העלפט ארויס א נשמה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

העלפט ארויס א נשמה

שליחה דורך ודי למבין »

אין היכל הנשמות ערגעץ וואו אין עולם הבריאה, איז דא א אוצר פון טייערע הייליגע נשמות, דארט אין די אוצר זיצן די נשמות, טאקע די הייליגע נשמות פון כנסת ישראל, חלקי אלו-ה ממעל, און שעפן לעכטיגקייט און תענוג פונעם אור אין סוף ב"ה וב"ש, הערן זיך צו די שירת המלאכים, און גייען ארויף יעדען חצות צו היכל קן צפור הערן תורה פון משה רבינו און מלך המשיח, און זענען דבוק אינעם אוא"ס כגמול עלי אמו.
פלוצלינג קומט אריין א מלאך, גרויס מסוף העולם ועד סופו, און ווינקט פאר א נשמה'לע, דארט אין א ווינקל, זאל מיטקומען מיט אים. די נשמה אונגאנצן פארוואונדערט, נישט וויסנדיג וואס און ווען, גייט נאך די מלאך. מ'גייט און מ'גייט ביז זיי קומען אן צו א גרויסע היכל. די מלאך ווייזט פארן נשמה זיך אראפזעצן, און קומט צוגיין מיט א גרויסע צעטל, אויף דעם שטייט 'בעל כרחך אתה נולד'. אויף די form גייט מען אויפשרייבן אלע אינפארמעישן פון די נייע געבוירענע נשמה.
די מלאך זאגט פארן נשמה, 'הער זיך צו נשמה טייערער, און אפאר חדשים ארום גייסטו אראפ צו א נייער וועלט, וואס ווערט אנגערופן 'עולם העשיה דעשיה'. דאס איז די רצון הבורא אין די דארפסט זיין גליקליך און צופרידן צו קענען טוהן זיין רצון. יעצט באקומסטו די מעגליכקייט אויסצוועהלן אין וועלעכע קרייז פון כלל ישראל דו וויסט געבוירן ווערן, און פארברענגען די מאה ועשרים שנה אויף יענע וועלט'.
די נשמה אינגאנצן צומישט און צוטימלט פרעגט די מלאך צו עס איז דא א מעגליכקייט כאפן א בליק אויף די פארשידענע קרייזן און כלל ישראל, כדי צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס. די מלאך ענטפערט אים, 'אדרבה, גיט א קוק אויפן גרויסן סקרין אויפן וואנט'.
די נשמה הייבט אויף די אויגן און זעהט אויפן סקרין א ליסט פון פארשידענע קרייזן אונעם כלל ישראל. בני תורה, ספרדים, חסידים, מאדרענע ארטאדאקסן, מזרחיסט'ן, קנאים, תימענע, די עשרת השבטים און אפגאניסטאן, סתם עמך, אא"ו. און יעדע קרייז פאר זיך איז צוטיילט אויף פארשידענע פראקציעס, כל עוף כנף למינהו.
ער קוקט און קוקט, און זיינע אויגן ווערן נישט זייט פון קיקן, אזא קאלירבאר אויסוואל פון אידן, דא כאפט ער א בליק און די לייקואווד ישיבה און זעהט וואו טויזענטע בני תורה זיצן און זענען עוסק אין תורת ה', די קול תורה דונערט, מקולת מים רבים אדירים... דא זעהט ער ספרידשע יודן זינגען קדושה צוזאמן אה א מחיה ממש ווי די שירת המלאכים, דא זעהט א חסידישע יונגערמאן נאך א א מקוה מיט נאסע פיאות זיצט לעבן א ברענעדיגע חסידישע ספר און איז עוסק אין די העכסטע בחינות און ספירות, די מאדערנע יודל זוצט אויפן באן מיט א ענגלישע גמרא און איז מגלה כבוד שמים בעולם און די גרעסטע חושך, און אזוי ווייטער או ווייטער.
זוצנדיג אזוי פארגאפט קומט צו די מלאך צו אים און פרעגט אים, נו וואס האט איר מחליט געווען, וואו ווילט איר געבוירן ווערן, וואס געפעלט אייך דאס מעסטע. די נשמה אינגאנצן א צומישטע און צוטומלטע ווייסט נישט וואס צו ענטפערן...
אפשר קען אים איינער דא און קאווע שטיבל, וואס האבן שוין אביסל מער experience אין די געביט העלפן די צומישטע נשמה וואס צו דיסיידן ---
און אנדערע ווערטער געפרעגט אויב באקומסטו היינט די choice מחליט זיין צו וועלעכע קרייז צו באלאנגען וואס וואלט איר געטוהן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודי למבין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך בין ב"ה זייער צופרידן און קאמפטעבעל ווי איך בין
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך העי נאו »

אפשר מזרחי....
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שרייבער האט געשריבן:איך בין ב"ה זייער צופרידן און קאמפטעבעל ווי איך בין

ב" איך אויך, אבער באלד וועסטו הערן ס'איז דא צענדליגע דא אויפן ארט וואס גייען אנהייבען רעכטס און לינק'ס בקיצור ס'איז א שווערע נושא און איך גלייב נישט איינער האט א תשובה אויף דעם, אסאך שווערע (אזוי מיין איך) איז ווען מ'זאגט פאר א אינגעלע אדער א בחור זאל זיך אויס וועהלען א פלאץ וואו ער וויל גיין
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

סאטמער ראדני, א געשמאק לעבן, סיפוק החיים מען האט דער וועלט און האפענטליך יענער וועלט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

בדחן האט געשריבן:סאטמער ראדני, א געשמאק לעבן, סיפוק החיים מען האט דער וועלט און האפענטליך יענער וועלט.

