מזל טוב- מזל אדר- אלעס איבער מזלות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

מזל טוב- מזל אדר- אלעס איבער מזלות

שליחה דורך ממי_שאמרו »

בס"ד

לכבוד מיין 500'סטע תגובה וויל איך מהנה זיין דעם עולם. איך האב נישט געקענט מחליט זיין צו עס דארף גיין אין וויסענשאפט אדער דא אין תורה וחכמה. איך לייג עס דא אריין, און אויב די מנהלים ווילן עס טוישן, בכבוד גדול. ובזה החלי
JAMAICA שנת רס"ד

קולומבוס האט באטראכט זיינע דעביטערטע מענטשן, און ער האט געשפירט אז ער איז ממש עובד עצות. עס איז שוין געווען נאכדעם וואס ער האט אנדעקט אמעריקא וועגן א טעות אין נאוויגאציע (Navigation), און ער באקומען דערפאר כבוד מלכים, האט ער באשלאסן ארויסצופארן נאכאמאל קיין אמעריקא, אבער דאס מאהל איז זיין מזל געווען אויסגעלאשן. זיינע שיפן זענען געווען גע'אנקערט אין די גשעמייקאנע אינזלן אן די מעגליכקייט זיך צו קענען רירן, בשעת די ווערים עסן אויף די שיפן לעבעדיגערהייט.

די עסן איז שוין לאנג אויסגעלאפן, און זיינע שיפסלייט האבן זיך ארויסגעלאזט צו די דערפער צו "בארגן" עסן, און פארשטייט זיך אז דאס האט געמאכט אז די פאלקסלייט פון די אינזלען זענען געווען אסאך מער אויפגערעגט און נישט געהאלטן ביים העלפן קולומבוס צו איבערבויען זיינע שיפן כדי ער זאל קענען אהיימפארן קיין אייראפע.

הינגעריג און אפגעמיטשעט האט ער זיך צוריקגעקערט צו זיין שיפל אריינטראכטענדיג אין זיין ביטערע מצב, נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער זיך געזעצט צו ליינען די ביכלעך וואס ער האט געהאט מיט געברענגט מיט זיך אויפן שיף. דארט איז געווען א Almanac וואס ער האט געהאט מיטגעברענגט מיט זיך אויפן שיף (אלמענאך איז א לוח השנה וואס שטייט דארט אלע זאכן בנוגע המהלך הכובבים והמזלות, זמנים פון זריחה ושקיעה, די שיפן האבן אלע אזא זאך און עס העלפט זיי פארשטיין ווי זיי זענען אויפן וועלט און וואספארא וועטער עס ווארט זיי אפ), די אלמענאך האט רבי אברהם זכות מחבר געווען, אזוי האט ער אויך געהאט ביי זיך די ביכל פונעם דייטשע גוי מיט'ן נאמען יוהאן מיללער, דאס ביכל איז געווען פארשידענע חשבונות אויף אסטראנאמישע געלעגהייטן.

ליינענדיג די צוויי לוח השנה'ס איז אים בייגעפאלן א געוואלדיגע געדאנק. אין מיללער'ס ביכל איז געשטאנען פארשידענע דיאגראמען ווי אזוי די נעקסטע ליקוי החמה והלבנה גייט אויסזעהן, און ער באמערקט אז אין די קומענדיגע טעג גייט זיין א פולע ליקוי הלבנה, האט ער זיך שנעל געזעצט מאכן די חשבונות לויט די ספר פון רבי אברהם זכות כדי אנצוקומען צו די פולע שעה וואס די ליקוי הלבנה גייט זיין און וועלכע טאג, ביז ער האט דאס אויסגעטראפן.

אפילו ער האט דאס געהאט אויסגעטראפן לויט זיינע חשבונות, איז עס נאך אלס געווען א גרויסע ריזיקע דאס צו טוהן, ווייל אין יענע צייטן האט מען זיך פארלאזט נאר אויף א Astrolabe (איך וועל לייגן א בילד דערפון- פאר הונדערטע יאר איז דאס געווען די מאפע פאר אלע יורדי ימים צו זעהן ווי די שטערן זענען, דאס איז א מאפע פון די מהלך כוכבים ומזלות), און ווי גוט די Astrolabe זאל נאר זיין, קען עס נישט זיין צו פינקטלעך, אבער צוויי ברירות האט ער נישט געהאט, און ער איז ארויסגעגאנגען צו די איינוואוינער פון די אינזלען און ער האט זיי געזאגט אדורך א דאלמעטשער, אז אזוי ווי זיי ווילן אים נישט העלפן, איז דער אייבערשטער זייער אויפגערעגט אויף זיי, און ער גייט זיי צונעמען די לבנה. אויב זיי גייען זיך נישט צושטעלן ביז מארגן נאכט 10:30 ביינאכט, וועט די לבנה נעלם ווערן אויף אייביג אלס עונש...

