THE ULTIMATE PURPOSE דער העכסטער צוועק
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
THE ULTIMATE PURPOSE דער העכסטער צוועק
אויב קוקט איר זיך ארום אין אונזער וועלטל וועט איר קלאר באמערקן אז יעדע אביעקט איז מנוצר פאר א ״שטיקל״ צוועק
א גלעזל צום טרונקען א טיש ווי צו לייגן דעם גלאז.
א בוך צום ליינען א שאנק אוועצוקלייגן דעם בוך.
א טיר צו עפענען/פארמאכן א שטוב צו וואוינען.
באמערקט ווי איך האב ספעציעל צוגעשטעלט צו מיינע 3 משלים 2 זאכן וואס דער צוועק דערפון איז תלוי איינס אינעם אנדערן אויב דארף איך נישט דעם גלאז צו טרינקען דאן וואס טויג מיר דער טיש. אין אזוי ווייטער..
אין קורצן דער גאנצער יקום איז דא פאר א purpose וואס דינט א העכערן purpose וואס דינט א נאך העכערן purpose......ארויף ארויף ארויף.
יעצט צום שרעקעדיגן...
אויב קוקט מען פון אויבן אראפ און מקען נישט פונקטליך אנצייגען וואו פאנגט זיך דאס אן? וואס איז דער ״ultimate purpose״ צופאלט דער גאנצער בנין סטריקלט אראפ ווי א דאמינא. ביז צום סאמען לעצטער אביעקט וואס איז נאר דא
למשל א קאר איז געמאכט צו טרעוולען, טרעוולען איז דער צוועק אנצוקומען אין ארבייט צו מאכן געלט צו קויפן עסן צו שטילן דעם הונגער צו בלייבן לעבן צו האבן קינדער? נעע!!!! איך בין דאך דער קינד פארוואס מיין טאטע האט געגעסן ווייל ער האט געוואלט בלייבן לעבן כדי צו שטילן זיין הונגער און פארדעם געקויפט עסן און פאר דעם געארבייט און געטראוועלט און געקויפט.. יא א קאר.
אזוי ספיירעלט אלעס צו דעם איינעם און העכסטער צוועק וואס דער אלטימעט צוועק געט לעגיטימאציע צו אלעמען אונטער אים צו דינען זייער אייגענארטיגער צוועק.
שטעלן זיך די טריליון דאלער שאלה וואס איז דער העכסטער צוועק ???Whats the ultimate purpose
פארזעצונג בקרוב.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
2.0
לאמיר אריינגיין טיפער אינעם מיינונג פון ״צוועק״ ,purpose וואס מיינט דאס ?
לאמיר זיין דעם שטן׳ס אדוואקאט פאר אפאר מינוט און אננעמען אז גשמיותדיגער הנאה האט א צוועק און א תכלית פאר זיך.
דאס הייסט אויב איך ארבייט שווער צו מאכן געלט כדי דערנאך צו נעמען דאס געלט אין האקן א לעבן פאר גשמיותדיגער הנאה אפילן התירדיגע,האב איך ערפילט א צוועק פארן געלט.
איז דאס טאקע אזוי? שכלדיג ? לאמיר זיך פרעגן. ווען די הנאה גייט דורך און סאיז נישט דא נישט דאס און נישט די געלט איז מיר עפעס נוגע אז נעכטן האב איך הנאה געהאט (אוי בין איך געווען דארשטעריק!!!!)
למעשה יעצט איז שוין נישט דא קיין געלט נישט קיין הנאה וואס האב איך יעצט פון דעם אז נעכטן איז יא געווען? מארגן גייט זיין פרישע געלט און פרישע הנאה סהאטעך אבער גארנישט מיט פריער.
דאס לכאורה ברענגט אונז צו די הכרה אז א זאך וואס האט א סוף קען נישט זיין קיין תכלית פאר זיך און נישט קיין צוועק פאר זיך.
דאס הייסט א יעדע זאך וואס אפארעיט מיט זמן. און די געשעעניש איז אנגעוואנדן אז זמן זאל אים אקטיוויזירן און אן זמן איז ער נישט בנמצא און עקזיסטירט נישט, קומט אויס אז יעדער רגע הנאה האט נישט קיין שייכות מיטן פריערדיגע ווען סהייבט זיך אן דער קומעניגער איז דער פריערדיגער שוין נישט דא. נא וואס פאר א תכלית איז נעכטיגע,מינוט צוריק׳דיגע,רגע צוריק׳דיגע הנאה?