סאטמער ראדני, א געשמאק לעבן, ?? סיפוק החיים ??? מען האט דער וועלט ??? און האפענטליך יענער וועלט !!!
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

קודם כל, קומט אייך קרעדיט פאר'ן twist וויאזוי נאכאמאהל איבערצוקייען דעם פארכמארעטען עסק.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

אפאר קליינע הערות:
אינשטיין'ס ווארט איז וועגן הגיון הפשוט, נישט וועגן קאמען סענס.
קען זיין אז רובא דעלמא וואלטן אויסגעוועלט זייער פלאץ, אבער נישט רובא ד'קאווע שטיבל, ודו"ק.
וועגן די רבנים און אינטרנעט, האלט איך שוין לאנג אז די רבנים וואלטן זיך געדארפט אביסל דרייען אויפן נעט, זיך אביסל באקענען וואס די עולם האלט פון זיי, וכדומה, און נישט באקומען זייער גאנצע איפארמעישן פון די שמייכלדיגע גבאים און מקורבים
נאמבער 4 איך האב נישט אזוי גיט פארשטאנען די שייכות צויישן דיינע גליקליכע יארן און די מעשה מיט די קאר רענטל.
בכל אופן, זייער שיין געשריבן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודי למבין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ודי למבין האט געשריבן:האב נישט אזוי גיט פארשטאנען די שייכות צויישן דיינע גליקליכע יארן און די מעשה מיט די קאר רענטל.
בכל אופן, זייער שיין געשריבן
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

פשוט'ע שייכות.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ווי ווייט איך געדענק, האט מען מיר טאקע געגעבן דעם אויסוואל גענוי ווי ודי למבין פאנטאזירט, (מעגליך פאנטעזירט ער שוין גארנישט, ער שילדערט זיין אייגענע ערפארונג), אבער איין זאך דערמאנט ער נישט. מען האט מיר צוגעטיילט א דעדליין - וואס אויב קען איך נישט באשליסן ביז דעמאלט, דאן נידערט מען מיר אראפ ווי מ'וועט פארשטיין פון אויבן, פון דא און ווייטער געדענק איך נישט פונקטליך, אבער איך געדענק יא, אז גענוי ווי ודי שרייבט איז מיר געווען גאר שווער צו באשליסן, (זייט דעמאלט בין איך זייער א שווערע דיסיידער) {עס איז נאכנישט געווען קיין קאווע שטיבל ווי די נשמות קענען נעמען ראט פון מענטשן וואס קענען דעם פעלד פון דער נאנט].

אודה ולא אבוש, עס האט מיר קלאר געשמעקט דעם מאדערנעם וועג, למעשה האב איך געוואלט נעמען מער א רוחנית'דיגער מהלך. ווי עס שיינט האב איך געוועלט דעם חסיד'ישן גאנג, איך האב מיר אבער פאר'חשבונ'ט קוקענדיג אסאך אויף חיצונית'דיגע זאכן, (איך האלט נאך אלץ אז זיי זענען חשוב'ער ווי די אנדערע, אבער קלאר נישט דער קאנטראסט וואס האט דאן געפירט איך זאל ליבערשט וועלן ווערן חסיד'ימזירט)

ווי עס שטעלט זיך ארויס, בין איך נישט נאר א חסיד געבוירן געווארן, נאר טאקע מיטן דזשיהדיסטישן אייפער - אונעם פולען טראגע יוצא צו זיין אלע חומרות און הקפדות אדאפטירט פון אלע סעקטן און געזעס,

