די צוויי אידן אויבן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

די צוויי אידן אויבן

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין פראבלעם מיט די צוויי אידן

אזוי זיצענדיג און פארברענגעדיג דא אינעם שטיבל האב איך שוין עטליכע מאהל באמערקט די צוויי אידן אויף די רעכטע זייט, וכאן המחאה יוצאת.

קודם כל, ווי איז דאס געהערט געווארן אז צוויי אידן זיצן אזוי אן א קאפל און ציצית? מיר זענען דא חס ושלום אינעם טרייפענעם קאווע שטיבל שכל בואו לא שבו? 

שנית, דער יקום פרקן הערט נישט אויף צו רעדן, איז דיר נישט אמאל בייגעפאלן צו זיין שטיל פאר א סעקאנד און אויסהערן וואס דער צווייטער האט צו זאגן?

שלישית, דער צווייטער זעהט אויס ווי ער האט זיך יעצט געבענד און אלעס איז והדבר יצא מפי המלך גלייך אינעם גלעזל. איך וויל באמת פארשטיין, ווי איז דיין מענארס? דאס האט דיר מאמע אויסגעלערנט? עס צו טוהן ברבים??? דרך ארץ ״קדמה״ לתורה. 

רביעית, וואס איז דאס ווייסע שיך זיינע? א נייע מאדע! דאס איז בחוקת הגוי! זאג נאר, דיין זיידע איז אזוי געגאנגען? פון ווי נעמסטו דאס? די ייצר הרע היום אמר לו עשה כך עד שיאמר לו דאס ערגסטע חס ושלום הי״ד.

חמישית, ווען מ׳וויל צוריקגיין צום הויפט זייט קוועטשט מען די מענטשעלעך דארט, און ליידער אסאך מאהל בשוגג קוועטשט מען במקומות המכוסים, דאס איז נישט איידל!!! דאס קען מען נישט תשובה טוהן, שובו בנים שובבים חוץ מאחר מיינט דאס! 

שישית, וואס איז דאס נאקעטיקייט אזוי בפרהסיה? שעמסט דיר נישט? ווי אזוי קען א איד וואס איז געשטאנען ביים בארג סיני טוהן אזאנס?? דו האסט טאקע נישט מורא פון שכר ועונש?

און אז מ׳רעדט שוין, זאג נאר מיינסט זיצט עפעס ביים טאטען אין וויינגארטן אז דו לייגסט דיין פיס אויסגעשפרייט אז אן עלעפאנט קען כאפן א שפאציר דארט. פאר א קעניג וואלסטו אויך אזוי געזיצן? נאר פאר אונז??? בזיון התורה!!!!

ועל כולם, מ׳הערט נישט פון דיר אזוי לאנג, האסט טאקע נישט קיין מיינונג אויף גארנישט? קענסט נישט א לייק געבן??

ועולה על כולנה, וואס האבן צוויי בחורים צו שמועסן סודות?? די רבי האט נישט געלאזט צוויי בחורים שמועסן אזוי אליינס. ממה נפשך איז עס אן מצווה, שמועס הויעך, איז עס אן עבירה, ווי אזוי רעדסטו דאס בכלל?? צוויי בחורים זיצן אזוי נישט איידל האלב צוויי ביינאכט און די שיך כאפט זיך שוין אן??? נחום!!!!!!!!!! 
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

האחד בא לגור, ער איז דא, און ער האט שוין טענות אויף אונזערע חבירים וואס האבן שוין מיטגעמאכט כל מיני הרפתקאות וסמכטות מיט אונז דא, זיי האבן זיך שוין אנגעטוהן היטלעך, מ'האט עס שוין צוגענומען, צוריק געגעבן, וחוזר חלילה, זיי זענען געזעצן שטיל ביי אונזערע צוויי ווערטער אשכולות, דריי ווערטער, פיר און פינף, סיג לחכמה שתיקה, און נאך, אלעס מקבל געוועזן באהבה, און מיט דעם אלעם לא זעו ולא נעו ממנו, סא פאר דו קומסט זיי דן זיין, אביסל דערע'ך ארץ!

אבער וויסן זאלסטו אז אין דעם נושא איז שוין דשו בהם רבים, איינער פון די ערשטע אשכולות איז געווען א באהאנדלונג איבער זיי, א גאנצע נידון אויב זיי זענען ממין האנושי, או טי די, אדער גאר או סי די, ראבאטען אדער סטיק פיגור'ן, מאנכע האבן אפילו געטייטלט אז די שטענדיגע אנגייענדע דיבור זייערע צייגט אן אז זיי זענען גאר נשים, ס'האט זיך ערווארבן א סומאטאכע פארוואס זיי זיצן בגילוי ראש, פארוואס טרונקען ביד שמאל, וכו' וכו', פאר מער דרוקט נומבער איינס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נאך א קיילעכיגער יאר פון טענה'רייען, ויכוחים, און סומאטאכעס אויף קאווע שטיבל, איז מען אנגעקומען צו די זעלבע פלאץ וואו מען האט אנגעהויבן אנגעהויבן.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גראדע קוקענדיג צוריק צו די אשכול וואס ך'האב געלינקט, און אנדערע בראשית אשכולות, זעט מען ווי געוויסע זאכן זענען טאקע געבליבן די זעלבע, אבער אין אנדערע זאכן ווי ווייט ס'האט זיך געטוישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דהיינו?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו ממי שאמרו

שליחה דורך berlbalaguleh »

ערשטנס,צווייטנס און דריטנס, דיינע קשיות,פירכות און סירכות (יש גורסין סירחות) באלאנגען אין אכשר דרא. פערדנס. דו האסט טענות פארוואס די צוויי בחורים (אפשר זענען זיי יונגעלייט. האסט געזען זיי דאווענען אן א טלית?( זיצן אן א קאפל. זיי האבן דאך נישט קיין פנים. פיפטנס. דו זאגסט אז מיט דריקן אויפ'ן קנעפל קען מען ח"ו צוקומען צום ערגסטן. ס'איז שוין דאס ערגסטע. מילא די הייליגע וועבסייטס איי-וועלט און הייד פארק. אבער קעווע שטיבל. ר"ל. איך האב נחום אויף ספיד דייעל (כ'קען עס ארויסגעבן, אויב מ'עט מיך שטארק בעיטן(ץ
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

גיט נאר א קוק, כ'האב נאך קיינמאל נישט באמערקט די צוויי חברה דארט אין ווינקעל.

זיי שטערען נישט, וואס גייט דיר אהן?

פארגינסט נישט? הא?

שעים דיך, די חסידישע אומבאלומבערטע מחלוקת גייציקער קנאי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וואס איך האב באמערקט אויף דעם בילד, אז איינמאל מ'ווערט א קאווע טרינקער, קען מען נישט אויפהערן.
Under influence
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

ממי_שאמרו האט געשריבן:מיין פראבלעם מיט די צוויי אידן


ועולה על כולנה, וואס האבן צוויי בחורים צו שמועסן סודות?? די רבי האט נישט געלאזט צוויי בחורים שמועסן אזוי אליינס. ממה נפשך איז עס אן מצווה, שמועס הויעך, איז עס אן עבירה, ווי אזוי רעדסטו דאס בכלל?? צוויי בחורים זיצן אזוי נישט איידל האלב צוויי ביינאכט און די שיך כאפט זיך שוין אן??? נחום!!!!!!!!!! 

און נאך דעים וועט מען זאגן אז נחום האט גארנישט אויפגעטוען! :P
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס איך האב באמערקט אויף דעם בילד, אז איינמאל מ'ווערט א קאווע טרינקער, קען מען נישט אויפהערן.

צ"ל קאווע זיצערס
פארשפארט