איבעריג צו זאגן אז זיי האבן זיך קודם זייער אויסגעלאכט פון אים און אוועקגעמאכט זיינע ווערטער. אבער ווען עס איז אנגעקומען 10:30 און עס איז געווארן א פולע ליקוי הלבנה, זענען זיי געקומען צו לויפן ווי די בינען און זיך געבעטן אז ער זאל זיי צוריקגעבן זייער לבנה, און זיי וועלן אים שוין העלפן מיט וואס ער וויל נאר. קולומבוס האט זיי גע'ענטפערט אז ער דארף זיך קודם אדורכרעדן מיט זיין באשעפער און ער וועט זיי געבן תשובה. נאך צוויי שעה וואס זיי זענען געשטאנען אזוי אנגעצויגן איז ער צוריקגעקומען זאגענדיג אז ער האט גערעדט צום אייבערשטער, און מיט גרויס תחנונים האט ער מצליח געווען צו פויעלן ביי אים אז ער זאל צוריקגעבן די לבנה, און ער גיבט זיי אפאר שעה צו זעהן אויב זיי פארבעסערן זיך, און אויב יא וועט ער עס צוריקגעבן.

טאקע נאך אפאר שעה וואס יעדער, אינג און אלט האבן זיך איבערגעריסן צו העלפן קולומבוס, איז לבנה ברוך השם צוריקגעקומען, ולגשעמייקע היתה אורה ושמחה וששון ויקר.

די לעגענדע פארציילט די וועלט אויף קולומבוס, אפילו טייל וויסענדשאפטלער האבן פארשידענע פראגעס אויף די מעשה, אבער עס איז נאך א שיינע מעשה ווי אזוי די לבנה האט געהאלפן א מענטש בעת צרה וצוקה.

פאר איך גיי ווייטער וויל איך קודם מסביר זיין 2 מושגים:

1) אַסטראנאמיע (Astronomy): דאס איז די מהלך הכוכבים והמזלות, און חכמים רופן דאס תורת התכונה. די אידישע חכמים זענען אלס געווען באוואוסט אלס גרויסע חכמים אין די פעלד, אזוי ווי עס שטייט שוין (שבת עה) אז די פסוק "כי היא חכמתכם ובניתכם לעיני העמים" גייט ארויף אויף די חכמה. אין די יארן איידער די ראדיא סיגנאלן זענען ארויסגעקומען, איז דאס געווען די איינציגסטע וועג צו וויסן ווי מ'איז אויפן ים אדער אין א מדבר, און עס איז געווען א גאר גוטע זאך צו קענען בכלל ובפרט.

2) אסטראלאגיע (Astrology): דאס איז שוין תורת הכוכבים, ווי אזוי מ'קוקט ווי אזוי די מזל פון א מענטש אדער פון א גרופע גייט זיין אין די עתיד, לויט ווי די וואס גלייבן אין דעם, דאס איז וואס איז משפיע אויף די גורל פון א מענטש לטוב ולמיטב. אין חז"ל ווערט דאס אנגערופן איצטגנינות.


אויף אברהם אבינו פארציילט די גמרא (ב"ב) איצטגנינות גדולה היתה בליבו וכל חכמי מזרח ומערב היו משכימים לפתחו לשאול במזלות. רש"י דארט אויפן פלאץ איז מסביר אברהם אבינו איז געווען בקי בהליכות המזלות ותחילת השעות. פון די אנדערע זייט, די חכמה וועלכע איז שוין געווען ביי די בבלים (נאך פון עיר כשדים) איז בכלל נישט געווען אנגענומען ביי די נביאי השם ווי ירמיהו און ישעיהו, און אין ספרים חצונים ווערט אפילו דערמאנט אז מ'טאר נישט שואל זיין אין דעם, און עס איז זייער נישט שיין איינער וואס טוט עס יא.

יוסיפין אין מלחמות היהודים שטייט: כדברים האלה דברו מתעים נוכלים, בנשאם את שם אלהים לשוא, והוליכו את העם האמלל שולל, כי נפתה אחרי דבריהם ולא שם את לבו לכל האותות והמופתים המבשרים לו את החרבן בעתיד ולא האמין בהם. ככה עמדו היהודים כהלומי־רעם, אשר טחו עיניהם מראות וטפש לבם מהבין, ולא הקשיבו לאותות אלהים, ואלה היו האותות: האחד, כי נראה ממעל לעיר כוכב במרום, אשר היה לו מראה חרב, וגם דרך כוכב תועה בשמים ולא מש משם שנה שלמה. והשני, כי בהתאסף עולי־רגלים לחג את חג־המצות, עוד לפני המרד ותנועת המלחמה, ביום השמיני לחדש קסנתיקום (ניסן) , עלה בתשע שעות בלילה אור גדול והגיה את המזבח ואת ההיכל, עד אשר נראו כמו בעצם יום בהיר; והמראה הזה ארך חצי שעה. והנה בעיני האנשים, אשר לא למדו חכמה, נראה, כי הדבר הזה הוא סימן טוב. אולם המבינים בכתבי־הקדש דרשו מיד את הדבר על המעשים אשר היו אחר זמן.

אין חז"ל זעהן מיר אזוי און אזוי, עס איז געווען פון אונזערע חכמים וועלכע האבן געהאלטן אז אסטראלאגיע איז אן ערענסטע געשעפט און עס מיינט עפעס, און האבן אפילו געברענגט הוכחות וראיות פון שטערן זעהר פון זייערע תקופה (שבת קי"ט, יבמות כא, סנהדרין צא, און נאך). די גמרא אין מסכת שבת (קנו) איז אפילו מאריך מסביר צו זיין די מזל פון די וואס ווערן געבוירן אינטער די מזל פון כוכב נוגה אדער מאדים. פון די אנדערע זייט זעהן מיר אין חז"ל דארט אז אין מזל לישראל. אין מדרש רבה שטייט: אין לך כל עשב ועשב שאין לו מזל ברקיע שמכה אותו ואומר לו גדל.

אין תענית זאגט די גמרא אז א איד וועלכע האט א געריכט מיט א גוי זאל נישט גיין אין חודש אב, ווייל דעמאלס האבן די גוים א גוטע מזל, משא"כ אין חודש אדר האט ער א גוטע מזל. אין מועד קטן שטייט אז בני חיי ומזוני האט נישט קיין שייכות מיט די זכותים פונעם מענטש, נאר מיט זיין מזל.

עס איז געווען פון די תנאים וועלכע האבן געהאט א גרויסע פראבלעם מיט די גאנצע זאך, אזוי ווי יוסי איש הוצל (פסחים קיג) זאגט: פון ווי ווייסן מיר אז מ'טאר נישט פרעגן א שטערן זעהר? ווייל עס שטייט אין פסוק תמים תהיה עם ה' אלוקיך.

אזוי ווי מיר זעהן די מחלוקה אין חז"ל, איז דא די זעלבע מחלוקה ביי די ראשונים. די רמב"ם אין א בריוו צו די חכמי מרשלייא (מערסיי) אין פראנקרייך שרייבט ער אזוי, ומחמת חיבה וועלכע עס נאכברענגען די גאנצע זאך כלשונו הזהב והטהור.

[quote="רמב"ם"]
כן צריכים אתם לידע, שכבר חיברו הטיפשים אלפי ספרים, וכמה אנשים גדולים בשנים - לא בחכמה - איבדו כל ימיהם בלמידת אותם ספרים, ודימו שאותם ההבלים הם חכמות גדולות, ועלה על ליבם שהם חכמים גדולים, מפני שידעו החכמות ההן. שהדבר שטועים בו רוב העולם, או הכל, מלבד אנשים יחידים, השרידים אשר ה' קורא, הוא דבר שאני מודיע לכם, והוא החולי הגדול והרעה החולה: שכל הדברים שימצאו כתובים בספרים, יעלה על לבו בתחילה שהם אמת. וכל שכן אם יהיו הספרים קדמונים. ואם התעסקו אנשים רבים באותם ספרים, ונשאו ונתנו בהם, מיד יקפוץ דעתו של נמהר לומר שאלו דברי חכמה. ויאמר בלבו: וכי לשקר עשה עט סופרים, ובחינם נשאו ונתנו אלו באלה הדברים?!
וזו היא שאבדה מלכותנו והחריבה בית מקדשנו והאריכה גלותינו והגיעתנו עד הלום. שאבותינו חטאו ואינם, לפי שמצאו ספרים רבים באלה הדברים של דברי החוזים בכוכבים, שדברים אלו הם עיקר עבודה זרה, כמו שביארנו בהלכות עבודה זרה, טעו ונהו אחריהן, ודימו שהם חכמות מפוארות ויש בהן תועלת גדולה, ולא נתעסקו בלמידת מלחמה ולא בכיבוש ארצות, אלא דמו שאותן הדברים יועילו להם. ולפיכך קראו אותם הנביאים סכלים ואווילים. ודאי סכלים ואווילים היו, ואחרי התוהו אשר לא יועילו הלכו.
דעו רבותיי, שאני חיפשתי בדברים אלו הרבה, ותחילת לימודי הייתה חכמה שקוראים אותה "גזרת משפטי הכוכבים", כלומר שידע ממנה האדם מה עתיד להיות בעולם או במדינה, או מה יארע לאיש זה כל ימיו. וגם קראתי בענייני עבודה זרה כולה. כמדומה לי שלא נשאר חיבור בעולם בעניין זה בלשון ערבי, אשר העתיקו אותו משאר לשונות, עד שקראתי אותו והבנתי ענייניו וירדתי עד סוף דעתו. ומאותם הספרים נתברר לי טעם כל המצות שיעלה על לב כל אדם שאינם דברים שיש להם טעם אלא גזרת הכתוב. וכבר יש לי חבור גדול בעניין זה בלשון ערבי בראיות ברורות על כל מצווה ומצווה. ולא לכך הוצרכנו עתה, ואני חוזר לעניין שאלתכם.
גזירת הכוכבים - דברי טיפשות
דעו רבותיי שכל אותם דברים של גזירת הכוכבים, שהם אומרים יארע כך ולא יארע כך, ומולדו של אדם ימשוך אותו שיהיה כך ויארע לו כך ולא יארע לו כך - כל אותם הדברים אינם דברי חכמה כלל וטיפשות הם. וראיות ברורות יש לי שאין בהן דופי לבטל כל עיקרי אותם הדברים. ומעולם לא נתעסק בעניין זה, ולא חבר בו ספר אחד מחכמי יון, שהם חכמים ודאי. ולא חברו אותם החיבורים כולם, ולא עשו אותו הטעות, שקראו אותה 'חכמה', כי אם חכמי הכשדים והכלדיים והמצריים והכנעניים, וזו הייתה אמונתם ודתם באותן הימים. אבל חכמי יון, והם הפילוסופים שחיברו בחכמות ונתעסקו בכל מיני מדע, מהתלים ושוחקים ומעליבים את אלו הארבע אומות שאמרתי לכם, ועורכים ראיות לבטל כל דבריהם, שורש וענף. וגם חכמי פרס הכירו והבינו שכל אותן החכמות שעשו הכשדים והכלדיים והמצרים והכנענים הם שקר וכזב. ואל תדמו בנפשכם שאותם הדברים (שאמרו חכמי הכשדים) אין שום ראיה להם, ולפיכך לא נאמין בהם, אלא ראיות ברורות ונכוחות שאין בהם דופי יש לי לבטל כל אותם דברים. ולא ידבק בהם כי אם פתי שיאמין לכל דבר או מי שירצה לרמות אחרים.

חכמת הכוכבים האמיתית - אסטרונומיה
ודעו רבותיי, שהחכמה שהיא חכמה ודאית, היא ידיעת צורת הגלגלים, ומניינם, ומדתם, וסדר הילוכם, וזמן סביבת כל אחד מהם, ונטייתם לצד צפון או לדרום, וסביבתם למזרח או למערב, ומסלול כל כוכב וכוכב ודרכו היאך הוא. בכל זה וכיוצא בו חברו חכמי יון ופרס והודו חיבורים גדולים, והיא חכמה מפוארת הרבה. וממנה ייוודע ליקוי המאורות, ומתי ילקו בכל מקום. וממנה ייוודע מאי זו סיבה ייראה הירח כקשת, והולך וגדל עד שישלים ויחזור ויחסר מעט. וממנה ייוודע מתי תיראה הלבנה או לא תיראה, ומאי זה טעם יהיה יום זה ארוך או קצר, ומאי זה טעם יעלו שני כוכבים כאחד ולא ישקעו כאחד, ומאי זה טעם יהיה יום זה במקום זה שלוש עשרה שעות, ובמקום אחר חמש עשרה שעות או שש עשרה או עשרים - והוא יום אחד; ובמקום אחר יהיו היום והלילה שווים לעולם, ובמקום אחד יהיה היום כמו חודש או שני חודשים או שלשה חודשים, עד שתמצא שתהיה כל השנה כולה יום אחד: ששה חדשים יום וששה חדשים לילה. וכמה עניינים המתמיהים ייוודעו מאותה חכמה, והכל אמת בלי ספק.