יעצט צום פונקט: איך בין נישט אזוי ווייט דא מיר צו באוויינען, נאר מיין עצה צום פרישן נשמה'לע וועלעכע שוועבט און ספיקות איז ווי פאלגענד:
- קאטעגאריר זיך נישט,
- וועל זיך נישט קיין סעקטעס,
- האב בלויז אין זינען ווייטער צו ציען דעם שטאלצן גלארייכן יודישע מסורה וועלכע האט ארויסגעוויזן אומבויגזאמקייט טראץ יעדע סארט שוועריקייט וואס האט געדראעט איר עקזיסטענץ און לויף פון טויזענטער יארן, תהי צדיק ואל תהי רשע, און זעה בלויז צוריקציקערן דיין נשמה ריין למקור שנחצב, (אגב, די האסט א "בחירה" צו שוווילטאגען צום מאקסימום - איך רעד נאר אלס גוטער ידיד).
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך וואלט ווען אויסגעקליבן צו געבוירן ווערן ביי רעב נעטען לעווין שליט"א קרייז.
\וועט עטס דאך אוודאי פרעגן וואס עפעס, וואס איז שלעכט ביי יחזקאל שמש למשל, אדער ביי נאפקע רבי ? וועל איך ענק ענטפערן, איך לייד ליידער אויף קארעיקטקייט סינדראם, ד"ה עס קרענט מיר אויב דארף איך נעמען אומבארעכטיגטע געלטער אדער פראגראמען, עס קרענקט מיר צו לעבן און א סביבה וואס דאס איז נארמאלע ערשיינוג, עס קרענקט מיר צו שיקן מיינע קינדער און אזעלעכע מוסדות וואס געבן אזא ערציהונג און פראדאצירן אזעלעכע פראדוקטן , און דאס אלעס איז ווייל יחזקאל שמש'ס קרייז געט נישט די כלים פארן דורכשניטלכן מענטש צו קענען ערליך פארדינען זיין ברויט אן זוכן היתרים ביי קשוי'ער רב אדער ביי ר' ישראל חיים מנשה. משא"כ ביי רעב נעטען לעווין באקומט מען א געהעריגע עדיוקעשין, מען האט פרנסה ברווח, [און אויב האט מען נישט פרנסה ברווח זוכט מען נישט קיין הידור מצוה ביי פריה ורביה], מען היט שבת מען לערנט דף היומי, און מען האט ליב אידישקייט ווייל עס מאכט סעינס און עס איז אויף די ביכער.
והעיקר שכחתי מען קען האבן א אינטערוויאו אויף קול מבשר בחנם, נישט נאר דאס, נאר דאס גאנצע פדיון שבוים געלד פון 11211 גייט גלייך אריין און זיין טאש .
חמין במוצאי שבת מלוגמא
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: נישט נאר דאס, נאר דאס גאנצע פדיון שבוים געלד פון 11211 גייט גלייך אריין און זיין טאש .


:) :) :)
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

בדרך אגב כ'האב געוואלט שרייבן בארא פארק און מאנסי'ס זיפ קאוד אויך. נאר איך קען זיי פשוט נישט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מאדערן ארטאדאקס. זיי האבן די וועלט, און יענע וועלט. (פרעג זיי נאר)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

זר זהב האט געשריבן:מאדערן ארטאדאקס. זיי האבן די וועלט, און יענע וועלט. (פרעג זיי נאר)

נו? אפשר גיימיר אהין?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קענסט נישט אהין גיין! דו מיט דיין חינוך וועסטע זיך פילן גילטי מיט זייער מהלך. מ'דארף געבוירן ווערן דארט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חבד איז נישט אזוי? פרייליך און צופרידן, אן די אלע איסורים חרמות וקונמות, און מען האט ביידע וועלטן פונקט אזוי!
וירח ה' את ריח הניחוח
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

א מעשה שהיה איז אמאהל געוועהן אין לעיקוואד.

א גוי פין דייטשלאנד, מיטען גאנצען פונקטלעכקייט, האט זיך מגייר געוועהן. אלס האט זיך געדרייט ארום דער גר, איינער האט אים געלערנט אותיות, דער אנדערע הלכות, דער נעקסטע האט אים געגעבען נומערען פין מיידלעך פאר דעיטס. אקיצוור די גאנצע ישיבה האט זיך ביזי געמאכט מיט דעם גר. א קלייניקייט? ואהבתם את הגר, א דאורייתא נאכדערצו.

און ווען דער גר איז שוין געוועהן אין גאנצען אויסגעשולט, רעדי פאר די ארמיי, האט זיך דער גר אנגעזאגט און מודיע געוועהן פאר יעדעם אז ער גייט פין דא, ווי אהין? דער גר זאגט ער גייט קיין ....... סאטמאר.... נישט היינט געדאכט, א שאק האט געכאפט די ישיבה ביים דיפוק, היתכן? נאך אלעם? וואס עפעס? און פונקט קיין סאטמאר?

דער עולם איז געוועהן זייער דעפרעסד צוליב דער החלטה פינעם גר, אז דער ראש ישיבה האט זיך אויף געשטעלט מחזק זיין די געמיטער. אלס גייט רעלאטיוו, ווען א דייטש ווערט א איד, מיינט נישט אז ער ווערט אויס דייטש, אלזא וויאזוי קען איינער זיין א איד און פיינט האבען די מערסטע אידען מעגליך? דורך ווערען א סאטמערע!!!!!!!!

די מעשה איז אמת ויציב, און ווער עס וויל נישט גלייבען קען פרעגען משה לייבען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

לכאורה האט די ראש ישיבה עובר געווען אויף א לאו פון לא תונו את הגר, מען טא אים נישט זאגן זכור מעשיך הראשונים, וצע"ג
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

נעה!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יצמח, ווען נישט איך האב אביסל געליינט אייערע תגובות אינעם צימעס אפטיילונג וואלט איך נישט פארשטאנען אייער איצטיגע תגובה.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:יצמח, ווען נישט איך האב אביסל געליינט אייערע תגובות אינעם צימעס אפטיילונג וואלט איך נישט פארשטאנען אייער איצטיגע תגובה.

אוי.
פארשפארט