיר דאך אלע בריאים פון איין יוצר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס מיינט ׳לאז געפיהלען אין א זייט׳? דט גאנצע נושא איז געפילען.
לאגיש גערעדט, וואס איז דער חילוק צווישען הרגנ׳ן א מענטש צו א בהמה צו גאר אן עפעל? מ׳האט אלס אפגעהאקט די חיות פון א לעבען.
די געפיל וואס יעדער מענטש האט אויף הרגנ׳ן מענטשען, האט מען אויף געטריישאפט צו דער וואס פארלאזט זיך אויף דיר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט