וואו בין איך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

וואו בין איך?

שליחה דורך משה געציל »

ווער איך בין ווייס איך דאך שוין. איך בין "משה געציל". מיין טאגטעגליכע נאמען וואס טוט אינדענטעפעצירן מיין זעקל געביין אין דערהיים, ביהמ"ד, ארבעט, וכדומה, איז נאר מיין ניק, ווי דא ערקלערט.

יעצט שטעלט זיך די פראגע; וואו בין איך? וואס הייסט וואו דו ביסט?! ביסט דאך ביים קיבארד און דו קלאפסט אפאר ווערטער מיט דיינע פינגער!
פיין און וואויל, אבער היות מיין גוף ווערט דאך אינטענדעפעצירט מיט א צווייטע נאמען, און יענע נאמען און וואס עס ליגט אונטער דעם, דהיינו מיינע שטעלונגען אין ביהמ"ד וכו', בעל בעטעוועט דאך אויף מיין גוף. דער צענזורטע נאמען מיינער איז דער וואס איז שולט אויף מיין גוף. קומט דאך אויס אז איך "משה געציל" בין אינגאנצען נישט דארט. נא אויב אזוי וואו בין איך יא? אין מקוה גייט מיין ניק, קאווע אין ביהמ"ד טרינקט מיין ניק, דעות מיטן פיסק רעדט מיין ניק, טאנא מיט הערינג ביי של"ס עסט ווייטער מיין ניק, און פאל פון נויט זאגט ער אויך זכותו יגן עלינו נאכן הערן א רעבישע סיפור. איז וואו איז דא א פלאץ ווי איך קען נעמען מיין פינגער און טייטלען מיט א קלארקייט; אט א דא איז משה געציל!

איז דא א מקום וואס ווערט אנגערופען ווירטאל? אויב יא, פארנעם איך דארט א ארט? וואו בין איך דארט, צווישן קאווע שטיבל'ס זייטל און מיין קאמפיאטער?!
איז דא א מושג פון למעלה מן המקום ביי א בעל חי'? בין איך א רואה ואינו נראה? א שטיק לופט? א ברעקל אונטער מיינע לאבעס? א קערל אין גארטן? א אין מיש?

איך געדענק אלט'ס קינד האב איך מיר אמאל גע'חלומ'ט, ווי איך פלי דורך בערג און טאלן, טייכן און וועלדער, אן קיין שום שווערעקייטן. איך האב געשפירט ווי איך בין א שטיק לופט און איך ווער געטריבן און געפירט פון דעם ווינט. איך בין אויפגעשטאנען צופרי אביסל צומישט און דעשראקן, מיין מאמע האט מיר געפרעגט וואס עס גייט פאר? האב איך איר געזאגט וואס עס האט זיך מיר גע'חלומ'ט. האט זי מיר געזאגט אז איך זאל נישט מורא האבן, אלעס איז פיסטע חלומות. יעצט יארן שפעטער טראכט איך אפשר, אז דער בעל החלומות האט מיר גאר געוואלט מגלה זיין אז איך געפון זיך טאקע נישט אין ערגעץ!

שוין, מיין ניק וויל שוין עסן קאטשעניא מיט פענעץ פאר מלוה מלכה, ממילא מיזן זיינע פינגערס מיט גיין מיט אים. איין זאך איז אבער קלאר; איך בין גוט צומישט און איך קען מיך נישט טרעפן. אויב איינער קען מיך ארויסנעמען פונעם פלאנטער און מיר אנצייגן וואו איך געפין זיך, וואו איך פארנעם א פלאץ, זאל זיין אזוי גוט און אויסקלארן די זאך!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ניין, דאס איז אויך א חלק פונעם צומישענעיש. אין די פליישיגע גוף זיכער נישט ווייל מיין ניק האט דאך קאנטראל דערויף.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איך הער, האלט איך יעצט ביי אפאר פינגערס וואס (בשעת זיי זענען ביים קיבארד) קען איך מיך אינדענטעפעצירן מיט זיי.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

משה געצל, האסט נישט געפילט פאר די האסט דיך אויפגעוועקט וואו די פליסט אראפ אלע בערג און טאלען און אריינגעשליידערט און בעט און זיך אויפגעוועקט צום ריאלטי??
פארשפארט