ממי_שאמרו האט געשריבן:וועלכע? עס איז דא צוויי?
דאס ווייס איך שוין נישט.
הדד בן בדד האט געשריבן:הוא היה אומר, וואס מיינט א סקווירא חסיד? א חסיד פון [הרב] דוד טווערסקי. וואס מיינט א וויזניצער חסיד? א חסיד פון [הרב] משה יושע האגער. וואס מיינט א אהרוני? דאס האט גארנישט מיט [הרב] אהרן, דאס איז א געוויסער מהות א געוויסער טיפ מענטש. וואס ווידער מיינט א זאלוני? אזאנס איז גאר נישט פארהאן, דאס איז א גענצליכער פראדוקט פון דעם עולם השקר, ווייל א זאלוני מיינט גאר א שונא פאר [ר'] אהרן...
ודפח"ח
אויס מענטש האט געשריבן:בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.
אויס מענטש האט געשריבן:בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.
דער וואוידיסלאבער רב ז"ל איז געווען זיין ידיד און אליינס א תלמיד פון יח"ל, דער וואוידיסלאבער רב איז אבער געווען א שטארקער אנהענגער פון סדר, הנהגה, און אויפטון, און דער צייט וואס רב דאמב איז געווען אויף די אנדערע זייט צוים, ווען זיי פלעגן זיך טרעפן איז געווען אסאך וואס צו הערן, א ריכטיגער שיחות חולין של ת"ח מיט א טעם פון פוילישע זקינים,
איין אנקעדאט וואס ליגט מיר אין זכרון:
ווען דער וואוידיסלאבער רב איז געווען אויפן וועג קיין אר"י האט ער אפגעשטאט א באזוך אין לונדון ביי הרב דאמב, בתוך הדברים האט אים רב דאמב געזאגט, "אמאל איז חסידות געוון א לוקסוס, אבער היינט איז עס לעבנ'ס וויכטיג, מען דארף צו לערנען חסידישע ספרים, עס קומען ארויס די אלע צייטונגען מלא כפירה ומינות, ווי דער איד, און אלע ציוניסטשיע צייטונגען אנגעפיקעוועט מיט אלעם בייזען און אפי' דער המודיע, איז מלא כפירה, ובכן דארף מען לערנען חסידישע ספרים כתריס לפני הפורעניות"
נאכן פארענדיגן דעם שמועס, ביים ארויסגיין זאגט הרב דאמב פארן וואידיסלאבער, "איר פארט אויפן פליגער, געב איך אייך מיט אן החומה ווי איך האב יעצט געשריבן א מאמר, איר קענט עס קוקן אויפן וועג,.
רופט זיך אן דער וואוידיסלאבער רב, איז זייט אזוי גוט, און גיט מיר אויך מיט א מאור ושמש'ל,...
מיין מיינונג האט געשריבן:מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?
מאראנצןזאפט האט געשריבן:רבותי שעמט אייך נישט, ס'איז דא א העכסט אינטערעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר וועגן יח"ל (נאר דער חכם עתיק דארט לאזט אים נישט געהעריג קומען צום ווארט). דער איד דארט איז 96 יאר. טענה'ט אז הרב דאמב האט כמעט אונטערגעברענגט די ישיבה, און נאך. הערטס און האטס הנאה.