TSA-ווידעראמאל דורכגעפאלן א זיכערהייט פראבע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

TSA-ווידעראמאל דורכגעפאלן א זיכערהייט פראבע

שליחה דורך יואב »

רוב ליינער האבן זיך שוין געוויס אנגעשטויסן מיט דעם פעלערהאפטיגע TSA אגענטור- (Transportation Security Administration),
וועלעכער איז היינט צוטאגס אונטער די Department Of Homeland Security, מיט א יערליכע בודשעט פון אומגעפעהר 8 ביליאן,

זייערס אן אויפגאבע איז אנגעבליך צו צושטעלן זיכערהייט ביי די לופטפעלדער,
פון אויספראקען אן קיין רחמנות עלטער באבעס,
ביז קאנפיסקירן אייגנשאפטען וועלעכע איז אראפגעשטעלט געווארן אלץ שעדליך,
א שטייגער ווי שאמפו--אומשולדיגע פלעשעלעך וואסער--ציין פוץ. אא"וו,

Racial Profiling (א וועג וויאזוי מדינת ישראל באהאנדעלט פאסינדזשירן), איז אבער פארבאטן,

די לעכערקייט פון דעם אגענטור איז שוין מערערע מאל ארופגעשווימען אויפן אויבערפלאך,
און ווערט באטראכט ביי אסאך אמעריקאנער ווי נאך א ביישפיל פון די פארברייטערטע ביוראקראטיע,
וועלעכע שטעלט די פריוואטע רעכטן און געפאר,

עס איז היבש געווען און די נייעס דורכאויס די פארלאפענע וואלן,
ווען ראן פאול האט היבש ראצינאל געבונטעוועט אנטקעגן דעם אגענטור,

אלענפאלס,
עס ווערט באריכטעט און דער ניו יארק פאוסט אז די פארלאפענע וואך.
איז א באהאלטענע אפיציר סוקסעספול אדורך אונעם נוארק לופטפעלד.
די TSA זיכערהייט סקרינערס מיט אויפרייס מאטריאל איינגעשטעקט און זיין הויזן,
און ערלויבט געווארן אויפצושטייגן אויף א קאמערציאלן פליגער,

און אנדערע נייעס, איז פאריגע וואך באריכטעט געווארן,
אז דער TSA,
גייט ערלויבן קליינע מעסערלעך, (געוויס נישט אזוי שעדליך ווי וואסער)
און פארשידענארטיקע ספארט געצייג, צו ווערן ארופגעברענגט אויפן פליגער,,,,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס איך קען נישט פארשטיין איז, אודאי איז וויכטיג צו מאכן אזעלכע טעסטס פון צייט צו צייט, אבער פארוואס איז מען דאס מפרסם פאר די וועלט? וואו איז זייער שכל פארשוואונדן? ווייסן זיי נישט אז פירצה קוראה לגנב? אזא באריכט דארף מען בלויז איינמעלדן ביי די ריכטיגע דעפארטמענט. אבער גיי פרעג א קשיא אויף די מידיא... אז מען קען מאכן א סענזאציע, הו קעירס....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

למעשה טוען זיי גאנץ א פיינעם דזשאב, דער צאל באמבעס האט זיך נאר פארקלענערט.
האדם לא נברא אלא להתענג
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ניוארק אינטערנאצינאלן עירפארט און ניו דזשערסי, וועלעכע קלינגט היימיש פאר פילע ליינער,

און איז אליינס געווען א לופטפעלד צו איינע פון די געהיידשעקטע פליגער ביי 9/11,
(United Airlines Flight 93- געקראכט און פענסילוועניע),

איז פילייכט די מערסט אומזיכערער אונטערנאצינאלן לופטפעלד און די פאראייניגטע שטאטן,

פילע זיכערהייט פארלעצונגען האבן זיך שוין דארטן אפגעשפילט,

די לעצטע ביישפיל איז געווען דער אובנדערמאנטן פריוו אריבערצושווערצן אויפרייס מאטריאל,

יעצט פארציילט א נוארק TSA סקרינער אגענט וועלעכע האט לעצטנס פארלאזט זיין אמט,
ווי לעכעריג און נאריש די זיכערהייט מאסנאמען זענען,
און וויאזוי די פוילע פארנאכטלעסיגע אגענטן טוהן קנאפ צו פארמיידן אן ערענסטע געפאהר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

FOX NEWS איז זיך מחיה, אבי ס'דא סחורה קעגן דעם אבאמא אדמיניסטראציע,
(Link of a fox video)

למעשה, האלט איך דער שטורעם קעגן די TSA איז כשר בארעכטיגט,
מ'מוז זיי פארהאלטן אין פאבליק פאר זייערע פארנאכלעסיגקייטן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביז ווי לאנג זיי גייען נישט טוישן זייער פאליסיס, און נעמען אגענטן וועלכע זענען געווען אזעלכע טיפשים אז אפילו ספרינט האט זיי נישט געוואלט פאר ארבעטער, וועט זיך קיינמאל גארנישט טוישן.
פארשפארט