חי ניצחי!! וואס איז דאס חי ניצחי infinity times infinity ??
דער חפץ חיים זאגט א משל מ׳זאל זיך פארשטעלן ווי דער גאנצער וועלטס זאמד דארף דורך גיין א כברה יעדער שטיקל פאר זיך און סנעמט טריליון יאר פון איין שטיקל זאמד ביזן צווייטען, ווען דער לעצטער שטיקל גייט דורך איז חיי ניצחי נאך לענגער...
אבער!!! דאס איז דאך אויך א נומבער.. א נומבער וואס ענדיגט זיך נישט, אבער א סכום פון יארן איז עס נאך אלץ.א סכום וואס ענדיגט זיך נישט אבער סגייט דורך איין יאהר און נאך א יאהר אן א הפסק און דאס קומענדיגע האט ווייטער קיין שייכות מיט פריער מקען ווייטער האלטן אין איין פרעגן אין נאכדעם וואס האסטו דערפון ? נאך הנאה? און נאכדעם?
חיי ניצחי איז דאכט זיך אסאך טיפער, סאיז ווי דער זייגער איז אפגעשטעלט די הנאה איז נישט תלוי אז זמן זאל דורך גיין און אים אקטיוויזירן,סאיז נישט דא קיין שפעטער צו קענען צוריקוקן אויף פריערדיגע עקספייערטע הנאה און פרעגן וואס האב איך געהאט דערפון
וויאזוי דו ביסט איז איין גאנצער המשך פון הנאה וואס גייט נישט דורך קיינמאהל די הנאה פארט נישט, ער שטייט און איז מהנה עבר הוה עתיד אויף אמאהל למעלה מהשגתינו. מקען נישט פרעגן אין נאכדעם??
דאס איז שוין איינמאהל א תכלית. א ריכטיגער צוועק.. יעדער רגע אויף דער וועלט רעפרעזענטירט א העכערע באגריף פון שטייענדיגע אייביגע נישט זמןדיגער הנאה, אלזא כאפט אריין יעדער רגע איז טייער...
דאס קען זיין דער פשט פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא ווייל דער שכר איז הולך און אנגעוואנדן אין זמן דעריבער איז דאס נישט קיין תכלית׳דיגער שכר און ווערט נישט אנגערופן שכר מצוה.

פארוואס אויב הנאה גייט אריבער קען עס נישט זיין קיין תכלית?
אויב וואלסטו געקענט האבן א געוויסע הנאה פאר 50 יאר דערנאך וואלט עס אויפגעהער, וואלסטו געזאגט עה דאס קען נישט זיין קיין goal?
כ'קען הערן אויב ווילסטי טנעהן די רמח''ל'ס טענה. אז סאיז נישט מסתבר אז מיר זענען אראפ געקומען דא פאר גשמיות'דיגע הנאה ווייל רוב מענטשען רוב לעבן האבן נישט קיין הנאה.
אויב וואלסטו געקענט האבן א געוויסע הנאה פאר 50 יאר דערנאך וואלט עס אויפגעהער, וואלסטו געזאגט עה דאס קען נישט זיין קיין goal?
כ'קען הערן אויב ווילסטי טנעהן די רמח''ל'ס טענה. אז סאיז נישט מסתבר אז מיר זענען אראפ געקומען דא פאר גשמיות'דיגע הנאה ווייל רוב מענטשען רוב לעבן האבן נישט קיין הנאה.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ר נולד איז דא א תכלית און פאיאריגע שניי?
איז יעצט א חילוק וואס פארא steak איך האב געגעסן ביי די גרויסע סטרולאוויטש חתונה?
די זאגסט 50 יאהר הנאה פארוואס האסטו נישט געזאגט איין רגע הנאה?
למעשה 50 יאר הנאה איז צאםגעשטעלט פון מיליונען רגעים(איך זאג רגעים ווייל דאס איז דער קלענסטער זמן וואס דער שכל קען מיטהאלטן)צישטיקעלטע הנאה וואס האט קיין שייכות אייס מיטן אנדערן. אינעם 40סטן יאר שפירט מען נישט די הנאה פונעם 39סטן.