וזה הוא חשבון תקופות שאמרו חכמי האמת רבותינו ע"ה, שהיא חכמה ובינה לעיני העמים. אבל אלה הדברים של הוברי השמים הטיפשים אינם כלום. והרי אני מבאר לכם ראשי פרקים מאלה הדברים שהם כבשונו של עולם.[/quote]

און אזוי שרייבט ער אויך אין זיין ספר להלכה (הלכות עבודת כוכבים) איזה הוא מעונן (ווער איז עובר אויף לא תעוננו?) אלו נותני העיתים שאומרין באצטגנינות יום פלוני אכ, יום פלוני טוב, יום פלוני ראוי לעשות בו מלאכה פלונית. און די רמב"ם האלט קלאר אז מ'איז מחיוב מלקות אויב איינער גייט פרעגן פאר א שטערן זעהר, אלס לאו פון ולא תעוננו (ויקרא יט).
אין פירוש המשניות שרייבט ער, אז דער עולם מיינט אז די שטערן זעהר רעדן צו די זאך, נאר ליידער די תורה ערלויבט דאס פשוט נישט. עס איז נישט אזוי! עס איז דברים בטלים והבלים ושקר וכזב.

בכלל, ווער עס קען אביסל די לשונות פונעם רמב"ם, קען ער זעהן ווי די נקודה באדערט אים זייער שטארק און ער צולאזט זיך זייער.

פון די אנדערע זייט, אסאך גדולי הראשונים, אפילו איידער אים, האלטן נישט ווי וואס ער זאגט. רבי אברהם ברבי חייא הנשיא, פון די גדולי חכמי ספרד אין די דור פונעם רמב"ם שרייבט אין א בריוו צו רבי יהודה בר ברזילי פון בארצעלאנע, און ער פארטיידיגט זייער שטארק די חכמה פון אסטראלאגיע, און בתוך הדברים שרייבט ער: אונזערע רבי'ס האבן נאר גע'אסר'ט צו גיין פרעגן איינעם, אבער אויב הערט ער עס פון זיך אליינס, זאל ער אודאי חושש זיין.

רבי סעדיה גאון, רבי שבתי דונולו הרופא, רבי שמואל הנגיד, רבי שלמה אבן גבירול, רבי לוי בן גרשום- דער רלב"ג, רבי יצחק אבוהב, דון יצחק אברבנאל. די אלע האבן געהאלטן אז עס איז יא דא א ממש אין די חכמה פון אסטראלאגיע, און עס נישט אוועקצומאכן.
רבי אברהם אבן עזרא שרייבט זייער אסאך וועגן אסטראלאגיע און די גורל פון א מענטש תלוי אין דעם. אויף זיך אליינס שרייבט אין זיין באקאנטע שיר "אויה לאיש עני נולד בלי כוכב". פון די אנדערע זייט, שרייבט ער: ולא זו בלבד אלא יש כוכב ומזל לכל עם ולכל עיר- פרט לבני ישראל שהם למעלה ממול הכוכבים. און אזוי שרייבט ער עטליכע מאהל, עס זעהט עפעס אויס אז ער האט אנגענומען א ליניע אז עס איז יא אמת בנוגע אומות העולם, אבער נישט אמת בנוגע כלל ישראל.

דער ראב"ד אין זיינע השגות אויפן רמב"ם שרייבט אנדערש (סיריעסלי, האסט געטראכט אנדערש?..), און ער שרייבט: והדבר ידוע שכל מקרה האדם קטן וגדול, מסרו הבורא בכוח המזלות.

היינטיגע צייטן ניצט מען די ברכה אויף א גוטע מזל סיי ביי א שמחה (מזל טוב פאר מיין 500'סטע תגובה), און סיי ביי ביזנעס (אין א גוטע שעה).

לגבי די היסטאריע פון אסטראלאגיע, און ווי אזוי די ספרי הלכה האבן דאס באטראכט, וועט דארפן קומען א חלק ב.
בייגעלייגטע פיילס
אצטרולב
אצטרולב
download.jpg (10.07 KiB) געזען געווארן 1644 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממי_שאמרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר