א לעזונג פאר חמץ-ומצה-איבערגאנג-טעג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
- געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
א לעזונג פאר חמץ-ומצה-איבערגאנג-טעג
א גוטן.
הנני פורס פה הצעה וגם שאלה, אשמח לשמוע מה בדעתכם.
ביי מיר, אזויווי אין אסאך אידישע שטובער, זענען די טעג בין גאולה לגאולה א גלות פאר זיך. פון איין זייט ריינוגט מען לפנים משורת החסידות, שטובער ווערן פארשפארט, לעדלעך ווערן פארקלעבט. און פון די אנדערע זייט, די טאג טעגליכע סעודות פאר די עלטערן און קינדער, מוז דאך ווייטער אנגיין. – קלער איך פון דינגען א container, און דאס אראפשטעלן פארנט פון הויז! דאס וועט זיין די חמצ'דיגע הויז ביז די רגע פון סוף זמן אכילת חמץ, וואס דאן וועט דער פארדינגער דאס נעמען אפיר. אזא הידור, ממש בהישג יד!
דער רעיון איז נישט מיין אייגענס. דאס האב איך קענען געלערנט פון די לאקאלע געשפעטען אייגענטומער, און אתרוג סוחרים, וואס יאר יערליך שטעלן ארויס זייער הייזערלעך (פלייש געשעפטען לייגן אראפ צוויי דריי) אינמיטן העלן גאס.
מאי שנא?
פונקט ווי יענער האט נישט קיין פלאץ אין זיין געשפעט, צו האלטן סחורה איז ער פארקויפט, אין די פארנומענע סעזאן, חדשי תשרי וניסן, גיבט ער זיך אן עצה פון אוועקנעמען פארקינג ספעיס אין צענטער פון שטאט, מעג איך דאך טוהן דאס זעלבע! לכה"פ איינמאל א יאר!
זיי זענען דאך א יחיד פונקט ווי מיך? (לאפוקי א צדקה קאסע, וואס איז לתועלת הכלל.)
וואס קלערט איר?

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
מ'ברויך פרעגן די גדולי הרבנים היושבין על מידן אויב דאס איז נישט א חומרא דאתי לידיד קולא. דעת בעל הבית היפך דעת תורה. ווי ר' מנשה פילאף האט טאקע אויפגעדעקט די וואך אין זיין ארטיקל אין "די צייטונג" אז די מאדע פון "פסח קאך" וואס די "היינטיגע" אינגעלייט לאזן זיך אריינלייגן אין שטוב וואס אויבענאויף קוקט אויס ווי א הידור, איז גאר א גרויסע מכשול און פארמערט תערובות חמץ אין די געקעכץ, ר"ל. דער אייבישטער זאל העלפן מ'זאל ניצול ווערן פון א משהו חמץ, מיט גרויס סייעתא דשמיא, און ועל כולם, דורך נישט זיין קלוגער פון אונזערע מאמעס.
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
וואס הייסט עס פארמערט חמץ? איז עס פונקט אזא שטארקע חשש ווי א דרעי לולב מיט אריזאנא מצות?! אויב איינער ניצט ממילא אריזאנא ווייץ, אזא איינער מעג שוין לכתחלה מאכן א פסח קיך?
אחוץ אויב ער מיינט דאס חמץ פונעם מאדע, וואס כידוע איז דאס הארבער ווי חמץ דאורייתא, איך האב נאר א גאנצע ליסטע צו צולייגן;
האנדא אדאסי - סיענע.
זילבערנע קרוינען אויף די רעבישע שטעקענעס.
התאחדות זאלץ.
פסח ביילאגע אין די איד, צייטונג.
כשר לפסח ציין פיץ. (ווי אויך די ציין פיץ פון א גאנץ יאר, דו"ק ותשכח).
וכו' וכו' איך קען שרייבן א גאנצע נאכט...

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
יאיר האט געשריבן:יואליש, זיי אביסל מרחיב בדיבור איבער די מכשולות פונ'ם שרעקליכן פסח קאך.
ער באקלאגט זיך אז אין די גיטע צייטן האט מען הערשט אנגעפאנגן קאכן פאר פסח אים ערב פסח נאכן פולקאם ארויסרוימען די חמץ און כשר'ן די קיך ממילא איז נישט געווען קיין חשש פון תערובת חמץ. אבער היינטצוטאגס וואס די מאמע צורייסט זיך נישט וו א יחץ פאר פסח און זיי הייבן אן קאכן א וואך פאר פסח אינעם פסח קיך בשעת ס'איז נאך פארהאן חמץ ערגעץ אין שטוב, איז דא א חשש אז מ'וועט אריינשליידערן גאנצעטע בילקעלעך אין די טאפ פאלשע פיש.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
פלאי-פלאים ווי שווארץ א גלעזער קען זיין.
לענ"ד איז דער פראבלעם פון "פסח קעך" א חומרא דאתי לידי קולא, ואכסה טפחיים, כי הבתים קטנים, וע"י הקדשת מקום לח' ימי חג, ממעטים את הדירה, וקצר המצע מהשתרע, וד"ל כי פרגודתי.
אויב געדענק איך גוט איז דער א.ג.א.ד. (אזוי גערופענע, אויבן דערמאנטע) רב, שטארק אנקעגען ווייסע טישטעכער איבער מוצאי שבת.

Under influence
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
- געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אדער האט ער פשוט נישט געטראפן אויף וואס צו מוחה זיין נאכדעם וואס מען רוימט אויס דעם חמץ כמעט במשך דעם גאנצן יאר לכבוד דעם קומענדיגן פסח, אאון סתם איבערקייען די שרעקליכע מכשולות פון עסן אסטרייכער'ס בעיבי פינגערס איז נישט גענוג אריגינעל, האט ער געמוזט אויפקומען מיט עפעס פריש פאר די פילאף מחאה אשכול.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
יאיר האט געשריבן:אדער האט ער פשוט נישט געטראפן אויף וואס צו מוחה זיין נאכדעם וואס מען רוימט אויס דעם חמץ כמעט במשך דעם גאנצן יאר לכבוד דעם קומענדיגן פסח, אאון סתם איבערקייען די שרעקליכע מכשולות פון עסן אסטרייכער'ס בעיבי פינגערס איז נישט גענוג אריגינעל, האט ער געמוזט אויפקומען מיט עפעס פריש פאר די פילאף מחאה אשכול.
ער האט געהאט צוויי ארטיקלן די וואך. אין דאס אנדערע מעלקט ער די טראגעדיע מיט נאך אסך אנדערע ניחום אבילים פאר זיינע פרצות.
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
מסתמא צוליב; קורצע גאטשעס, שמאלע געפאסטע ברילן, ארבעל וואס פארדעקט נישט דעם זייגער, דאבל ברעסטעד ווינטער מאנטלך. קלאר נישט צוליב; מחלוקת, ערכאות של עכו"ם, הלבנת פנים. דאס איז דאך בס"ה פון די זעקס הונדרעט און דרייצן מנהגים וואס טוישט זיך לפי המצב והזמן. משא"כ די אויבנדערמאנטע פירצות, וואס רביה"ק בכבודו ובעצמו האט פארגאסן טייכן טרערן און געכליפעט גאנצעטע שובבי"ם תורות דערויף.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)