געערטער באס-דרייווער האמנם לא ידעתי אכנהו אבל פונה אני אליך בכבוד רב מחמת שראיתי הלם אחרי רואי שרוחך נמוכה...עכ יהי נא בעיניך כאילו הייתי פורטם.
גיב א קוק
דא האט קינות גירושין אפגעשריבן א לענגערע הארץ רייסענדע שטיקל איבער זיינע מיטמאכענישן אלס גרוש...די ווייען און שרייען מנהמת לבו האט יעדן פון אונז טיף בארירט ווי עס שרייט קלאר די פאקט אז ער איז ארויס א געווינער און אויפן העכסטן ארט, און ווי שוין
ערווענט בשעתו האט דאס קלאר ארויסגעברענגט אז דא אין קאווע שטיבל דרייען זיך מענטשן מיט ווארעמע הערצער, כאטש צומאל קאלטע מוחות!!!
איצט, דו קענסט אליין צושטימען און זאגן א הויכע מבשרי אחזה, אנהייב ווען האסט אנגעהויבן פארציילן דיין געשיכטע האט דיך דער גאנצער עולם ממש באווארפן און באזינגען זאלסט שנעלער שרייבן דיין געשיכטע ווארום עס איז רירנד, הארצרייסענד און האר-אויפשטעלנד...ואטו כי רוכלא, גיי איך נישט דא צוצייכענען, בפרט האט יאנקל און פשוט-קאמפליצירט און אנדערע גאר שטארק מיטגעווייטאגט און דיר מחזק געוועהן...
נאכער האט מען אנגעהויבן ספק'ן אזוי ווי כאב שוין געשריבן ספיקות דא אין קאווע שטיבל איז א העכסט נארמאלע זאך, דא ספק'ט מען אין פיל העכערע און וויכטיגערע זאכן ווי דיין פאסירונג-כאטש וואס עס איז אויך זייער וויכטיג..
ווערן
באלאדיגט און מקבל זיין שכר על הפרישה האט נישט קיין פשט בעולם, ווילסט נישט שרייבן געזונטערהייט...גיי צוריק צום באס, און זעה נישט צו מאכן קיין תאונת דרכים, זאג ויהי נועם און תפלת הדרך מיט תפלת השל"ה. אבער אויב ווילסטו ווייטער דיין הארץ אויסגיסן שרייב געהעריג ווייטער, און האמת יורה דרכו, ויוכח אמש. און נאכאמאל זעה קלאר, קינות גירושין האט קיינער נישט גע'ספק'ט און אזוי אויך אנדערע, און דאס לעצטע פלאץ ווי מען וועט נישט טאלערירן געשרייען אויף רבנים איז קאווע שטיבל. מילא איז דאס נישט קיין פאקטור געוועהן.