זעהסט דאך אליין די שרייבסט 50 צו מאכן א חיבור פון א לאנגער הנאה וואס גייט דערווייל נישט א דורך אבער ווי איך בין מסביר איז דאס נאר אחיזת ענים און אויב ווען די הנאה ענדיגט זיך נישט קיין חילוק ווילאנג סנעמט קען מען נישט אנצייגן וואס איז יעצט נאך די הנאה בעסער ווי פאר סהאט זיך אנגעהויבן זעה איך נישט קיין תכלית פונקט ווי פאריעריגע שניי
איז יעצט א חילוק וואס פארא steak איך האב געגעסן ביי די גרויסע סטרולאוויטש חתונה?
די זאגסט 50 יאהר הנאה פארוואס האסטו נישט געזאגט איין רגע הנאה?
למעשה 50 יאר הנאה איז צאםגעשטעלט פון מיליונען רגעים(איך זאג רגעים ווייל דאס איז דער קלענסטער זמן וואס דער שכל קען מיטהאלטן)צישטיקעלטע הנאה וואס האט קיין שייכות אייס מיטן אנדערן. אינעם 40סטן יאר שפירט מען נישט די הנאה פונעם 39סטן.
זעהסט דאך אליין די שרייבסט 50 צו מאכן א חיבור פון א לאנגער הנאה וואס גייט דערווייל נישט א דורך אבער ווי איך בין מסביר איז דאס נאר אחיזת ענים און אויב ווען די הנאה ענדיגט זיך נישט קיין חילוק ווילאנג סנעמט קען מען נישט אנצייגן וואס איז יעצט נאך די הנאה בעסער ווי פאר סהאט זיך אנגעהויבן זעה איך נישט קיין תכלית פונקט ווי פאריעריגע שניי
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
די העכסטע צוועק איז איז לייף אין ציפרידענקייט, אין אלעס וואס א מענטש טיט איז Pursuit Of Happiness אזוי ווי טאמאס דזעפריסאן האט געשריבען אי די דעקלערשען אוו אינדיפענדאנס אז די רעגירונג גראנטירט Life, Liberty, and the pursuit of Happiness.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
הנאה איז א תכלית. די אויפטא פין ניצחי איז אז מ'האט יעדע רגע אין סוף הנאה. אבער די פיונט איז די יעצטיגע רגע. אז איך גיי האבן הנאה מארגן איז נישט אינטערסאנט. סאיז נאר די רגע וואס מהאט די הנאה וואס סאיז אינטערסאנט .
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה ''וואס האב איך יעצט פון די נעכטיגע הנאה''? וואס עפעס איז 'יעצט' די קובע '. די נעכטיגע רגע איז פונקט אזוי חשוב ווי די 'יעצטיגע' רגע.
______
מאיר שיינט אריין
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה ''וואס האב איך יעצט פון די נעכטיגע הנאה''? וואס עפעס איז 'יעצט' די קובע '. די נעכטיגע רגע איז פונקט אזוי חשוב ווי די 'יעצטיגע' רגע.
______
מאיר שיינט אריין
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
דאס גייט אריין און די גרויסע מחלוקת בין ״פראיד״ און ״וויקטער פרענקל״ וואס איז דער אינערליכער דרייוו פון די מענטש,וואס פראיד טענה׳עט אז די מענטשעס אינערליכע דרייוו איז תענוג דאס איז זיין עצמיות פאר דעם און אויף דעם לעבט דער מענטש,ווייטער וויקטער פרענקל און די באוואוסטע בוך man search for meaning וואו ער שרייבט אראפ זיין צורת והרגשות החיים און די דייטשע לאגער (זייענדיג פון די חכמי סייקאלאדזשי נאכפאר די מלחמה,און א מחדש ) קומט צו אז דער מענטש זיכט מינונג דאס איז דער אינערלעכער דרייוו פון די מענטש און אויפ דעם לעבט ער.
און יהדות טרעפן מיר ביידע, ס׳איז אריכות הדברים און ס׳איז דברים שהנשמה תלויה בהם אויב די אויבערשטער העט וועלען וועל איך שרייבען ווייטער דערוועגען.

יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
איינגעמיירעט האט געשריבן:דאס גייט אריין און די גרויסע מחלוקת בין ״פראיד״ און ״וויקטער פרענקל״ וואס איז דער אינערליכער דרייוו פון די מענטש,וואס פראיד טענה׳עט אז די מענטשעס אינערליכע דרייוו איז תענוג דאס איז זיין עצמיות פאר דעם און אויף דעם לעבט דער מענטש,ווייטער וויקטער פרענקל און די באוואוסטע בוך man search for meaning וואו ער שרייבט אראפ זיין צורת והרגשות החיים און די דייטשע לאגער (זייענדיג פון די חכמי סייקאלאדזשי נאכפאר די מלחמה,און א מחדש ) קומט צו אז דער מענטש זיכט מינונג דאס איז דער אינערלעכער דרייוו פון די מענטש און אויפ דעם לעבט ער.
און יהדות טרעפן מיר ביידע, ס׳איז אריכות הדברים און ס׳איז דברים שהנשמה תלויה בהם אויב די אויבערשטער העט וועלען וועל איך שרייבען ווייטער דערוועגען.
ווער בין איך זיך אריינצימישען אין די פלוגתא פין אזעלעכע חכמים, אבער איך מיין אז נאכציגיין 'מינוג' איז אויך ווייל דאס ברענגט תענוג. עס איז דא אסאך מענשטן וואס זענען נישט אינטערסירט אין מינוג עס לאנג עס איז דא תענוג. פארקערט אבער מיין איך איז נישט דא.
העפינעס וואס מ'רעדט דא מיינט מען אן אינערליכע גיטע אויפגעלייגטע געפיל וואס גייט געווענליך מיט א שמייכעל (איך מיין דאס האט דשזעפריסן געמיינט), נישט הוללות וואס גייט געווענליך מיט לאכען וואס דאס מיז נישט קימען פין אינערליך נאר דברים חיצוניים המעורר את הפנימי, אין דאס מיינט נישט סעטיספעקשען וואס איז געשמאקער אין מער סאטביל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:הנאה איז א תכלית. די אויפטא פין ניצחי איז אז מ'האט יעדע רגע אין סוף הנאה. אבער די פיונט איז די יעצטיגע רגע. אז איך גיי האבן הנאה מארגן איז נישט אינטערסאנט. סאיז נאר די רגע וואס מהאט די הנאה וואס סאיז אינטערסאנט .
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה ''וואס האב איך יעצט פון די נעכטיגע הנאה''? וואס עפעס איז 'יעצט' די קובע '. די נעכטיגע רגע איז פונקט אזוי חשוב ווי די 'יעצטיגע' רגע.
______
מאיר שיינט אריין
איך ווייס נישט אויב כ׳על דיר נאך קענען מסביר זיין מיין פוינט אבער נאך איינמאהל פרובירן שאט נישט
זמן רוקט זיך עס שטייט נישט אפילו א רגע...סדא זייגערס וואס די סקונדען רוקן זיך ״״טיק טיק טיק״״ דאס מיינט אבער נישט אז צווישען איין טיק אין צווייטען האט זיך די צייט אפגעשטעלט אויב אזוי איז הנאה,און יעדע זאך וואס איז פארבינדען מיט זמן נישט קיין ריכטיגער תכלית ווייל דאס ביסטו מודה איז פריערדיגע הנאה איז נישט קיין תכלית דו רעדסט פון דעי רגע סאיז אבער נישטא קיין דער רגע ס׳פארט צייט מיט הנאה אגאנצן צייט אן אפשטעל אפילו א רגע א האלבע רגע א מיליונסטל רגע דו מוזט געפונען אפגעשטעלטע צייט (וואס איז נישט פארהאן אויף דער וועלט) און אנצייגען דאס איז דער תכלית דער שטיקל צייט וואס שטייט דאס איז תכלית און דאס מיינט חיי ניצחי כפי המבואר למעלה ודו״ק
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל
moti107 האט געשריבן:חיי ניצחי איז דאכט זיך אסאך טיפער, סאיז ווי דער זייגער איז אפגעשטעלט די הנאה איז נישט תלוי אז זמן זאל דורך גיין און אים אקטיוויזירן,סאיז נישט דא קיין שפעטער צו קענען צוריקוקן אויף פריערדיגע עקספייערטע הנאה און פרעגן וואס האב איך געהאט דערפון
וויאזוי דו ביסט איז איין גאנצער המשך פון הנאה וואס גייט נישט דורך קיינמאהל די הנאה פארט נישט, ער שטייט און איז מהנה עבר הוה עתיד אויף אמאהל למעלה מהשגתינו. מקען נישט פרעגן אין נאכדעם??
וויאזוי קען מען זאגן אז מען האט 'הנאה' און בחדא מחתא איז מען אינגאנצען נשלל פון הגדרות. איז דען נישט הנאה אליינס אן הגדרה?
אויב ווייטער דו רעדסט זייענדיג בתוך די וועלט פון הגדרה, איז דאך זמן א חלק פון איר. זמן איז דאך נישט מער ווי א געוויסע סדר פין די הגדרות/שינויים וואס מיר עקספעריענסען.
אין די ספרים שטייט אז אפי' בעולם הבא אין להם מנוחה, וילכו מחיל אל חיל. דאס הייסט אז מען האלט אין איין האבן שינויים. אויך איז דאך ידוע פון בעשה"ק אז תענוג תמידי אינו תענוג, און דעריבער האט זיך דער באשעפער מצמצם געווען בגבולים והגדרות כדי ער זאל קענען כביכול האבן הנאות ותענוג. דער בעשה"ק שטעלט דאס צו א משל אז א טאטע א מלך פארטרייבט זיין קינד מעל שולחנו, פשוט כדי די קינד זאל האבען הנאה בחזרתו. ווייל אויב לאזט ער אים דארט סמוך על שלחנו, וועט ער נישט האבן קיין הנאה, שתענוג תמידי אינו תענוג.
איז דאך משמע אז מען קען נישט זיין אינדרויסן פון הגדרה אויב מען וויל האבן הנאה.
אלא מאי, האי עלמא כבי הילולא דמיא, חטוף ואכול. האסט א קליינע הנאה הרי טוב, האסט א ברייטערע טיפערע הנאה, איז נאך בעסער. ווער האט צייט צוריקצוקוקן ווען מען קען דאך הנאה האבן יעצט.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
אויב טיילט מען ווען אייז קרעים אויף יענער וועלט וואלסטו געווען גערעכט, אבער למעשה ווייסן מיר דען וואס שכר עולם הבא איז? הנאה איז סך הכל דער בעסטער משל לסבר את האוזן צו פארשטיין דער ענין פון שכר.
און וואס איז יא? קען זיין פארשידענע בחינות העכער און העכער וואס קען שטימען מיטן וילכו מחיל אל חיל.
תענוג תמידי אינו תענוג איז דאך אויך א מוגדר'דיגע גשמיות'דיגער געפיל, דאס איז אויך געזאגט געווארן לסבר את האוזן, איז דען שייך פאר כביכול צו ווערן באורד???
צום לעצט איך זאג נישט אז גשמיות'דיגער הנאה איז קיין תכלית בכלל, כ'האב דאך אנגעהויבן אז יעדע זאך האט א געוויסער צוועק, ס'קען אבער נישט דער העכסטער צוועק...
און וואס איז יא? קען זיין פארשידענע בחינות העכער און העכער וואס קען שטימען מיטן וילכו מחיל אל חיל.
תענוג תמידי אינו תענוג איז דאך אויך א מוגדר'דיגע גשמיות'דיגער געפיל, דאס איז אויך געזאגט געווארן לסבר את האוזן, איז דען שייך פאר כביכול צו ווערן באורד???
צום לעצט איך זאג נישט אז גשמיות'דיגער הנאה איז קיין תכלית בכלל, כ'האב דאך אנגעהויבן אז יעדע זאך האט א געוויסער צוועק, ס'קען אבער נישט דער העכסטער צוועק...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
ווער זאגט אז סדא אן אלטימיט צוועק? די ברענגסט א ראיה פון חפיצים א טיש א גלעזעל, דאס זענען זאכן וואס מענטשען מאכן. ווער זאגט אז ווען גאט וואס איז העכער אונזער השגות, מאכט עפעס האט דאס א אן ultimate תכלית? אויב ווילסטו יא מדמה זיין גאט צים מענטש, דאן האט ער זיין תכלית פארוואס ער האט אונדז געמאכט , ער מיז אונדז בכלל נישט מודיע זיין. אזוי ווי די ביסט נישט מודיע פארן טיש און גלעזעל זייער תכלית.
דאנט געט מי ראנג איך בין מסכים אז אונזער תפקיד איז תורה און מצוות, ווייל אזוי האט דער אייבשטער געזאגט. אבער ער האט נישט געזאגט אז די תכלית איז תענוג נצחי.
שכלדיג קען מען נישט מכריע זיין וואס די זאגסט, נאר מיט קבלה. אים קבלה הוא נקבל.